קאראנא שדכנים קריזעס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג אפריל 20, 2020 1:25 pm

קוקנדיג די שמחות צעטלען די לעצטע פיר-פינעף וואכן, זעט מען קלאר אז די מצב אין שידוכים טויג נישט!
אין וואס דאס איז אנגעוואנדן, אין פארוואס די קאראנא ברויך שפילן א ראלא ביי שידוכים. ווייס איך נישט, אבער דאס איז דער ביטערע מציאות אז שידוכים איז כמעט נישטא!
איך האב פראבירט צו קוקן אויף די גיידליינס פון עסענטשל אין נאן עסענטשל ביזנעסער. צו זען אויב שדכנים זענען נאן עסענטשל... דערווייל קוקט נישט אויס אזוי...

מצד שני זאגן מיין סברא אז ווען דען זאל מען טוען שידוכים אויב נישט יעצט? די בחורים זענען אינדערהיים, די מיידלעך ארבייטן נאר למחצא לשליש ולרביע
טא וואס ווארטסטו? זוכט איר לערנונג בוי וואס זיצט אין ביהמ"ד א גאנצן טאג?, נאו וועי! כ'גלייב נישט די זוכסט א רוצח פאר דיין טאכטער :wink:

מצד שלישי אויב מאנגלט זיך שדכנים, נעמט אייך די לייצעס אין די האנט, איר ארבייט במילא נישט געהעריג דיזער טעג... שארט אייך ארויף די ארבעל אין פאנגט אן אנטראגן שידוכים

ווער איז רעדי אויף א קאראנא שידוכים קרעקדאון?

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג אפריל 20, 2020 1:29 pm

איך שטים מיט, מ'מיז עפעס טון!

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אפריל 20, 2020 1:31 pm

זייער גוט אז איר פרעגט

עס איז גאר שטארק פארבינדן (מיטן מציאות)

עלטערן פון קינדער הערן נישט אויס קיין טעלעפאן די טעג.
מענטשן זאגן פאר שדכן ביטע רופט צוריק שבועות צייט.

דאס גייט שוין אן פון גלייך נאך פורים.

נ.ב. די וועלכע זענען שטארק זקוק פאר א שידוך, זענען גרייט - איר פארשטייט אוודאי, אז די וועמען מ׳לויפט נאך ענטפערן דאס.



כלי ראשון.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אפריל 20, 2020 1:35 pm

איך מיין אז עס האט שייכות מיט דעם אז מען קען נישט געהעריג מאכן א ווארט תנאים און חתונה.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
ב שלום
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך ב שלום » מאנטאג אפריל 20, 2020 1:36 pm

יאפ'ס, גערעדט מיט א שדכן, ער זאגט מ'טאפט ממש א גראדע וואנט, איינער זאגט אז ער פילט זיך נישט גוט א צוויטער א זיין ווייב פילט זיך נישט גוט, איינער זאגט אז איינע פון די עלטערן זענען ל"ע אויף א רעספערעיטער, און איינער זיצט ל"ע שבעה, און דער אנדערע זיצט סתם אזוי פארשפארט און האט נישט קיין אפעטיט צו גארנישט,
בקיצער די עולם איז נישט און די גוסטע יעצט א שידוך צוטון (און איך קען אביסל פארשטיין..)
כל העולם כולו גשר צר מאוד... והעיקר לא לפחד כלל!!!
יודעלע האב נישט קיין מורא!!

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג אפריל 20, 2020 1:40 pm

ס'הייסט אז שדכנים ארבייטן ווי געהעריג, נאר דער עולם וויל קיין שידוכים טוען?

אוועטאר
ב שלום
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

Re:

תגובהדורך ב שלום » מאנטאג אפריל 20, 2020 1:41 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ס'הייסט אז שדכנים ארבייטן ווי געהעריג, נאר דער עולם וויל קיין שידוכים טוען?

צו וועם איך האב גערעדט ארבעט געהעריג, אבער אז זיי וועלן נישט האבן צו וועם צורעדן וועלן זיי אויפגעבן..איך גלייב נישט זיי זענען גרייט צו רעדן צו א וואנט
כל העולם כולו גשר צר מאוד... והעיקר לא לפחד כלל!!!
יודעלע האב נישט קיין מורא!!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג אפריל 20, 2020 1:43 pm

מיר האט א שדכן געזאגט אפאר מאל במשך די פארגאנגענע 5 וואכן, אז די שידוכים מארקעט איז יעצט זייער שוואך, כאטש ס'איז העווי בין הזמנים סיזען.

חוה"מ האט ער מיר אבער געזאגט אז מענטשן וועקן זיך שוין מער אויף.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: Re:

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אפריל 20, 2020 1:45 pm

ב שולם האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:ס'הייסט אז שדכנים ארבייטן ווי געהעריג, נאר דער עולם וויל קיין שידוכים טוען?

צו וועם איך האב גערעדט ארבעט געהעריג, אבער אז זיי וועלן נישט האבן צו וועם צורעדן וועלן זיי אויפגעבן..איך גלייב נישט זיי זענען גרייט צו רעדן צו א וואנט


מ'וועט אי"ה אויסווארטן. ס'איז א שווערע תקופה און ס'קלאפט אויס ביי מענטשן ביי יעדן אנדערש, הצד השוה שבהן, איז מ'איז נישט אין די MOOD, און מ'וויל אויסווארטן.

סייוויי אז איינער טוט א שידוך יעצט, קען ער נישט רופן זיינע עלטערן, קען נישט באשטעלן קיין זאל, קען גארנישט טאן. סאו, ווי יאגט ער זיך?

נאכאמאל, די וועלכע זענען שטארק געדרוקט און האפען צו השי"ת שוין א שידוך צו טאן, זיי זענען שוין גרייט ווי נאר מ'רופט זיי.

גרינגער
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך גרינגער » מאנטאג אפריל 20, 2020 4:26 pm

מיין איקספיריענס: מענטשן קענען נישט רעדן אויפן טעלעפאן, א גאנצן טאג זענען די קינדער אויף די ליין, באנאכט ווען עס איז שוין ראיגער דרייען זיך די מדובר און די מדברת אינטער די פיס, דער פראבלעם איז איז סיי ביי די עלטערן אינדערהיים און סיי ביי ביים שדכן אינדערהיים.

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך דוקטור » מאנטאג אפריל 20, 2020 4:44 pm

א גרויס חלק פין די פראבלעם איז אז מען קען נישט פארן צו אנדערע לענדער טון שידוכים

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג אפריל 20, 2020 4:55 pm

די קשיא איז פארוואס פון וויליאמסבורג קיין וויליאמסבורג איז כמעט נישטא קיין שידוכים

אינגעלייטלעך, נישטא קיין כולל..., ריקט אייך אריין אין שדכנות, פאנגט אן צו מאכן פאון קאלס נאך היינט!

מי שברך
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך מי שברך » מאנטאג אפריל 20, 2020 5:05 pm

מיין אפיניען.... עס איז ווייל די עלטערן האבען יעצט נישט די קאפ אויפען פלאץ...

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5779
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אפריל 20, 2020 5:09 pm

דוקטור האט געשריבן:א גרויס חלק פין די פראבלעם איז אז מען קען נישט פארן צו אנדערע לענדער טון שידוכים

נישט סתם א חלק, נאר א גרויס חלק זאגאר.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך שמן זית » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:24 am

איך טראכט שוין די לעצטערע וואכן וועגן די נושא,
פונקט נעכטן האב איך זיך דורך גערעדט מיט א שדכן וואס האט שוין יארן עקספיריענס, וואס קען זיין די סיבה, אז מענטשן זאלן יעצט נישט אויסהערן קיין שידוכים, בעת וואס די עלטערע בחורים און מיידלעך ווארטן שוין זייער שטארק,

מיר זענען געקומען צו די החלטה, אז די סיבה, אז ווייל די עולם האט יעצט נישט די ישוב הדעת, זיך נאכצופרעגן, און מאכן לייוו דיסישאנס,

נישט געזארגט, הקב"ה יושב ומזווג זיווגים, די רגע וואס די עולם וועט צוריק גיין צום סדר היום בעז"ה, וועט הקב"ה אלעס משלים זיין בעז"ה,

דאס אז מ'קען יעצט נישט מאכן חתונות איז שטותים,

שמא יקדמנו אחר, איז אלץ שייך, אפילו תשעה באב לעת ערב,

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:33 am

נאר געשריבן אביסל, אין שוין א צווילינג שידוך...
צוגעלייגטע
image (6).png
image (6).png (34.44 KiB) געזעהן 1254 מאל
image (1).png
image (1).png (22.53 KiB) געזעהן 1254 מאל

סקאראמוטשי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך סקאראמוטשי » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:46 am

:lol:
#אבזערוואציע
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים

וויפיל
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 12:21 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך וויפיל » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:48 am

און פונקט היינט (נעכטן) איז יא געווען א שיינע פאר שידוכים...

Git Morgen 04.21.jpg
Git Morgen 04.21.jpg (275.08 KiB) געזעהן 1199 מאל

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג אפריל 21, 2020 11:59 am

פארשטייט זיך אכט איז א ליצנות קעגן עטליכע טויזענט בחורים ובתולת העכער אכצן בין אנ"ש אינטערנעשאנעל אסאך בעסער ווי זערא
אבער א קליינע הערה
אפשר לייגט מען זיך יעצט אריין אין ליסטעס וכדו' בפרט פאר עלטערע בחורים און מיידלעך וואס זענען שוין נישט אין קיין ישיבה סקול וכדו'
דאס איז יעצט דא צייט ווילאנג מ'זיצט סייווי איינגעשפארט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג אפריל 21, 2020 1:14 pm

ניס קראכער האט געשריבן:נאר געשריבן אביסל, אין שוין א צווילינג שידוך...

די צווייטע איז א טעות.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך דוקטור » דינסטאג אפריל 21, 2020 2:56 pm

שידוך נפלא מדובר ביממה האחרונה במרפסות בקרית ויז'ניץ בבני ברק - שידוך שנערך על פי כל הוראות משרד הבריאות, החתן והכלה גרים בבניין אחד בכתובת אמרי ברוך 11 בבני ברק.

אמש (שני) נסגר השידוך לבנו של הרב פנחס ברוך וייס, חתנו של המשב"ק לבית ויז'ניץ ר' הרשל כץ, עם הכלה בתו של ר' שלמה קליין הסופר הוותיק לבית ויז'ניץ.

המחותנים הם כאמור שכנים באותו בניין, ובעקבות הוראות משרד הבריאות להישאר בבתים, אם הכלה ראתה את החתן מתפלל בדבקות מהמרפסת וביקשה מאח שלה שיציע את השידוך המדובר לאבי החתן.

ואכן, אמש נסגר השידוך המעניין שלא הצריך את הצדדים לצאת כלל מהבניין ולסגור את השידוך בפורום מצומצם. וכך המחותנים ירדו זה עם זה עם כפפות על ידיהם לשתיית 'לחיים'. הסבא ר' הרשל כץ שלא יוצא מביתו הגיע רק לפתח הבית לשתות לחיים וחזר לביתו.

ל'בחדרי חרדים' נודע כי הרבי מויז'ניץ סיכם עם החתן הלומד בישיבת ויז'ניץ בבני ברק, שמיד לאחר השידוך ועד לחתונה הוא לא ייכנס לבניין של הוריו, בעקבות שהכלה מתגוררת בבניין, ויילך מעתה ועד לחתונה לשהות בבית סבו הרה"ח רבי הרשל כץ.

לנו לא נותר אלא לאחל מזל טוב ובניין עדי עד.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אפריל 21, 2020 3:00 pm

מי שברך האט געשריבן:מיין אפיניען.... עס איז ווייל די עלטערן האבען יעצט נישט די קאפ אויפען פלאץ...

אין אנדערע ווערטער. "א מענטשן קריזיס", נישט א שדכנים קריזיס.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך ניס קראכער » פרייטאג אפריל 24, 2020 12:49 pm

אין היינטיגן דבר יום בלעטל
צוגעלייגטע
image (6).png
image (6).png (42.77 KiB) געזעהן 713 מאל

אוועטאר
ב שלום
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך ב שלום » פרייטאג אפריל 24, 2020 1:08 pm

ניס קראכער האט געשריבן:אין היינטיגן דבר יום בלעטל

;l;p- ;l;p-
כל העולם כולו גשר צר מאוד... והעיקר לא לפחד כלל!!!
יודעלע האב נישט קיין מורא!!

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: קאראנא שדכנים קריזעס

תגובהדורך zibala » פרייטאג אפריל 24, 2020 2:39 pm

נעכטן האבן זיך צוויי שכנים משדך געווען אין וואדבערי דזשאנקשען בגלילות קרית יואל, דער שדכן איז געווען א אנדערע שָכן...

קאראנע צייט ברויך מען זיכען אינעם בעקיארד.
שבעה מי יודע!?


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט