דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

פעיק ניוז האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:רבותי! הערטס אויף זיך צו טעסטען, ס'איז נישטא קיין שום סיבה זיך צו טעסטען, אויב מ'האט סימטאמס זאל מען זיך אילאזירען און אכטונג געבען וואס מ'דארף נישט צו אנשטעקען קיינעם און זיך צו היילען, זייערע נאמבערס זענען געבעיסד אויף טעסטינג ריזאלטס, קיינער זאל נישט גיין נעמען קיין קאוויד טעסט!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אחד הרבנים האט געשריבן:

אפשר זאל מען מאכן א ווינט אז געזונטע מענטשען, ווער עס פילט זיך גוט זאל זיך גיין טעסטען, אזוי וועט זיין אסאך נעגעטיוו טעסטס. וועט די פערסענטעדש פון פאזיטיוו זיין אסאך נידריגער.
למעשה ביי אונזער היימישען עולם טעסטען זיך כמעט נישט קיין מענטשען וואס פילן גוט במילא אויב טעסטען זיך נאר מענטשען וואס פילן נישט גוט איז די פערסענטעדש רעיט העכער.
משא״כ ביי די גוים איז כסדר דא פראפאגאנדע פון די רעגירונג אז יעדער, אפילו געזונטע מענטשען זאלן זיך טעסטען וואס דאס טוט מאכן אז די נומבערס זאלן זיך האלטען נידריג.

מ'ווייסט דאך שוין די מציאות אז מ'קען זיין פאזיטיוו (לויט די טעסט..) פאר א 6 וואכן און נישט האבן קיין שום סימפטאמען...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פארוואס פארבאט מען טאקע נישט קיין מאסקעס נאכדעם וואס דאס האט געקאסט דאס לעבן פון אן אומשילדיגן פענגווין נעבעך?...

טאקע געשען אדער נאר א וויץ?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פעיק ניוז האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:רבותי! הערטס אויף זיך צו טעסטען, ס'איז נישטא קיין שום סיבה זיך צו טעסטען, אויב מ'האט סימטאמס זאל מען זיך אילאזירען און אכטונג געבען וואס מ'דארף נישט צו אנשטעקען קיינעם און זיך צו היילען, זייערע נאמבערס זענען געבעיסד אויף טעסטינג ריזאלטס, קיינער זאל נישט גיין נעמען קיין קאוויד טעסט!

פראבלעם איז אז ווען עס קומט צו זיך אליין פארגעסן מענטשן אלעס און ווילן וויסן אויב זיי זענען פאזאטיוו. און וואס טוט מען אויב גע דר הייסט נעמען א טעסט, וויאזוי קען מען ארויסדרייען? געהערט אז אנשמירן עפל סיידער ווייניגער אין נאז בעפאר קען העלפן עס זאל נישט ווייזן, אויב די דר שטופט
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:לשיטתך איז נאריש צו טראגן מאסקעס און היטן רעגולאציעס.

טא פונקט פארקערט, איך ארבעט שווער צו איבערצייגן ווי נאריש זיי זענען!...

כ'ציטער דו קענסט מיר אין ריעל לייף, ווייל דא אויף אייוועלט האסטו אזא שיטה פון מיר נישט געהערט... (אין ריעל לייף אויך נישט אבער קען מעגליך זיין כ'האב אמאל געוויצעלט דערפון, דענק איך נישט.)

----
אז כ'האב דיר שוין אפן ליין דא, ביזט דאך א שטיקל חיות ליבהאבער, פארוואס פארבאט מען טאקע נישט קיין מאסקעס נאכדעם וואס דאס האט געקאסט דאס לעבן פון אן אומשילדיגן פענגווין נעבעך?...

viewtopic.php?p=2388007#p2388007
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ניבא ולא ידע מה ניבא... (כ'רעד פון זעך)
מיט יעדן טאג וואס גייט פארביי ווערט דער רעיון נאר שטערקער און אמת'דיגער
קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

לולא קואמא'ס קריאזע חשבונות פאר זיין עתיד, ולולא די עלעקשענס וואס גייען אט אט פארקומען, וואלט די שטאט אויסגעקוקט פינקט ווי פאר 7 חדשים צוריק
ס'ווייסט יעדער טיעף ביי זיך אין די קישקעס אז אין מנוס. בלינד דארף מען זיין אז דער פאפירענע מאסק שלאגט זיך מיט די וויירוס פארשפרייטונג.
כיון שניתן רשות למשחית אינו מבחין בין מאסק לפרצוף, נקודה. (מיטן אויסנאם פון טוהן עפעס וואס העלפט טאקע...)

ווער ס'איז נאכנישט מסכים צי דעם יעצט ווייל ער קען נישט טראכטן פארקערט פון מעינסטריעם אדער איינזעהן אין די היפאקריטיע פון די דעמאקראטישע ליבעראלע פארטיי הדומה לחמור (כ'בעט איבער אלע אייזלען פון איבער די וועלט פארן זיי צישטעלן צי די גרועים, ס'איז נאר לסבר את האוזן. עטס זענטס געוויס סאך מער און בעסער. ואתכם הסליחה) וועט עס איינזעהן אינעם נאנטן ציקונפט.

דערווייל דארפן אינז מקבל זיין דעם גזר דין באהבה און חלילה נישט קיין פאראיבל האבן אויף אינזערע זיידעס וואס זענען געקימען קיין עליס איילענד אנשטאט קיין בריסטאקאווע בעי..

דארפסט פארשטיין, עטליכע טיגערס זענען געווארן אנגעשטעקט אין איר גארטן. מען קען נישט האבן ביידע וועלטן...
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 10:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ציגאנער האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פארוואס פארבאט מען טאקע נישט קיין מאסקעס נאכדעם וואס דאס האט געקאסט דאס לעבן פון אן אומשילדיגן פענגווין נעבעך?...

טאקע געשען אדער נאר א וויץ?

https://thehill.com/changing-america/su ... owing-face
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

Goodmorning האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:פון וואו קענסטו וויסן אזא זאך?

אפשר מאכן זיי סאושעל דיסטענסינג אינעווייניג, גייען מיט מאסקעס,

זייטיגע שאלה, כ'קען דיר נישט. פון דיינע תגובות קוקט אויס ווי די ווילסט אז די מציאות זאל זיין אז אין קירכע היט מען אויף די רעגולאציעס, כ'מעג פארשטיין וואס שטיפט דיר צי האבן א גינסטיגע בליק אויף זיי?

