באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל? - פערזענליכע עקספיריענס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווייסטו פון איינער וואס האט געהאט אנטי-באדיס און האט לעצטענסט באקומען די סימפטאמען צום צווייטן מאל?

יא
6
75%
איך אליינס האב ג'האט אנטי-באדיס, און נאכאמאל באקומען דעם וויירוס
2
25%
 
סך הכול שטימען: 8

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4748
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל? - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 1:48 am

ווי מ'הערט פון דא און פון דארט, הייסט עס אז ביי טייל מענטשן פון אנ"ש וועלכע האבן באקומען דעם וויירוס דעם ערשטן מאל, האבן זיי איצט עס באקומען צום צווייטן מאל.
קומט אריין מיט אייערע אינפארמאציע.
ביטע נאר פארלעסליכע ערשט-האנטיגע עקספיריענס וואס איר האט אליינס מיטג'האלטן.

(איך לייג בלויז איין אפציע פאר די אנקעטע, ווייל "לא ראינו אינה ראיה". איך וויל וויסן וויפיל מענטשן ווייסן פון איינעם וואס האט עס באקומען צום צווייטן מאל)
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 1:51 am

די אנקעטע האט א שטיקל פראבלעם, מ'קען נישט זען די רעזולטאטן נאר אויב מ'שטימט. וואס טוט איינער וואס האט נישט באקומען קיין צווייטע מאל און ווייסט נישט פון איינער וואס האט עס געהאט א צווייטע מאל, וויאזוי קען ער זען די רעזולטאטן אן שרייבן ליגנט?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4748
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 1:53 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די אנקעטע האט א שטיקל פראבלעם, מ'קען נישט זען די רעזולטאטן נאר אויב מ'שטימט. וואס טוט איינער וואס האט נישט באקומען קיין צווייטע מאל און ווייסט נישט פון איינער וואס האט עס געהאט א צווייטע מאל, וויאזוי קען ער זען די רעזולטאטן אן שרייבן ליגנט?

דריק "זעה וואל אויסגאנג"
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 1:55 am

רעדסט צו מיר? איך האב מיך שוין אן עצה געגעבען...

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4748
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 8:41 am

תכלס. אויב מ'קען עס באמת באקומען א צווייטע מאל, אינישטא קיין עצה פון וועקסין שמעקסין. דאן מוז מען טראגן מאסקעס עד יעבור זעם.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אב לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:24 am

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך אב לאנדאן » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 8:54 am

יידישע קהילות האט געשריבן:תכלס. אויב מ'קען עס באמת באקומען א צווייטע מאל, אינישטא קיין עצה פון וועקסין שמעקסין. דאן מוז מען טראגן מאסקעס עד יעבור זעם.

אויב אזוי איז נישט דא קיין יעבור זעם.....
לגופו של ענין, יתכן אז בכלליות קען מען נאר באקומען איינמאל די וויירוס, אבער יעדער כלל האט יוצא מן הכלל, לעת עתה זענען דא אלטוועלטליך צענדליגע מיליאנע מענטשען וואס זענען געטעסט געווארן פאזיטי"וו, און נאר אפאר צענדליגע מענטשען זענען געווארן טעסטע"ד פאזיטיוו צום צווייטן מאל ודו"ק
לעצט פאראכטן דורך אב לאנדאן אום דאנארשטאג ינואר 21, 2021 9:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 8:56 am

בקיצור
מזאל נישט נעמען די וואקסין..

------

אגב, פאר ווער סאיז נייגעריג, די אנטי-באדיס פון די וואקסין דארף צו האלטן פאר אסאך אסאך לענגער, אזוי האב איך געהערט

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 9:20 am

איך ווייס איינער וואס האט געהאט אנטי באדיס, ס'האט געהאלטן און איין פאלן, יעצט איז ער נקי מכל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4557
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 9:23 am

אין איך ווייס פין איינעם וואס האט קלאר געהאט די וויירוס אבער קיינמאל נישט באקומען קיין אנטי באדיס בכלל...........

