עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג אפריל 13, 2020 10:48 pm

איינער ווייסט וואו ס'דא צו באקומען באנאנעס נקי מחשש קאראנע? מיינע גראסעריס ארום מיר האבן שוין נישט.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7689
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג אפריל 13, 2020 10:57 pm

סענטער פרעש האט געהאט א גרויסע קוואנטום לעצטע מאל כ׳בין דארט געווען
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג אפריל 13, 2020 11:23 pm

"עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט"

פליז דערציילטס נישט פארן עולם וואס איז שווער יעצט צו באקומען - ווייל ס'וועט נאר ווערן 100 מאל שווערער נאכן מודיע זיין פארן עולם...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך Haklal » מאנטאג אפריל 13, 2020 11:33 pm

אייער איז שווערער צו באקומען ווייל עס זייער טייער

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג אפריל 13, 2020 11:34 pm

פארדעם האב איך געשריבן באנאנעס, עכט דארף איך געפילטע פיש.

פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך פייערקרעקערס » מאנטאג אפריל 13, 2020 11:35 pm

מטרנה כשר לפסח נישט געווען צו באקומען
האמיר זיך ליידער געמוזט באניצן מיט די גאנצ יעריגע similac

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך נודניק » מאנטאג אפריל 13, 2020 11:40 pm

Haklal האט געשריבן:אייער איז שווערער צו באקומען ווייל עס זייער טייער


געווען אין בינגא צי באקימען בריוח גדול,

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3716
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג אפריל 13, 2020 11:42 pm

פייערקרעקערס האט געשריבן:מטרנה כשר לפסח נישט געווען צו באקומען
האמיר זיך ליידער געמוזט באניצן מיט די גאנצ יעריגע similac

אויב האסטו געפרעגט א מורה הוראה און ער האט עס אפפראווד, דאן איז די ליידער איבעריג.
בוי זיך זעלבסט

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג אפריל 13, 2020 11:42 pm

אייער איז טאקע דא בריוח גדול, אבער נאכ'ן סווייפן די קארד בלייבט נישט דארט איבער קיין גרויסע ריוח גדול...

בינגא האט נישט געהאט קיין באנאנעס היינט.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7689
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג אפריל 13, 2020 11:54 pm

זעהט אויס די עולם גייט באנאנעס פון זיצן אינדערהיים...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18046
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג אפריל 14, 2020 1:13 am

א שטיקל קאקאש

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך j718 » דינסטאג אפריל 14, 2020 5:00 am

פייערקרעקערס האט געשריבן:מטרנה כשר לפסח נישט געווען צו באקומען
האמיר זיך ליידער געמוזט באניצן מיט די גאנצ יעריגע similac
.
עס איז דא אין די גראסעריס כשר לפסח similac
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע:
א דאנק קנעפל אנקעטע

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג אפריל 14, 2020 6:39 am

Haklal האט געשריבן:אייער איז שווערער צו באקומען ווייל עס זייער טייער

נאר אין די אידישע סטארס!
גיי צום גוי קאסט די זעלבע ווי פארדעם אדער אביסעל מער,ליידער קומט דא אריין א גרויסע קרעכטס ווי אידן קענען אין אזא צייט באגנבענען דעם עולם מיט מיליאנען, אבער מען טאר נישט מקטרג זיין יעצט, נאר ביי אידן קאסט עס יעצט 3 מאל די פרייז

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג אפריל 14, 2020 6:47 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:אייער איז שווערער צו באקומען ווייל עס זייער טייער

נאר אין די אידישע סטארס!
גיי צום גוי קאסט די זעלבע ווי פארדעם אדער אביסעל מער,ליידער קומט דא אריין א גרויסע קרעכטס ווי אידן קענען אין אזא צייט באגנבענען דעם עולם מיט מיליאנען, אבער מען טאר נישט מקטרג זיין יעצט, נאר ביי אידן קאסט עס יעצט 3 מאל די פרייז

אבי מקטרג צו זיין (בלשון "נישט אין שבת גערעדט...)

