באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3929
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אפריל 17, 2020 10:15 am

וואס געשעהט אז מ'באצאלט נישט?
איך ווייס אז זיי קענען נישט צונעמען די הויז. אבער גייט עס אפעקטירן די קרעדיט-רעיטינג?
גייט די אינטרעסט ראטע ארויפשפרינגען?
דארף מען באצאלן א פענעלטי קנס?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3929
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אפריל 17, 2020 10:16 am

וויאזוי וויל דער גאווערנאר אז מ'זאל באצאלן מארטגעדזשעס און טענענטס באצאלן נישט קיין רענט?!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך דברים אלו » פרייטאג אפריל 17, 2020 10:16 am

יידישע קהילות האט געשריבן:וואס געשעהט אז מ'באצאלט נישט?
איך ווייס אז זיי קענען נישט צונעמען די הויז. אבער גייט עס אפעקטירן די קרעדיט-רעיטינג?
גייט די אינטרעסט ראטע ארויפשפרינגען?
דארף מען באצאלן א פענעלטי קנס?

The enswer is no

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג אפריל 17, 2020 10:17 am

ער האט נישט באפרייט די טענענטס פון צאלן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3929
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אפריל 17, 2020 10:30 am

שאינו יודע האט געשריבן:ער האט נישט באפרייט די טענענטס פון צאלן

ער זאגט נאר אז מ'קען זיי גארנישט טוהן פאר 90 טעג. נו דו מיינסט אז טענענטס וועלן באצאלן אין אזא מצב?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג אפריל 17, 2020 10:57 am

מ'קען נישט געבן יעצט א פענעלטי, אבער אין רוב בענק דארף מען אריינגעבן פון פריער אז מ'גייט עס נישט צאלן.

עווענטועל גייט עס גיין אויף די קרעדיט און מסתמא אויך א קנס, אויב מ'צאלט עס נישט נאכ'ן קריזיס. אז מ'דארף ממילא צאלן, וואס א חילוק יעצט צי שפעטער?

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך נעם אין אכט » פרייטאג אפריל 17, 2020 11:05 am

אין קענעדע קען מען עס יעצט אפשטיפן מיט 6 חדשים. און דער מארגעדש ווערט פארלענגערט מיט 6 חדשים

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג אפריל 17, 2020 1:07 pm

.
צוגעלייגטע
28BD3580-B66C-4403-9CE8-F6772E40F014.jpeg
28BD3580-B66C-4403-9CE8-F6772E40F014.jpeg (70.88 KiB) געזעהן 1711 מאל

אוועטאר
מלמד
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:13 pm

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך מלמד » פרייטאג אפריל 17, 2020 1:19 pm

רוף דאן באנק און פרעג פאר זייער פאליסי איין באנק האט מיך פארלענגערט די מארטגעדש מיט דריי חדשים אין די אנדעדרע בענק האבן געזאגט אז איך וועל מוזן באצאלן ביי די סוף פון די דריי חדשים.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » פרייטאג אפריל 17, 2020 1:39 pm

אויב צאלט מען נישט די מארטגעזש גייט עס אפעקטירן די קרעדיט.

אויב פילט מען אויס אן אפליקאציע, און מען ווערט אפראווד, שטיפן זיי אפ די פעימענט אויף שפעטער.

די בענק גייען נישט מוחל זיין קיין איין פיאסטער, זיי גייען נעמען די נישט באצאלטע חדשים און צוטיילן אין 12, יעדע חודש וועט מען באצאלן אביסל מער ביז עס ווערט אפגעצאלט.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:25 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:ער האט נישט באפרייט די טענענטס פון צאלן

ער זאגט נאר אז מ'קען זיי גארנישט טוהן פאר 90 טעג. נו דו מיינסט אז טענענטס וועלן באצאלן אין אזא מצב?

יא. ווייל אויב נישט גייען זיי און צוויי חדשים ארום צאלן א ריזיגע סכום
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3929
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:33 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:ער האט נישט באפרייט די טענענטס פון צאלן

ער זאגט נאר אז מ'קען זיי גארנישט טוהן פאר 90 טעג. נו דו מיינסט אז טענענטס וועלן באצאלן אין אזא מצב?

יא. ווייל אויב נישט גייען זיי און צוויי חדשים ארום צאלן א ריזיגע סכום

מיינסט אז זיי זענען משוגע?
90 טעג באצאלט מען נישט, דאן שלאגט מען זיך לכה"פ צוויי חדשים אין קארט, דערנאך זוכט מען א שיינע נייע דירה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג אפריל 17, 2020 4:52 pm

.
צוגעלייגטע
E89C71E3-A27D-4DDD-932F-F39562EFB917.jpeg
E89C71E3-A27D-4DDD-932F-F39562EFB917.jpeg (286.34 KiB) געזעהן 1435 מאל

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך טראק דרייווער » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:23 pm

און דאס האט מיך מיין באנק געשיקט איבער די קרעדיט. עס זעהט אויס פון די ווערטער אז זיי גייען גארנישט ריפארטן, ניטאמאל דאס אז איך בין אויף די Forbearance Plan, און עס גייט לכאורה דעמאלס גארנישט אפעקטירן מיין קרעדיט.

Credit Reporting

Please note: we will not be reporting the delinquency status or forbearance plan to consumer reporting agencies. For more information about credit reporting, please visit the Federal Trade Commission at https://www.consumer.ftc.gov/articles/0 ... dit-scores.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך אפריל 29, 2020 3:15 pm

אפשטופן 90 טעג באצאלן איז נאר פאר מארגידשעס? אדער מען קען עס אויך טון פאר א קרעדיט קארט?

אוועטאר
מלמד
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 3:13 pm

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך מלמד » זונטאג מאי 24, 2020 9:41 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:אפשטופן 90 טעג באצאלן איז נאר פאר מארגידשעס? אדער מען קען עס אויך טון פאר א קרעדיט קארט?

רוף אן די קאמפאני און פרעג זיי

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מאי 24, 2020 9:59 am

טראק דרייווער האט געשריבן:און דאס האט מיך מיין באנק געשיקט איבער די קרעדיט. עס זעהט אויס פון די ווערטער אז זיי גייען גארנישט ריפארטן, ניטאמאל דאס אז איך בין אויף די Forbearance Plan, און עס גייט לכאורה דעמאלס גארנישט אפעקטירן מיין קרעדיט.

Credit Reporting

Please note: we will not be reporting the delinquency status or forbearance plan to consumer reporting agencies. For more information about credit reporting, please visit the Federal Trade Commission at https://www.consumer.ftc.gov/articles/0 ... dit-scores.

ס'גייט נישט אפעקטירן די קרעדיט אבער ס'גייט ארויף אויפן רעקארד, ביים קויפן א הויז אדער ריפיינענסן גייען זיי עס זעהן, ביז 12 חדשים מינימום גייסטו נישט קענען קויפן אדער ריפיינענסן.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג מאי 24, 2020 10:06 am

כאפצעם האט געשריבן:

ס׳שאדט נאר פאר מערסטענס צוויי יאר, לויט די יונגערמאן וואס איך טראסט אין קרעדיט איינגעלעגענהייטען. ווי ער האט געזעהן און זיין איקספיריענס נאך די 2008 קראך. און ס׳קען זיין אז יעצט וועט אפי׳ זיין בעסער אויך. טראסט נישט וואס איך זאג!!!! די שאלה באלאנגט נישט צו קיין מארגעדזש בראקער און אויך נישט צו קיין לויער און אויך נישט צו קיין פיינענשעל פלענער און די אלע אנדערע חניכים דאית להם...

פאר ווען ס׳איז נוגע און וויל וויסן וואס צו טוהן, זאל וויסן קלאר אז די איינציגסטע מענשטען וואס קענען ענטפערן אויף די שאלה זענען מענשטען וואס טוהן אין קרעדיט. פרעג זיי! א גוטע קרעדיט ריפיער גיי וואס איז שוין יארן אין די ליין און איז פארלעסליך. פרעג אזא איינער און דערנאך מאך דיין החלטה.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מאי 24, 2020 10:11 am

זאגסטעך ווי מיר

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג מאי 24, 2020 8:34 pm

ניין נישט אמת האסט געשריבען א ווארט ״מינומים״ 12 חודשים. מיט די ווארט ״מינימום״ וואס די האסט געשריבען האסטו געמאכט די מצב היפש אביסעל ספאקי..

איך וויל נאר צולייגן צו מיין פריעדיגע תגובה אז די יונגערמאן וואס איך טראסט מיט קרעדיט האט מיך אויך געזאגט אז אויב מען נעמט די forbearance מיט א loan modification קען זיין אישא׳ס נאך די צוויי יאר אויך, אבער אויב ס׳דא וועט מען קענען פון דעם קעיר נעמען גרינגערהייט. עגעין טראסט מיך נישט!!! פרעג א פרעפעשעינעל וואס די טראסט אין די ליין פון קרעדיט ריפעיר!

אגב, @כאפצעם איך וויל דיר זאגן עפעס אבער נעם עס נישט פערזענליך. די שרייבסט דא אלטס וועגן פיינענשעלס איך וויל דיר אסאך מאל אריין האקן אבער האלט מיך צוריק איך האב מיך נישט ליב צו טענה׳נען אבער איך האלט אז די זאלסט אויפהערן שרייבען דא איבער פיינענשעלס. האסט דא אמאל געשריבען ביי די דירות עקספא אשכול אז א יעדער איינער קען האבן 50 טויזענט דאלער פאר א down payment א אנדערע מאל האב איך מיך מיט דיר גע׳טענה׳ט איבער די שמיעס פון רענטען אדער קויפן, איך האב זיך נישט קיין כח צו טענה׳ען, אבער די שרייבסט דארט ווי כאלו די איינציגסטע אפשען איז רענטן אדער קויפן אין מאנרא, ווען ס׳דא נאך אסאך ביליגע אפציעס היינט ווי צו קויפן, אנשטאט׳ס פון צי רענטען אין מאנרא. און לויט ווי די האסט געשריבען אין די דירות עקספא אשכול האט דאך א יעדער 50 בקיצור כלך אצל נגאים ואהלות.. ס׳איז זייער א ערענסטע זאך צו שרייבען איבער פיינענשעלס דא ווען אסאך מענשטען זעהן. ס׳דארף זיין אחריות׳דיג.
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום זונטאג מאי 24, 2020 11:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מאי 24, 2020 8:45 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:ניין נישט אמת האסט געשריבען א ווארט ״מינומים״ 12 חודשים. מיט די ווארט ״מינימום״ וואס די האסט געשריבען האסטו געמאכט די מצב היפש אביסעל ספאקי..

איך זאג צוועלף חדשים (ווייל כווייס גראדע פאר א פאקט!) און דו זאגסט צוויי יאר, ביזט נישט מער ספאאקי?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מאי 24, 2020 8:53 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אגב, @כאפצעם איך וויל דיר זאגן עפעס אבער נעם עס נישט פערזענליך די שרייבסט דא אלטס וועגן פיינענשעלס איך וויל דיר אסאך מאל אריין האקן אבער האלט מיך צוריק איך האב מיך נישט ליב צו טענה׳נען אבער איך האלט אז די זאלסט אויפהערן שרייבען דא איבער פיינענשעלס. האסט דא אמאל געשריבען ביי די דירות עקספא אשכול אז א יעדער איינער קען האבן 50 טויזענט דאלער פאר א down payment.

כאב הנאה פון דיין סמאגנעס, "שרייב נישט דא".. "סאיז זאכן וואס באלאנגט פאר מיר נישט פאר דיר"...
ניין, האלט דיך נישט איין ווייל איך וועל אוודאי שרייבן ווען איך האב אינפאו אדער אן אפיניען.

דאס אז יעדער קען שאפן 50 טויזענט איז אבוויעסלי אן אפיניען, קענסט דיר רוהיג מחולק זיין.. ס'טע געהערט..

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג מאי 24, 2020 9:09 pm

כאפצעם קום אריין אפטער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג מאי 24, 2020 11:03 pm

כאפצעם האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:ניין נישט אמת האסט געשריבען א ווארט ״מינומים״ 12 חודשים. מיט די ווארט ״מינימום״ וואס די האסט געשריבען האסטו געמאכט די מצב היפש אביסעל ספאקי..

איך זאג צוועלף חדשים (ווייל כווייס גראדע פאר א פאקט!) און דו זאגסט צוויי יאר, ביזט נישט מער ספאאקי?
הער אויף דריי נישט ארום מיט קיין ווערטער. האסט געשריבען מינימום 12 חדשים, דאס מיינט אז די לאזט מענשטען טראכטען אז אפשר גייט עס שאטן פאר לייף! זאג אין וועלכע ליין ביסטו בכלל צו רעדן איבער די זאכן? סא נאכאמאל איך האב געפרעגט מענשטען וואס זענען אין די ליין צו קענען עדווייזען איבער אזא שאלה. אין כ׳האב געשריבען אז ס׳איז מערסטענס 2 יאר. דריי נישט יעצט ווייטער. און פליז הער אויף שרייבען איבער פיינענשעלס.

לגבי דיין ״עפניען״ אז די מיינסט אז ״א יעדער״ קען שאפן 50 אלפים.דא איז דיין תגובה
ס׳ווייזט פשוט אז... איך קען נישט ענדיגען דעם סענטענס...
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום זונטאג מאי 24, 2020 11:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: באצאלן א מארטגעדזש אין דעם מצב

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מאי 24, 2020 11:26 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:ניין נישט אמת האסט געשריבען א ווארט ״מינומים״ 12 חודשים. מיט די ווארט ״מינימום״ וואס די האסט געשריבען האסטו געמאכט די מצב היפש אביסעל ספאקי..

איך זאג צוועלף חדשים (ווייל כווייס גראדע פאר א פאקט!) און דו זאגסט צוויי יאר, ביזט נישט מער ספאאקי?
הער אויף דריי נישט ארום מיט קיין ווערטער. האסט געשריבען מינימום 12 חדשים, דאס מיינט אז די לאזט מענשטען טראכטען אז אפשר גייט עס שאטן פאר לייף!.

לייג נישט אריין ווערטער וואס כאב קיינמאל געזאגט. געזאגט האביך, בעיסד אויף מיין אינפא פון פראפעשענעלס, אז 12 חדשים מינימום גייט מען האבן פראבלעמען! עכ"ד. נאכדעם? קען שוין אלעס זיין, 12 חדשים מיט א טאג גייען געוויסע שוין זיין אקעי, און געוויסע ביי 15 חדשים, וכו' אא"וו.

איך פלאן ווייטער אריינצורעדן אין פיינענשאלס ווען אימער איך האב עפעס צו זאגן. אויב ס'געפעלט אייך נישט האביך גרויס מיטלייד אבער כ'האב אייך נישט מיט וואס צו העלפן, סארי.

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: lazy און 31 געסט