ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך גלות איד » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 11:29 pm

דאקטאר לאנדאוי אויף קול מבשר האט שוין פאר פורים געשריגן אז מ'מוז זיך היטן ווייל אויב נישט וועט זיין צרות.

דאקטאר לאנדאוי איז נאכאמאל דא. ער טענה'ט אז די קומענדיגע 2-3 וואכן זענען גאר קריטישע וואכן, מיר מוז מען זיך גאר שטארק אכטונג געבן, ספעציעל פאר עלטערע מענטשן אדער היי ריסק מענטשן.

מיר האבן ב"ה טאקע געהאט יעצט אפאר חדשים רואיג, אבער יעצט אז מ'הערט א שטיקל אויפשטייג, און ספעציעל אז אין די קומענדיגע 2-3 וואכן קומען מענטשן צוריק פון קעמפס און קאנטריס און פון וויקעישין'ס אין אנעדערע סטעיטס. יעצט איך צייט זיך צו היטן ביתר שאת. נישט גייט באזיכן עלטערע מענטשן פון די נאנט, נישט גייט צו אנגעפאקטע חתונות אין שולן.

לאמיר נישט זיין קיין צועק לשעבר.

לאמיר היטן אז די מוסדות התורה זאלן קענען אנהייבן די שנת הלימודים אומגשעטערט. לאמיר זיך יעצט אביסל אנשטרענגן כדי ימים נוראים זאלן מיר קענען דאוונען אין די בתי מדרשים.

https://www.yiddish24.com/interviews/12/24456

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך בעל דמיון » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 11:44 pm

יעדער זאל פאלגן וואס זיין רב, רבי, מנהיג וועמען ער פרעגט אלעס זאגט און נישט קוקן אויף קיינעם אנדערש!

און אויב האסטו נישט א מורה דרך, לויף שנעל און פאלג וואס די משנה זאגט "עשה לך רב"
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

צביירושלים
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך צביירושלים » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 11:52 pm

תמים תהיה עם ד אלוקיך.
התנהג עמו בתמימות.
לייג נישט פאניק פאר דיינע נארוועזע מחשבות.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך יואל שרייבער » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 11:57 pm

בעל דמיון האט געשריבן:יעדער זאל פאלגן וואס זיין רב, רבי, מנהיג וועמען ער פרעגט אלעס זאגט און נישט קוקן אויף קיינעם אנדערש!

און אויב האסטו נישט א מורה דרך, לויף שנעל און פאלג וואס די משנה זאגט "עשה לך רב"


פארוואס סתם ווארפן זאמד אין די אויגן? ווען האסטו לעצטע מאל געפרעגט דיין רב וויפיל דו זאלסט דיך היטן?

אויב דו האסט יא, ביסטו אן אויסנאם, רובא דרובא מענטשן פרעגן קיינעם נישט, און מען דארף זיי אויפוועקן.
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך ישרן » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:04 am

צביירושלים האט געשריבן:תמים תהיה עם ד אלוקיך.
התנהג עמו בתמימות.
לייג נישט פאניק פאר דיינע נארוועזע מחשבות.

שטעל זיך אינמיטן גאס ווען ספליט קארס פון אלע זייטן און מאך צו די אויגן. תמים תהיה עם ה' אלקיך.
סטאפ די נאנסענס אסאפ.
א רופא א שומתו"צ האט נאמנות אויף אלע דיני תורה.
זיי נישט קיין אויבער טיפש.

פלעסטיק
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך פלעסטיק » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:08 am

אוודאי דארף פאלגן די רבנים, אבער ווען עס קומט ח״ו עפעס וואס מען וויל וויסן עפעס וועגן געזונטהייט, גייסטו פרעגן א רב אדער וואס די דאקטאר זאגט? (איך רעד נישט ווען עס רעדט זיך איבער א ספעציעלע אדער האקעלע נושא וואס מען וויל דוקא יא א ברכה אדער אנווייזונגען פון א רבי)

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך Growth hacker » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:10 am

בעל דמיון האט געשריבן:יעדער זאל פאלגן וואס זיין רב, רבי, מנהיג וועמען ער פרעגט אלעס זאגט און נישט קוקן אויף קיינעם אנדערש!

און אויב האסטו נישט א מורה דרך, לויף שנעל און פאלג וואס די משנה זאגט "עשה לך רב"

Now after the all epidemic I really admire the karlina rabbi from Israel, I don't know if I can call myself a chasid though

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:11 am

אויב איז עס אמת, וואו זענען די הצלה און היימישע העלט סענטערס צו ווארענען?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:12 am

ח״ו די חילול השם אויב די נומערן גייען ארויף ביי אונז חלילה
שויתי ה' לנגדי תמיד

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך ישרן » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:13 am

Goodmorning האט געשריבן:אויב איז עס אמת, וואו זענען די הצלה און היימישע העלט סענטערס צו ווארענען?

