האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1297
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm
האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
די אשכול גייט מיט די הנחה אז עס איז אקעי צו נעמען וואקסינען. אויב האלט איר אנדערש, געזונטערהייט, עס איז דא גענוג אנדערע אשכולות פאר דעם. ביטע האלטן דעם אשכול צום ציל אויף וואס עס ווערט געעפנט.
ביטע שרייבט אייער עקספיריענס איבערן נעמען דעם וואקסין. האט איר געהאט סייד עפעקטס? וועלכע סארט האט איר גענומען וכו׳
אויך איז דא די פלאץ פאר עצות אויף די סייד עפעקטס. אויב האט איר געהאט נאכווייען, שווערע אדער גרינגע, ביטע העלפט ארויס אייערע חברים מיט עצות.
יישר כח

- שר מאה
- תגובות: 122
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 10:22 am
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
איך האב עס נישט גענימען וויל איך האב אנטי באדיס.
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4446
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
מיין חבר א אינגערמאן זאגט מיר ער האט עס נעכטן גענומען ביי ODA און געטראפן דארט א שיינע ליניע פון אינגעלייט ווארטענדיג צו באקומען דעם איינשפריץ (אפי' געווען א שטיקל מחאה אינדרויסען..)
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז

- קאקאש קעיק מיט מילך
- שר האלפיים
- תגובות: 2921
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
מען דארף ווען מאכן א אפציע "ניין, אפילו איך בין עלידזשבל"
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
יא. מאדערנא. ערשטע. ב"ה קיין נאכווייען.
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
ס'וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן ווי די נומערן טוישן זיך אין קומענדיגע אנקעטעס.
-
- שר האלף
- תגובות: 1297
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:מען דארף ווען מאכן א אפציע "ניין, אפילו איך בין עלידזשבל"
אין נו יארק איז כעת יעדער העכער 18 עלידזשיבעל
- קאקאש קעיק מיט מילך
- שר האלפיים
- תגובות: 2921
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
אחד הרבנים האט געשריבן:קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:מען דארף ווען מאכן א אפציע "ניין, אפילו איך בין עלידזשבל"
אין נו יארק איז כעת יעדער העכער 18 עלידזשיבעל
אהא, נישט געוויסט
איך בין שוין געווען עלידזשבל פון די ערשטע מינוט
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
איך האב גענימען די פייזער וואקסין, און נאר געהאט מילדע סייד עפעקטס, מיין האנט האט וויי געטאן פאר א טאג-צוויי, און נאך די ערשטע דאזע האב איך געהאט קאפוויי פאר צוויי-דריי טעג.
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
גענומען פייזער, ביי די ערשטע האט מיין האנט וויי געטון 3 טאג. ביי די צווייטע האב געהאט א שטארקע איוסמיטשעניש אין א שוואכקייט אין די ביינער, ווייטאג ביי די דשוינטס פאר אפאר שעה די צווייטטע טאג.
- ציגעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 738
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
- לאקאציע: אין טור גארטען
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
לייג צו א אפציע 5, פלאנט איר עס בכלל צו נעמען?
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
יא. מאדערנא.
האנט האט פיין וויי געטון די קומענדיגע צוויי טאג..
אביסל לייט פיבער די קומענדיגע טאג פאר א פאר שעה
ב"ה מ'האלט שוין דערנאך.

גענימען פייזער
ביי די ערשטע האט מיין האנט ווי געטוהן א טאג שפעטער מיט צווי טעג שפעטער (די זעלבע טאג האט עס בכלל נישט ווי געטיהן)
ביי די צוויטע האט עס אביסעל ווי געטוהן א טאג שפטער וזהו ב"ה מ'איז אפגעקימען מיט דעם

- תגובות: 229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
גענימען פייזער.
ביזדערווייל נאר די ערשטע. מעגליך איך וועל נישט דארפן די צווייטע צוליב די מעגליכקייט אז כ'האב שוין געהאט די וויירוס (דאס איז יעצט די רעקאמענדאציע ביי אונז)
די ערשטע טאג געהאט אביסל ווייטאג אין מיין ארעם.
די צווייטע טאג האב איך געשפירט א שרעקליכע שוואכקייט ועוד - און קורצן אזויווי איך האב געפילט ווען כ'האב געהאט די וויירוס אבער אויף א שוואכערע פארנעם.
די נעקסטע טאג בין איך שוין ב''ה געווען צוריק ווי נארמאל.

