פעיק ניוז האט געשריבן:מסתמא האט געשריבן:הײמישער זײגער האט געשריבן:מחשבהטובה האט געשריבן:קען זיין מהאט עס שוין דיסקוטירט:
וויאזוי קען מען טענה'ן אז צוליב רעליגיע קען מען נישט נעמען די וואקסין, ווען צענדליגער אדער גאר הונדערטער טויזענטע ערליכע יודען האבן גענומען די וואקסין?
אין א"י האבן רובא דרובא ערליכע יודען זיך וואקסינירט, אין קאנאדע, ענגלאנד בעלגיע וכו זענען אזויפיל ווי 90% היימישע יודען וואקסינירט (ביי פרויען איז עס 75%)
וועלכע נארמאלע געריכט גייט אננעמען אזא לעכעריגער טענה?
בפרט אז סאיז שקר וכזב, ווייל זייער אסאך אנגעזעהנע פוסקים און אדמורי"ם שטיפען גאר די וואקסין.
מיר ווייסען אלע גאנץ גוט אז די נושא איז פחד אדער קאמפלעסענסי ווייל מאיז שוין געווען אינפעקטירט.
סאו פארשטיי איך עס נישט פונקטליך.
לגבי די עצם רעיון פון גיין און געריכט, די אמעריקאנער געריכט האט שוין אפאר פעלער לגבי אנדערע וואקסינען ווי זיי האבן יא געלאזט מאכן א מאנדאט.
דאכט זיך די קאורט האט געפסקנט לעצטע וואך אז אפילו די רבי/להבדיל פויבסט אליין נעמט עס קען די חסיד נאך אלץ זאגן רעליגעס.
אויך עס זענען דא גענוג און נאך רבנים דערקעגן.
אזוי ווי ביי א שטריימל וואס איז אויך נאר א חלק כלל ישראל האט מען געטענהט אז עס איז א רעליגעס זאך, די ווילסט אודאי נישט די רעכירונג זאל זאגן אז אלע אידן דארפן זיין גלייך אין אלעס, חסידים,ליטוויש,מזרחיסטיש וכו וכו
און טאקע צוליב דעם לאגיק אז די רעגירונג טאר נישט קובע זיין וואס אידישקייט איז, מיר טיילן מיט די רעפארם ווייניגער ווי מיט די קריסטן, אוואדע זאלן זיי נישט האבן קיין שום זכות צו זאגן וואס אידישקייט לאזט יא אדער נישט
און טאקע צוליב דעם באדערט מיך ווען מניצט די פאלטשע רעלידזשעס עקזעמפשאן טענות
איך און אייך ווייסן זייער גוט די בעלאוניס וואס ליגט אינטער דעם, סאו גייסט יעצט צווינגען די גאווערנמענט צו שטעלן א סטענדערט וואס גייט אריין בכלל אידישקייט? איך גיי בלעימען די אנטי וועקסערס פאר די קאנסעווענצן דערפון
איך פערזענליך בי אנטי סיי וועלכע מענדעיטס אבער די רעלידזשעס עקזעמפשאן טענות איז א רשעות מצד די אנטי וועקסערס
איך ווייס נישט וועגן די רעליגיעזע טענות בנוגע וואקסינס. אבער דיין פונקט איז נישט גערעכט. ווען דער רעגירונג נעמט אן א רעליגיעזע שטעלונג וואס א מענטש געבט אריין, באדייט דאס נישט אז זיי האבן גענומען א שטעלונג אין א רעליגיעזע פראגע. עס באדייט אז ווען א מענטש זאגט "מיין רעליגיע לאזט נישט/הייסט", נעמען זיי עס אן.
בעצם זענט איר גערעכט, אבער פון אביוזן דעם סיסטעם קומט קיין גוטס נישט ארויס.
געווען א לאנגע תקופה וואס אין מערערע תפיסות לענגאויס אמעריקא האט מען גענצליך פארבאטן כשר'ע עסן, נאך וואס גוים האבן אנגעהויבן צו פארלאנגן כשר'ס צוליב 'רעליגיעזע צוועקן', און מען האט זיי לעגאל נישט געקענט אפזאגן (אזוי ווי דא מיט'ן וואקסין - דאס איז מיין רעליגיע, דריי זיך איבער), דעריבער האבן זיי עס געסטאפט אל טוגעדהער. (געווען א באשרייבונג אמאל בארוכה אין דער שטערן).
נוצן די תורה קעגן וואקסין איז האקוס פאקוס. עס איז (אויב עס איז) א מחלוקה אין מציאות. עס איז פשוט און פראסט אביוזט א פריוויליגע וועלכע'ס יעדער אמעריקאנער בירגער האט, און קען נישט ברענגן קיין גוטס.
עס זאל זיך חלילה נישט מאכן נאכאמאל א טומל וועגן מציצה בפה, אבער אונזערע מעריטס וועלן זיך אנהייבן פיל שוואכער אויב האבן מיר גענוצט רעליגיע צו באקעמפן א וואקסין וועלכע איז אנגענומען אין די וועלט אלץ א רעטונג פאר די מענטשהייט. (אפגעזען וואס אונזער ציבור זאגט אויף דעם)