ער רעדט פשוט מציאות דארט האט אן אפיציעלע אינסטיטוציע מורא צו פארלעצן, בכלל קוק איך צו דא אין מאנרא ווי די גוים זענען אין ליין זעקס פוס פונקטליך, צו מען האלט צו נישט איז מען נישט איין געמיינדע און מען ווייסט נישט וואס יענער טראכט, און מען וויל אים נישט אויפרעגן מיטן קומען צו נאנט.

קיינער מיינט נישט אז גוים פארלעצן נישט, אבער די טאטאלע איגנארירונג פון מאסקעס וכו גייט נישט אן דארט.

אין אמעריקע זענען מיר ערליכע "געזעץ'" היטער אין מיר מיזן נישט היטן גײן "רעגולאציעס" װאל "רעגולאציעס" זענען הפיך פון װאס אמעריקע איז, מ׳קען ניט פארלעצען אזאך װאס איז קײן געזעץ אין ס׳איז נישטא קײן שום "געזעץ" צי גײן מיט א מאסק אין צי האבן א פארזאמלונג מיט א באגרעניצטע צאל מענטשן
לעצט פארראכטן דורך abeg אום פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 10:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:רבותי! הערטס אויף זיך צו טעסטען, ס'איז נישטא קיין שום סיבה זיך צו טעסטען, אויב מ'האט סימטאמס זאל מען זיך אילאזירען און אכטונג געבען וואס מ'דארף נישט צו אנשטעקען קיינעם און זיך צו היילען, זייערע נאמבערס זענען געבעיסד אויף טעסטינג ריזאלטס, קיינער זאל נישט גיין נעמען קיין קאוויד טעסט!

אפשר זאל מען מאכן א ווינט אז געזונטע מענטשען, ווער עס פילט זיך גוט זאל זיך גיין טעסטען, אזוי וועט זיין אסאך נעגעטיוו טעסטס. וועט די פערסענטעדש פון פאזיטיוו זיין אסאך נידריגער.
למעשה ביי אונזער היימישען עולם טעסטען זיך כמעט נישט קיין מענטשען וואס פילן גוט במילא אויב טעסטען זיך נאר מענטשען וואס פילן נישט גוט איז די פערסענטעדש רעיט העכער.
משא״כ ביי די גוים איז כסדר דא פראפאגאנדע פון די רעגירונג אז יעדער, אפילו געזונטע מענטשען זאלן זיך טעסטען וואס דאס טוט מאכן אז די נומבערס זאלן זיך האלטען נידריג.

מ'ווייסט דאך שוין די מציאות אז מ'קען זיין פאזיטיוו (לויט די טעסט..) פאר א 6 וואכן און נישט האבן קיין שום סימפטאמען...

די אלע וואס האבן עס געהאט פורים צייט טעסטען נאכאלס פאזיטיוו? נישט מסתבר. עס איז דא הונדערטער היימישע יודן וואס האבן דאס דעמאלטס געהאט און פילן שוין גוט פאר די לעצטע פיר פינף חדשים. זאלן זיי זיך גיין טעסטען וועט דאס אראפברענגען די פערסענטעדש ראטע.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פארוואס פארבאט מען טאקע נישט קיין מאסקעס נאכדעם וואס דאס האט געקאסט דאס לעבן פון אן אומשילדיגן פענגווין נעבעך?...

טאקע געשען אדער נאר א וויץ?

https://thehill.com/changing-america/su ... owing-face

:shock:
רחמאאנא ליצלן!!.......
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

אחד הרבנים האט געשריבן:די אלע וואס האבן עס געהאט פורים צייט טעסטען נאכאלס פאזיטיוו? נישט מסתבר. עס איז דא הונדערטער היימישע יודן וואס האבן דאס דעמאלטס געהאט און פילן שוין גוט פאר די לעצטע פיר פינף חדשים. זאלן זיי זיך גיין טעסטען וועט דאס אראפברענגען די פערסענטעדש ראטע.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
זאגסט דאך אזוי גוט!

מ'דארף איינשטעלן א 'טעסט- דרייוו' בלויז פאר געזונטע...
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יש ברירה האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:לשיטתך איז נאריש צו טראגן מאסקעס און היטן רעגולאציעס.

טא פונקט פארקערט, איך ארבעט שווער צו איבערצייגן ווי נאריש זיי זענען!...

כ'ציטער דו קענסט מיר אין ריעל לייף, ווייל דא אויף אייוועלט האסטו אזא שיטה פון מיר נישט געהערט... (אין ריעל לייף אויך נישט אבער קען מעגליך זיין כ'האב אמאל געוויצעלט דערפון, דענק איך נישט.)

----
אז כ'האב דיר שוין אפן ליין דא, ביזט דאך א שטיקל חיות ליבהאבער, פארוואס פארבאט מען טאקע נישט קיין מאסקעס נאכדעם וואס דאס האט געקאסט דאס לעבן פון אן אומשילדיגן פענגווין נעבעך?...

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7#p2388007
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ניבא ולא ידע מה ניבא... (כ'רעד פון זעך)
מיט יעדן טאג וואס גייט פארביי ווערט דער רעיון נאר שטערקער און אמת'דיגער
קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

לולא קואמא'ס קריאזע חשבונות פאר זיין עתיד, ולולא די עלעקשענס וואס גייען אט אט פארקומען, וואלט די שטאט אויסגעקוקט פינקט ווי פאר 7 חדשים צוריק
ס'ווייסט יעדער טיעף ביי זיך אין די קישקעס אז אין מנוס. בלינד דארף מען זיין אז דער פאפירענע מאסק שלאגט זיך מיט די וויירוס פארשפרייטונג.
כיון שניתן רשות למשחית אינו מבחין בין מאסק לפרצוף, נקודה. (מיטן אויסנאם פון טוהן עפעס וואס העלפט טאקע...)

ווער ס'איז נאכנישט מסכים צי דעם יעצט ווייל ער קען נישט טראכטן פארקערט פון מעינסטריעם אדער איינזעהן אין די היפאקריטיע פון די דעמאקראטישע ליבעראלע פארטיי הדומה לחמור (כ'בעט איבער אלע אייזלען פון איבער די וועלט פארן זיי צישטעלן צי די גרועים, ס'איז נאר לסבר את האוזן. עטס זענטס געוויס סאך מער און בעסער. ואתכם הסליחה) וועט עס איינזעהן אינעם נאנטן ציקונפט.

דערווייל דארפן אינז מקבל זיין דעם גזר דין באהבה און חלילה נישט קיין פאראיבל האבן אויף אינזערע זיידעס וואס זענען געקימען קיין עליס איילענד אנשטאט קיין בריסטאקאווע בעי..

דארפסט פארשטיין, עטליכע טיגערס זענען געווארן אנגעשטעקט אין איר גארטן. מען קען נישט האבן ביידע וועלטן...

איך הער פון ווי דו קומסט, האסט רעכט מיר אזוי אפציליינען, אבער מיינע ווערטער האבן דאס נישט געמיינט.

איך האב זיך באצויגן צים גאווערנארס קלעימס אז ״מעסקס סעיווס לייווס״ ״סאושעל דיסטענסינג קיללד דע וויירעס״ און אז ״גא-ט באקומט נישט קיין קרעדיט, ער האט עס נישט באזיגט, אינז האבן״ (עפ״ל) ועל זה יצא הקצף, פינקט ווי דער דריטע קוואוט איז ריין כפירה אזוי זענען די ערשטע צוויי, און אויף דעם האב איך געשריבן אז פאפירענע מאסקעס שלאגט זיך נישט מיטן מלאך המוות...

דארפסט נישט מער ווי דעם אז האסט נישט געטראפן פון מיר קיין שום אנדערע ווארט אינעם ענין נאר אויף וויפיל ס'איז געווען נוגע אראפצירייסן דעם ערגסטן 2 פנימדיגער וואס כ'קען נאר געדענקען... כ'האב אסאך געליינט דא די צאללאזע ויכוחים אין דעם ענין, כ'האב נישט געשפירט וויכטיג אריינצירעדן ווען דער נושא קוקט שוין אויס געשלאסן ביי יעדן איינעם לפי מהלך מחשבתו בלא שום פתח של מחט קיין שאנסן פאר א טויש אין מיינונג.

לשיטתי איז נישט נאריש צי טראגן מאסקעס און היטן רעגולאציעס.
לשיטתי איז א פראבלעם ווען מ'איז זיך בוטח אינעם מאסק און אין אנדערע מאסנאמען ווען אין פאקט זענען זיי בלויז ווייטע השערות אז ס'טוט עפעס אויף.
לדעתי איז די גרויסע עסק וואס די וועלט מאכט איבער מאסקעס ודומה לו בלויז א מיטל צי קענען ווייטער אנהאלטן דעם בטחון בנדיבים און ווי ווייניגער אנערקענען אז השם ממית ומחי'
ס'גייט אין שוואנג מיט די אויר הכפירה וואס האט איינגענימען די וועלט די לעצטע הינדערט יאר. וזהו.

נאריש צי טראגן מאסקעס? וועסטו פון מיר נישט הערן. אגב בין איך נעכטן געווען פון די איינצעלנע מאסק טראגערס אין (נמחק מחמת גילוי) גראסערי אין בארא פארק, אפילו די אינדיאנע קאשיער זענען בלויז געגאנגען מיט די מאסקע איבערן בארד....
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

farshlufen האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:רבותי! הערטס אויף זיך צו טעסטען, ס'איז נישטא קיין שום סיבה זיך צו טעסטען, אויב מ'האט סימטאמס זאל מען זיך אילאזירען און אכטונג געבען וואס מ'דארף נישט צו אנשטעקען קיינעם און זיך צו היילען, זייערע נאמבערס זענען געבעיסד אויף טעסטינג ריזאלטס, קיינער זאל נישט גיין נעמען קיין קאוויד טעסט!

איך מיין אז טאמער איינער וואינט אין ברוקלין און טעסט זיך אין מאנהעטן ווערט עס גערעכנט ווי א קעיס פון מאנהעטן. אלזא קען זיך יעדער גיין טעסטן אין מאנהעטן ושלום על ישראל.

קארעקט מי איף איין ראונג

דאס מאל ביסטו ראנג.

זיי נעמען די פאון נומער און אדרעסע און גייען לויט דעם.

יעדער קען איין צוויי האטליין נאמבערס וואס זענען 212 עריא קאוד :lol:
אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

לייטער האט געשריבן:
אפשר פארקערט האט געשריבן:אדרבה קום אריין קלאר וואס זאל טיען א מענטש וואס האט פיבער זאל ער זיך איינשפארען גלייך? איך האב געהאט פיבער אין געהיסט און געמאכט א טעסט און עס איז צריק געקימען נעגעטיוו[te]

קלאר אז די האסט פיבער זאלסטו ח''וו נישט גיין אין פאבליק, די טעסט קען זיין ראנג, איך ווייס קלאר פון א פאל וואס די טעסט האט געוויזן נעגעטיוו פאריגע וואך ווען ער האט געהאט פיבער און יעצט איז ער אויף אקסידזשען אינדערהיים
איינער וואס פילט נישט 200% גוט טאר נישט גיין אין פאבליק בשום אופן

דער וואס איז יעצט אויף אקסידזשען האט למעשה געטעסט פאזעטיוו?
איך האב נאך פון קיינעם געהערט אזא חומרא אז אפי' מטעסט נעגעטיוו זאל מען בלייבן אינדערהיים איך מיין אז די ביסט נאך ערגער ווי דיבלאזיא
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

כמיין אז אזא באשלוס פון יא טעסטען אדער נישט טעסטען באלאנגט נישט פאר פאשקעווילען און מזאל פסקנען לויט דעם און זיכער נישט א געדרוקטע צעטעל וואס פארט ארום אויף אינטערנעט אבי ווער קען דעס שרייבען, סברענגט נאר צימישעניש אין קאנטער רעאקציעס און אומגעווינטשענע נייעס פון שוואכע אידען שוואכע בעלי דעות וועלכע וועלען ארומדרעגען די יעצטיגע אויפשטייג על לא דבר און מאכען אן אומזיסטיגע מאראסט איבער די ניו יארקע גאסען לכבוד אזאלכע צעטליך

סאיז שוין צייט זיך אויסצילערנען צי טשעקען יעדע קאפ טיי וואס מטרינקט דא אויף אינטערנעט צי סאיז נישט פארסמט

נ.ב. איך רעד נאר צי די וואס פארשטייען וואס איך זאג
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

