בלאט 1 פון 2
אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:58 am
דורך lebediger berel
איך וואלט געעפנט דעם אשכול פאר עלטערע אדער מענטשן וואס דארפן זיין מער פארזיכטיג
און האבן נאך נישט קיין אנטיבאדיס וכדו' וואס לויטן ראט פון זייערע פערזענליכע דאקטוירים דארפן זיי זיך אכטונג געבן
וואו און וויאזוי זאלן זיי דאווענען די הייליגע טעג הבעל"ט.
מיינע שוויגער עלטערן האבן שוין ב"ה אנטיבאדיס
מיין טאטע זז"ג דאווענט אין א קליין שטיבל אין ווילי וואס דארט איז יעדעס יאר ראש השנה יוה"ק געאייגנט פאר סאשעל דיסטאנס.
ער וועט זיצן אויף זיין פלאץ מיט זיין מחזור, נישט געבן די הענט פאר קיינעם, האבן פיורעל, און זיך האלטן אפגעזונדערט וויפיל מעגליך פון יעדן. לויט זיין דאקטער איז עס כפי המצב פיין
(די דעפרעסיע פון זיין איינגעשפארט איז אים מער שעדליך צום הארץ און געזונט לויטן דאקטער)
די מאמע זז"ג גייט נישט ארויס גיין לויטן איצטיגן פלאן, מעגליך קיין הופער דעם צווייטן טאג נאר צו הערן שופר, וועט גיין גענוג פרי און אהיים קומען אינמיטן זיך נישט אנצושטויסן מיט קיינעם, אדער וועט זי בלייבן אינדערהיים און א אייניקל וועט קומען בלאזן פאר איר.
וואס טוט דער ציבור? וואס טוט מען אין בארא פארק?
איז דא עפעס א עצה פאר עלטערע וכדו' וואס האבן נישט דעם שטיבל מנין עוועליבל, און פארשטייט זיך אויב לויפט מען זיך צוזאם דארט אין די פאר שטיבלעך איז גם לי גם לך לא יהי'.
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:20 am
דורך לייטער
ישר כוח פארן עפענען די אשכול,
איך זיך אויך אינפארמאציע פאר א ביהמ"ד אין קרית יואל אינדערוואכן מיט מנינים אראונד די זייגער מיט כאטש טיילווייז סאשל דיסטינס
אדער כאטש 1 מנין א שעה
ביטע נישט דעבאטעס
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:27 am
דורך lebediger berel
סתם פונדערווייטנס אלץ עצה, אינדערוואכן קענסטו לכאורה פראבירן זקנים, כ'גלייב דארט טאנצט מען נישט אין א צווייטן, און יעדער האלט זיך אליין פאר זיך. אזוי פלעגט דארט זיין אמאל
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:23 pm
דורך דריידל
lebediger berel האט געשריבן:סתם פונדערווייטנס אלץ עצה, אינדערוואכן קענסטו לכאורה פראבירן זקנים, כ'גלייב דארט טאנצט מען נישט אין א צווייטן, און יעדער האלט זיך אליין פאר זיך. אזוי פלעגט דארט זיין אמאל
דארט זענען נישטא קיין געלט גייער?
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:25 pm
דורך lebediger berel
דריידל האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:סתם פונדערווייטנס אלץ עצה, אינדערוואכן קענסטו לכאורה פראבירן זקנים, כ'גלייב דארט טאנצט מען נישט אין א צווייטן, און יעדער האלט זיך אליין פאר זיך. אזוי פלעגט דארט זיין אמאל
דארט זענען נישטא קיין געלט גייער?
כ'האב דאך געשריבן אז איך שרייב פון דערווייטנס
ולענ"ד איז קיין שום עוולה צו שרייבן א צעטל אין זקנים ביטע נישט גיין נאנט צו קיינעם צוליב מילדע קארנע אויפוואכונג, נישט פאר געלט און נישט פאר אנדערע סיבות.
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:26 pm
דורך דריידל
ר' בערל, מאך זיכער אז די שטיבל ווי דיין טאטע דאווענט האט א גוטע וועטילעישן סיסטעם און ס'ארבעט שטארק יום טוב
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:47 pm
דורך lebediger berel
דריידל האט געשריבן:ר' בערל, מאך זיכער אז די שטיבל ווי דיין טאטע דאווענט האט א גוטע וועטילעישן סיסטעם און ס'ארבעט שטארק יום טוב
ער מאכט ב"ה אליין זיכער וואס ער דארף נאכן איבערשמועסן מיט זיין דאקטער, נישט וואס די מידיע און די דיבלאזיע זאגט
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:53 pm
דורך גיוואלדיג
זאכליך האט נאך קיינער נישט געברענגט אינפארמאציע איבער סאושעל דיסטאנסינג מנינים
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:56 pm
דורך נאך איינער
גיוואלדיג האט געשריבן:זאכליך האט נאך קיינער נישט געברענגט אינפארמאציע איבער סאושעל דיסטאנסינג מנינים
ווייל סאיז ליידער נישט דא
געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:04 pm
דורך סטיטשינער
אין מאנסי איז דא ביי רב טענדלערס שול (די אשכול איז נישט פאר דעבאטעס)....
מען האט מען אויף געבויט א טענט פאר סאושעל דיסטענסינג.
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:38 am
דורך סאדאם חוסעין
- ConsBMDKY'80-13.JPG (281.16 KiB) געזען 2670 מאל
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:59 am
דורך Goodmorning
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ConsBMDKY'80-13.JPG
גוטע איידיע. אבער אנטיבאדיס איז נישט אקוראט, איך מיין נאר האבן געהאט עכטע סימפטאמס איז א פארזיכערונג. מיין שווער האט יעצט די וויירוס און ער האט געהאט אנטיבאדיס לויט די מט סיני פלאזמא טעסט. כאטש איך מיין נישט מער ווי 100
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 8:44 am
דורך Programming
דוכט זיך פארקערט, האבן געהאט סימפטאמען מיינט נאך נישט אז די באדי האט למעשה דעוועלאפט די אנטי באדי'ס, על פי רוב יא אבער עס איז דא א פראצענט וואס נישט. לעומת זה אויב האט מען באשטעטיגט קראנט (למשל מיט 2 טעסטס) אז מען האט גענוג אנטיבאדי'ס, דאן אויב טוען די אנטיבאדי'ס דעם זשאב דארף מען צו זיין אקעי
(עס איז אבער אויך דא א סברא פארקערט, מעגליך אז די מעדיצינישע וועלט קען נאכנישט אידענטיפיצירן די ריכטיגע אנטי באדי'ס וואס האלטן צוריק דעם וויירוס, אויב האט מען עס שוין געהאט ווייסט מען סוף כל סוף אין אלגעמיין אז עפעס דעפענסעס האט דער קערפער פראדוצירט אפילו מען קען עס נישט אנכאפן, אוו מען וועט עס שוין נישט האבן נאכאמאל)
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 8:47 am
דורך חיש נישט
הער איך היינט א צאל מענטשן וועלכע האבן קאראנע און דרייען זיך געהעריג ארום אין די בתי מדרשים.
פארוואס פארמירן זיך נישט מער סאושעל דיסטאנסינג מנינים אין אלע געגענטער?
יפה שעה אחת קודם
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 9:57 am
דורך סטיטשינער
פארוואס נאר עלטערע אידן? אינגערע וואס ווילן נישט ליגן אין בעט א וואך צייט און פארלירען די שמעק פאר אייביג קענען נישט?
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 11:08 am
דורך Rak Tov
In monroe will be a cornna minyen in koillel with s.d.
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 11:16 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
אין ווילי גייט זיין א מנין?
עסקינג פאר א פרעינד
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:52 pm
דורך יורא
Rak Tov האט געשריבן:In monroe will be a cornna minyen in koillel with s.d.
ווי גייט זיין די מנין ? וועלכע כולל ?
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 1:07 pm
דורך Rak Tov
יורא האט געשריבן:Rak Tov האט געשריבן:In monroe will be a cornna minyen in koillel with s.d.
ווי גייט זיין די מנין ? וועלכע כולל ?
אויבישטער שטאק אינעם בנין מבצר הכללים ק"י.
פאר קאראונא אנגעשטעקטע און משפחות פון אן אנגעשטעקטן מנחה היינט נאכט פיפציג מנוט נאכן זמן שחרית 8:45 מוסף יום א' 1:15 יום ב' 1:30
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 1:08 pm
דורך א גוטן
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:אין ווילי גייט זיין א מנין?
עסקינג פאר א פרעינד
איך מיין אז רוב קליינע בתי מדרשים אין אלט ווילי אן קיין ספעציעלע רבי אדער בעל תפילה זענען היבש שיטער ר"ה און יוה"ק, יעדער קען טשעקן אין זיין שכינות.
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 1:09 pm
דורך Goodmorning
ערגעץ אין קרית יואל ברך משה ווי א פרוי קען הערן שופר אין גאס?
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 1:23 pm
דורך Rak Tov
Goodmorning האט געשריבן:ערגעץ אין קרית יואל ברך משה ווי א פרוי קען הערן שופר אין גאס?
לויט די יעצטיגע פלענער וועט אויף שכינת ברך משה בלאזן ביי אפאר וויקלען אין גאס
קענסט קאלן די משמש
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 1:33 pm
דורך Goodmorning
Rak Tov האט געשריבן:Goodmorning האט געשריבן:ערגעץ אין קרית יואל ברך משה ווי א פרוי קען הערן שופר אין גאס?
לויט די יעצטיגע פלענער וועט אויף שכינת ברך משה בלאזן ביי אפאר וויקלען אין גאס
קענסט קאלן די משמש
יישר כח.
און פאר מענער אין ברך משה איז אויך דא עפעס א פלאן פאר מער רחבות אדער זעט נישט אויס?
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 5:52 pm
דורך דריידל
אין קראון הייטס וועט זיין א מנין אין די פארקינג לאט פון 613 איסט ניו יארק עוו.
מ'דארף זיך איינשרייבן פון פריער דורך זיך אויפסיינען
דא
Re: אינפארמאציע איבער מנינים מיט סאשעל דיסטענסינג ר"ה יוה"ק - ביטע נישט דעבאטעס
געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 20, 2020 9:17 pm
דורך Kosher Travel
חיש נישט האט געשריבן:הער איך היינט א צאל מענטשן וועלכע האבן קאראנע און דרייען זיך געהעריג ארום אין די בתי מדרשים.
פארוואס פארמירן זיך נישט מער סאושעל דיסטאנסינג מנינים אין אלע געגענטער?
יפה שעה אחת קודם
ר"ל. איך האף אז עס איז נישט אמת.