בלינצע האט געשריבן:Kosher Travel האט געשריבן:בלינצע האט געשריבן:אויב קענסט מסביר'ן פארוואס עס איז נישט אחריות'דיג, און אויב עס איז טאקע נישט, וויאזוי איז קיינער נישט געשטארבן פון די אלע גרויסע מעמדים דורכן ווינטער?
איר דערמאנט מיר פון די דעבאטע דא אויף אייוועלט אז לאקדאונס העלפט נישט. ווייל אין מאה שערים האט מען אריינגעפיפען און עס איז נישט געווען מער קרבנות. האב איך עס געזאגט פאר א ירושלימער וואס טינקט זיך מיט מיר אין מקוה איעדען טאג. האט ער זיך אויפגערעגט. וואס? אין בית אשר אין שם... די אמת איז אז די מציאות ווענד זיך וועם מען פרעגט. אויב איז עס פון די מענטשען וואס זוכן אינגאנצן צו פארלייקענען קאוויד און האבן מיט מציאות גארנישט, איז פשוט א שקר אז די היימישע עולם האט געהאט אזויפיל קרבנות. איעדעס יאר שטארבן מענטשען. אויב פרעגט מען פון די שפיטעלער, הערט מען א פארקערטע מעשה. און אויב פרעגט מען פון די צדיקים וואס זענען זיך מטפל מיט קראנקע אינדערהיים, זיי טאר מען נישט אויסהערן ווייל זיי מאכן סתם אזוי א פאניק.
רעדסט און דו רעדסט אבער זאגסט נישט גארנישט.
די טריקענע מציאות איז אז ביים היימישן עולם איז די וויירוס מער ווייניגער פאריבער.
די טריקענע מציאות. ביטע זאג דיין טריקענע מציאות פאר אלע משפחות וואס זענען געזעצען שבעה אין די לעצטע פאר וואכן.
ביטע זאג דיין טריגענע מציאות פאר אלע חולי ישראל וואס ווארטן נאך אויף א ישועה.
נאכאמאל, איך זאג נישט אז לאקדאונס איז די עצה. איך זאג נישט מען זאל פארשפארן שולן אדער תלמוד תורה'ס ח"ו.
איך זאג מען זאל זיך אביסעלע אכטונג געבען. און מען זאל מאכן קלענערע מנינים וכדומה. מען זאל זיך רעכענען מיט די עלטערע אידן וואס וועלען קומען אין שוהל צו מגילה ליינען, מען זאל זיי געבען זייער פלאץ.