דארט ווי זיי זענען געווען פאר פורים

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:14 am

ישרן האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אויב איז עס אמת, וואו זענען די הצלה און היימישע העלט סענטערס צו ווארענען?

דארט ווי זיי זענען געווען פאר פורים

אקעי, אבער דאן האבן זיי נאכנישט געדארפט ווייסן מער פון אנדערע
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך יש בו » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:19 am

איך וואונדער מיך צו ס'איז נאך דא מענטשן וואס מיינען אז זיי פירן די וועלט

פון די דור הפלגה ביז יעצט.... און מ'האלט זיך נישט ביים דערלערנען,

וואס העט זיין מיט אונז?
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך ישרן » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:23 am

יש בו האט געשריבן:איך וואונדער מיך צו ס'איז נאך דא מענטשן וואס מיינען אז זיי פירן די וועלט

פון די דור הפלגה ביז יעצט.... און מ'האלט זיך נישט ביים דערלערנען,

וואס העט זיין מיט אונז?

ניין דארפסט נישט פירן די וועלט.
דארפסט נאר מקיים זיין די חיובי דאורייתא של שמירת הגוף ושלא להזיק אחרים.

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך חסד השם » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:25 am

Growth hacker האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:יעדער זאל פאלגן וואס זיין רב, רבי, מנהיג וועמען ער פרעגט אלעס זאגט און נישט קוקן אויף קיינעם אנדערש!

און אויב האסטו נישט א מורה דרך, לויף שנעל און פאלג וואס די משנה זאגט "עשה לך רב"

Now after the all epidemic I really admire the karlina rabbi from Israel, I don't know if I can call myself a chasid though

פארוואס?
ווייל סהאט די מערסטע געשטימט מיט דיין שיטה לגבי קאראנא?!
סא ביי יעדע ענין גייסטו אויפנעמען א צווייטע רבי לויט דיינע שיטות?
דעיס מיינט נישט עשה לך רב......
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

שלום פ.
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:21 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך שלום פ. » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:33 am

דעי גאנצע וואטשעריי איז הוילע ליפט! דעי גאנצע סאוישעל דיסטענס העלפט אויף טויטע באנקעס!
קאראנע ווענט זיך נישט אין דעם א זוז כל שהוא! אין וואס יא ווייס איך נישט, אבער ס'מיינט ווייל קיינער ווייסט נישט אין וואס יא אז דאס וואס מ'זאגט מיז זיין אמת.

כ'האב איין קלארע ראיה, די לעצטע 2 חדשים ביים היימישע ציבור איז געווען עפעס א סאוישעל דיסטענס? נישט קיין פעני. איז געווען עפעס קאראנע טועם צו זיין? ניין! סאוי פירטש אליין אויס...

איינער קען עס אפווענדען אדרבא לאמיך הערן! ס'איז נישט אז איך בין באקאנט אין קאראנע. איך זעה פשוטע פאקטן!

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך רחש לבי » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:38 am

נאך דעם וואס מיר זענען בעו״ה דורך אזא שווערע תקופת ניסן ה״י, דארף מען אביסל אריינטראכטן אויב עס איז א חכמה זיך ווידעראמאל אויסצולאכן פון די ווארענונגען פון די רופאים, וד״ל.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך יש בו » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:38 am

הדא הוא דכתיב, אין חכמה ואין עצה ואין תבונה נגד הוי"ה
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך Growth hacker » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:40 am

חסד השם האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:יעדער זאל פאלגן וואס זיין רב, רבי, מנהיג וועמען ער פרעגט אלעס זאגט און נישט קוקן אויף קיינעם אנדערש!

און אויב האסטו נישט א מורה דרך, לויף שנעל און פאלג וואס די משנה זאגט "עשה לך רב"

Now after the all epidemic I really admire the karlina rabbi from Israel, I don't know if I can call myself a chasid though

פארוואס?
ווייל סהאט די מערסטע געשטימט מיט דיין שיטה לגבי קאראנא?!
סא ביי יעדע ענין גייסטו אויפנעמען א צווייטע רבי לויט דיינע שיטות?
דעיס מיינט נישט עשה לך רב......


וואס און וועלט שיטה רעדסטו?
איך ברענג ארויס די חכם בבחינת איזהו חכם הרואה את הנולד עדיף מנביא וואס האט באפוילן זיינע חסידים אלוועלטליך מקיים צו זיין די מצווה דאורייתא ונשמרתם מאוד בפשטות און אויספאלגן אלע געזונטהייט אנוויזונגען פון פורים אן, און אלע זיינע חסידים און א"י האבן זיך ארומגעדרייט מיט מאסקעס און אלע אויבער חכמים האבן געלאכט פון זיי, און ב"ה אז מען טוט השתדלות האט מען סיעתא דשמיא און מען האט נישט געהערט קיין טראגעדיעס ב"ה און זייער קהלה וכן יעזור ה' להלאה.

הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:41 am

שלום פ. האט געשריבן:דעי גאנצע וואטשעריי איז הוילע ליפט! דעי גאנצע סאוישעל דיסטענס העלפט אויף טויטע באנקעס!
קאראנע ווענט זיך נישט אין דעם א זוז כל שהוא! אין וואס יא ווייס איך נישט, אבער ס'מיינט ווייל קיינער ווייסט נישט אין וואס יא אז דאס וואס מ'זאגט מיז זיין אמת.

כ'האב איין קלארע ראיה, די לעצטע 2 חדשים ביים היימישע ציבור איז געווען עפעס א סאוישעל דיסטענס? נישט קיין פעני. איז געווען עפעס קאראנע טועם צו זיין? ניין! סאוי פירטש אליין אויס...

איינער קען עס אפווענדען אדרבא לאמיך הערן! ס'איז נישט אז איך בין באקאנט אין קאראנע. איך זעה פשוטע פאקטן!


אין די הייסע טעג שטארבט די וויירוס שנעלער, יעצט ווען עס ווערט אביסעל קילער דארפ מען בעסער אכטונג געבן

מען בעהט נאר איין זאך אז די אלע וואס קומען אהיים פון קעמפ אדער קאנטרי און ווילען גיין באזוכען די עלטערן זאלן אנטוהן א מאסק און זיך גוט אפוואשען די הענט
Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:42 am

שלום פ. האט געשריבן:דעי גאנצע וואטשעריי איז הוילע ליפט! דעי גאנצע סאוישעל דיסטענס העלפט אויף טויטע באנקעס!
קאראנע ווענט זיך נישט אין דעם א זוז כל שהוא! אין וואס יא ווייס איך נישט, אבער ס'מיינט ווייל קיינער ווייסט נישט אין וואס יא אז דאס וואס מ'זאגט מיז זיין אמת.

כ'האב איין קלארע ראיה, די לעצטע 2 חדשים ביים היימישע ציבור איז געווען עפעס א סאוישעל דיסטענס? נישט קיין פעני. איז געווען עפעס קאראנע טועם צו זיין? ניין! סאוי פירטש אליין אויס...

איינער קען עס אפווענדען אדרבא לאמיך הערן! ס'איז נישט אז איך בין באקאנט אין קאראנע. איך זעה פשוטע פאקטן!


גארנישט וואס צוצולייגן צו די ריכטיגע דיבורים וואס זענען פשוט קאממאן סענס.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך Growth hacker » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:44 am

יש בו האט געשריבן:הדא הוא דכתיב, אין חכמה ואין עצה ואין תבונה נגד הוי"ה

פיר אויס וצריך ליזהר במצוות עשה ונשמרתם מאוד, ולא להיות אויבער חכם.. שלא תמות כדרך וד"ל

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:44 am

הרב_שלום האט געשריבן:
שלום פ. האט געשריבן:דעי גאנצע וואטשעריי איז הוילע ליפט! דעי גאנצע סאוישעל דיסטענס העלפט אויף טויטע באנקעס!
קאראנע ווענט זיך נישט אין דעם א זוז כל שהוא! אין וואס יא ווייס איך נישט, אבער ס'מיינט ווייל קיינער ווייסט נישט אין וואס יא אז דאס וואס מ'זאגט מיז זיין אמת.

כ'האב איין קלארע ראיה, די לעצטע 2 חדשים ביים היימישע ציבור איז געווען עפעס א סאוישעל דיסטענס? נישט קיין פעני. איז געווען עפעס קאראנע טועם צו זיין? ניין! סאוי פירטש אליין אויס...

איינער קען עס אפווענדען אדרבא לאמיך הערן! ס'איז נישט אז איך בין באקאנט אין קאראנע. איך זעה פשוטע פאקטן!


אין די הייסע טעג שטארבט די וויירוס שנעלער, יעצט ווען עס ווערט אביסעל קילער דארפ מען בעסער אכטונג געבן

מען בעהט נאר איין זאך אז די אלע וואס קומען אהיים פון קעמפ אדער קאנטרי און ווילען גיין באזוכען די עלטערן זאלן אנטוהן א מאסק און זיך גוט אפוואשען די הענט


די טעאריע איז אויך בלויז הוילע לופט, עס האט אסאך סתירות די גאנצע יסוד אז עס האט מיט הייסע וועטער, סך הכל געבלאזענע געדאנקען פון דאקטוירים וואס זאגן אליין אז זיי טראכטן בלויז און זיי ווייסן אז עס האט פירכות רעכטס און לינקס.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך חסד השם » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:48 am

Growth hacker האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:יעדער זאל פאלגן וואס זיין רב, רבי, מנהיג וועמען ער פרעגט אלעס זאגט און נישט קוקן אויף קיינעם אנדערש!

