חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 7:11 am

כפי די יעצטיגע מצב וועט די כ"א כסלו פייערונגן בחצרות סאטמאר וועלכע גייט שוין אן איבער א יובל יארן לרגל די הצלה פון מרן רביה"ק מסאטמער זי"ע ועכ"י פון אונטער די נאצישע לאפעס, נישט פארקומען היי יאר במהקלות רבבות אלפי ישראל (אדער ווי קאומא רופט עס טען טאוזענט פיפעל)

די מעמדי כ"א כסליו ווערט עפ"י רוב קאמבאנירט מיט די דינער השנתי פון מוסדות התורה אשר חוסים בצל כנפיו פון רביה"ק זי"ע, וואס דאס באדייט א אויסערגעווענליכע געלט שאדן פאר די מוסדות

סאיז ערווארטעט אז קלענערע פייערונגן וועלן אפגעראכטן ווערן אויף א קלענערע פארמאט און פארשטייט זיך כפי די גיידליינס אבער א כינוס פומבי וועט ווארשיינליך נישט פארקומען

סבלייבט נאר איבער צו זעהן וויאזוי די מוסדות הקדושים וועלן זיך ספראווען מיט די פרישע סאמעטוכע

איין קוואל גיבט איבער אז סוועט פארקומען א ווי איי פי דינער בלויז פאר נדיבי עם און וועט זיין פארמאכט פארן פובליק

****ביטע האלטן אשכול ריין און בלויז פאר אפדעיטס איבער בעפארשטייענדע כ"א מעמדים******

דעבאטעס איבער מאסקעס, זעקס פיס, קאומא, טישלער, וומ"ס וו"ס ב"פ, טעגלאש איז שטרענג פארבאטן
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך לייטער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 7:16 am

סאיז נאך דא כמעט 2 חדשים, זאכן קענען זיך נאך טוישן

און אפילו אזוי קען מען עס מעגליך מאכן אין א מעגא סטעדיעם וואס האט לדוגמא פלאץ פאר 100,000 מענטשן אזוי וועט קענען זיין רואיג 20 פיס סאשל דיסטינס צווישן יעדעם איינעם

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך מאתים » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:21 am

מקען עס פראווענען אין קאנעדיקעיט אדער פענסעלוועיניע
'ומאתים לנוטרים את פריו'

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:33 am

דאס וועט זיין א גרויסע טובה

אביונה
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך אביונה » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:40 am

קרייסלער האט געשריבן:, וואס דאס באדייט א אויסערגעווענליכע געלט שאדן פאר די מוסדות

המממ....?
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2579
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 9:54 am

סיי וויאזוי געהערט דאס לכאורה אין די קאראנע סוב-פארום
רעדסט צו\פון מיר?
פליז #פינג

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 9:59 am

וואס טאנצט מען שוין צי כ"א כסלו, און וואס טיט זיך מיטן יערליכן דינער פאר מוסדותנו הקדושים אין בארא פארק, קען מען דען דאס לאזן אזוי זיך דורכגליטשן ומהיכן ירק זה חי? מ'ברויך דאך אויסהאלטן די הייליגע מוסדות שלא ייבוש המעיין און נישט לאזן חלילה דאס אינטערגאנג היו לא תהי'! ווער גייט פתיחה....
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5779
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 10:03 am

אביונה האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:, וואס דאס באדייט א אויסערגעווענליכע געלט שאדן פאר די מוסדות

המממ....?

איך ווייס פון א מוסד וואס האט נישט געקענט מאכן די יערליכע דינער און האבן אינטערגענומען א קאמפיין אויפן טעלעפאן (נישט טשערידי וכדומה) און זיי זאגן אז ס'נאך קיינמאל געווען אזא סוקסעס

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5779
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 10:05 am

אייגענטליך, קען מען דאס נישט פארריפן אלץ פראטעסט קעגן נאצי דייטשלאנד? דיבלאזיא האט דאך קלארגעשטעלט אז טאמער ס'איז אן אלטע אנגעווייטיקטע אישו קען מען נישט צוימען צאמקונפטן.

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך נישטאמת » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 10:12 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:וואס טאנצט מען שוין צי כ"א כסלו, און וואס טיט זיך מיטן יערליכן דינער פאר מוסדותנו הקדושים אין בארא פארק, קען מען דען דאס לאזן אזוי זיך דורכגליטשן ומהיכן ירק זה חי? מ'ברויך דאך אויסהאלטן די הייליגע מוסדות שלא ייבוש המעיין און נישט לאזן חלילה דאס אינטערגאנג היו לא תהי'! ווער גייט פתיחה....

סאיז לאו דוקה די בארא פארקע מוסדות, די פראבלעם גייט דא זיין מיט יעדע מוסדות. רוב דינערס קומען פאר אין די ווינטער ווען די לאקדאון ביז יעצט איז מענלי געווען זימער.

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך פרוכט בוים » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 10:25 am

אפשר א outdoor און א ריזיגע לאט פאר העכער 18 יאר און מען זאל פארקויפן זיצן אדער געבן דעזעגנירטע זיצן פאר די נדיבים עם. אן קיין ברענטשעס נאר טישן 6-8 מענטשן אויף א טיש געוואנדן און די סייז פון די טיש
יעדע פאר טישן זאלן זיין ווי אפגעטיילט בערך ווי ביים כותל
און נעמען א אקעי פון די גאווערמענט וכד
איך מיין אז דאס קען זיין א געוואלדיגע סוקסעס עלטערן ערוואקסענע וועלן ענדערש קומען מען וועט עס נישט אנקוקן ווי א בחורישע ענטערטעינמענט און מען וועט זיך פילן ווי א מענשט מיט א זיץ ווי מען ווערט סערווירט דאס קען ברענגען אפשר מער געלט

גרינע
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך גרינע » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 10:29 am

אפשר זאל מען אריבערברענגען די גאווערנער ירים הודו אלץ נואם הכבוד אזוי וועט אלעס זיין מותר...
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 10:32 am

ששש שטילערהייט פרייען זיך די מוסדות אז זיי מאכן נישט די אלע געלט וואס קומט כלומר׳שט אריין. ס׳גוט.

די פאר בחורים וואס ווערן מחוזק פון סטעידזשעס, מוזיק און נייע סיינס וועט מען פארגיטיגן אי״ה.

די סטעיט אוו די יוניאן וועט פארקומען ווירטואל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:16 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:ששש שטילערהייט פרייען זיך די מוסדות אז זיי מאכן נישט די אלע געלט וואס קומט כלומר׳שט אריין. ס׳גוט.

די פאר בחורים וואס ווערן מחוזק פון סטעידזשעס, מוזיק און נייע סיינס וועט מען פארגיטיגן אי״ה.

די סטעיט אוו די יוניאן וועט פארקומען ווירטואל.


און די געלטער וואס זיי מאכן יא, וועלן זיי פונקט אזוי מאכן אן דעם דינער
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5779
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:28 am

פרוכט בוים האט געשריבן:אפשר א outdoor און א ריזיגע לאט פאר העכער 18 יאר און מען זאל פארקויפן זיצן אדער געבן דעזעגנירטע זיצן פאר די נדיבים עם. אן קיין ברענטשעס נאר טישן 6-8 מענטשן אויף א טיש געוואנדן און די סייז פון די טיש
יעדע פאר טישן זאלן זיין ווי אפגעטיילט בערך ווי ביים כותל
און נעמען א אקעי פון די גאווערמענט וכד
איך מיין אז דאס קען זיין א געוואלדיגע סוקסעס עלטערן ערוואקסענע וועלן ענדערש קומען מען וועט עס נישט אנקוקן ווי א בחורישע ענטערטעינמענט און מען וועט זיך פילן ווי א מענשט מיט א זיץ ווי מען ווערט סערווירט דאס קען ברענגען אפשר מער געלט

קענסטיך אפשר דערמאנען דאס לעצטע מאל ווען כ"א כסלו איז געווען א וועטער געאייגנט פאר א דרויסענדיגע צאמקונפט?
אפשר מיינסטי מ'זאל עס מאכן אין פלארידע?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14804
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:33 am

פרוכט בוים האט געשריבן:אפשר א outdoor און א ריזיגע לאט פאר העכער 18 יאר און מען זאל פארקויפן זיצן אדער געבן דעזעגנירטע זיצן פאר די נדיבים עם. אן קיין ברענטשעס נאר טישן 6-8 מענטשן אויף א טיש געוואנדן און די סייז פון די טיש
יעדע פאר טישן זאלן זיין ווי אפגעטיילט בערך ווי ביים כותל
און נעמען א אקעי פון די גאווערמענט וכד
איך מיין אז דאס קען זיין א געוואלדיגע סוקסעס עלטערן ערוואקסענע וועלן ענדערש קומען מען וועט עס נישט אנקוקן ווי א בחורישע ענטערטעינמענט און מען וועט זיך פילן ווי א מענשט מיט א זיץ ווי מען ווערט סערווירט דאס קען ברענגען אפשר מער געלט

פרוביר זיך צו דערמאנען וויאזוי די וועטער האט אויסגעקוקט פאריאר כ"א כסליו אין ווילי...
ס'איז געפאלן א לייכטע שניי, געבלאזן ציפעדיג קאלטע ווינטן, אזש מ'האט נישט געקענט זיין outdoor פאר מער ווי עטליכע מינוט.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 12:06 pm

בטוח אני באלה, אז ס'וועט זיין אלעס ווי געהעריג, אויף א חידוש'דיגער פארנעם...

