דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך ציגאנער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:35 pm

עני אפדעיטס פון די הויעכע פענסטערס??

פעטער ליפא
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 7:28 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך פעטער ליפא » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:41 pm

האט מיר עמיצער נאכגעזאגט בשם ר" פינחס כ"ץ אז ווען גוים זעהן אז אידן גייען נישט מיט קיין מאסקעס איז עס בפשטות חילול השם אפילו אויב עס העלפט נישט

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re:

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:48 pm

סטיטשינער האט געשריבן:איך בין נישט קיין באבובער, אבער דעס איז זיכער אז די קידוש השם און די הסרת החרון אף וואס דער רבי שליט"א האט אנגעמאכט איז ממש אין לשער. אשרי חלקו.

פאר די אלע אידן וואס טראגן נאך נישט קיין מאסקעס: בוז יבוזו לכם.

אפשר זענט איר א באבאוויטשער?
על "טעם וריח" אין להתווכח

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך חסד השם » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:49 pm

פעטער ליפא האט געשריבן:האט מיר עמיצער נאכגעזאגט בשם ר" פינחס כ"ץ אז ווען גוים זעהן אז אידן גייען נישט מיט קיין מאסקעס איז עס בפשטות חילול השם אפילו אויב עס העלפט נישט

וועלכע ר' פנחס? דומ"ץ קיט"ל דסאטמאר טרופ. אדער ר"י דושינסקיא?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

פעטער ליפא
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 7:28 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך פעטער ליפא » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:53 pm

חסד השם האט געשריבן:
פעטער ליפא האט געשריבן:האט מיר עמיצער נאכגעזאגט בשם ר" פינחס כ"ץ אז ווען גוים זעהן אז אידן גייען נישט מיט קיין מאסקעס איז עס בפשטות חילול השם אפילו אויב עס העלפט נישט

וועלכע ר' פנחס? דומ"ץ קיט"ל דסאטמאר טרופ. אדער ר"י דושינסקיא?

דומ"ץ קיט"ל, איך ווייס נישט צו ער פסקנט אזוי הלכה למעשה ער האט ארומגערעדט דערפון ביי שיער אויף הלכות חילול השם

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:54 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:ווילאמסבורג איז פיל מיט מאסקעס

איינער שרייבט מיר יעצט פון א סטאר אויף לי עוו אז ווי א שעה שפעטער אלטס מער גייט מען

#די שניי כאפט זיך שוין אן

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:55 pm

פעטער ליפא האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
פעטער ליפא האט געשריבן:האט מיר עמיצער נאכגעזאגט בשם ר" פינחס כ"ץ אז ווען גוים זעהן אז אידן גייען נישט מיט קיין מאסקעס איז עס בפשטות חילול השם אפילו אויב עס העלפט נישט

וועלכע ר' פנחס? דומ"ץ קיט"ל דסאטמאר טרופ. אדער ר"י דושינסקיא?

דומ"ץ קיט"ל, איך ווייס נישט צו ער פסקנט אזוי הלכה למעשה ער האט ארומגערעדט דערפון ביי שיער אויף הלכות חילול השם

איינער זעהט עפעס א חידוש אין זיינע ווערטער?
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re:

תגובהדורך אורח הכבוד » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:58 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
פעטער ליפא האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
פעטער ליפא האט געשריבן:האט מיר עמיצער נאכגעזאגט בשם ר" פינחס כ"ץ אז ווען גוים זעהן אז אידן גייען נישט מיט קיין מאסקעס איז עס בפשטות חילול השם אפילו אויב עס העלפט נישט

וועלכע ר' פנחס? דומ"ץ קיט"ל דסאטמאר טרופ. אדער ר"י דושינסקיא?

דומ"ץ קיט"ל, איך ווייס נישט צו ער פסקנט אזוי הלכה למעשה ער האט ארומגערעדט דערפון ביי שיער אויף הלכות חילול השם

איינער זעהט עפעס א חידוש אין זיינע ווערטער?

איך זעה די חידוש אז מ'דארך עס אפי זאגן
א-ב
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 4:00 pm

עכט היימיש האט געשריבן:מען האלט מיט טעגליך ווי אזוי דער מעיאר יר"ה פראבירט זיך ארויסצודרייען פון די אנטיסעמיטישע רעפארטער מיט זייערע פראגן איבער אידן, זיי צווינגען אים ממש, און ע"פ רוב האלט ער זיך שטארק.