אפשר פארקערט האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
אפשר פארקערט האט געשריבן:אדרבה קום אריין קלאר וואס זאל טיען א מענטש וואס האט פיבער זאל ער זיך איינשפארען גלייך? איך האב געהאט פיבער אין געהיסט און געמאכט א טעסט און עס איז צריק געקימען נעגעטיוו[te]

קלאר אז די האסט פיבער זאלסטו ח''וו נישט גיין אין פאבליק, די טעסט קען זיין ראנג, איך ווייס קלאר פון א פאל וואס די טעסט האט געוויזן נעגעטיוו פאריגע וואך ווען ער האט געהאט פיבער און יעצט איז ער אויף אקסידזשען אינדערהיים
איינער וואס פילט נישט 200% גוט טאר נישט גיין אין פאבליק בשום אופן

דער וואס איז יעצט אויף אקסידזשען האט למעשה געטעסט פאזעטיוו?
געטעסט נעגעטיוו
איך האב נאך פון קיינעם געהערט אזא חומרא אז אפי' מטעסט נעגעטיוו זאל מען בלייבן אינדערהיים איך מיין אז די ביסט נאך ערגער ווי דיבלאזיא
די האסט געפרעגט ביי א פאל וואס מען האט פיבער און די טעסט איז נעגעטיוו, האסט געפרעגט איז מיין תירוץ אז מזאל זיכער מחמיר זיין ביז 2 3 טעג נאכדעם וואס מען פילט אינגאנצן אינגאנצן גוט, די טעסט איז נישט אייביג אקוראט, און ח''וו ארויסגיין אינמיטן האבן פיבער אפגעזען וועגן די טעסט
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

?Maybe its Flu

קען זיין, ספק נפשות להחמיר
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

לייטער האט געשריבן:
אפשר פארקערט האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
אפשר פארקערט האט געשריבן:אדרבה קום אריין קלאר וואס זאל טיען א מענטש וואס האט פיבער זאל ער זיך איינשפארען גלייך? איך האב געהאט פיבער אין געהיסט און געמאכט א טעסט און עס איז צריק געקימען נעגעטיוו[te]

קלאר אז די האסט פיבער זאלסטו ח''וו נישט גיין אין פאבליק, די טעסט קען זיין ראנג, איך ווייס קלאר פון א פאל וואס די טעסט האט געוויזן נעגעטיוו פאריגע וואך ווען ער האט געהאט פיבער און יעצט איז ער אויף אקסידזשען אינדערהיים
איינער וואס פילט נישט 200% גוט טאר נישט גיין אין פאבליק בשום אופן

דער וואס איז יעצט אויף אקסידזשען האט למעשה געטעסט פאזעטיוו?
געטעסט נעגעטיוו
איך האב נאך פון קיינעם געהערט אזא חומרא אז אפי' מטעסט נעגעטיוו זאל מען בלייבן אינדערהיים איך מיין אז די ביסט נאך ערגער ווי דיבלאזיא
די האסט געפרעגט ביי א פאל וואס מען האט פיבער און די טעסט איז נעגעטיוו, האסט געפרעגט איז מיין תירוץ אז מזאל זיכער מחמיר זיין ביז 2 3 טעג נאכדעם וואס מען פילט אינגאנצן אינגאנצן גוט, די טעסט איז נישט אייביג אקוראט, און ח''וו ארויסגיין אינמיטן האבן פיבער אפגעזען וועגן די טעסט

אפשר האט יענער א נעמאוניע און ער מוז דריגנד נעמען אנטיביאטיק, מאך זיכער אז ער נעמט א טשעסט עקסרעי
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פאלעסיידס האט געשריבן:כמיין אז אזא באשלוס פון יא טעסטען אדער נישט טעסטען באלאנגט נישט פאר פאשקעווילען און מזאל פסקנען לויט דעם און זיכער נישט א געדרוקטע צעטעל וואס פארט ארום אויף אינטערנעט אבי ווער קען דעס שרייבען, סברענגט נאר צימישעניש אין קאנטער רעאקציעס און אומגעווינטשענע נייעס פון שוואכע אידען שוואכע בעלי דעות וועלכע וועלען ארומדרעגען די יעצטיגע אויפשטייג על לא דבר און מאכען אן אומזיסטיגע מאראסט איבער די ניו יארקע גאסען לכבוד אזאלכע צעטליך

סאיז שוין צייט זיך אויסצילערנען צי טשעקען יעדע קאפ טיי וואס מטרינקט דא אויף אינטערנעט צי סאיז נישט פארסמט

נ.ב. איך רעד נאר צי די וואס פארשטייען וואס איך זאג

יישר כח פארן עס קלאר פארשטיין געבן, מכל מלמדי השכלתי.. האב איך דאס נישט אליינס געכאפט פריער...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

WESTERLEIGH, Staten Island (WABC) -- Fifty staff members at IS 51 in Westerleigh on Staten Island must quarantine after coming into contact with another staff member who tested positive for COVID.

The Department of Education says social distancing protocols that were put into place to prevent situations like this were not followed, which is why such a high number of staff members had to self-quarantine.

The DOE released a statement Thursday saying,

"Our strict safety protocols immediately identified a positive case at IS 51 and a Test + Trace investigation quickly identified close contacts. Our social distancing protocols, which were unfortunately not followed by school staff, are designed to prevent this scenario and this will be addressed. It takes the cooperation of everyone working together and closely following safety rules to stop the spread. With citywide transmission hovering at or below one percent, we can stop the spread if commonsense precautions are taken by all."

There were no students in the building when the contact when the positive case happened.

Sources tell Eyewitness News district workers are now filling the open slots.

New York City schools, including IS 51, will fully open Wednesday and Thursday.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

סטעטען איילענד:
50 סטעף מעמבערס פון א סקול ברויכען זיך קוואראנטינען נאכדעם וואס זיי זענען געקומען און בארירונג מיט א פאזיטיוו קעיס
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

וויאזוי קען ער שליסן ווען עס זענען נישט דא קיין קעיסעס אין די מוסד?
100 N.Y.C. School Buildings Have Already Reported a Positive Case
in accordance with city guidelines that only those schools that report at least two cases in different classrooms will be shut.

https://www.nytimes.com/2020/09/23/nyre ... hools.html
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8629
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

פון "די צייטונג"

שטאט ווארנט מיט גאר שטרענגע צוימונגען אויף חרדי'שע געגענטער וואו קאוויד האט אויפגעלעבט

דער שטאטישער העלט דעפּארטמענט האט דאנערשטאג שפּעט נאכמיטאג ארויסגעשיקט א וויכטיגע ווארענונג, אונטער'ן קעפּל "וויכטיגע אינפארמאציע איבער זארג פאר קאוויד-19", אדרעסירנדיג דעם וואוקס פון קאוויד פאלן אין געוויסע געגנטער פון ברוקלין און קווינס, וואס אין רוב פון די געגנטער וואוינען חרדי'שע אידן.

דאס קומט נאך דעם ווי די שטאט האט שוין ביי א פריערדיגע געלעגנהייט געווארנט, נאך פאר ר"ה, אז עס איז אנטשטאנען א "קלאסטער", וואס מיינט א גרופּע פּלעצער וואו עס געפינען זיך לעצטנס מער קאוויד פאלן, און דער מעיאר האט דאס באצייכנט ווי "אושען פּארקוועי קלאסטער", ווייל רוב פון די "זיפּ קאודס" אין ברוקלין וואס האבן לעצטנס געהאט אן אויסטערלישן וואוקס פון קאוויד פאלן, גרעניצן זיך מיט אושען פּארקוועי, דעריבער האט דער מעיאר דאס אזוי באצייכנט.

באלד פון אנהויב איז ער ארונטערגעריסן געווארן פון די פּרעסע פארוואס ער נוצט אזא סארט איידעלן אויסדרוק דערויף, פארוואס ער זאגט נישט ארויס מער אפען אז די רעדע איז דא פון חרדי'שע געגנטער, אדער ווי זיי רופן דאס "קאמיוניטיס וואו עס וואוינען ארטאדאקסישע אידן". דער מעיאר האט זיך אבער נישט געלאזט אויפהעצן, און מ'האט געזען ביי זיינע טעגליכע פּרעסע קאנפערענצן ווי ער האט זיך ממש געשלאגן מיט די פּרעסע פארטרעטער ווען ער האט מיט זיין עקשנות נישט געוואלט באשולדיגן אז דאס האט צו טאן מיט אידן וועלכע פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס אזוי ווי אנדערע מענטשן וואס פאלגן יא. אדרבה. דער מעיאר האט געזאגט אז מ'איז אין פארבינדונג מיט די רבנים און קאמיוניטי פירער אין יענע געגנטער, וועלכע האבן פארשפּראכן זייער פולע קאאפּעראציע, און אזוי האפט מען צו קענען אראפּקלאפּן דעם פּאנדעמיק וואוקס.

דעם דאנערשטאג, האט שוין דער מעיאר צום ערשטן מאל אין א לאנגע צייט אפּגעהאלטן א נארמאלע פּרעסע קאנפערענץ, ווען מ'האט זיך געקענט פּערזענליך באטייליגן, פארשטייט זיך מיט מאסקעס און שטייענדיג עטוואס אפּגעזונדערט, ווי מ'רופט דאס "סאשעל דיסטענסינג", און די פראגעס זענען געפלויגן צום מעיאר איבער אלע סארטן טעמעס, און ווי פארשטענדליך, אויך איבער די קאוויד פאלן אין די חרדי'שע געגנטער, ווען געוויסע נייעס אינסטאנצן האבן פּובליצירט באשרייבונגען און בילדער ווי אזוי מ'דרייט זיך ארום אויף די גאסן אדער אין די שוהלן אן מאסקעס, און מ'שטייט נאענט איינער צום אנדערן, אזוי אז עס האט שוין נישט געקענט זיין קיין פראגע פון וועמען די רעדע איז.

פריער אין די וואך, ווען מ'האט פארגעהאטן דעם מעיאר פארוואס די שטאט נעמט נישט קיין שטרענגע שריט אין די אידישע קאמיוניטיס, און דער מעיאר האט איבערגעגעבן דאס ווארט צום הויפּט דאקטאר פון דעם שטאטישן שפּיטאל סיסטעם, מיטשעל קאץ, האט דר. קאץ אויפגעקלערט אז מ'נעמט עס יא ערנסט. ער האט אפילו דערמאנט אז ער אליין האט פארלוירן זיין שווער ע"ה צוויי טעג פריער, ווען ער איז געשטארבן אין ירושלים פון קאוויד, און זיין שוויגער האט אפילו נישט געקענט זיצן שבעה אינאיינעם מיט איר קינד, צוליב די שטרענגע אפּזונדערונגען וואס מ'פאלגט אויס אין א"י, ווי איינער זאגט, די אידן פאלגן יא די אפּזונדערונג פארלאנגען, די אידן אנערקענען יא דעם אקטועלן קאוויד געפאר און האלטן זיך נישט "העכער" פון יעדן, אז נישט זיי מיינט מען מיט די אלע באווארענונגען און פארלאנגען.

די ערשטע פראגעס ביי די פּרעסע קאנפערענצן דרייען זיך געווענליך איבער דעם שטאטישן שולע סיסטעם, מ'זעט ווי דער מעיאר פּלאגט זיך איבער די פראגע פון יא אדער נישט עפענען די שולעס, און ער מוז דאס האלטן אין איין אפּשטופּן ווען מ'זעט אז מ'האט נאך נישט געהעריג צוגעגרייט אלע שולע געביידעס, אבער דער מעיאר גיט אויך איבער די גוטע סטאטיסטיקס, אז דער מצב איז גאנץ גוט אין דער שטאט, ווי צ.ב.ש. דאנערשטאג האט מען באריכטעט אז 56 מענטשן זענען אריין אין שפּיטעלער צוליב קאוויד, וואס איז געווען א פּאזיטיווע ראטע פון 9.72. די נייע באשטעטיגטע קאוויד פאלן אויף א זיבן-טאג דורכשניט איז געווען 320, וואס איז בלויז 1.20 פּראצענט.

דער מעיאר האט זיך אויך בארימט אז די שטאט האט שוין אויפגעשטעלט אן אייגענע טעסט לאבאראטאריע, וואו עס קאסט בלויז $28 א טעסט, א פערטל וויפיל מ'האט געדארפט צאלן פאר אנדערע לאבאראטאריעס, און מ'וועט עס נאך אראפּקלאפּן אויף 5 ביז 10 דאלאר, מיט די האפענונג אז דער טעסט זאל קענען ברענגען רעזולטאטן ביז 15 מינוט. איצט דויערט עס פון 24 ביז 48 שעה.

