יש ברירה האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס איז די זעלבע מעשה, אבער דער יונגערמאן האט מיך נישט געזאגט אז מען האט נישט געגעבן קיין קעיר,
איך קען נישט דיין מעשה, איך ווייס נישט וויפיל מענטש עס איז אריבער ביז אייך, עס איז שווער צו קאמענטירן אויף אזא זאך. אבער, ווילסט דאס אנרופן רציחה צו מאכן די פוינט, אקעי... אבער מען קען נישט מאכן אז דאס זאל יעצט ווערן די פאקט אז 'מען האט געהרגט מענטשן אין שפיטאל'.
כ'פארשטיי עכט נישט די חילוק וועלכע ווארט מען ניצט צו ארויסברענגן דעם פוינט. צו ס'הייסט רציחה צו נישט איז אירעלעווענט, מען רעדט פון די פאקט. אויב איז די פאקטן אמת אז נישט דאס נישט צוטרעפן ווי אזוי דאס צו באהאנדלן האט גורם געווען אזויפיל טויטע, נאר אנדערע טעכנישע סיבות, רוף עס מיט וועלכע נאמען די ווילסט עס רופן, איז דאס פשט אז די וויירוס איז נישט אזוי טויטליך, נאר אנדערע זאכן האבן דאס גורם געווען.
איי, וואס מאכט עס א חילוק, סוכ"ס דריי ווי אזוי די ווילסט, די וויירוס איז טויטליך, צו דירעקט אדער דורך די תוצאות אומדירעקט? די ענטפער איז פשוט, מען פרעגט פארוואס ס'איז געפאלן, און מען ענטפערט אז די גורמים זענען מער נישטא.
נו, אויב אזוי וואס איז די טענה'ריי, די ענטפער איז, אז נישט יעדער קען מודה זיין אז די גורמים זענען די שולדיגע... ווייל אויב איז דאס ריכטיג, דאן דארף מען קוקן וואס זענען געווען די גורמים, און ווי מען טענה'ט מיט רעכט, נישט נאר אין נ"י איז עס געפאלן, איז אויב ווילסטו זאגן אז ס'איז נישט דירעקט די וויירוס והא ראיה יעצט איז דא ווייניגער טויטע, דארף מען זיכן גורמים וואס זענען געווען מער ווייניגער די זעלבע איבעראל ווי ס'איז געווען אסאך טויט, און זען צו יעצט איז די גורמים נישט דא מער דארט ווי די וויירוס איז יעצט שטארק [אדער שוואך].
איבער דעם קומט יעדער מיט זיין דעה, טייל וועלן זאגן די כאאס איז געווען די דירעקטע גורם. נו וועסט זאגן יעדער איז מודה..? די ענטפער איז נישט אינגאנצן אזוי, ווייל כאאס קומט פון ערגעץ, פארוואס יעצט איז נישטא כאאס, און אין דעם וויל נישט יעדער אריינקוקן און ענטפערן... ווייל די פשוטע ענטפער איז, אז די פאניק און פחד איז דאס וואס ס'האט געברענגט די כאאס, און יעצט איז מער נישטא די אומנארמאלע שרעק און פאניק וואס מען האט אנגעזייט, און מען קען טראכטן רואיג. דאס מיינט אז אויב איז די גורם צו אזויפיל טויטע געווען די כאאס וואס איז געקומען פון פאניק, איז די וואס האבן אנגעזייט פאניק און פחד, דירעקט שולדיג אויף די טויטע...
פארשטייט זיך די וואס האבן דאן און נאך יעצט רעאגירט מיט פאניק, וועלן דאס קיינמאל נישט מודה זיין. ממילא וועלן זיי מוזן אויפקומען אז לא דובים ולא יער, נישט כאאס, אדער יא כאאס נישט פאניק יא פאניק, ס'איז די וויירוס אליין. איי וואס איז יעצט אנדערש, מוז מען צוקומען צו אלטערנעטיוו תירוצים און דרייען לגבי וואספארא נאמען מען רופט עס.
שוין האמיר סתם געפירקעלט נאך שטותים....