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך HelpMe » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 12:11 pm

אפשר איז שוין כדאי זיך אויס צו לערנען אז נישט אלעס איז כדאי צו רעדן ברבים צופיל צייט בעפאר

דערווייל ברעגן די זאגן בלויז פראבלעמען

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך לייטער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 12:26 pm

סגייט זיין אויף די וואסער אינטערנאציאנאלע וואסער ארויס פון וויליאמסבורג בארא פארק נאך די ווערזאנוי בריטש אויף א מאסיווע ריזן שיף אויף די חצר אינמיטן פון די שיף ארום גענומען מיט די שטאקן אין די מאסיווע גרויסע זאל, סגייט זיין די שענסטע זאל וואס כ'א כסלו האט נאר אמאל געהאט, די בחורים און אינגלעך וועלן זיין אויף די פארטשעס אויף די שטאקן רינגס ארום די זאל,
קלענערע שיפן פחות פחות מכשיעור גייען ארויס פארן פון די פארט אין וויליאמסבורג און פון נעבן בארא פארק


ווער סגעט מער ווי 5,000 פאר די מוסדות וועט קענען איבערשלאפן די נאכט אין א 5 סטאר צימער אין די שיף מיט א רייכע פרישטאג צופרי

סטעי טאן פאר אפדעיט'ס

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך אדם הראשון » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 1:31 pm

זאל מען זאגן פאר די מידיע אז ס'איז א פראטעסט קעגן די נאציעס פארן פאניגן די סאטמאר גרענד ראביי.. און אלעס וועט זיין מותר

monroe10950
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך monroe10950 » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 1:41 pm

לייטער האט געשריבן:סגייט זיין אויף די וואסער אינטערנאציאנאלע וואסער ארויס פון וויליאמסבורג בארא פארק נאך די ווערזאנוי בריטש אויף א מאסיווע ריזן שיף אויף די חצר אינמיטן פון די שיף ארום גענומען מיט די שטאקן אין די מאסיווע גרויסע זאל, סגייט זיין די שענסטע זאל וואס כ'א כסלו האט נאר אמאל געהאט, די בחורים און אינגלעך וועלן זיין אויף די פארטשעס אויף די שטאקן רינגס ארום די זאל,
קלענערע שיפן פחות פחות מכשיעור גייען ארויס פארן פון די פארט אין וויליאמסבורג און פון נעבן בארא פארק


ווער סגעט מער ווי 5,000 פאר די מוסדות וועט קענען איבערשלאפן די נאכט אין א 5 סטאר צימער אין די שיף מיט א רייכע פרישטאג צופרי

סטעי טאן פאר אפדעיט'ס

נאכן זעהן די מאסיווע אפעראציע'ס און אויפגעשטעלטע טארארמ'ס ביי די לעצטערע חגיגי כ''א, קען מען זיין גערישט אויף עניטינג.
א סערטיפייד אידיאט הייסט אין אונזער שפראך 'אינטערסאנטער מענטש'. טאקע אינטערסאנט. (יצחק קלאהר)

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך פופציגער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 1:46 pm

וועט לכאורה יא זיין עפעס גרויסע פארזאמלונגען,
מצידי וואלט מען שוין געמעגט אפאר יאר צוריק אויפהערן די כ"א כסלו קאנצערט, סברענגט נישט מער געלט און נישט מער רגשי הודאה בכלל, בס"ה קומען מער פרעמדע בחורים קוקן די מוזיק און טאראראם,
כהאף אז דאס יאר וועט מען צוריק אנהייבן מאכן פשוטע שיינע סאטמארע דינערס און דאס וועט ממשיך זיין אויף די קומענדיגע יארן אויכעט, מי יתן והיה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך היסטאריקער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 6:23 pm

אויף תורתך שעשעי לוח איז דא א בחינה יענע נאכט, זעט אויס אז זיי ווייסן אז עס איז נישט דא קיין פלענער פאר יענע נאכט

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך פופציגער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 6:31 pm

היסטאריקער האט געשריבן:אויף תורתך שעשעי לוח איז דא א בחינה יענע נאכט, זעט אויס אז זיי ווייסן אז עס איז נישט דא קיין פלענער פאר יענע נאכט

כגלייב נישט אז סהאט איינס מיטן צווייטן, פשוט א טעות
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 6:44 pm

לייטער האט געשריבן:סאיז נאך דא כמעט 2 חדשים, זאכן קענען זיך נאך טוישן

און אפילו אזוי קען מען עס מעגליך מאכן אין א מעגא סטעדיעם וואס האט לדוגמא פלאץ פאר 100,000 מענטשן אזוי וועט קענען זיין רואיג 20 פיס סאשל דיסטינס צווישן יעדעם איינעם

גראדע שוין לאנג געווען א פלאן דאס צו מאכן אין בארקלי סטעדיום. אבער איך ווייס נישט צו לעגאל איז עס מער אויסגעהאלטן.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט



צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מילכיגער און 14 געסט