דער עיקר מערכה אנטקעגן דעם הימישן ציבור ווערט טאקע געפירט דורך דער באאנטער אנטיסעמיטישער פאוסט וועלכע ניצט אונז אידן אלץ זיין פייל אין זיין פאליטישע מערכה אקעגן דער מעיאר.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז ער זאל האבן די כוחות ווייטער בייצושטיין די חיצים ובלסטראות וואס ער כאפט נעבעך צאם פאר אונזער וועגן, און ער זאל זיך נישט אפשטעלן פון היטן אויף אונז אפי' ווען ער אטאקירט טעגליך די שווארצע און נעבעדיגע ראיאטירער זאל ער אונז אפלאזן.

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך ציגאנער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 4:06 pm

נישטאמת האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:ווילאמסבורג איז פיל מיט מאסקעס

איינער שרייבט מיר יעצט פון א סטאר אויף לי עוו אז ווי א שעה שפעטער אלטס מער גייט מען

#די שניי כאפט זיך שוין אן

#די שניי האט זיך/האלט זיך אינמיטן אויפלאזן...

יעצט וואס?...

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך אורח הכבוד » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 4:16 pm

און צו די וואס פרעגן מיט א געמאכטע תמימות מאי שנא פון אר''י

ab4370ddf4cde2873c461f6e287631df0163ea24-1.jpg
ab4370ddf4cde2873c461f6e287631df0163ea24-1.jpg (263.68 KiB) געזעהן 644 מאל

221ff0b624c044143f27e858e244716cf8ca087f-1.jpg
221ff0b624c044143f27e858e244716cf8ca087f-1.jpg (250.53 KiB) געזעהן 644 מאל


(און דאס איז שוין אפי' אויב מ'גייט מיט מיט די וואנזיניגע מהלך אז טראגן מאסקעס איז א געהעריגע גזירה אויף אידען)
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 4:35 pm

איך זעה ווי איעדער רעדט דא ארום צו מען זאל-מוז גיין מיט א מאסק וועגען איבו, קידוש השם, מען זאל נישט פארשפארן, וכו'. אלעס חשובע זאכן אין וואס איך קען נישט אריינרעדן.

אבער לכולי עלמא, האט עס גארנישט מיטן העלפן אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן...
און איך טראכט צו מיהר, איז דאס אונזער "עם חכם ונבון"?
די גרויסע וועלטליכע העלטה ארגאנאזאציעס האלטן אלע, אז גיין מיט א מאסק איז פון די בעסטע זאכן וואס קען העלפען, אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן אזוי שנעל. עס העלפט נישט מען זאל עס נישט כאפן. ווייל געווענדליך כאפט מען זיך אהן ביין אויגן, וכו'. אפילו מיט די מאסק. די עיקר חידוש איז אז עס האלט אפ פון "אייך", עס "נישט פארשפרייטן ווייטער". ווייל ווען מען רעדט אדער הוסט, בלייבן די דראפלעטס ביי דיהר.

בין איך דער איינציגסטער נער וואס פארשטייט נישט פונקטליך וואס דא גייט פאהר?
לעצט פאראכטן דורך Kosher Travel אום דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 4:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך אורח הכבוד » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:11 pm

Kosher Travel האט געשריבן:איך זעה ווי איעדער רעדט דא ארום צו מען זאל-מוז גיין מיט א מאסק וועגען איבו, קידוש השם, מען זאל נישט פארשפארן, וכו'. אלעס חשובע זאכן אין וואס איך קען נישט אריינרעדן.

אבער לכולי עלמא, האט עס גארנישט מיטן העלפן אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן...
און איך טראכט צו מיהר, איז דאס אונזער "עם חכם ונבון"?
די גרויסע וועלטליכע העלטה ארגאנאזאציעס האלטן אלע, אז גיין מיט א מאסק איז פון די בעסטע זאכן וואס קען העלפען, אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן אזוי שנעל. עס העלפט נישט מען זאל עס נישט כאפן. ווייל געווענדליך כאפט מען זיך אהן ביין אויגן, וכו'. אפילו מיט די מאסק. די עיקר חידוש איז אז עס האלט אפ פון "אייך", עס "נישט פארשפרייטן ווייטער". ווייל ווען מען רעדט אדער הוסט, בלייבן די דראפלעטס ביי דיהר.

בין איך דער איינציגסטער נער וואס פארשטייט נישט פונקטליך וואס דא גייט פאהר?

ניין
אסאך האלטן ווי דיר
נאר ווילן נישט אז אזא קריטישע זאך וואס קען בדרך הטבע גורם זיין אומגעהויערע שאדנס פאר אחב''י בגשמיות און נאכמער ברוחניות זאל זיך אנשטויסן און א מוח בלעקידש פון טראמפ/ליבעליזעם/וואקסין וכ''ו דעריבער ניצט מען די שפראך פון נניח די גאנצע זאך איז 0 ווערט קען דאס אבער אונז גורם זיין צרות חלילה, אפשר אזוי וועלן די ערוואקסענע קינדער דאס פארשטיין רבער דעווייל קוקט נישט אזוי ליידער
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אזוי איז
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 5:28 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך אזוי איז » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:14 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך זעה ווי איעדער רעדט דא ארום צו מען זאל-מוז גיין מיט א מאסק וועגען איבו, קידוש השם, מען זאל נישט פארשפארן, וכו'. אלעס חשובע זאכן אין וואס איך קען נישט אריינרעדן.

אבער לכולי עלמא, האט עס גארנישט מיטן העלפן אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן...
און איך טראכט צו מיהר, איז דאס אונזער "עם חכם ונבון"?
די גרויסע וועלטליכע העלטה ארגאנאזאציעס האלטן אלע, אז גיין מיט א מאסק איז פון די בעסטע זאכן וואס קען העלפען, אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן אזוי שנעל. עס העלפט נישט מען זאל עס נישט כאפן. ווייל געווענדליך כאפט מען זיך אהן ביין אויגן, וכו'. אפילו מיט די מאסק. די עיקר חידוש איז אז עס האלט אפ פון "אייך", עס "נישט פארשפרייטן ווייטער". ווייל ווען מען רעדט אדער הוסט, בלייבן די דראפלעטס ביי דיהר.

בין איך דער איינציגסטער נער וואס פארשטייט נישט פונקטליך וואס דא גייט פאהר?

ניין
אסאך האלטן ווי דיר
נאר ווילן נישט אז אזא קריטישע זאך וואס קען בדרך הטבע גורם זיין אומגעהויערע שאדנס פאר אחב''י בגשמיות און נאכמער ברוחניות זאל זיך אנשטויסן און א מוח בלעקידש פון טראמפ/ליבעליזעם/וואקסין וכ''ו דעריבער ניצט מען די שפראך פון נניח די גאנצע זאך איז 0 ווערט קען דאס אבער אונז גורם זיין צרות חלילה, אפשר אזוי וועלן די ערוואקסענע קינדער דאס פארשטיין רבער דעווייל קוקט נישט אזוי ליידער

ברוחניות ?

שטארקע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך שטארקע חסיד » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:15 pm

א הארציגע ווענדונג פון חיים יצחק מאנדל צו אלע אפיס ארבייטער פון די מוסדות

בס"ד
ממחרת יום הכיפורים תשפ"א לפ"ק

לכבוד אלע חשוב׳ע מיטארבייטער בעבודת הקודש הע״י.

צום ערשטן וויל איך פערזענליך וואונטשן א גמר חתימה טובה און א גוט קוויטל, מ׳זאל זיך האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס, און מ׳זאל קענען ווייטער אנגיין אונז אלע צוזאמען אין די עבודת הקודש מתוך הרחבת הדעת והשפעות טובות.

*ווי יעדער ווייסט שטייען מיר יעצט אין זייער א שווערע מינוט*. מיר האבן באקומען א פערזענליכע ווארענונג פון די רעגירונג, אז וויבאלד זיי זעען אז מ׳נעמט דא נישט גענוג ערנסט זייערע אנווייזונגען פון מאסקעס אא״וו, וועלן זיי חלילה נאכאמאל אפּשפּארן די הייליגע מוסדות.