מען האט אבער צוריקגעדרייט דעם שמועס צו די אידן, ווייל אין די אידישע געגנטער זענען געווען אזוי פיל באשטעטיגטע נייע קאוויד פאלן, אז דאס איז געווען א שטוינענדע 20 פּראצענט פון דעם סך הכל פון די גאנצע שטאט! ד.מ., איינע פון יעדע 5 נייע קאוויד פאלן איז ביים חרדישן ציבור!
אלס א ביישפּיל, האט איינער געפרעגט דר. קאץ, אז אזוי ווי די מענטשן פון וועמען ער האט גערעדט נעכטן (מיטוואך) האבן זיך פארזאמלט צוליב דעם אידישן יו"ט אין פארלאפענעם וויקענד (מיינענדיג ר"ה), ערווארטסטו אז די פּאזיטיוו ראטע וועט שטייגן ווען מ'גייט פאראויס?

דר. קאץ האט אנערקענט אז מ'איז טאקע באזארגט, און ער האט אויפגעקלערט פאר די אלע וואס קענען נישט די אידישע טראדיציעס, אז מיר האלטן איצט אין זייער א ספּעציעלע צייט, צווישן ר"ה און יו"כ, ווען עס זענען נישטא א סאך יו"ט פייערונגען. פאר אונז אידן, איז דאס ענדערש א צייט פון איבערטראכטן, פון תשובה. מיר זענען אבער גאר שטארק באזארגט אז מ'גייט דערנאך צום יו"ט סוכות וואס איז גאר אנדערש, עס איז א שמחה'דיגער יו"ט (זמן שמחתינו), ווען מענטשן טרעפן זיך אינאיינעם צו פייערן דעם יו"ט, וואס צוליב דעם וועלן מיר מוזן דאפּלען אונזערע באמיאונגען אין אלע ברוקלינער געגנטער.

מיר וועלן ארויסשיקן אונזערע קארס מיט מיקראפאנען וואס וועלן געבן מעסעדזשעס אין אידיש און אין ענגליש, דערמאנענדיג די מענטשן אז מיר קענען פארזעצן אונזערע פייערונגען און אונזערע באגעגענישן, אבער מ'מוז גיין מיט א מאסקע אזוי ווי מיר אלע טוען דאס, און מ'מוז זיך האלטן ווייט, און אויב מ'טוט די צוויי זאכן, וועלן מיר קענען האבן (פייערן בשמחה) דעם יו"ט. דר. דזשאקשי (העלט קאמישאנער) און איך, אינאיינעם מיט'ן מעיאר, פּאסן אויף זייער פארזיכטיג די סטאטיסטיקס. מיר קוקן אויף דעם יעדן טאג, צומאל מער ווי איינמאל א טאג. מיר קוקן אויף די טעסט נומערן, און אויף די נומערן פון די נייע פאלן, און מיר גרייטן זיך אויב נויטיג צו נעמען שטרענגע שריט כדי צו פארמיידן פרישע פאלן, און פארמיידן דעם קאשמאר וואס מיר אלע האבן איבערגעלעבט אין מערץ און אין אפּריל.

אויף דעם איז געקומען די פראגע צו קאץ: און אויב איר וואלט געוואוינט אין איינעם פון די דאזיגע געגענטער, און איר וואלט געוואלט גיין דאווענען, וואלט איר זיך באטייליגט אין א שוהל אינעווייניג?

דער דאקטאר האט זאפארט אן טראכטן אויפריכטיג געענטפערט אז יא, ער וואלט געדאווענט אינעווייניג, אבער ער וואלט געגאנגען מיט א מאסק און ער וואלט נישט געזעסן נעבן עמיצן וואס איז נישט טייל פון זיין פאמיליע, און דאס איז וואס מיר פארלאנגען פון יעדן. מ'בעט נישט די מענטשן זיי זאלן נישט פייערן דעם יו"ט. מיר בעטן די מענטשן זיי זאלן גיין מיט מאסקעס, און מיר בעטן די מענטשן זיי זאלן שטיין ווייט פון פרעמדע מענטשן.
שפּעטער, ווען דער מעיאר האט שוין געוואלט שליסן זיין פּרעסע קאנפערענץ, האבן די רעפּארטערס זיך אנגעהויבן צו קריגן מיט אים, פארוואס ער ענדיגט עס אזוי שנעל, און איינער האט אים אפילו פארגעהאלטן: מר. מעיאר, מיר זענען אלע געפארן אויפ'ן טרעין. מיר האבן אלע גענומען א ריזיקע אהער צו קומען. איך מיין אז עס איז אפשר בלויז יושר דו זאלסט אויסהערן אונזערע פראגעס.

ווען דער מעיאר האט פארט געוואלט שליסן, האט איינער נאך אריינגעשריגן: איבער בארא פּארק, מר. מעיאר, באזונדער איבער דעם בארא פּארק פרישן אונטערגאנג. מיר מעיאר, מיר זענען געפארן אויף א טרעין. מיר האבן ריזיקירט אונזער געזונט - .

מיט דעם האט זיך אבער די פרעסע קאנפערענץ געענדיגט. דער מעיאר האט זיך נישט געוואלט לאזן אויפהעצן. ער האט נישט געוואלט לאזן ציען קיין רייד קעגן די אידן, אזוי ווי מ'האט געזען ביי פריערדיגע געלעגנהייטן, יעדעס מאל ווען מען האט אים געוואלט פארהאלטן אז די אידן פאלגן נישט, א.ד.ג., האט דער מעיאר דאס נישט צוגעלאזט.

מ'האט אים אפילו פארגעהאלטן ביי איינע פון די פּרעסע אויפטריטן פארוואס ער רופט דאס "אושען פּארקוועי קלאסטער", פארוואס ער זאגט נישט אפען "ארטאדאקסישע קאמיוניטיס", וואס רעאליסטיש שטעקט דאס מיט א היבש ביסל אנטיסעמיטיזם, ווייל מיר האבן נישט געהערט אז מ'זאל אזוי צימבלען דעם מעיאר עטליכע וואכן צוריק, ווען ער האט גערעדט פון א "סאנסעט פּארק קלאסטער", אז מ'האט דארט געטראפן א פיל גרעסערע צאל קאוויד פאלן ווי איצט אין בארא פּארק אדער אין די אנדערע חרדי'שע געגנטער. יעדער ווייסט אז אין סאנסעט פּארק וואוינט א גרויסע כינעזער קאמיוניטי, האט מען נישט געמאכט קיין עסק איבער די כינעזער, אבער ווען עס טרעפט זיך אביסל א וואוקס אין די חרדי'שע געגענטער, מאכט מען יא א לאנגס און א ברייטס פארוואס דער מעיאר קומט נישט שארפער ארויס, פארוואס ער אידענטיפיצירט נישט מער אפען אז די רעדע איז דא פון אידן, אידישע קאמיוניטיס, נאר ער באהאלט דאס אלס "אושען פּארקוועי קלאסטער".

פונדעסטוועגן, האט דער מעיאר א פליכט צו זארגן פאר'ן וואוילזיין פון די שטאט, ווי עס איז ארויסגעברענגט געווארן דורך אים און אויך דורך אנדערע, אז נישט נאר דארף מען באשיצן די געגנט וואו עס שטייגט איצט די צאל קאוויד פאלן, נאר מ'דארף זיך אויך באווארענען אז דאס זאל זיך נישט אריבערכאפּן אויך צו אנדערע געגנטער, און דאס איז ווארשיינליך א הויפּט סיבה פון די פרישע שטרענגערע ווארענונגען וואס זענען דאנערשטאג נאכמיטאג פּובליצירט געווארן, וואס אפילו אויך איצט זעט מען אז עס גייט "מיט רחמים", מ'גיט ווארענונגען, מ'גיט א געלעגנהייט צו ווארטן א פּאר טעג, צו זען צי מ'וועט אליין מאכן ארדענונג.

עס זעט נישט אויס ווי מ'וועט טשעפּען די בתי מדרשים יוה"ק, ווייל ער שרייבט דאך אז אויב מ'וועט נישט האבן פארשריט ביז מאנטאג אוונט, מוצאי יוה"ק, וועט מען נעמען שטרענגערע מיטלען דינסטאג, וואס ווערט אויסגערעכנט אין די בייגעלייגטע מעלדונג, וואס מ'זאל נישט לייכט נעמען.
געדענקט, דער מעיאר און זיינע קאמישאנערס קענען נישט צולאזן א הפקרות, סיי ווייל זיי דארפן באשיצן די אידישע געגענטער, וואס ליידער הערט מען שוין פון א גרעסערע צאל ערנסטע קאוויד פאלן. כאטש מ'זוכט דאס צו פארדעקן, נישט צו מאכן א פּאניק, ווייסט שוין כמעט יעדער פון עמיצן וואס איז לעצטנס קראנק געווארן, וואס רוב פון זיי פּרובירט מען צו באהאנדלען אינדערהיים מיט אקסיגען און אנדערע מיטלען, וואס אויב דאס העלפט נישט, מוז מען אנקומען אין שפּיטאל, וואס ה' ירחם!...

מיר וועלן דא אין קורצן ארויסברענגען די הויפּט פּונקטן פון דעם בריוו.

אנגעהויבן פון פרייטאג, וועלן זיין רעגלמעסיגע אינספּעקשאנס אין אלע נישט-פּאבליק סקולס אין די זיפּ קאודס וואו עס איז געווען א גרעסערע צאל קאוויד פאלן, און אויך אין די שכנות'דיגע זיפּ קאודס. מ'וועט פארזיכערן אז מ'פאלגט אויס די פארלאנגען צו גיין מיט א מאסק און נישט צו נאענט שטיין צו אנדערע.

מ'האט שוין דאנערשטאג געהערט פון אזעלכע אינספּעקשאנס, און מ'דארף בלויז צוריקמישן דאס בלעטל איין יאר, ווי ביטער עס איז געווען אין די חרד'ישע מוסדות ווען די שטאטישע אינספּעקטארס זענען געזעסן פון פארטאגס ביז ביינאכט ביי דעם מיזעלס אונטערגאנג, ווען זיי האבן געכאפּט מוסדות וואס האבן נישט אויסגעפאלגט די פארשריפטן ווען זיי האבן יא געלאזט קומען אין די שולעס קינדער וואס האבן נישט געהאט קיין פּטור פאר די מיזעלס וואקסינאציעס.

די וואך האט די שטאט שוין געשלאסן עטליכע מוסדות אויף 2 וואכן (ביז נאך סוכות) ווען מען האט געפונען עטליכע קאוויד פאלן דארט. די שטאט פארלאנגט צו שליסן א שולע געביידע אויף 2 וואכן, און דאס גוט אויסרייניגן, אויב מען טרעפט מינימום 2 קאוויד פאלן אין 2 באזונדערע קלאסן. נאך די איצטיגע שליסונגען, זענען ארומגעגאנגען פריוואטע אינטערנעט-טשעט מעסעדזשעס צווישן די עלטערן נישט צו נעמען קיין קאוויד טעסטס, כדי נישט צו ברענגען צו א מצב אז מען זאל שליסן מוסדות. איי, מען קען שטעלן קינדער און ערוואקסענע אין א סכנה? האט איר א קשיא.

צוריקקומענדיג צום שטאטישן בריוו: אויב די סטאטיסטיקס וועלן ווייטער שטייגן, איז מעגליך אז מ'וועט רעדוצירן די אקטיוויטעטן אין יענע זיפּ קאודס וואס וועט זיך אנהויבן שוין דינסטאג צופרי. אין דעם איז אריינגערעכנט:

* פארבאטן אלע פארזאמלונגען פון איבער צען מענטשן.

* געבן טיקעטס אויב עמיצער וועט נישט אנטאן די מאסק ווען מ'וועט עס אים געבן.

* פארארדענען צו שליסן פּריוואטע שולעס און דעי קעיר סענטערס אויב זיי קומען נישט נאך די עדיוקעישאן דעפּארטמענט סטאנדארטן.

*און אלס א לעצטער מיטל, פארשליסן אלע נישט-נויטיגע ביזנעסער זאפארט! (דאס מיינט אויך די געשעפטן, אזוי ווי מ'האט געזען ווען די אינספּעקטארס זענען ארומגעפארן טיילן טיקעטס אויב עמיצער האט אריינגעלאזט מענטשן איינקויפן).

די שטאטישע פּאליציי דעפּארטמענט מיט'ן שעריפ'ס אפיס וועלן אויפפּאסן צי מ'גייט מיט די מאסקס אין יענע געגנטער, ווייל אין די געגנטער איז זייער א נידעריגע ראטע פון מענטשן וואס פאלגן אויס די מאסקע רעגולאציעס. מ'האט אויך געפונען אז מ'פאלגט נישט די רעגולאציעס אין געשעפטן, און מ'וועט נאך אמאל גיין אינספּעקטן יעדעס געשעפט וואס האט נישט אויסגעפאלגט ביים ערשטן באזוך.

מ'האט שוין געזען מער שעריפס, פּאליציי און אנדערע שטאטישע באאמטע ארומגיין אין די באטרעפנדע געגנטער, און העלט קאמישאנער טשאקשי און דר. קאץ האבן שוין דאנערשטאג געשמועסט מיט קאמיוניטי פירער איבער דעם פּראבלעם. ע"כ.

געדענקט, דאס איז נישט קיין קינדער שפּיל! אויב מ'וויל האבן דעם ריכטיגן יו"ט זמן שמחתינו, דארף מען אויספאלגן די מאסקע רעגולאציעס, ווייל אויב די שטאט האט ביז איצט אוועקגעקוקט פון דעם - און מ'זאל זיך נישט איינרעדן אז די פּאליציי און די שטאטישע פירער האבן נישט געוואוסט וואס עס טוט זיך אין די שוהלן אדער אין די מוסדות החינוך - קענען זיי דאס מער נישט טאן, ווייל גענוג אנטי-חרדי'שע געשטימטע פּאליטישאנס, און פארשטייט זיך, אויך די פּרעסע וואס זוכט סקאנדאלן, האבן זיך פארלייגט אויף דעם, און ווען מ'האט געזען אז די צאל קאוויד פאלן האט טאקע אנגעהויבן צו שטייגן, מוז די שטאט נעמען שריט דערוועגן.

זאל יעדער זיך פירן אויף א געזונטן שטייגער, און געבענטשט זיין מיט א געזונט יאר.
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פארמאכן מוסדות און ביזנעסער איז בכלל אין דער מאכט פון דעם מעיאר?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איך הער פון ווי דו קומסט, האסט רעכט מיר אזוי אפציליינען, אבער מיינע ווערטער האבן דאס נישט געמיינט.

איך האב זיך באצויגן צים גאווערנארס קלעימס אז ״מעסקס סעיווס לייווס״ ״סאושעל דיסטענסינג קיללד דע וויירעס״ און אז ״גא-ט באקומט נישט קיין קרעדיט, ער האט עס נישט באזיגט, אינז האבן״ (עפ״ל) ועל זה יצא הקצף, פינקט ווי דער דריטע קוואוט איז ריין כפירה אזוי זענען די ערשטע צוויי, און אויף דעם האב איך געשריבן אז פאפירענע מאסקעס שלאגט זיך נישט מיטן מלאך המוות...

דארפסט נישט מער ווי דעם אז האסט נישט געטראפן פון מיר קיין שום אנדערע ווארט אינעם ענין נאר אויף וויפיל ס'איז געווען נוגע אראפצירייסן דעם ערגסטן 2 פנימדיגער וואס כ'קען נאר געדענקען... כ'האב אסאך געליינט דא די צאללאזע ויכוחים אין דעם ענין, כ'האב נישט געשפירט וויכטיג אריינצירעדן ווען דער נושא קוקט שוין אויס געשלאסן ביי יעדן איינעם לפי מהלך מחשבתו בלא שום פתח של מחט קיין שאנסן פאר א טויש אין מיינונג.

לשיטתי איז נישט נאריש צי טראגן מאסקעס און היטן רעגולאציעס.
לשיטתי איז א פראבלעם ווען מ'איז זיך בוטח אינעם מאסק און אין אנדערע מאסנאמען ווען אין פאקט זענען זיי בלויז ווייטע השערות אז ס'טוט עפעס אויף.
לדעתי איז די גרויסע עסק וואס די וועלט מאכט איבער מאסקעס ודומה לו בלויז א מיטל צי קענען ווייטער אנהאלטן דעם בטחון בנדיבים און ווי ווייניגער אנערקענען אז השם ממית ומחי'
ס'גייט אין שוואנג מיט די אויר הכפירה וואס האט איינגענימען די וועלט די לעצטע הינדערט יאר. וזהו.

נאריש צי טראגן מאסקעס? וועסטו פון מיר נישט הערן. אגב בין איך נעכטן געווען פון די איינצעלנע מאסק טראגערס אין (נמחק מחמת גילוי) גראסערי אין בארא פארק, אפילו די אינדיאנע קאשיער זענען בלויז געגאנגען מיט די מאסקע איבערן בארד....

איך וועל אננעמען דיין תי' ווייל, ווי דו האסט געשריבן, איך קען דיך נישט... אבער איך זעה נישט אזא קאנטעקסט.

דא האסטו אויך חוזק געמאכט פון מאסקעס און עס גערופן א פאלטישע משוגעת
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
קרעפלעך האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:ווען די אלע ליבעראלן וועלן ארויפקומען אויף יענע וועלט און מוועט זיי פרעגן פארוואס ביסטו געגאנגן אנגעטוהן אזוי אומאיידל, וועט ער ענטפערן אז סאיז געווען זייער הייס כהאב ממש נישט געקענט אויסהאלטן די היץ.

וועט מען אים ענטפערן. אה און א מאסק האסטו יא געקענט טראגן אין אזעלעכע היצן.....

און דערנאך וועט מען פרעגן דעם איד, פארוואס ביסטו נישט געגאנגען א מאסק, וועט ער ענטפערן ס׳איז געווען זייער הייס, כ׳האב עס ממש נישט געקענט אויסהאלטען.

וועט מען אים ענטפערן. און היט און רעקל האסטו יא געקענט...

(דיסקלעימער: די תגובה ריפלעקט נישט מיין דעה אין די ענינים.)

ווער ס'ענטפערט אזוי האט טאקע א פראבלעם,
איך גיי ענטפערן ווייל איך האב מיר געהאלטן שטארק און נישט געפאלן פאר נארישע פאליטישע משוגעת'ן

אייעם סארי אבער עס קוקט שטארק אויס אזדו האלטסט אז אנטון א מאסק איז נאריש, און דו שרייבסט כמעט קלאר אין דעם תגובה צום דריטן מאל מינימום.

עניוועיס,
צו דיין עצם פוינט אין קורצן, זאגן אז 'מאקסעס ראטעוועט לעבנס' איז נישט קיין כפירה, און עס איז לדעתי זייער זייער נאריש צו זאגן אז יא.

דאס אז דו שרייבסט א 'פאקט' אז מאסקעס זענען א ווייטע השערה אז עס העלפט, איז נישט קיין פאקט. עס איז דיין פריוואטע (און אומאינפארמירטע) מיינונג.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”