עכט היימיש האט געשריבן:איך גיי דא איבערזאגן מיין טריקענע מיינונג צום לעצטן מאל, בפרט ווען איך זע דער אגרעסיווע מהלך ווי אזוי מען באהנדעלט ווער עס טראכט נאר אנדערש.
עס "מוז" האבן א עכטע דעת תורה בראש, און מענטשן אן קיין נאמען אויף אייוועלט - אפילו זיי שרייבן אז זיי זענען עסקנים זענען נישט איינער וואס קען דאס מארגן זיין.
עס איז א אבנארמאלע אחריות צו גיין מוחה זיין אקעגן שפיטעלער - אן קיין געהעריגע פי. אר. גייט ארויסקומען א צופראסקעטע מעסעדזש, און כפי הנראה איז נישטא קיין וועג צו באהאלטן אז אידן שטייען בראש.
מוחה זיין אקעגן א שפיטאל קען קאסטן אידישע לעבנ'ס, פונקט אזוי, אדער נאך ארגער ווי די יעצטיגע מצב אין די שפיטעלער קאסט אידישע לעבנס, און די וואס זענען מארגן דעם זאך אן קיין דעת תורה, פשוט ווייל מען מיינט אז מען איז קליגער, קען רח"ל קעסטן אידישע לעבנס אינעם עתיד.
איך טייל קיינען נישט איין וואס צו טון, אבער איך גיי נישט האבן א חלק אין קיין שום צווילדעוועטע זאך אן א עכטע ערנסטע הנהגה בראש, און איך וועל פראבירן צו אפהאלטן ווי מער מענטשן פון גיין צו אומ'אחריות'דיגע פארזאמלונגען אן קיין אחריות'דיגע מענטשן בראש. ווייל איך איך האלט אז מיט דעם וועל איך ראטעווען אידישע לעבנס.
און אויב איינער האלט אז ער איז גענונג א פראמינענטע אחריות'דיגע מענטש וועם מען קען טראסטן, זאל ער ביטע שרייבן זיין נאמען.
אויב עס וועט זיין מיט א דעת תורה און א אחריות, וועל איך פארשטייט זיך ארבעטן מיט אלע מיינע מעגליכקייטן אז עס זאל זיין א סוקסעס.
איך האף אז די סטראשע צום לעצטן מאל איז נישט אזוי ערנסט (איך האב שוין אויך געסטראשעט אזוי און צום סוף נישט איינגעהאלטן)
למעשה גיי איך קאפי פעיסטן וואס כ'האב געשריבן אין פאריגן בלאט און חוץ די אישו פון נאמען וואס די פארשטייסט אליין אז נאכן שרייבן דא איבער פיר טויזענט תגובות בכל מיני נושאים פאר איבער 12 יאר קען איך נישט ארויס קומען מיט מיין נאמען, אבער, נעמען וועלן פיגורירן אינאיינעם מיט די רבנים'ס נעמען (מיט יעדע פאר מינוט קומט אריין שטיצע פון נאך א חשוב'ע רב צו די געדאנק בעצם, יעדער וויל וויסן מער פרטים) ווען אלע דעטאלן וועלן זיין אויסגעארבעט. יעצט פעיסט איך אריין מיין פריערדיגע תגובה וואס כ'מיין באציט זיך צו אלע דיינע אנדערע קשיות וטענות.
"
פון וואו ווייסטו וואס די מידיע "גייט" טון, מען גייט נישט ארויס 1. פאר מיר האבן הסכמות הרבנים, 2. פאר מיר פילן נישט אז בדרך הטבע האבן מיר א געהעריגע אופן פון אפטיקס מיט א מעסעדזש אז די מידיע זאל עס נישט אזוי קאווערן, 3. אז סאיז נישטא קיין ערנסטע שינוי לטובה.
און נאכאמאל פאר די וואס האבן אזוי מורא אז די שפיטעלער וכו' וועלן זיך נוקם זיין - ווייל סוף כל סוף ווייסן זיי דאך דעם אמת וואסערע רשעים זיי זענען, און מיר זאגן עפעס וואס איז "מרמז" אויף זייער רשעות וואס זיי אליין ביי זיך ווייסן דאס, דארף מען וויסן צוויי פרטים
1. די שפיטעלער דארפן פונקט אזוי צוקומען צו אונז ווי אונז דארפן מיר צוקומען צו זיי, זיי געבן אויס הונדערטער טויזענטער אויב נישט מיליאנען א יאר מיט אלע ערליי מארקעטינג און דאנעישאנס און ספאנסערשיפס אז מיר זאלן גיין צו זיי, אלזא די שרעק איז אין א געוויסע סענס (נישט אינגאנצן) איבערגעטריבן.
2. די נקמה קען שוין נישט זיין "קיין סאך" ערגער ווי סאיז שוין, און אויב זאל ח"ו קומען צו א צווייטע וועיוו און די פאליסי איז אין פלאץ זענען מיר מער אין א סכנה אויב מ'בלייבט אזוי ווי מ'איז, ווי ח"ו ס'קומט א צווייטע וועיוו און די שפיטאל איז ברוגז וכו' און זיי ווילן ח"ו לשיטתך נקמה נעמען באט ס'איז דא א באגלייטער אויפן פלאץ, וואס זעט און האלט מיט וואס טוט זיך.
איך בין כמעט ברור אז דו ווייסט נישט וואס ס'איז יעצט פארגעגאנגען און גייט נאך אלץ פאר אין שפיטעלער "
ע"כ התגובה לעיל