פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך העלאו »

קען איך נישט פארשטיין כמעט פופציג פראצענט פון די עולם האטו שוין געהאט די וויירעס און האבן שוין אנטי באדיס וואס לויט אלע דעות איז 99 פראצענט אז זיי קענען עס מער נישט כאפן איז פארוואס עפענען זיך נישט נורמאל די בתי מדרשים פאר די אידן
אה''נ ווער עס האט נישט קיין אנטי באדיס זאל ח''ו נישט ארויס גיין אבער די וואס האבן שוין אנטי באדיס פאר וואס דארפן זיי זיין פארשפארט אינדער היים ? אלס גזירה פון מראית עין ? די עולם פארשטייט דאך אז האלב עולם האט עס דאך שוין געהאט
אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:48 pm

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך אדיר איום »

רוב עולם האט זיך נאך נישט גענומען דע אנטי באדיס טעסט
גברא רבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך גברא רבא »

העלאו האט געשריבן:קען איך נישט פארשטיין כמעט פופציג פראצענט פון די עולם האטו שוין געהאט די וויירעס און האבן שוין אנטי באדיס וואס לויט אלע דעות איז 99 פראצענט אז זיי קענען עס מער נישט כאפן איז פארוואס עפענען זיך נישט נורמאל די בתי מדרשים פאר די אידן
אה''נ ווער עס האט נישט קיין אנטי באדיס זאל ח''ו נישט ארויס גיין אבער די וואס האבן שוין אנטי באדיס פאר וואס דארפן זיי זיין פארשפארט אינדער היים ? אלס גזירה פון מראית עין ? די עולם פארשטייט דאך אז האלב עולם האט עס דאך שוין געהאט

כדי עס נישט איבער געבן ווייטער (ווען נישט די טעם וואלטן ווען אלע מענטשן אונטער פיפציג אן קיין מעדיקל קאנדישן געגאנגן אין בית המדרש ביז יעצט אויך)
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך העלאו »

גברא רבא האט געשריבן:

אויף די טעסט קענסטו קלאר זעהן אויב דו האסט אנטי וויירעס און אויב דו האסט עס נאך
אוודאי אויב מען האט עס נאך טאר מען נישט ארויס גיין אבער דער וואס האט אנטי וויירעס און מער נישט די וויירעס וואס דאס איז כמעט פופציג פראצענט מענטשען פארוואס זאל מען נישט ארויס גיין?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך הסרפד »

א גרויסע פראצענט אנטי-באדי טעסטס זענען ווייט פון גענוק פארלעסליך.
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך העלאו »

הסרפד האט געשריבן:א גרויסע פראצענט אנטי-באדי טעסטס זענען ווייט פון גענוק פארלעסליך.

מאכט מען צויי טעסטס אדר דריי טעסטס נא כדי צו שפארען די פופציג דלאער אויפן טעסט זיצן ענדרעשט מענטשען איינגעשפארט א גאנצען טאג? עס האט דאך נישט קיין זינען ?
zurich
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך zurich »

פארוואס דען מאכט מען די טעסט אויב נישט ארויסצוגיין?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך צו געזונט »

מען מאכט די טעסט צו וויסען פאר זיך זעלבסט אז בחסדי השם איז מען מער נישט אנגעשטעקט.
די נישט גיין גראד אין מקוה, אין ביהמ"ד א.ד.ג. איז נאר פאר די עקסטרעמע וואס מאכן א תורה שלימה פון נישט וועלן יענעם אנשטעקן...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך ליינער »

העלאו האט געשריבן:קען איך נישט פארשטיין כמעט פופציג פראצענט פון די עולם האטו שוין געהאט די וויירעס און האבן שוין אנטי באדיס וואס לויט אלע דעות איז 99 פראצענט אז זיי קענען עס מער נישט כאפן איז פארוואס עפענען זיך נישט נורמאל די בתי מדרשים פאר די אידן
אה''נ ווער עס האט נישט קיין אנטי באדיס זאל ח''ו נישט ארויס גיין אבער די וואס האבן שוין אנטי באדיס פאר וואס דארפן זיי זיין פארשפארט אינדער היים ? אלס גזירה פון מראית עין ? די עולם פארשטייט דאך אז האלב עולם האט עס דאך שוין געהאט

די טעסט ווייזען נישט צו מען האט מער נישט די וויירעס אין זיך

צווייטענס מען דארף באקומען ערלויבעניש פון די רבנים/דיינים אז מעןמקען שוין צוריקגיין צו פרידענסצייטן

אין די גאווערמענט לאט נאך נישט צוריקגיין צו גרעסערע פארזאמלונגען
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך העלאו »

ליינער האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:קען איך נישט פארשטיין כמעט פופציג פראצענט פון די עולם האטו שוין געהאט די וויירעס און האבן שוין אנטי באדיס וואס לויט אלע דעות איז 99 פראצענט אז זיי קענען עס מער נישט כאפן איז פארוואס עפענען זיך נישט נורמאל די בתי מדרשים פאר די אידן
אה''נ ווער עס האט נישט קיין אנטי באדיס זאל ח''ו נישט ארויס גיין אבער די וואס האבן שוין אנטי באדיס פאר וואס דארפן זיי זיין פארשפארט אינדער היים ? אלס גזירה פון מראית עין ? די עולם פארשטייט דאך אז האלב עולם האט עס דאך שוין געהאט

די טעסט ווייזען נישט צו מען האט מער נישט די וויירעס אין זיך

צווייטענס מען דארף באקומען ערלויבעניש פון די רבנים/דיינים אז מעןמקען שוין צוריקגיין צו פרידענסצייטן

אין די גאווערמענט לאט נאך נישט צוריקגיין צו גרעסערע פארזאמלונגען

אסאך טעסטס ווייזן ביידע צו מען האט אנטי באדיס און צו מען איז נאך אנגעשטעקט
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך שמחהלע »

איך האב גענומען די טעסט, ס'איז צירוקגעקומען נעגאטיוו, די דאקטאר האט מיא געזאגט אז סאיז בכלל נישט קיין ראי', אויב איינער האט א שטארקע אימיון סיסטעם קען זיין אז זיין באדי האט גלייך אטאקירט דעם וויירוס, במילא האט עס נישט געבויעט קיין אנטיבאדיס, ווי לענגער מהאט נישט גוט גיפילט אלץ מער האט די באדי געבויעט אנטיבאדיס.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך הסרפד »

zurich האט געשריבן:פארוואס דען מאכט מען די טעסט אויב נישט ארויסצוגיין?

פאר עפידעמיאלאגן צו וויסן בערך וויפיל מענטשן זענען שוין געוועהן אהן געשטעקט, און ווען מען נעמט בלוט צו וויסן צו עס לוינט זיך.

עס זענען לכאורה שוין פארהאן טעסטס גענוק גוט אויף ארויס צו לאזן מענטשן, אבער לויט וואס איך האב געזעהן שרייבן זענען דיע נישט די פארשפרייטע וואס רוב עולם נעמט. (עס איז געוועהן עפעס איין הבהרה פון דעם FDA אין דעם נושא.)
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

די קשיא פונעם פותח האשכול (@העלאו) איז זייער גוט געפרעגט.

ווי אנדערע האבן שוין געפרעגט דא אז אפי׳ מען האט אנטי באדי׳ס אפשר קען מען נאך זיין אנשטעקיג.

האב איך געהערט נאך זאגן אז ס׳איז דא א שיעור פון הגאון סיסקא רב פון מאנסי הרב בלום. ער זאגט דארט נאך פון די מומחים אז אפי׳ ווען מען האט שוין די אנטי באדי׳ס קען די וויראס נאך לעבן אין די קערפער פון די מענשט פאר בערך 4 ביז 8 וואכן פון ווען מען האט געהאט די סימטעמס. אי משום הא, דארף מען נעמען ביידע פון די טעסטן איינס א אנטי באדי טעסט צו זעכער מאכן אז מען קען ע״פ רוב שוין מער נישט האבן די ווייראס, און נאך א טעסט צו זעהן צו מ׳איז שוין נעגעטיוו פונעם ווייראס.

און הרב בלום זאגט דארט און יענע שיעור קלאר די עצה אז מען זאל נעמען די ביידע טעסטס (אזוי פארשטיי איך פון די שיעור פונעם רב) און מען זאל עפענען די שוהלן אן קיין social distended און קיין מאסק און גלאווס, און אריין לאזן נאר די וואס האבן גענימען די ביידע טעסטן. אדרבה אויב איינער קען ביטע צו צייכענען פינקטליך אויף וועלכע נאמבער און ביי וועלכע קנעפל פונעם מעניא מען קען הערן די שיעור, וואלט עס געווען שטארק עפרישיעטאד, און שטארקע תעלות פארן ציבור.

ס׳וועט סיי ווי נישט קענען ווערן בעסער אפי׳ אויב די רעגירונג וועט ארויס קומען מיט א שאט צו ווערן אימיונד קען נישט זיין בעסער ווי איינער וואס האט אינגאנצען געהאט דעם ווייראס און די רעגירונג גייט סיי וויי נישט האלטן פארמאכט דעם לאנד פאר די קומענדיגע צען יאר.

אלזא לייגט זיך אויפן שכל אז אויב מען נעמט די ביידע טעסטס, און מען לאזט אריין אין בהמ״ד נאר אזאלכע, קען מען געהעריג עפענען די שוהלן אן social distance און אן קיין מאסק און הענטשקעס.

חס ושלום זיך נישט פארלאזן אויף וואס איך זאג איך בין נישט קיים דאקטער און אויך נישט קיין דעת תורה. אויף אזא זאך דארף מען פאלגן די דוקטורים און א דעת תורה.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך פארווייטאגט »

שטעלט אייך פאר אז מ'לאזט יעדעם וואס האט אנטי באדי'ס אלעס צוריק עפענען, וואס גייען אונזער פאליטיקאנטען טוהן? וואס גייט מען זאגן ביים פרעס קאנפרענץ?
וואס וועט דיבלאזיאו סטראשען?

עכ"פ, משום כבוד המלכות, האבן מיר דא אין ניו יארק נישט קיין ברירה, און ווארטען נאך איין אדער צוויי (דריי אדער פיר) [פינף אדער זעקס] חדשים.

אגב. מ'מעג דאס וויסען פאר מ'גייט עפעס טוהן למעשה.
דעם פארגאנגענע וואך, זענען נאך אסאך אידן, אין אונזער געגענטער געטעסט געווארן פאזיטיוו, און גערופן הילף. (מפי איינער וואס איז גערופן געווארן עטליכע מאהל, ער מיט דעם פלאץ ווי ער ארבייט, טאקע אסאך אסאך ווייניגער אבער גענוג).
באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:41 am

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך באריכט »

צוויי נקודות:

1) די מומחים זאגען אז א אפילו מהאט ענטי באדיס איז דאס נישט זיכער אז דאס מיינט עפעס... סנאך נישט דא גענוג Data...

2) איינמאהל מעפענט גהעריג וועלען אנדערע וואס "מיינען" אז זיין זענען שוין נעגעטיו קומען אין שוהל , ועוד אלטע וכו וועלען אויך אנפאנגען צי קומען ווייל ער ווערט שוין אונגאנצען משוגע וכו' בקיצור סנישט פשוט...
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך הערשקא »

רוב בתי מדרשים און מקואות זענען אפען, איינער מער און איינער ווייניגער, נאר משום מראית עין פארשפרייט מען נישט קיין מודאות,

נאר א אנדערע זאך וואס באדערט מיר, און עס פארדינט אן עקסטערע אשכול, וואס איז פשט פון בעטן געשוואלאנע מקוה פרייזן, אידן וואס קענען און ווילן גיין האלטען זיך צירוק וועגן דעם צי גיין,
איך רעדט נישט פון א מקוה ווי מען רייניגט א יעדע פאר מינוט אד"ג, אבער רוב מקואות זענען אפען אן קיין שום שינו אחוץ די פרייז דערפון,
איך האלט נישט אז עס איז יושר, און עס דארף פארשריגען ווערן.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

צ /ק

מען גייט טאקע יא!!!

ששששש כ'האב גארנישט געזאגט, באפאלטס מיר נישט...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך ציגעלע »

הערשקא האט געשריבן:רוב בתי מדרשים און מקואות זענען אפען, איינער מער און איינער ווייניגער, נאר משום מראית עין פארשפרייט מען נישט קיין מודאות,

נאר א אנדערע זאך וואס באדערט מיר, און עס פארדינט אן עקסטערע אשכול, וואס איז פשט פון בעטן געשוואלאנע מקוה פרייזן, אידן וואס קענען און ווילן גיין האלטען זיך צירוק וועגן דעם צי גיין,
איך רעדט נישט פון א מקוה ווי מען רייניגט א יעדע פאר מינוט אד"ג, אבער רוב מקואות זענען אפען אן קיין שום שינו אחוץ די פרייז דערפון,
איך האלט נישט אז עס איז יושר, און עס דארף פארשריגען ווערן.

גא״מ עפען א פרישע אשכול וועגען דעם
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך וואס עפעס? »

די פראבלעם איז די עלטערע אידן וואס האבן נישט אנטי באדיס און זיי זעהן וואו עולם כמנהגו נוהג אין זיי ווערן אנגערייצט צו צוריקגיין צום נארמאלע לעבענס שטייגער

יא און הלכה איז דא א קאנסעפט פון מראת העין

מיין קרוב פון איבער די 60 האט געטשעקט און געזעהן אז ער האט נישט אנטי באדיס אבער ער זיין מנין אויפן בלאק שליסט זיך שוין - וואו לאנג מיינט איר גייט ער בלייבן אינדערהיים ווען יעדער דרייט זיך אין די גאסן ?!

נאכאמאל. איך זאג נישט וואס וואלט געדארפט זיין
איך זאג די מציאות הדברים

נאך א נקודה
ווען רוב מורא הוראה וואלטן געווען אינגעלייט וואלט די מציאות אינגאנצן אנדערש געווען לענ״ד

רוב דיינים און מורי צדק היינט זענען העכער די 60 און זיי האלטן נישט ביים שרייען הויעך אז אידן העכער 60 זאלן נאך בלייבן אינדערהיים

איך האב געהערט פון א חשובע עלטערע דיין אין בארא פארק וואס האט געזאגט ביי זיין שיעור ברבים ווען די מגיפה האט זיך אנגעהויבן ( עס זיצן דארט 80 פראצענט אידן פון איבער די 60) אז ער גייט געהעריג אין מקווה וכדומה
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואס עפעס? האט געשריבן:די פראבלעם איז די עלטערע אידן וואס האבן נישט אנטי באדיס און זיי זעהן וואו עולם כמנהגו נוהג אין זיי ווערן אנגערייצט צו צוריקגיין צום נארמאלע לעבענס שטייגער

דאס איז די וויכטיגסטע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך Kosher Travel »

צו געזונט האט געשריבן:מען מאכט די טעסט צו וויסען פאר זיך זעלבסט אז בחסדי השם איז מען מער נישט אנגעשטעקט.
די נישט גיין גראד אין מקוה, אין ביהמ"ד א.ד.ג. איז נאר פאר די עקסטרעמע וואס מאכן א תורה שלימה פון נישט וועלן יענעם אנשטעקן...

הא...??? עקסטרעם איז אז מען מאכט א נייע תורה, כאילו די הלכה פשוטה, ולית מאן דפליג איז נישט וחי בהם, איז נישט אז מען איז מחוייב צו ראטעווען אידן. דאס איז עקסטרעם. תורה שלימה איז, אז מען זאל נישט וועלען, און טוהן אלעס וואס מען קען (נישט נאר נישט וועלען) יענעם אנשטעקן...
זאל השי"ת העלפען אז מען זאל אויפמאכן אלע שולען, ווייל מען מעג שוין, און אלע אידן זאלען אויפגעראכטן ווערן. וילמדו תועים בינה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

צ"ק: ס'פאלט דיר ביי אז מ'גייט נישט?
באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:41 am

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך באריכט »

למעשה אין nj איז דאס נישט ליגעל נאר ביז 10....
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך פאלעסיידס »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:די פראבלעם איז די עלטערע אידן וואס האבן נישט אנטי באדיס און זיי זעהן וואו עולם כמנהגו נוהג אין זיי ווערן אנגערייצט צו צוריקגיין צום נארמאלע לעבענס שטייגער

דאס איז די וויכטיגסטע.

געזען א אינטערוויא מיט די ראש הקהל ר' מאיר זעליג זאגט ער דארט אז מארבעט זייער שווער צי אקאמעדעיטען די עלטערע אידען אין די גרויסע שול סאיז זייער וויכטיג פאר זייער געזונט, און מהאט געמאכט א צוויי דריי מנינים צופרי אין די גרויסע שול ווי נאר עלטערע אידען קענען גיין (אין אביסעל אנגיין מיט א שטיקעל סקעזשול)
ווי פארשטענדליך איז עס אויך זייער געזונט פאר זיי
סאיז מיר זייער געפאלען וואס ער זאגט אז צישפארען פון איין מינוט אויפען צווייטען האט מען נישט געקענט מאכען קיין חשבונות אבער יעצט קען מען שוין יא אריינלייגען קאפ אין מח ווי מקען בעסער מאכען,
זיי האבען זיך געלאזט קאסטען געלטער מיט לויערס אין דאקטוירים אין געזונטהייט עקספערטען ווי מהאט אויסגעארבעט נאך זעקס וואכען דעי פראגראם ווי שיין איז צי זעען ווי די קהילות לייגען אריין כוחות אויף אלע פראנטען פאר די וואוילזיין פון אירע עלטערע מעמבערס די זקני הדור די בריק צום אמאל, אונז זעמיר ווערט א רעטעך אן זיי , אקעי נישט ממש קיין רעטעך אבער זיי זענען קריטיש וויכטיג אין אונזער סדר היום,
און אנדערע לענדער אפי אין איטאליע האט מען איינגעפירט א פראגראם אז אפאר שעה ציפרו האט מען געלאזט די עלטערע גיין שאפינג אביסעלע, אין דאקטוירים האבען באלד געזען זייער ציפרידענע רעזולטאטען, ווי למשל ציקער בלוט פרעשור וכד'
ר' מאיר זעליג האט געזאגט אין די אינטערוויא פארוואס מלאזט נישט דערווייל אינגערע דאווענען און 14 , דעס ווייל אפשר אולי גייען זיי נישט האבען אזא אחריות אדער אפי' געבען א שפאצירעל אינמיטען דאווענען (שטייט נישט ממש דע ווערטער אבער עפעס אזוי)
וואס איך האלט אז סגעט אויך די פיעס אף מיינד אז די חברה קענען דאווענען רואיג אין נישט ווערען אנגעצויגען אין דערשראקען אויב איינער וועט נישט אזוי וואטשען לעבען זיי,

ווי אויך ביי די אינגערע נאך אלע רולס און אויף יעדע פלאץ, -און ס'איז דא דיסאינפעקשען וכו'- האט די קהלה געשטעלט צוויי דריי סאושעל דיסטעסינג משגיחים!!

בקיצור מדארף קענען זיין קריעטיוו און קענען זשאגען אין קייען גאם ציזאמען
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: פארוואס גייען נישט אלע וואס האבן שוין אנטי באדיס צירוק נארמאל אין ביהמ''ד און מקוה ?

תגובה דורך שרייב »

מגייט טאקע יא
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”