חוץ פין דעם האב איך געהערט פין איינעם וואס האלט זיך פאר א שטיקל מומחה, אז אפשר קען מען נישט עכט באקומען נאכאמאל, נאר די נייע ענגלישע מאטיציע איז מעגליך פאר איינער וואס האט געהאט אויף א שוואכע אופן די ווירוס צו באקומען נאכאמאל די נייע מאטיציע.... איך נעם נישט קיין אחריות איך שרייב נאר וואס כ'האב געהערט...
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 9:28 am

איך האב געהערט ערשט-האנטיג פון א איד וואס האט געהערט מכלי ראשון אז ער האט געהערט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 9:48 am

טערסאנט, כמיין אז אין גאנץ אמעריקא איז נישט באריכטעט געווארן פיר מענטעשן וואס האבן עס באקומען צוויי מאל אבער סאומהאו דא האבן שוין פיר מענטשען געשטימט פאר יא, ריגד עלעקשאן
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך חסד השם » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 10:15 am

קרייסלער האט געשריבן:טערסאנט, כמיין אז אין גאנץ אמעריקא איז נישט באריכטעט געווארן פיר מענטעשן וואס האבן עס באקומען צוויי מאל אבער סאומהאו דא האבן שוין פיר מענטשען געשטימט פאר יא, ריגד עלעקשאן

וואס איז אזוי אינטערסאנט?
די אנקעטע האט 0 ביי מענטשען וואס האבן עס אליין געהאט א צווייטע מאל....
די 4 איז ביי מענטשען וואס האבן געהערט אז איינער האט געהאט. איי געס זיי האבן געהערט די נייעס וואס די ברענגסט אז 4 מענטשען האבן באקומען צום צווייטען מאל....
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4748
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 10:39 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:בקיצור
מזאל נישט נעמען די וואקסין..

------

אגב, פאר ווער סאיז נייגעריג, די אנטי-באדיס פון די וואקסין דארף צו האלטן פאר אסאך אסאך לענגער, אזוי האב איך געהערט

פ"וו נישט??
איך זאג נאר אז בנוסף צו די וואקסין דארף מען נידערן די טשאנסן דורך גיין מיט מאסקעס.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:48 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך קאלט » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 10:41 am

איז נאך פאר קיינעם נישט בייגעפאלן אז די פלו האט די זעלבע סימפטעמס ווי דער ווירוס?

איינער וואס האט אנטי באדיס קען זיך אמאל סתם אזוי נישט גוט פילן אויך

Programming
שר האלף
תגובות: 1778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 11:18 am

איך ווייס פון איינעם וועלכער האט געטעסט פאזיטיוו עטליכע חדשים צוריק, און איצט נאכאמאל. זיי זאגן אבער אז עס איז מעגליך די אומאקטיווע איבערבלייבענישן פונעם וויירוס זאלן פארבלייבן אין קערפער און ווערן דערשפירט ביי א טעסט

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 11:25 am

Programming האט געשריבן:איך ווייס פון איינעם וועלכער האט געטעסט פאזיטיוו עטליכע חדשים צוריק, און איצט נאכאמאל. זיי זאגן אבער אז עס איז מעגליך די אומאקטיווע איבערבלייבענישן פונעם וויירוס זאלן פארבלייבן אין קערפער און ווערן דערשפירט ביי א טעסט


די שאלה פונעם פותה"א איז געווען אויפן באקומען נאכאמאל מיטן סימפטאמען, דער וואס דו ווייסט האט געהאט סימפטאמען די צווייטע מאל, אדער פשוט געטעסט פאזיטיוו?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

פנימחדשות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך פנימחדשות » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 11:26 am

איך ווייס פערזענליך פון איינער וואס איז געווען עטליכע וואכען אין שפיטאל ניסן צייט מיט די ווירוס, און דאן האט גענומען עטליכע חודשים ביז יענער איז צוריקגעקומען צו די כוחות, און ענדליך תשרי ווען יענער איז געווען צוריק ביי די כוחות, האט עס יענער געכאפט נאכאמאל און געווען אין שפיטאל בערך א וואך.
איך האב נישט געפרעגט אויב יענער האט גענומען א טעסט וואס האט געוויזען נעגעטיוו צווישן די צוויי מאל, אבער סיז מסתבר אז יא, און אויך אויב נישט ווייזט זיך עס אויס ווי צוויי באזונדערע פעלער וואס יענער האט געכאפט די צוויי מאל וואס די ווירוס איז געווען שטארק פארשפרייט ביי די היימישע עולם.

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך דער בדחן » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 11:28 am

פנימחדשות האט געשריבן:תגובה דורך פנימחדשות » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 11:26 am

פון איינער וואס איז געליגען אין שפיטאל אפאר וואכען ברענג נישט קיין ראיה

פנימחדשות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך פנימחדשות » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 11:30 am

דער בדחן האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:תגובה דורך פנימחדשות » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 11:26 am

פון איינער וואס איז געליגען אין שפיטאל אפאר וואכען ברענג נישט קיין ראיה

?

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 11:32 am

https://www.medrxiv.org/content/10.1101 ... 21249642v1

דער סטאדי איז נישט פיער ריוויעד, אבער עס ווייזט אז 83% פון מענטשען וואס האבן געהאט די ווירוס, ווערען אימיון דערצו. מילא זעט מען פון דעם אז מען קען כאפן נאכאמאל די ווירוס, אבער רובא דרובא מענטשען וועלן עס נישט כאפן.

(די וואקסינען האבן געגעבן א 90% אימיוניטי, מילא קוקט אויס ווי די אימיונטי פון וואקסינען איז אביסל שטערקער ווי די אימיונטי פון די ווירוס)

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3798
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 11:36 am

בבקשה האט געשריבן:https://www.medrxiv.org/content/10.1101/2021.01.13.21249642v1

דער סטאדי איז נישט פיער ריוויעד, אבער עס ווייזט אז 83% פון מענטשען וואס האבן געהאט די ווירוס, ווערען אימיון דערצו. מילא זעט מען פון דעם אז מען קען כאפן נאכאמאל די ווירוס, אבער רובא דרובא מענטשען וועלן עס נישט כאפן.

(די וואקסינען האבן געגעבן א 90% אימיוניטי, מילא קוקט אויס ווי די אימיונטי פון וואקסינען איז אביסל שטערקער ווי די אימיונטי פון די ווירוס)

די 90% אימיוניטי איז נאר קעגן סימפטאמעטיק קאוויד, מען האט נישט געטעסט קיין מענטשן אן סימפטאמס, ממילא איז בפשטות די אימיוניטי פון נישט קיין 90 פראצענט, נאר ענליכער צו די רעגולער אימיוניטי פון די וויירוס.

The clinical trials run by Pfizer and other companies were specifically designed to see whether vaccines protect people from getting sick from Covid-19. If volunteers developed symptoms like a fever or cough, they were then tested for the coronavirus.

But there’s abundant evidence that people can get infected with the coronavirus without ever showing symptoms. And so it’s possible that a number of people who got vaccinated in the clinical trials got infected, too, without ever realizing it. If those cases indeed exist, none of them are reflected in the 95 percent efficacy rate.

People who are asymptomatic can still spread the virus to others. Some studies suggest that they produce fewer viruses, making them less of a threat than infected people who go on to develop symptoms. But if people get vaccinated and then stop wearing masks and taking other safety measures, their chances of spreading the coronavirus to others could increase.

“You could get this paradoxical situation of things getting worse,” said Dr. Bar-Zeev.


https://www.nytimes.com/2020/11/20/heal ... ctive.html
לעצט פאראכטן דורך דממה דקה אום דאנארשטאג ינואר 21, 2021 11:47 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Programming
שר האלף
תגובות: 1778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 11:46 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:איך ווייס פון איינעם וועלכער האט געטעסט פאזיטיוו עטליכע חדשים צוריק, און איצט נאכאמאל. זיי זאגן אבער אז עס איז מעגליך די אומאקטיווע איבערבלייבענישן פונעם וויירוס זאלן פארבלייבן אין קערפער און ווערן דערשפירט ביי א טעסט


די שאלה פונעם פותה"א איז געווען אויפן באקומען נאכאמאל מיטן סימפטאמען, דער וואס דו ווייסט האט געהאט סימפטאמען די צווייטע מאל, אדער פשוט געטעסט פאזיטיוו?


נישט געווען קיין סימפטאמען (די צווייטע מאל. נישט זיכער איבער די ערשטע)

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 11:58 am

דממה דקה האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:https://www.medrxiv.org/content/10.1101/2021.01.13.21249642v1

דער סטאדי איז נישט פיער ריוויעד, אבער עס ווייזט אז 83% פון מענטשען וואס האבן געהאט די ווירוס, ווערען אימיון דערצו. מילא זעט מען פון דעם אז מען קען כאפן נאכאמאל די ווירוס, אבער רובא דרובא מענטשען וועלן עס נישט כאפן.

(די וואקסינען האבן געגעבן א 90% אימיוניטי, מילא קוקט אויס ווי די אימיונטי פון וואקסינען איז אביסל שטערקער ווי די אימיונטי פון די ווירוס)

די 90% אימיוניטי איז נאר קעגן סימפטאמעטיק קאוויד, מען האט נישט געטעסט קיין מענטשן אן סימפטאמס, ממילא איז בפשטות די אימיוניטי פון נישט קיין 90 פראצענט, נאר ענליכער צו די רעגולער אימיוניטי פון די וויירוס.

The clinical trials run by Pfizer and other companies were specifically designed to see whether vaccines protect people from getting sick from Covid-19. If volunteers developed symptoms like a fever or cough, they were then tested for the coronavirus.

But there’s abundant evidence that people can get infected with the coronavirus without ever showing symptoms. And so it’s possible that a number of people who got vaccinated in the clinical trials got infected, too, without ever realizing it. If those cases indeed exist, none of them are reflected in the 95 percent efficacy rate.

People who are asymptomatic can still spread the virus to others. Some studies suggest that they produce fewer viruses, making them less of a threat than infected people who go on to develop symptoms. But if people get vaccinated and then stop wearing masks and taking other safety measures, their chances of spreading the coronavirus to others could increase.

“You could get this paradoxical situation of things getting worse,” said Dr. Bar-Zeev.


https://www.nytimes.com/2020/11/20/heal ... ctive.html


ריכטיג, אויך די וואקסין איז געווען געטעסט פאר 3 חדשים און דאס פאר 5. בין כך ובין כך, ס׳איז קלאר צו זאגן אז די וואקסין אימיוניטי איז נישט ״אסאך״ שוואכער פון וואס די ווירוס אימיוניטי איז.

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 12:11 pm

בבקשה האט געשריבן:https://www.medrxiv.org/content/10.1101/2021.01.13.21249642v1

דער סטאדי איז נישט פיער ריוויעד, אבער עס ווייזט אז 83% פון מענטשען וואס האבן געהאט די ווירוס, ווערען אימיון דערצו. מילא זעט מען פון דעם אז מען קען כאפן נאכאמאל די ווירוס, אבער רובא דרובא מענטשען וועלן עס נישט כאפן.

(די וואקסינען האבן געגעבן א 90% אימיוניטי, מילא קוקט אויס ווי די אימיונטי פון וואקסינען איז אביסל שטערקער ווי די אימיונטי פון די ווירוס)

ענדליך זאגט איינער עפעס וואס שטימט פון אלע זייטן מיט די מציאות

הארמאניע
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: באקומען דעם וויירוס צום 2טן מאל? - פערזענליכע עקספיריענס

תגובהדורך הארמאניע » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 12:40 pm

כ'מיין אז כדי ארויסצוברענגען שטערקער דאס וואס די אנקעטע פראבירט צו דערגיין, זאל מען ענדערשט שרייבן ווי פאלגענד אלץ די צווייטע אפציע:

איך אליין האב געהאט אנטיבאדיס מיט קאראנע נעגאטיוו, און דערנאך געטעסט פאזיטיוו פאר קאראנע מיט סימפטאמען


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: המעריב ערבים און 14 געסט