און אויב האסטו נישט א מורה דרך, לויף שנעל און פאלג וואס די משנה זאגט "עשה לך רב"

Now after the all epidemic I really admire the karlina rabbi from Israel, I don't know if I can call myself a chasid though

פארוואס?
ווייל סהאט די מערסטע געשטימט מיט דיין שיטה לגבי קאראנא?!
סא ביי יעדע ענין גייסטו אויפנעמען א צווייטע רבי לויט דיינע שיטות?
דעיס מיינט נישט עשה לך רב......


וואס און וועלט שיטה רעדסטו?
איך ברענג ארויס די חכם בבחינת איזהו חכם הרואה את הנולד עדיף מנביא וואס האט באפוילן זיינע חסידים אלוועלטליך מקיים צו זיין די מצווה דאורייתא ונשמרתם מאוד בפשטות און אויספאלגן אלע געזונטהייט אנוויזונגען פון פורים אן, און אלע זיינע חסידים און א"י האבן זיך ארומגעדרייט מיט מאסקעס און אלע אויבער חכמים האבן געלאכט פון זיי, און ב"ה אז מען טוט השתדלות האט מען סיעתא דשמיא און מען האט נישט געהערט קיין טראגעדיעס ב"ה און זייער קהלה וכן יעזור ה' להלאה.

אנטשולדיגט כהאב אייך נישט ריכטיג פארשטאנען.
כהאב פארשטאנען אז איר זאגט אז די ווערסט זיין חסיד וועגן זיין התנהגות כלפי קאראנע....
סתם אים ארויסברענגען לשבח ביסטו גערעכט......
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך Growth hacker » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:50 am

צביירושלים האט געשריבן:תמים תהיה עם ד אלוקיך.
התנהג עמו בתמימות.
לייג נישט פאניק פאר דיינע נארוועזע מחשבות.

פיר אויס די רש"י, ולא תחקור אחר עתידות, ותצפה לו נישט זיין באזארגט אויפן עתיד, ווייל דער אייבערשטער פירט די וועלט, אבער לעבן מיט די הוה און מקיים זיין א פשוטע מצווה און די תורה פון ונשמרתם, און זיין נזהר פון חילול השם איז אדרבה זיי א תמים און גיב אכטונג

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: ווארנונג: נעמט נישט די קומענדיגע צוויי וואכן לייכט

תגובהדורך יש בו » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:53 am

Growth hacker האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:הדא הוא דכתיב, אין חכמה ואין עצה ואין תבונה נגד הוי"ה

פיר אויס וצריך ליזהר במצוות עשה ונשמרתם מאוד, ולא להיות אויבער חכם.. שלא תמות כדרך וד"ל

יעצט איין מאל וועל איך דיר ציטירן,

קענסט מיך שעלטן מיטן שטארבן אדער סיי וואס, איך שרעק מיך נישט,

דיינע קללות זענען פונקט אזוי שרעקעדיג ווי קאראנע.....

האמת ניתן להיאמר,
דער אייבערשטער שטייט און קוקט זיך צו מן החרכים,

הלנו אתה אם לצרינו,

משיח איז אראונד די קארנער,

ממש א שאד אז אפילו די לעצטע מינוטן פאר די אויסגעבעטענע גאולה, זענען נאך דא מענטשן וואס גלייבן אין די עבודה זרה פון סייענס ווי איידער צו גלייבן אין גאט,

יעצט פארשטיי איך שוין די גמרה וואס יאשיהו המלך האט געזאגט פאר ר' אשי (אזוי מיין איך) אז ווען ער וואלט געווען אין זיינע צייטן וואלט ער זיך אויפגעהויבן די קלייד צו קענען בעסער לויפן דינען די עבו"ז
היינט פארשטייען אונז נישט די תאווה,
אבער ווען די יצר הרע רייצט איז גארנישט שווער

די פשט איז אז אין יעדע דור זענען דא מענטשן וואס לויפן נאך די עבודה זרה פון יענע צייט אפילו מ'פארשטייט נישט,


נ.ב.
איך פלאן נישט צו זיך באציען צו דיינע תגובות,

ווי אויך ביסטו בכלל נישט מחיוב צו מגיב זיין אויף מיר,

א גוטע וואך
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט