תגובהדורך קלוגע חכם » זונטאג מאי 24, 2020 7:58 am
אזוי ווי יעדער זאגט, זאג איך אויך מיין מיינונג, איך האלט זייער פון עפענען די געשעפטן, איך האף נאר מען זאל עס עפענען כדוגמת טארגעט, וואלמארט, וכדו', דאס מיינט מיט גאודליינס, יעדער וואס קומט ארייו דארף האבן א מאסק, סאושעל דיסטענס, וויפיל עס איז מעגליך, וכדו", אזוי צייגט מען אז מיר זענען נישט מענטשן וואס גיבן נישט אכטונג, מיר גיבן יא אכטונג, מיר האלטן די גאודליינס, פונקט ווי ביי די גרויסע געשעפטן, און ליקער סטאורס, נאר מיר מוזן ווייטער אנגיין.
און צו דיר קאומאו, יעדער האט אין מיינד אז חלילה עס קען צוריקקומען, קיינער איז נישט פארזיכערט גארנישט, עס איז יא דא א באשעפער וואס פירט די וועלט, אבער אזוי ווי יעדער פאר זיך קען אפמאכן איך גיי ארויס, מיין לעבן דארף ווייטער אנגיין, (איי אפשר וועט עס ח"ו צוריק-קומען, וועט מען דאן זען. געלויבט דער פון אויבן אז כעת ווערט עס שטילער טון שטילער, אפילו מער און מער מענטשן דרייען זיך אינדרויסן, און איך רעד אפילו ביי די המון עם,) מען דארף אנגיין מיטן לעבן, און אזוי ווי א גרויסע עולם קען אפמאכן די דעסיזשען ביי זיך אין קאפ, דארפסטו אלץ גאווערנער קענען אפמאכן די דעסיזשען פאר די שטאט, און אוודאי עפענען שטייט, אבער האלטן נאך אלץ די גאנצע שטאט פארשפארט, איז נישט מער ווי שפילן פאליטיק