געוואלטיג האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:געוואלטיג האט געשריבן:זאג א גוטס האט געשריבן:אידישליך האט געשריבן:א 31 יעריגער מאן פון באסטאן וועלכע איז געווען אויבן פון די ליסטע צו דורכגיין א הארץ טראנספלעט, איז אראפ גענומען געווארן פון די ליסטע, צוליב וואס ער איז נישט וואקסינירט.
זאג אים נעקסט טיים זאל ער כאטש מאכן א פאלשע אויב וויל ער נישט נעמען...
אבער באמת גערעט איז עס ריכטיג ראסיזעם וואס גייט פאר
ראסיזם גאר, וועלכע ראסע איז דער מענטש?
ווען איך ווייס ביים ערשטן בלאט אז די פרא וועקסערס וועלן עס נעמען אזוי ערנסט די שיטה הקדושה (באלד אזוי עקסטרעים ווי די אנטיס..) וואלט איך גארנישט געשריבן אין דעם אשכול א ווארט כדרכי נישט צי נעמען שטעלונגען במחלוקת בכלל ובפרט במחלוקת הרופאים
אבער אז דו פרעגסט וועלכע ראסע סארט מענטש מרעדט
קוק דורך די 6 בלעטער וועסטו זעהן 2 סארט באשעפענישן (אויב נישט מער..)
איך בין אביסל צומישט אויב דו מיינסט עפעס "אביסל" ערנסט מיט דיינע ראסע אויסדרוקן, אדער ווילסטו נאכאמאל קלארשטעלן אז דו האסט פון די ערשטע מינוט געמאכט א ווערטל וואס האט באמת נישט קיין שום שייכות מיט דעם אמת'ן באדייט פון די איינגערעדטע "ראסע צעטיילונגען"
איז דעריבער כיון דאתי לידן נימא ביה מילתא, און קען אויך זיין אז דו האסט נישט ארויס דעם טיפקייט פון די באדייט פון "ראסע" און "ראסיזם", דעריבער וויל איך עס אביסל קלארער ארויסברענגען. פארשטייט זיך אז עס איז שטותים און הבלים און האט נישט קיין שום האפט, אבער אז מען באנוצט זיך יא אמאל מיט דיזע זינלאזע טערמינען זאל מען כאטש פארשטיין וואס די איינרעדעניש איז בכלל.
און אויב איינער האלט אז די דעזיגנאציעס צו צעטיילן די מענטשהייט אין ראסעס האט יא עפעס א זין און א ברעקל אמת אין זיך איז ער במחילת כבודו (אדער דארף ער גאר נישט מוחל זיין...) א "ראסיסט".
די נאציס ימש"ו האבן אויסגעטראפן א נייע איידיע, (אדער גאר איז עס שוין געווען באוואוסט פאר די גאר אור אלטע אנטיסעמיטן, דארף מען דאס נאכקוקן.)
דהיינו אז די וועלט באשטייט פון עטליכע סארט "ראסעס" די "אויבערראסע" זענען פארשטייט זיך די "אריער" אפשטאמיגע, נאכדעם איז דא עפעס א "מיטלראסע" געדענק איך נישט פונקטליך אבער די פלעינע גויים וואס זענען נישט אריער - ווייסע אייראפעער זענען אין דעם הגדרה.
און נאכדעם קומט די "אונטערראסע" דאס איז כולל צום ערשט די "סעמיטן" דהיינו אייניקלעך פון "שם" - אידישע קינדער, און דערפאר זענען זייערע קעגנער "אנטי-סעמיטן", און די ציגיינער להבדיל אויך וכו' וכו'.(ביי די קריג האט מען אויך געשאכטן מאסן ציגיינער אבער נישט אויף דעם סארט שטייגער ווי אידישע קינדער הי"ד, ווייל דער אמת'ער געדאנק וואס ליגט אונטער די גאנצע איידיע איז נאר צו בויען א לעגיטימער תירוץ צו האסן דעם אידיש קינד בני אברהם יצחק ויעקב און נאך האבן א פנים ווי א פראפעסאר וואס איז נישט א בלויזער בלוטדארשטיגער רוצח וואס האט פיינט דעם איד ווייל ער איז געשטאנען ביים בארג סיני שמשם ירדה שנאה וכו'.)
מען דארף באטאנען אז די נאציס האבן אויסגעשאכטן זייערע אייגענע קראנקע קינדער איבער גאנץ דייטשלאנד ווייל א אומגעזונטער מענטש "פארדארבט" די לויטערע וועלט ווי עס דארף הערשן דער אריער - דער אויבער-מענטש, איבער אלעמען. ואין כאן המקום להאריך כ"כ בדמיונותיהם העקומות.
אבער למעשה איז די נקודה קלאר, אז כלומר'שט איז ראסעס צוטיילט אין די אפשטאם "פון וועמען" מען איז געבוירן, אבער עס קען אויך זיין אז א "אונטער-מענטש" ווערט געבוירן צו אן אריער אפשטאמיגער וכדו' למשל אויב איז עס קראנק איז עס אן "אונטער-מענטש" לשיטתם. און עס ווענדט זיך "וויאזוי מען איז געבוירן" געווארן, געזונט/קראנק.
און דער עיקר וואס זיי ווילן מיט דעם גאנצן תורת לאקשן איז, אז דער אויבער-מענטש האט די מערסטע רעכטן און דער אונטער-מענטש האט אפילו נישט קיין רעכט צו לעבן עפ"ל.
היינט ווילן די חברה
לינקע-אטעאיסטן-אנטיסעמיטן בכל שום וחניכא דאית להו ודלית להו ווייזט אויס מחדש זיין א חידוש אין ראסיזם: אז עס איז לאו דווקא געוואנדן פון וועמען מען שטאמט, און וויאזוי מען איז געבוירן. נאר אין פעולות אינמיטן דיין לעבן וואס דו טוסט יא אדער נישט, טוען דיר אריינשטעלן אין א קאטעגאריע ווי גרויס דיינע רעכטן זענען, צו: לעבן, איינקויפן עסן, גיין אינדזשויען לייף, מאכן עקסערסייז, וכו' וכו'...
ווען מענטשן האבן צעטיילטע מיינונגען איז עס נישט ווייל זיי זענען פון צוויי סארט ראסעס אפילו לשיטת ראסיסטן, ער איז פשוט באוואוסטזיניג צו אנדערע זאכן ווי יענער און ער גלייבט עפעס אנדערש, אלזא אלע "באשעפענישן פון די לעצטע זעקס בלעטער" ווי דו זאגסט, זענען מיר אלע פון דעם זעלבן "ראסע" נאר מיר טראכטן אנדערש איינער פונעם צווייטן, איך זעה נישט דא קיין ראסעס.
אבער ווען מען וויל קאטעגאריזירן די געזונטע סארט מענטשן און די קראנקע סארט מענטשן אין מער אדער ווייניגער רעכטן, טו איך ווידערהאלן אז עס "שמעקט" מיט ראסיזם. כ'גיי נישט זאגן "ריכטיג ראסיזם" אבער מען קען עס אזוי אראפלייגן ווי איך האב אויבן געשריבן
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:א נייע וועג צו צעטיילן די מענטשהייט אין ראסעס:
ביזטו וואקסינירט, ביזטו פון די געזונטע ראסע וואס קענען מאריך ימים זיין
ביזטו נישט וואקסינירט, ביזטו פון די קראנקע ראסע וואס שטעקט אן די געזונטע ראסעס מיט טויטליכע קרענק. און ווי פארשטענדליך אז די מענטשן פון די אומגעזונטע ראסע איז אזא משוגענע אז מען קומט יעדן טאג אויף מיט נייע קאנספיראציעס...
און אלץ שטראף דארף מען דיר לאזן אויסגיין....