ווער נאך ווי אונז טייערע עוסקים במלאכת הקודש פארשטייען וואס דאס מיינט, און ס׳איז קלאר אז אונז האמיר אן אחריות צו טון אלעס אויף דער וועלט אז דאס זאל נישט נאכאמאל פּאסירן חס ושלום.

*למעשה, כדי אז די רעגירונג זאל זיך אפלאזן פון די מוסדות, מוז דאָ באמת פּאַסירן אַ טויש, אז מ׳זאל אנהייבן זען מאסקעס אין די גאַסן פון אונזער שטאט וויליאמסבורג. זיי קומען אהער און זיי דרייען זיך דא, און אויך די פרעסע קומט כסדר קוקן וואס דא טוט זיך*.

אונז פון אונזער זייט האבן מיר ארויסגעשיקט מעלדונגען, מ׳האט געלייגט מודעות און מ׳האט געשיקט מעסעדזשעס און אין די מוסדות אַליין איז עס ב״ה יעצט אינפארסירט. אבער ס׳פעלט זיך נאך אויס למעשה א שטארקע אויפוואכונג ״אין די גאס״ אז מ׳זאל זען מאסקעס.

*היות למעשה קוקן מענטשן ארויס אויף אונז איינגעשטעלטע פון די מוסדות, צו זען אויב זיי נעמען עס ערנסט, על כן וויל איך זייער בעטן פון יעדן איינעם:*
*מ׳זאָל ביטע זען אָנצוטון אַ מאַסק אין 'גאַס' ביים קומען אין גיין צום צענטראלן 'אפיס', אדער צו די 'בניני-המוסדות'.*
*דאס וועט ווייזן פאר יעדן די 'ערענסטקייט' דערפון, אז מ׳איז באמת באַזאָרגט פאַר די מוסדות מ׳זאָל עס חלילה נישט פאַרשליסן, און דאס וועט גורם זיין אז דער ציבור זאל קאָאָפּערירן.*

יעדער יחיד פון אונזער חבריא עוסקים במלאכת הקודש פון די מוסדות וואָס טוט זיך אָן אַ מאַסק, מאַכט דערמיט אז נאך 100 מענטשן זאָלן אָנטון מאַסקעס און דאס וועט האבן א השפּעה לטובה אויף די גאנצע שטאט. *אַזוי אַרום וועט די רעגירונג זיין באַפרידיגט אַז מ׳טוט נישט איגנאָרירן זייערע אָנווייזונגען דאָ אין שטאָט און וועלן זיך בעז״ה אָפּלאָזן פון אונזערע מוסדות.*

מיר פאַרשטייען זייער גוט, אַז ס׳נישט זייער באַקוועם און ס׳קומט קומט נישט אָן גרינג, *אָבער גלייכצייטיג דאַרפן מיר אַלע האַלטן פאַר די אויגן אַז מיר האָבן יעצט אַ גרויס אחריות, יעדער קוקט און וויל זען צי די ״אין די מוסדות״ פאָלגן אויס די רעגולאַציעס*, און די הצלחה איז אָנגעוואָנדן אין אונז.

לאמיר עס טון אלע אינאיינעם, ובשם ה׳ נעשה ונצליח.
וזכות הרבים יהא תלוי בכם!

מיט גרויס דאנק און אנערקענונג,
*חיים יצחק מאנדל*

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך אורח הכבוד » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:15 pm

אזוי איז האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך זעה ווי איעדער רעדט דא ארום צו מען זאל-מוז גיין מיט א מאסק וועגען איבו, קידוש השם, מען זאל נישט פארשפארן, וכו'. אלעס חשובע זאכן אין וואס איך קען נישט אריינרעדן.

אבער לכולי עלמא, האט עס גארנישט מיטן העלפן אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן...
און איך טראכט צו מיהר, איז דאס אונזער "עם חכם ונבון"?
די גרויסע וועלטליכע העלטה ארגאנאזאציעס האלטן אלע, אז גיין מיט א מאסק איז פון די בעסטע זאכן וואס קען העלפען, אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן אזוי שנעל. עס העלפט נישט מען זאל עס נישט כאפן. ווייל געווענדליך כאפט מען זיך אהן ביין אויגן, וכו'. אפילו מיט די מאסק. די עיקר חידוש איז אז עס האלט אפ פון "אייך", עס "נישט פארשפרייטן ווייטער". ווייל ווען מען רעדט אדער הוסט, בלייבן די דראפלעטס ביי דיהר.

בין איך דער איינציגסטער נער וואס פארשטייט נישט פונקטליך וואס דא גייט פאהר?

ניין
אסאך האלטן ווי דיר
נאר ווילן נישט אז אזא קריטישע זאך וואס קען בדרך הטבע גורם זיין אומגעהויערע שאדנס פאר אחב''י בגשמיות און נאכמער ברוחניות זאל זיך אנשטויסן און א מוח בלעקידש פון טראמפ/ליבעליזעם/וואקסין וכ''ו דעריבער ניצט מען די שפראך פון נניח די גאנצע זאך איז 0 ווערט קען דאס אבער אונז גורם זיין צרות חלילה, אפשר אזוי וועלן די ערוואקסענע קינדער דאס פארשטיין רבער דעווייל קוקט נישט אזוי ליידער

ברוחניות ?

כ'מיים אז אפגעשפארטע בתי חינוך און בתי מדרשים איז א שטיקעל פראבלעם ברוחניות, וואס האלסטו?
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

בפשיטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך בפשיטות » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:19 pm

Kosher Travel האט געשריבן:איך זעה ווי איעדער רעדט דא ארום צו מען זאל-מוז גיין מיט א מאסק וועגען איבו, קידוש השם, מען זאל נישט פארשפארן, וכו'. אלעס חשובע זאכן אין וואס איך קען נישט אריינרעדן.

אבער לכולי עלמא, האט עס גארנישט מיטן העלפן אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן...
און איך טראכט צו מיהר, איז דאס אונזער "עם חכם ונבון"?
די גרויסע וועלטליכע העלטה ארגאנאזאציעס האלטן אלע, אז גיין מיט א מאסק איז פון די בעסטע זאכן וואס קען העלפען, אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן אזוי שנעל. עס העלפט נישט מען זאל עס נישט כאפן. ווייל געווענדליך כאפט מען זיך אהן ביין אויגן, וכו'. אפילו מיט די מאסק. די עיקר חידוש איז אז עס האלט אפ פון "אייך", עס "נישט פארשפרייטן ווייטער". ווייל ווען מען רעדט אדער הוסט, בלייבן די דראפלעטס ביי דיהר.

בין איך דער איינציגסטער נער וואס פארשטייט נישט פונקטליך וואס דא גייט פאהר?


דער דיין אין בי"ד שבט הלוי הגאון הגדול רבי משה שאול קליין שליט"א האט געשריבן א תשובה להלכה אז דער "עם חכם ונבון" זאל נישט אנטוהן קיין מאסקעס!! ווי ער איז דארט מבאר אז עס העלפט נישט אויב עפעס מאכט עס נאר ערגער ועיי"ש.
(ער רעדט נישט לגבי חילול ה')

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך איינס » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:21 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:
אזוי איז האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך זעה ווי איעדער רעדט דא ארום צו מען זאל-מוז גיין מיט א מאסק וועגען איבו, קידוש השם, מען זאל נישט פארשפארן, וכו'. אלעס חשובע זאכן אין וואס איך קען נישט אריינרעדן.

אבער לכולי עלמא, האט עס גארנישט מיטן העלפן אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן...
און איך טראכט צו מיהר, איז דאס אונזער "עם חכם ונבון"?
די גרויסע וועלטליכע העלטה ארגאנאזאציעס האלטן אלע, אז גיין מיט א מאסק איז פון די בעסטע זאכן וואס קען העלפען, אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן אזוי שנעל. עס העלפט נישט מען זאל עס נישט כאפן. ווייל געווענדליך כאפט מען זיך אהן ביין אויגן, וכו'. אפילו מיט די מאסק. די עיקר חידוש איז אז עס האלט אפ פון "אייך", עס "נישט פארשפרייטן ווייטער". ווייל ווען מען רעדט אדער הוסט, בלייבן די דראפלעטס ביי דיהר.

בין איך דער איינציגסטער נער וואס פארשטייט נישט פונקטליך וואס דא גייט פאהר?

ניין
אסאך האלטן ווי דיר
נאר ווילן נישט אז אזא קריטישע זאך וואס קען בדרך הטבע גורם זיין אומגעהויערע שאדנס פאר אחב''י בגשמיות און נאכמער ברוחניות זאל זיך אנשטויסן און א מוח בלעקידש פון טראמפ/ליבעליזעם/וואקסין וכ''ו דעריבער ניצט מען די שפראך פון נניח די גאנצע זאך איז 0 ווערט קען דאס אבער אונז גורם זיין צרות חלילה, אפשר אזוי וועלן די ערוואקסענע קינדער דאס פארשטיין רבער דעווייל קוקט נישט אזוי ליידער

ברוחניות ?

כ'מיים אז אפגעשפארטע בתי חינוך און בתי מדרשים איז א שטיקעל פראבלעם ברוחניות, וואס האלסטו?

וואס רעדסטו?!
ווייסטו נישט אז מיט דעם וואס מיר ווייזן פאר דעבלאזיא אז מלאזט זיך פון איהם איז אסאך א ערגערע השפעה ברוחניות פאר די קינדער און אייניקלעך?!
וואס וועלן אונז דערציילן פאר אונזערע קומענדיגע דורות אז פאר א נארישע סטראשע פון עפעס א גוי האט מען זיך געלאזט פארפירן און געטרויטן בשעט נפש אויף אונזער הייליגסטע?!
דו רעדסטס פון א השפעה וואס וועט אפשר געשעהן ברוחניות פאר אפאר בחורים און מיידלעך אויב די ישיבות וועלן זיין פארשפארט, אבער פארוואס נעמסטו נישט אין חשבון די יעצטיגע השפעה ברוחניות ווען מזעהט שוין ליידער טיזנטער וואס זענען אראפ פון וועג און טראגן שויל ליידער ליידער מאסעקס בריש גלי?!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אמבולאנס
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 9:33 am

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך אמבולאנס » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:36 pm

דארפסט נישט צוקומען צו די שווארצע פון הארלעם גיי ארויס אין הארץ פון מאנהעטן אויף פיפט עוועניו מאסן גויים וואקן אן מאסקעס און פארשטייט זיך אז פון דעם רעדט מען נישט. אוודאי מ'דערמאנט עס מ'זאגט אז יעדער זאל אנטאן מאסקעס אבער ביי דעם בלייבט עס נישטא קיין שום אפענע סטראשונקעס פון קאומא נישט פון דיבלאזיא אבער ווען ס'קומט צו אונז אידעלעך ווערט מען ווילד מ'גייט אנע מאסקעס מפארשפרייט דעם וויירוס דער גאווערנער טענה'ט אז 50% פון די נייע קעיסעס אין אראנדזש קאונטי קומט פון קרית יואל שוין וואס זאל מען טאן מ'זעמיר אין גלות

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך רחש לבי » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:36 pm

Kosher Travel האט געשריבן:איך זעה ווי איעדער רעדט דא ארום צו מען זאל-מוז גיין מיט א מאסק וועגען איבו, קידוש השם, מען זאל נישט פארשפארן, וכו'. אלעס חשובע זאכן אין וואס איך קען נישט אריינרעדן.

אבער לכולי עלמא, האט עס גארנישט מיטן העלפן אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן...
און איך טראכט צו מיהר, איז דאס אונזער "עם חכם ונבון"?
די גרויסע וועלטליכע העלטה ארגאנאזאציעס האלטן אלע, אז גיין מיט א מאסק איז פון די בעסטע זאכן וואס קען העלפען, אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן אזוי שנעל. עס העלפט נישט מען זאל עס נישט כאפן. ווייל געווענדליך כאפט מען זיך אהן ביין אויגן, וכו'. אפילו מיט די מאסק. די עיקר חידוש איז אז עס האלט אפ פון "אייך", עס "נישט פארשפרייטן ווייטער". ווייל ווען מען רעדט אדער הוסט, בלייבן די דראפלעטס ביי דיהר.

בין איך דער איינציגסטער נער וואס פארשטייט נישט פונקטליך וואס דא גייט פאהר?


זייט פסח צייט ווען עס איז ליידער געווען עטליכע לויות טעגליך ה"י, האב איך נישט געקענט פארשטיין ווי מענטשן קענען זיין אזוי לייכטזיניג און אזוי איגנארירן די מיטלן וואס די וועלטליכע העלטה ארגאנאזאציעס האלטן אז עס איז מונע די פארשפרייטונג און קען ראטעווען לעבנס, וואס אפילו נאר פאר א ספק ספיקא אז עס העלפט, דארף דאך א יוד טון אלעס אויף דער וועלט צו ראטעווען א צווייטן יוד, עס האט מיר ממש געקרענקט וואס דא גייט פאר, חוץ די פראבלעם פון איבה און גורם זיין די גוים זאלן פוינטן אויף יודן.
יעצט אבער אז איך זעה ווי אלע עמנטליכע גרויסע קהלות ומוסדות בעטן און פארלאנגן אז די עתיד פון די בתי חינוך ווענדט זיך אין די קלייניגקייט, די עתיד פון די אייגענע קינדערלעך, קיין איין טאטע-מאמע וויל נישט זיינע קינדער אינדערהיים אסרו חג, יעדער וויל זען די קינדערלעך אנהייבן די נייע זמן מיט א פרישקייט, אבער דאך קען מען נישט פויעל'ן אזא קלייניגקייט, האב איך שוין א לימוד זכות אז מ'האט פשוט פארלוירן די שכל... יא! השתעגנו ל"ע!!!

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך אורח הכבוד » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:42 pm

רחש לבי האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך זעה ווי איעדער רעדט דא ארום צו מען זאל-מוז גיין מיט א מאסק וועגען איבו, קידוש השם, מען זאל נישט פארשפארן, וכו'. אלעס חשובע זאכן אין וואס איך קען נישט אריינרעדן.

אבער לכולי עלמא, האט עס גארנישט מיטן העלפן אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן...
און איך טראכט צו מיהר, איז דאס אונזער "עם חכם ונבון"?
די גרויסע וועלטליכע העלטה ארגאנאזאציעס האלטן אלע, אז גיין מיט א מאסק איז פון די בעסטע זאכן וואס קען העלפען, אז די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן אזוי שנעל. עס העלפט נישט מען זאל עס נישט כאפן. ווייל געווענדליך כאפט מען זיך אהן ביין אויגן, וכו'. אפילו מיט די מאסק. די עיקר חידוש איז אז עס האלט אפ פון "אייך", עס "נישט פארשפרייטן ווייטער". ווייל ווען מען רעדט אדער הוסט, בלייבן די דראפלעטס ביי דיהר.

בין איך דער איינציגסטער נער וואס פארשטייט נישט פונקטליך וואס דא גייט פאהר?


זייט פסח צייט ווען עס איז ליידער געווען עטליכע לויות טעגליך ה"י, האב איך נישט געקענט פארשטיין ווי מענטשן קענען זיין אזוי לייכטזיניג און אזוי איגנארירן די מיטלן וואס די וועלטליכע העלטה ארגאנאזאציעס האלטן אז עס איז מונע די פארשפרייטונג און קען ראטעווען לעבנס, וואס אפילו נאר פאר א ספק ספיקא אז עס העלפט, דארף דאך א יוד טון אלעס אויף דער וועלט צו ראטעווען א צווייטן יוד, עס האט מיר ממש געקרענקט וואס דא גייט פאר, חוץ די פראבלעם פון איבה און גורם זיין די גוים זאלן פוינטן אויף יודן.
יעצט אבער אז איך זעה ווי אלע עמנטליכע גרויסע קהלות ומוסדות בעטן און פארלאנגן אז די עתיד פון די בתי חינוך ווענדט זיך אין די קלייניגקייט, די עתיד פון די אייגענע קינדערלעך, קיין איין טאטע-מאמע וויל נישט זיינע קינדער אינדערהיים אסרו חג, יעדער וויל זען די קינדערלעך אנהייבן די נייע זמן מיט א פרישקייט, אבער דאך קען מען נישט פויעל'ן אזא קלייניגקייט, האב איך שוין א לימוד זכות אז מ'האט פשוט פארלוירן די שכל... יא! השתעגנו ל"ע!!!

שטארקע לימוד זכות
און אזוי אויך ווי רש''י הק' זאגט אז שנאה מקלקלת את השורה
און פריוואטן לעבן גלייב איך און האף איך אז זיי טראכטן נאך יא גראד
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3087
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:56 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:[
פארגעס נישט אז התגרות באומות איז פון די שלש שבועות. אין אמעריקע, וואו יעדע שטאט איז א לאנד פאר זיך, האט יעדע שטאט א דין פון דינא דמלכותא.


וויאזוי שרייבט ער נאר אין והאמת עד לעצמו אויף אזוינס: (סברא גאונית!)

באמת, אסדר'ל האסט עפעס א מקור דערויף?

איך מאך נישט אוועק ח"ו דעם ענין נשגב פון גיין מיט מאסקעס, אבער דיזער סטעטמענט ברויך דעקונג
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:58 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:[
פארגעס נישט אז התגרות באומות איז פון די שלש שבועות. אין אמעריקע, וואו יעדע שטאט איז א לאנד פאר זיך, האט יעדע שטאט א דין פון דינא דמלכותא.


וויאזוי שרייבט ער נאר אין והאמת עד לעצמו אויף אזוינס: (סברא גאונית!)

באמת, אסדר'ל האסט עפעס א מקור דערויף?

איך מאך נישט אוועק ח"ו דעם ענין נשגב פון גיין מיט מאסקעס, אבער דיזער סטעטמענט ברויך דעקונג

ולפי"ז איז פאלם טרי א אייגענע ממשלה?

אוי... ווען מ'האט אזוינס געפרעגט אין קעמפ ביי די פרישטאג צעטעלעך...
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 6:10 pm

מען דארף ווען עפענען א עקסטערע אשכול די פאוסט לויפט נאך די אידען זיי צי כאפען,

יעצט באקומען א באריכט אז די פאוסט האט אראפגעשיקט איינעם צי לי קארנער ראסס , ווארשיינליך נאך די הילכיגע פלאפ וואס זיי האבען געהאט אין בפ פריער

(כהאב מורא זיי האבען הילף פון איניווייניגסטע משחיתים וועלכע דרייווען די פאוסט יעצט און נוצען אויס די געלעגענהייט אז אמעריקע האט א קאראנע צרה)

זיי ארבעטען אויף אלע קאסטען, ווייל פארוואס קומען זיי יעצט קיין ווילי ווען די זופ קאוד איז נישט דא קיין הויעכע פאזעטיוועטי ראטע צי זייער ווייטאג

מען זאל איבערגעבען דארט אז מזאל אנטון למען ה' די נערישע מאסק ובשם ה' נעשה ונצליח
ווער סקען זאל לאזען א מעסעזש פאר קול מבשר,


ווער סהאט א מאסק זאל זיי פרעגען פארוואס זיי קומען צי די געגענט ווען דא איז נידריג די פאזאטיוו ראטע,

זיך נישט ח"ו טענהן נאר פרעגען פאר די קליפ עס ארויסשיקען אין גיין ווייטער

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 6:26 pm

אמבולאנס האט געשריבן:דארפסט נישט צוקומען צו די שווארצע פון הארלעם גיי ארויס אין הארץ פון מאנהעטן אויף פיפט עוועניו מאסן גויים וואקן אן מאסקעס און פארשטייט זיך אז פון דעם רעדט מען נישט. אוודאי מ'דערמאנט עס מ'זאגט אז יעדער זאל אנטאן מאסקעס אבער ביי דעם בלייבט עס נישטא קיין שום אפענע סטראשונקעס פון קאומא נישט פון דיבלאזיא אבער ווען ס'קומט צו אונז אידעלעך ווערט מען ווילד מ'גייט אנע מאסקעס מפארשפרייט דעם וויירוס דער גאווערנער טענה'ט אז 50% פון די נייע קעיסעס אין אראנדזש קאונטי קומט פון קרית יואל שוין וואס זאל מען טאן מ'זעמיר אין גלות

סאיז פלעין נישט אמת, מהאט געטיילט גרויסע ריזיגע פיינס פאר סטארס וואס האבען נישט קאאפערירט אין אפי' ציגעשפארט אין אוועק גענומען ליקער לייסענס


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט