פארלירן חוש הריח אדער טעם
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 293
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:21 am
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
טרויבן זאפט - גרעיפ זדוס בלע"ז - האט זיך געשטעלט דעם יו"ט אויף די זייט פון די באליידיגטע, (כאב מורא אז די וויין שארט זיך אהין) חאף אז נישט
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אפדעיט:
פרייליכע נייעס!!!!!!!!!
פאר אלע ליידנדע: עס איז נאך דא האפענונג!!!
דערווייל ווייס איך נאכנישט וואס עס איז די דרך הטבע'דיגע סיבה דערצו, צו ס'איז די זינק וואס כ'האב פון פריש אנגעהויבן נעמען טעגליך שוין פאר די לעצטע וואך, בקיצור: הודו לה' כי טוב! אודה ה' מאד בפי ובתוך רבים אהללנו! דער אויבערשטער זאל העלפן ביי אייך אלע אויף שמחות!
וויפול זינק נעמסטי א טאג ?
- זייטיגע צוקוקער
- שר מאה
- תגובות: 160
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:טרויבן זאפט - גרעיפ זדוס בלע"ז - האט זיך געשטעלט דעם יו"ט אויף די זייט פון די באליידיגטע, (כאב מורא אז די וויין שארט זיך אהין) חאף אז נישט
גא"מ
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט
- פלאַכע פאַן
- שר העשר
- תגובות: 15
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:48 am
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
אפענקייט האט געשריבן:ביי מיר האט די סינק וואסער באקומען א געפערליכע גרוך
ביי מיר אויך.
די ערשטע פאר חדשים האב איך פלעין נישט געפילט קיין טעם און רוב עסן. קאפי, טיי, זופ, האבן אלע געהאט א טעם פון הייסע וואסער. און רוב עסן האב איך נישט געפילט קיין טעם, אדער געפילט נאר זייער א שוואכע טעם.
די לעצטע שטיק צייט טוישט זיך עס יעדן טאג. איך פילמ מאדנע טעם/גערוך אין די זאכן וואס מ'רעדט זיך דא אפ, חריף, פאפקארן, טוט פעיסט און לעצטענס האט סינק וואסער אויך א געפערליכע גרוך
אסאך רעדן זיך אפ אז זיי קענען ממש נישט עסן, איך האב ב"ה נישט די פראבלעם, געוויסע זאכן האבן טאקע א שלעכטע גערוך, אבער ווען איך בין הונגערוג עס איך אלעס. עס טוט מיר נאר וויי אז איך פיל נישט די ריכטיגע טעם אין רוב עסן
אבער ב"ה מען איז געזונט. דער אייבעשטער זאל העלפן אויף ווייטער. און איך מיט אלע וואס האבן יעצט די שמעק/טעם פראבלעם, זאלן עס שנעל צירוקבאקומען
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
שפיר מיר יעצט אביסעל פון קאראנע.
לאמיר האפן אז די נישט שפירן זאל נישט צו לאנג אנהאלטן,
א חבר וואס ארבעט ביי א העלטה פוד סטאר זאגט מיר אז דאס קען העלפן פאר די שמעק/טעם
https://www.amazon.com/dp/B07YNF48J5/re ... AFb2AXFWBH

- שר חמישים
- תגובות: 98
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
איך זיך צו העלפן איינעם וואס האט אנגעכאפט א שטארקע שוואכקייט מיט פיבער די לעצטע פאר טעג. די וויירוס האט ער שוין געהאט א צייט צוריק.
איינער מיט אן עצה?
איינער מיט אן עצה?
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4284
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
Burach_Nussen האט געשריבן:איך זיך צו העלפן איינעם וואס האט אנגעכאפט א שטארקע שוואכקייט מיט פיבער די לעצטע פאר טעג. די וויירוס האט ער שוין געהאט א צייט צוריק.
איינער מיט אן עצה?
אויב ער האט געהאט די וויירוס אין די לעצטע שטיק צייט זאל ער אפשר זיכער מאכן אז עס איז נישט קיין נעמאניע
שויתי ה' לנגדי תמיד
-
- שר חמישים
- תגובות: 98
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
Goodmorning האט געשריבן:Burach_Nussen האט געשריבן:איך זיך צו העלפן איינעם וואס האט אנגעכאפט א שטארקע שוואכקייט מיט פיבער די לעצטע פאר טעג. די וויירוס האט ער שוין געהאט א צייט צוריק.
איינער מיט אן עצה?
אויב ער האט געהאט די וויירוס אין די לעצטע שטיק צייט זאל ער אפשר זיכער מאכן אז עס איז נישט קיין נעמאניע
נאך פאר פסח

כ'האב געהערט די אינטערוויו מיט הרב לייפער, ער דערמאנט עס אבער זאגט נישט וואס מ'זאל טוהן.
כ'האב אים פרובירט צו רופן אבער ער הייבט נישט אויף.
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
איך האב אויסגעהערט א קאנפרענס פון דאקטוירים פון קאלאמביע האספיטאל וועגן קאראנע האט גערעדט דארט א נאז דאקטאר וועגן די פראבלעים פון שמעקן האט ער געזאגט אז סאיז דא די אלטע עצה פון מאכן שמעקן טערעפי דורך שמעקן פיר עססענטשעל אוילס יעדע איינע פאר 15-20 סעקונדעס און א ברעיק אינצווישן פון 10 סעקונדעס
די פיר אוילן זענען
rose
lemon
Eucalyptus
Clove
איך האב עס נישט אויספרובירט סא איך ווייס נישט קיין ריזאלטס אויב איינער פרובירט עס אויס זאל ביטע לאזן וויסן

- maybeeynot
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3782
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
Goodmorning האט געשריבן:Burach_Nussen האט געשריבן:איך זיך צו העלפן איינעם וואס האט אנגעכאפט א שטארקע שוואכקייט מיט פיבער די לעצטע פאר טעג. די וויירוס האט ער שוין געהאט א צייט צוריק.
איינער מיט אן עצה?
אויב ער האט געהאט די וויירוס אין די לעצטע שטיק צייט זאל ער אפשר זיכער מאכן אז עס איז נישט קיין נעמאניע
ער זאל עס אויסטשעקן ביים דר. נישט אויף אייוועלט
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל פליז לייג מיך נישט צירוק ארויף
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
Burach_Nussen האט געשריבן:Goodmorning האט געשריבן:Burach_Nussen האט געשריבן:איך זיך צו העלפן איינעם וואס האט אנגעכאפט א שטארקע שוואכקייט מיט פיבער די לעצטע פאר טעג. די וויירוס האט ער שוין געהאט א צייט צוריק.
איינער מיט אן עצה?
אויב ער האט געהאט די וויירוס אין די לעצטע שטיק צייט זאל ער אפשר זיכער מאכן אז עס איז נישט קיין נעמאניע
נאך פאר פסח
ער זאל אויך טשעקען פאר Covid ס'דא וואס האבען באקומען נאכאמאהל...( זייער ווייניג, אבער דאך כדאי... )
-
- שר חמישים
- תגובות: 98
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
באריכט האט געשריבן:Burach_Nussen האט געשריבן:Goodmorning האט געשריבן:Burach_Nussen האט געשריבן:איך זיך צו העלפן איינעם וואס האט אנגעכאפט א שטארקע שוואכקייט מיט פיבער די לעצטע פאר טעג. די וויירוס האט ער שוין געהאט א צייט צוריק.
איינער מיט אן עצה?
אויב ער האט געהאט די וויירוס אין די לעצטע שטיק צייט זאל ער אפשר זיכער מאכן אז עס איז נישט קיין נעמאניע
נאך פאר פסח
ער זאל אויך טשעקען פאר Covid ס'דא וואס האבען באקומען נאכאמאהל...( זייער ווייניג, אבער דאך כדאי... )
דערשרעקסט מיך... איך האב אויך לעצטענס עפעס symptoms, ס'איז מיר נישט בייגעפאלן צו טעסטן ווייל כ'האס עס שוין געהאט..
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
אויב איינער האט געהאט סימפטאמען א פאר טעג צוריק, און ער שפירט זיך שוין גוט פאר אפאר טעג, און זיין דאקטער זאגט אז ער קען שוין ארויסגיין, אבער ער האט איצטעט פארלוירן א חלק פון די שמעק, מיינט דאס אז די ווירוס איז נאך אקטיוו, אדער איז דאס נאכווייען?
- א מחי'
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 447
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
- לאקאציע: שקאַנאַנאָנג
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
זאגט מיר עימיצער אז ער האט געדאווענט יו"כ ביי א קאראנע מנין און דאך איז געווען דארט טאביק...
ער זאגט אז ער האט גארנישט געשמעקט אבער די איבריגע מתפללים האט יעדער געהאט א אנדערע הסבר ווי אזוי די שמעק איז...
ער זאגט אז ער האט גארנישט געשמעקט אבער די איבריגע מתפללים האט יעדער געהאט א אנדערע הסבר ווי אזוי די שמעק איז...
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
אין א זייטיגע נאטיץ פאר די וואס קענען נישט שמעקן, זאלן זעהן צו האבן גוטע סמאוק דיטעקטארס אין שטוב
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)
א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער
א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
נאך אלע בלעטער דא, קען איינער געבן א שרייב עפעס א ווירקזאמע עצה צוריקצובאקומען דעם טעם און ריח?
(וויאזוי גייט נאר דער לחש? איך פרעג פאר א צווייטן [ב"ה איך האב קיינמאל פארלוירן דעם טעם וריח])

עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 293
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:21 am
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
כי טוב השם - השם ירחם
האלטן מיר היינט ב"ה ז חשון "עד שיגיע אחרון שבארץ ישראל לנהר פרת" אין ב"ה -נאו טשעינדז- די שמעקן ווערט ב"ה ערגער, די ליסט פון עסן וואס מקען יא עסן ווערט ב"ה קלענער, נישט געהאט די לעצטע 15 וואכן א כזית בשר ודגים ועוד כמה וכמה, אבער ב"ה מען פארלירט נישט קיין וואג, רוב געבעקצן קען מען יא עסן ב"ה, אסאך מילכיגס אויך, אין שב"ק ביי די סעודות עס מען חלה,-נישט קיין שום מיני דיפס אדער טינקעכטץ- אין דערנאך חלה (זה אומר/אוכל אנו במקום דגים) מיט א שטיקל חלה (זה אומר/אוכל אנו במקום בשר) דערנאך עסט מען צו א קליין שטיקל חלה ......וכמעשהו בסעודה ראשונה כך מעשהו בשני ובשלישי ב"ה. -העט איך ווען געשמעקט, העט איך ווען געשמעקט א שטיקל חלה במקום בשמים-
חיזוק להשאר: 3 יודן האבן נאך שווערע חדשים צוריק באקומען רובא דרובא של חוש הטעם והריח ב"ה
שאלה קטנה אביסל האקל: די לעצטע וואך צוויי האבן מענטשן -כווייס נישט וואר ווער אין ווען- וואס קומען נאנט צו מיר אדער אפילו גייען מיר אריבער, באקומען דעם זעלביגן אביסל אביסל שמעק.....סליחה למפרע.... איז נא איינער וואס קען רעלעין מיט דעים..

- KEWL
- שר האלפיים
- תגובות: 2065
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
- לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא
- פארבינד זיך:
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
בה בא מיר האט זיך די מצב אסאך פארבעסערט - אדער האב איך זיך ציגעוואוינט...
די עיקר וואס איך לייד יעצט איז געפילטע ***. ממש געפערליך... הערינג אדער געקאכטע ***.ב"ה געבאקענע *** האמיר נישט קיין שום פראבלעם סא דאס איז וואס איך עס די לעצטע פאר חדשים...

לעצט פאראכטן דורך KEWL אום זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
גמרתי ואגמור...
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 293
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:21 am
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
פליז רעד אפילו נישט פון כל מיני פיש, רעדן אליינס איבלט מיר - יישר כח
-
- שר מאה
- תגובות: 124
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
איינער ווייסט צו די אלע עצות העלפן אויך פאר איינער וואס האט נישט פארלוירן זיין חוש פון טעם וריח - אבער קען נישט פארנעמען קיין שום געווענליכע פראטיען ווי למשל ***, אייער פלייש וכדומה?
אויב נישט איז דא אן אנדערע עצה פארדעם?
אויב נישט איז דא אן אנדערע עצה פארדעם?
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
חסידישער מבין האט געשריבן:איינער ווייסט צו די אלע עצות העלפן אויך פאר איינער וואס האט נישט פארלוירן זיין חוש פון טעם וריח - אבער קען נישט פארנעמען קיין שום געווענליכע פראטיען ווי למשל ***, אייער פלייש וכדומה?
אויב נישט איז דא אן אנדערע עצה פארדעם?
וועלכע עצות?

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
ביי מיר ווערט ב"ה צוביסליך בעסער די מצב, געבאקענע אדער לייכט געקאכטע *** קען איך שוין פארנעמען, אייער איז נאך אלץ געפערליך, וויין איז שוין מער נישט 100% עסיג נאר בערך 85% עסיג און 15% וויין, ס'זעהט מיר אויס אז די איינציגסטע רפואה בדרך הטבע איז צייט. אסאך צייט.