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 358
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
גענומען מאדערנא ערשטע
אויסער אביסל האנט ווייטאג א טאג צוויי איז ״ולא נודע כי באו אל קרבנה ומראיהן טוב כאשר בתחילה״ ב״ה

אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 21103
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
ווי לאנג נעמט פון מאכן די אפאונטמענט ביזן באקומען די וואקסין אין קרית יואל?
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3875
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
- לאקאציע: ביים גמרא
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
יא, איך האב גענומען די דזאנסאן, און איך האב געהאט פיבער פאר א טאג צוויי.
פארוואס זאג איך עס? כדאי אנדערע אידן וואס גייען עס נעמען, ( ווען עס גייט צירוק זיין לעגאל) זאלן וויסן פון פאראויס.

אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
-
- שר מאה
- תגובות: 137
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 9:55 pm
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
אורח הכבוד האט געשריבן:מיין חבר א אינגערמאן זאגט מיר ער האט עס נעכטן גענומען ביי ODA און געטראפן דארט א שיינע ליניע פון אינגעלייט ווארטענדיג צו באקומען דעם איינשפריץ (אפי' געווען א שטיקל מחאה אינדרויסען..)
מען דארף מאכן א אפוינטמענט אדער מען קען אאריינוואקען?
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3875
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
- לאקאציע: ביים גמרא
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
זאב שלייערמאן האט געשריבן:אורח הכבוד האט געשריבן:מיין חבר א אינגערמאן זאגט מיר ער האט עס נעכטן גענומען ביי ODA און געטראפן דארט א שיינע ליניע פון אינגעלייט ווארטענדיג צו באקומען דעם איינשפריץ (אפי' געווען א שטיקל מחאה אינדרויסען..)
מען דארף מאכן א אפוינטמענט אדער מען קען אאריינוואקען?
מען דארף מאכן א אפוינטמענט,
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
גענומען די זשאנסאן וואקסין אין ODA אינאיינעם מיטן ציבור. ב"ה קיין נאכווייען, אביסל געווען אינטערן וועטער א טאג נאכדעם גענומען א מאטרין און געפילט כאחד האדם דערזייט.
אגב די אינפארמאציע איז נאך בו ביום אריין אינעם NY.EPASS סיסטעם אז איר זענט פולי וואקסינירט, נאך 14 טאג באקומט מען א דיגיטאלע וואקסין פאספארט וואס וועט העלפן ביים פליען און נאך.

- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
זשאנסן ברויך מען אויך נעמען 2 שטיק?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
sheetrock האט געשריבן:זשאנסן ברויך מען אויך נעמען 2 שטיק?
נאר איינס. עס איז יעצט נישט צו באקומען וועט לכאורה זיין צוריק פריער אדער שפעטער.
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
כ’האב געהאט באשטעלט א דזשאנסאן
יעצט אז ס’דא א ריקאל דערויף וועלכע איז בעסער צו נעמען

- ברעחדך קאפ
- שר חמש מאות
- תגובות: 885
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
יא. מאדערנא, ביידע.
ב״ה קיין שום נאכווייען.
ב״ה קיין שום נאכווייען.
אני ישנה ולבי ער
Re: האט איר שוין גענומען דעם וואקסין? נישט קיין דעבאטעס.
ברעחדך קאפ האט געשריבן:יא. מאדערנא, ביידע.
ב״ה קיין שום נאכווייען.
גא"מ. נעכטן די צווייטע ב"ה.