איך בין געווען עטליכע מאל ביי קאסטקא און זיי האבן קיין אייער נישט געהאט, נאר אפשר פון די ברוינע אביסל (שפעטער האבן זיי יא אריינבאקומען אבער פאר נישט זייער ביליג).
און אזוי אויך האב איך עס א פאר מאל געזוכט אין אנדערע געשעפטן און נישט געקענט געהעריג טרעפן.

חוץ מזה, איז עס טאקע טייערער אבער נישט ממש דריי מאל די פרייז..

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך ירנן » דינסטאג אפריל 14, 2020 8:34 am

מן הסתם וועט עס אראפ נאך פסח ווען עס איז נישט דא אזא דעמענד

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אפריל 14, 2020 9:43 am

בשבילי נברא האט געשריבן:
איך בין געווען עטליכע מאל ביי קאסטקא און זיי האבן קיין אייער נישט געהאט, נאר אפשר פון די ברוינע אביסל (שפעטער האבן זיי יא אריינבאקומען אבער פאר נישט זייער ביליג).
און אזוי אויך האב איך עס א פאר מאל געזוכט אין אנדערע געשעפטן און נישט געקענט געהעריג טרעפן.

חוץ מזה, איז עס טאקע טייערער אבער נישט ממש דריי מאל די פרייז..

איך האב עס געטראפן אין קאסטקא אפאר טאג פאר יו"ט, פאר אונטער האלב פרייז ווי די לאקאלע אידישע געשעפטן,
אבער פון קאסטקא איז נישט קיין ראיה אז אונזערע ברידער האבן עס געהעכערט אויפן אייגענעם האנט. כ'מיין אז איבערן לאנד אין אלגעמיין האט זיך שטארק געהעכערט דער פרייז פון אייער.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך משהלע » דינסטאג אפריל 14, 2020 9:57 am


בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג אפריל 14, 2020 9:58 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
איך בין געווען עטליכע מאל ביי קאסטקא און זיי האבן קיין אייער נישט געהאט, נאר אפשר פון די ברוינע אביסל (שפעטער האבן זיי יא אריינבאקומען אבער פאר נישט זייער ביליג).
און אזוי אויך האב איך עס א פאר מאל געזוכט אין אנדערע געשעפטן און נישט געקענט געהעריג טרעפן.

חוץ מזה, איז עס טאקע טייערער אבער נישט ממש דריי מאל די פרייז..

איך האב עס געטראפן אין קאסטקא אפאר טאג פאר יו"ט, פאר אונטער האלב פרייז ווי די לאקאלע אידישע געשעפטן,
אבער פון קאסטקא איז נישט קיין ראיה אז אונזערע ברידער האבן עס געהעכערט אויפן אייגענעם האנט. כ'מיין אז איבערן לאנד אין אלגעמיין האט זיך שטארק געהעכערט דער פרייז פון אייער.

איז דיר עס יא געלונגען צו טרעפן...

איז עס די extra large אייער אדער נאר large?
ווייל געווענליך האט קאסטקא נאר large, און ביי די אידישע געשעפטן איז עס עפי"ר extra large

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אפריל 14, 2020 10:00 am

אמת, נאר large.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
ראש לימבא
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך ראש לימבא » דינסטאג אפריל 14, 2020 10:03 am

קלינעקס טישוס
זיי ביטע מתפלל לרפואתי

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג אפריל 14, 2020 10:06 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:אייער איז שווערער צו באקומען ווייל עס זייער טייער

נאר אין די אידישע סטארס!
גיי צום גוי קאסט די זעלבע ווי פארדעם אדער אביסעל מער,ליידער קומט דא אריין א גרויסע קרעכטס ווי אידן קענען אין אזא צייט באגנבענען דעם עולם מיט מיליאנען, אבער מען טאר נישט מקטרג זיין יעצט, נאר ביי אידן קאסט עס יעצט 3 מאל די פרייז

שקר. האסידיק האט אויך אזוי געשריגן א וואך צוריק, אבער אויף אים האב איך קיין טענות, א בחור וואס קויפט נאכנישט אין גראסערי... ס'איז איבעראל 3 מאל אזוי טייער. נישט נאר אין די היימישע געגנטער, נישט נאר אין ניו יארק, נאר אין די גאנצע וועלט.

די סיבה איז ווייל ווען מענטשן זיצן אינדערהיים און מ'נוצט ווייניגער רעסטוראנטן, נוצט מען געווענליך מער אייער צו מאכן א שנעלע מאלצייט. פלאס איז יעצט דא א חאגא ווען מ'נוצט אייער צו מאלן בילדער... דאס אלעס האט געמאכט א פאניק איבער אייער, און ווען מיר האבן נאך געזוכט פאפיר האבן שוין די גויים געכאפט אייער ווי ביי נעילת החג...

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2889
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אפריל 14, 2020 10:23 am

אויף CNN דריי וואכן צוריק

Egg prices are skyrocketing because of coronavirus panic shopping

https://www.cnn.com/2020/03/25/business ... index.html

פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך פייערקרעקערס » דינסטאג אפריל 14, 2020 10:56 am

j718 האט געשריבן:
פייערקרעקערס האט געשריבן:מטרנה כשר לפסח נישט געווען צו באקומען
האמיר זיך ליידער געמוזט באניצן מיט די גאנצ יעריגע similac
.
עס איז דא אין די גראסעריס כשר לפסח similac

נאר מילכיגע. פאר קינדער וואס טארן נישט מילכיגס איז נישט געווען צו באקומען קיין כשר לפסח פארמולע.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג אפריל 14, 2020 12:26 pm

צוליב די קאראונע וויירוס איז די פרייז פאר אייער ארויף, אבער מילך און ירקות איז דא אן איבערפלוס, גיי פארשטיי.

Dumped Milk, Smashed Eggs, Plowed Vegetables: Food Waste of the Pandemic


https://www.nytimes.com/2020/04/11/busi ... -food.html

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

Re: עסן און פראדוקטן וואס זענען שווער צו באקומען יעצט

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג אפריל 14, 2020 2:06 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:אייער איז שווערער צו באקומען ווייל עס זייער טייער

נאר אין די אידישע סטארס!
גיי צום גוי קאסט די זעלבע ווי פארדעם אדער אביסעל מער,ליידער קומט דא אריין א גרויסע קרעכטס ווי אידן קענען אין אזא צייט באגנבענען דעם עולם מיט מיליאנען, אבער מען טאר נישט מקטרג זיין יעצט, נאר ביי אידן קאסט עס יעצט 3 מאל די פרייז

שקר. האסידיק האט אויך אזוי געשריגן א וואך צוריק, אבער אויף אים האב איך קיין טענות, א בחור וואס קויפט נאכנישט אין גראסערי... ס'איז איבעראל 3 מאל אזוי טייער. נישט נאר אין די היימישע געגנטער, נישט נאר אין ניו יארק, נאר אין די גאנצע וועלט.

די סיבה איז ווייל ווען מענטשן זיצן אינדערהיים און מ'נוצט ווייניגער רעסטוראנטן, נוצט מען געווענליך מער אייער צו מאכן א שנעלע מאלצייט. פלאס איז יעצט דא א חאגא ווען מ'נוצט אייער צו מאלן בילדער... דאס אלעס האט געמאכט א פאניק איבער אייער, און ווען מיר האבן נאך געזוכט פאפיר האבן שוין די גויים געכאפט אייער ווי ביי נעילת החג...


איך האב געקויפט אייער אין דריי באזונדערע גויעשע געשעפטן און קען דיר ווייזן רעסיטס פון אנדערע געשעפטן פון אנדערע מענטשן ווי למשל אין וואל מארט אפסטעיט פאר כמעט די זעלבע פרייז ווי אייביג

די פרייזן וואס די היימישע סטארס בעטן און זיי האבן נאר קליינע אייער על פי רוב איז נישט דא אין גאנץ אמעריקע , פאר די ענטפערסט מאך אייגענע ריסערטש , איך האב אליינס געקויפט און געזען פון אנדערע אויך

די גאר הויעכע פרייזן פון די היימישע געשעפטן איז נישט אין גאנץ אמעריקע , אדרבה שפאציר אריין צו דיין נענטסטע גויעשע געשעפט און קויף א דאזען אייער


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גשר, מצפה לישועה און 49 געסט