Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
לא עת לחשות , צענדליגע היימישע ריטעיל געשעפטן זענען שוין געשלאסן פאר באלד 2 חדשים בשעת ווען Target און Walmart קעשען ארויס אויף זייער חשבון
די גרעסטע צדקה בדרך כבוד איז שטיצן היימישע און געבן פרנסה פאר אידן
עטליכע געשעפטן האבן שוין אינטערגעבראכן און אסאך געשעפטן האלטן נישט ווייט דערפון
וחי אחיך עמך!
אדרבה אויב איינער קען ברענגען מפי ספרים וסופרים די מצווה דערפון און דער עולם ווערט געבעטן מיטצוטיילן אייגענע עפיזאטן בבחינת ממנו ילמדו

- אטעטשמענטס
-
- 67F18ACD-7ACF-4671-8C15-8F4FAEAD7502.jpeg (23.67 KiB) געזען 10182 מאל
לעצט פארראכטן דורך וואס עפעס? אום זונטאג מאי 24, 2020 12:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
פ
- אטעטשמענטס
-
- 8C73FF36-4480-4591-A37D-C59C2C87769D.jpeg (26.39 KiB) געזען 10173 מאל
-
- C332367A-62B8-4A73-92E1-D38775DD1E17.jpeg (25.67 KiB) געזען 10173 מאל
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
נאך
- אטעטשמענטס
-
- 533A5C72-399E-4DF8-B2C6-FB54F358F3F7.jpeg (29.71 KiB) געזען 10030 מאל
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
היימישע אקאנעמי
ווען מען קויפט אין היימישע געשעפטן שטיצט איר די ארבעטער, די בעה'ב, די לענדלער, די אידישע אקונטינג, היימישע האלסעילערס, היימישע דעליווארי, היימישע קרעדיט קארטל קאמפעני אא''וו
די אלע אידן געבן צדקה צאלן שכ''ל, סאיז א טשעין
יעדער וואס קויפט ביי א איד שטיצט דירעקט און אומדירעקט די היימישע אקאנעמי
די זעלבע זאך איז מיט קאר סערוויס, און עני סערוויס דארף מען געדענקן צי שטיצן אידן
אויב מען וויל גיין ח''וו ביי א גוישע סטאר ווייל סאיז ביליגער קען מען נעמען די דיפרענדס פון מעשר
ביים העלפן און שטיצן א איד געב א גיט ווארט און אויב מעגליך א טיפ
היימישע אקאנעמי
סאיז דא אזא זאך ווי די היימישע אקאנעמי וואס איז טיילווייז זעלבשטענדיג פון די אלגעמיינע אקנאמיע,
סנעמט אריין מוסדות התורה מיט אירע טויזנטער ארבעטער, באס קאמפעניס, קאר סערוויס, פסיכיאטער, שדכנים, מוהלים, פאנדרעיזער, ארגענזאציעס, קהילות, בית רבנים,סטארס, צניעות, הכשרים, כשרע גראסערי, ריטעיל סטארס, היימישע וועירהויזעס, חתונה אינדוסטריע מאל שפילער זינגער זאל אא''וו, שמחות, צייטונגען מידיע , עטווטייזמענט, אינשורענס אגענט, ריעל עסטעיט, קאנסרטאקשן, זומער קעמפס און קאנטעריס, רפואות, אקונטינג,
כמעט 100% פון די היימישע עולם ארבעט אין די היימישע אקאנעמי אז איינער פאלט קען ח'וו מיטשלעפן די גאנצע היימישע אקאנעמי
שלא יבוש המעיין ויקצץ האילן

וואטעווער....
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
דאס איז איינע פון די סיבות פאר די עניות אין ארץ ישראל, דארט איז זייער געמישט אז די געלט פון די היימישע רינט ארויס צו די אלגעמיינע גאס.
718-480-5349
-
- שר מאה
- תגובות: 146
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
איך פרוביר אלעמאל צו קויפן לאקאל, איך האב אליין צוויי ביזנעסער (וואס מוטשענען זיך איצט געפערליך!!) אבער רוב מאל איז די דיפערענץ אסאך מער ווי מעשר! למשל היינט (נעכטן) איז אנגעקומען א פעקל מיט 7 הויזענס און א דזשעקעט פאר אונטער הונדערט דאלער! H&M פון, ביי די היימישע האט געקאסט $30+טעקס איין'ס
וואס קען איך טוהן??
וואס קען איך טוהן??
מלך שהשלום שלו
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3550
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
30+ טעקס איז בגדר נארמאל, אפילו עס איז טריפלט ווי אין די אלגעמיינע געשעפטן. דארפס פארשטיין אז ער פארקויפט ווינציגער שטיקלעך און ער האט א מארגעדזש צובאצאלן.
די פראבלעם איז ווען מ'פרייזד א שאקירנדע $95+ טעקס פאר א קינדערישע העמד'ל גלייך פון טשיינע. די ציל דערמיט איז נישט אזוי ווייט די געלט וואס מ'מאכט. ס'ענדערש א טאקטיק פון ברענדן א היימישע פירמע פאר די יענטעס.
די פראבלעם איז ווען מ'פרייזד א שאקירנדע $95+ טעקס פאר א קינדערישע העמד'ל גלייך פון טשיינע. די ציל דערמיט איז נישט אזוי ווייט די געלט וואס מ'מאכט. ס'ענדערש א טאקטיק פון ברענדן א היימישע פירמע פאר די יענטעס.
-
- שר מאה
- תגובות: 146
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
די ביליגסטע אין יענע געשעפט איז געווען דרייסיג!
מלך שהשלום שלו
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
יעצט איז נישט די צייט ארינטער צי רייסן די היימישע סטארס וואס בליטיגן אויס פאר אינזער אויגן, בדרך כלל מיין איך אז סאיז נישט אזא הימל שרייענדע דיפרענדס,
אז מען רעדט פון הויזנס ביי ביקל דריי גוד קען מען האבן פאר $20 און מעמבערס פון קהילות אדער כולל אינגעלייט האבן דיסקאונטס,
מיין בני בית זאגט אז און עוורידידש קאסט 15 20 % מער סווענט זיך וואס אסאך אייטעמס איז די זעלבע און אסאך טייערער
למשל ביי קאר סערוויס אין קרית יואל קאסט א לאקאל טריפ $7 ביי די היימישע קאר סערוויס ( אדער $6.5) און ביי די גוישע איז 5, איך נעם אייביג נאר אידישע אפילו איך וואטש זייער אויף מיין געלט
שטיץ א איד, ביים קויפן און פוקסן א קאר און געז, אינשורענס, ריעל עסטעיט, קאנסטרוקציע, מקעניק, הענדימען, סטארס, לענסקעיפינג,,קאר סערוויס, גיב אייביג געלט נאר פאר א היימישע ברודער און מיט א גיט ווארט
איעדר איז א חלק פון די היימישע אקאנעמי, אז ביסט א סופר, די אידן וואס געבן דיך צי לייזן ווילן זאלסט זיי שטיצן
וחי אחיך עמך

- שר האלף
- תגובות: 1760
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
ביי קינדער קליידער איז עס ביג טיים הימל שרייענדלייטער האט געשריבן:יעצט איז נישט די צייט ארינטער צי רייסן די היימישע סטארס וואס בליטיגן אויס פאר אינזער אויגן, בדרך כלל מיין איך אז סאיז נישט אזא הימל שרייענדע דיפרענדס
לייטער האט געשריבן:אז מען רעדט פון הויזנס ביי ביקל דריי גוד קען מען האבן פאר $20 און מעמבערס פון קהילות אדער כולל אינגעלייט האבן דיסקאונטס,
רוב לאקאל סטארס קאסט עס מינימום $30 און אפילו דו ביסט אפשר גערעכט ביי ביקעל'ס זיי וויסן אז ביי h&m קאסט א אינגל וואכן הויזן גאנצע... זיבן דאלאר און ס'האלט פאר די סיזען פונקט ווי די היזיגע, די פאלגענדע האט מיין ווייב לעצטענס געקויפט:
אינגעלעך הויזענעס פאר $7
https://www2.hm.com/en_us/search-result ... 9150001011
אינגעלעך הויזענעס פאר $10
https://www2.hm.com/en_us/productpage.0692841003.html
און מיידלעך ווינטער און זוממער שבת שיך פאר $13 (שוין געקויפט פאר א יאר צוריק די זעלבע זאך)
https://www2.hm.com/en_us/productpage.0813094001.html
https://www2.hm.com/en_us/search-result ... 3094005010
זוממער סניקערס אויף עמעזאן פאר $15
https://www.amazon.com/Sawimlgy-Toddler ... th=1&psc=1
און דאס איז אלעס חוץ פון ali express
לייטער האט געשריבן:מיין בני בית זאגט אז און עוורידידש קאסט 15 20 % מער סווענט זיך וואס אסאך אייטעמס איז די זעלבע און אסאך טייערער
וואס זאל איך דיר זאגן? מיין בני בית (זעט אויס) קען אביסל בעסער די פאך פון שאפינג...
ס'קאסט בערך א דריטל עפ"ר
לייטער האט געשריבן:שטיץ א איד, ביים קויפן און פוקסן א קאר און געז, אינשורענס, ריעל עסטעיט, קאנסטרוקציע, מקעניק, הענדימען, סטארס, לענסקעיפינג,,קאר סערוויס, גיב אייביג געלט נאר פאר א היימישע ברודער און מיט א גיט ווארט
אבער וואס זאל מען טוען אז מ'באקומט צוריק רוב מאל א שטאק מיט עטיטוד ביים ריטורנ'ן (כ'רעד ביי קליידער און שיך)
לייטער האט געשריבן:איעדר איז א חלק פון די היימישע אקאנעמי, אז ביסט א סופר, די אידן וואס געבן דיך צי לייזן ווילן זאלסט זיי שטיצן
וחי אחיך עמך
איך בין אויך א יוד און איך בין אויך א חלק פון די אחיך
כ'פארשטיי אז ער דארף קאווערן צען אלפים רענט אבער איך דארף עס נישט קאווערן און דאס איז חוץ די עטיטוד
דיסקלעימער: איך טוה נישט די שאפינג אינדערהיים אבער דאס בערך די פיקטשער וואס כ'האב ארויס גענומען פון דעם ענין
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
שכח, געסעיװד די תגובה פאר קימענדיגען שאפּינג סיזען
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
1.
מען דארפ שטיצען א געשעפט וואס דינגט היימישע ארבייטערס און באצאלט זיי ווי נערמאלע מענטשען, באקומען א רעיז יעדע יאהר און באקומען א באנעס חודש ניסן און תשרי
2
מען זאל מאכן א ליסטע פון אלע עמעזאן סעללערס וואס באלאנגען פאר היימישע אידען

Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3550
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
עס איז דא צוויי חלקים אין די נושא, און מען ברויך זייער נזהר זיין, ווייל עס איז א דינע שטריק וואס טיילט אפ. ווען עס איז דא א איד וואס מוטשעט זיך אויף זיין ריטעיל ביזנעס, דארף מען אים שטיצן. נישט אלע קליידונג געשעפטן זענען מיליאנערן, אסאך מוטשען זיך זייער ביודע ומקירי.
אבער.... די פרייזן דארפן מאכן סענץ. איך ווייס דו קענסט נישט בעטן 5.99 א הויזן, ווייל דאס איז דיין קאסט, און עס קומט נאך צו הוצאות ווי רענט, פעיראל, אדווערטייזינג, יוטיליטי'ס, א.א.וו. איך בין גרייט צו צאלן $20. עס מיינט אבער אויסדריקליך נישט אז ווייל מיין ווייב איז יעצט דעספרעד פאר די סטייל דאסטער וועגן די שוועגערן האט באשלאסן אז דעיס איז יעצט אין, און איך קען נישט זאגן ניין, קענסטו יעצט בעטן $245+ פאר די שטיקל צוקנייטשטע סטאנינג סינטעטישע פלאסטיק לכבוד יו"ט.
נאך עפעס. עס איז דא אזא מין זאך ווי מען צאלט טייער פאר געוויסע אייראפישע ברענדס, בעיקר ביי קינדער קליידונג. עס איז זייער א פארשטענליכע זאך, ווילסט די ברענד לעיבל, דאן צאל די פרייז. פאר א העמדל וואס קאסט נארמאל $18 קען מען אזוי באצאלן $85 בלויז ווייל עס האט די דאזיגע פירמע לעיבל. אבער די לעצטע פאר יאר איז אנטשטאנען א נייע דערהער, אנהויב האב איך נאך געלאכט דערפון. עס איז דא "היימישע ברענדס". דהיינו, א קליידער געשעפט וואס איז שוין א צייט אין ביזנעס, און זיי ווערן פאפולער ביי די היימישע קרייזן, באשליסן אז זיי מאכן א אייגענע ברענד. מען אינוועסטירט אין פרויען מארקעטינג און זיי בעטן דערנאך ממון ודמים וואס מאכן נישט קיין סענץ. זיי קענען בעטן 4 מאל די פרייז פארן זעלבן פראדוקט פון די געשעפט אקעגן איבער, און יעדער וועט קויפן בלויז ביי זיי, ווייל דאס איז די "ברענד".
כל פנים, מיט פארגעניגן וועל איך צאלן $42 פאר די סניקערס אין א לאקאלע געשעפט, טראץ וואס אנליין קען איך עס טרעפן פאר $34.
אבער.... די פרייזן דארפן מאכן סענץ. איך ווייס דו קענסט נישט בעטן 5.99 א הויזן, ווייל דאס איז דיין קאסט, און עס קומט נאך צו הוצאות ווי רענט, פעיראל, אדווערטייזינג, יוטיליטי'ס, א.א.וו. איך בין גרייט צו צאלן $20. עס מיינט אבער אויסדריקליך נישט אז ווייל מיין ווייב איז יעצט דעספרעד פאר די סטייל דאסטער וועגן די שוועגערן האט באשלאסן אז דעיס איז יעצט אין, און איך קען נישט זאגן ניין, קענסטו יעצט בעטן $245+ פאר די שטיקל צוקנייטשטע סטאנינג סינטעטישע פלאסטיק לכבוד יו"ט.
נאך עפעס. עס איז דא אזא מין זאך ווי מען צאלט טייער פאר געוויסע אייראפישע ברענדס, בעיקר ביי קינדער קליידונג. עס איז זייער א פארשטענליכע זאך, ווילסט די ברענד לעיבל, דאן צאל די פרייז. פאר א העמדל וואס קאסט נארמאל $18 קען מען אזוי באצאלן $85 בלויז ווייל עס האט די דאזיגע פירמע לעיבל. אבער די לעצטע פאר יאר איז אנטשטאנען א נייע דערהער, אנהויב האב איך נאך געלאכט דערפון. עס איז דא "היימישע ברענדס". דהיינו, א קליידער געשעפט וואס איז שוין א צייט אין ביזנעס, און זיי ווערן פאפולער ביי די היימישע קרייזן, באשליסן אז זיי מאכן א אייגענע ברענד. מען אינוועסטירט אין פרויען מארקעטינג און זיי בעטן דערנאך ממון ודמים וואס מאכן נישט קיין סענץ. זיי קענען בעטן 4 מאל די פרייז פארן זעלבן פראדוקט פון די געשעפט אקעגן איבער, און יעדער וועט קויפן בלויז ביי זיי, ווייל דאס איז די "ברענד".
כל פנים, מיט פארגעניגן וועל איך צאלן $42 פאר די סניקערס אין א לאקאלע געשעפט, טראץ וואס אנליין קען איך עס טרעפן פאר $34.
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
איך פערזענליך בינעך ליידער נישט אזוי מקפיד אויף קויפן לאקאל
יעצט האביך געזאגט פאר מיין רעבעצין צו קויפן לאקאל אלע קינדער קליידער
די לאקאלע חברה ברעכען אינטער און מיז זיי העלפן!
פארוואס זאל ווארטן און איך זיי געבן ווען זיי מאכן חתונה אז איך קען יעצט געבן בה בדרך כבוד ?!
די שמועס וואס איינער ברענגט פארוואס ריזיגע נעץ געשעפטן זענען אזוי ביליג קומט נישט אריין אין די אשכול
אזויפיל יא- עז איז קלאר אז די היימישע סטארס קענען נישט קאמפיטען מיט זיי
אלזא אידן
אויב זענט איר ביכולת דאן זייט מקיים וחי אחיך בהידור דורך קויפן לאקאל

קען איינער ברענגען די קליפ פון חיים איצקאוויטש איבער די קאמפיין ?
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
וואס עפעס? האט געשריבן:איך פערזענליך בינעך ליידער נישט אזוי מקפיד אויף קויפן לאקאל
יעצט האביך געזאגט פאר מיין רעבעצין צו קויפן לאקאל אלע קינדער קליידער
די לאקאלע חברה ברעכען אינטער און מיז זיי העלפן!
פארוואס זאל ווארטן און איך זיי געבן ווען זיי מאכן חתונה אז איך קען יעצט געבן בה בדרך כבוד ?!
-
אלזא אידן
אויב זענט איר ביכולת דאן זייט מקיים וחי אחיך בהידור דורך קויפן לאקאל
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
וואס עפעס? האט געשריבן:קען איינער ברענגען די קליפ פון חיים איצקאוויטש איבער די קאמפיין ?
?
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
אז איינער האט שוין ארויפגעשלעפט דעם אשכול העל איך מוסיף זיין
כהאב נעכטן געטראכט אז כהעל מחזק זיין א לאקאלע בארא פארקער געשעפט אין עפעס איינקויפן
כקום אן זעה איך אז די טיר איז פארשלאסן
קלינג איך אריין אויפן טעלעפון, און זיי עפענען די זייטיגע טיר מיט א פחד
די געשעפט איז שא שטיל, קיינער נישט דארטן אחוץ מיר
אלע אידישע ארבעטארער זענען דארט גרייט צו באדינען די קאסטומער.
וואס זאל איך אייך זאגן - עס איז א ריזיגע מצווה צו קויפן לאקאל בפרט אין אזוינע שווערע זמנים
כהאב נעכטן געטראכט אז כהעל מחזק זיין א לאקאלע בארא פארקער געשעפט אין עפעס איינקויפן
כקום אן זעה איך אז די טיר איז פארשלאסן
קלינג איך אריין אויפן טעלעפון, און זיי עפענען די זייטיגע טיר מיט א פחד
די געשעפט איז שא שטיל, קיינער נישט דארטן אחוץ מיר
אלע אידישע ארבעטארער זענען דארט גרייט צו באדינען די קאסטומער.
וואס זאל איך אייך זאגן - עס איז א ריזיגע מצווה צו קויפן לאקאל בפרט אין אזוינע שווערע זמנים
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
איינער קען אהערברענגען די פרישע עדס פון די וואכעדיגע Boro park View ?
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
וואס עפעס? האט געשריבן:איינער קען אהערברענגען די פרישע עדס פון די וואכעדיגע Boro park View ?
?
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
BPJCC איז ארויס מיט א פרושע קומפיין
שמחה אייכענשטיין האט געהאט גערעדט אויף קולמע איבער די וויכטיגקייט פון שטיצן די לאקאלע געשעפטן בפרט אין די שווערע צייטן

- C1DEBBD7-FC7C-4355-8755-709880EC45E2.jpeg (16.01 KiB) געזען 6164 מאל
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
בארא פארק׳ע גאסן זענען היינט באהאנגען געווארן מיט פרישע פלאקאטן מיט די מאסיווע קומפיין דורך BPJCC
צו קויפן ביי לאקאלע געשעפטן
צו קויפן ביי לאקאלע געשעפטן
Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן
די ווייטאג איז ווען דער צינדער ווערט גאר דער לעשער, דער זעלבער וואס האט גע'רודפט אונזער ציבור, יעצט וויל ער מען זאל איהם שטיצן; עס איז איהם נישט בייגעפאלן אז מיר זענען אלע אין דעם זעלבען שיף, און וועהן מען רודפט אונז גייט ער אויך ליידן דערפון.