לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

דבר ידוע פון ספה"ק אז מוסיף זיין מחול על הקודש ברענגט אלע גוטע השפעות, איז לאמיר אריינברענגן דעם שבת הגדול פריער
ובזכות זה נזכה לכל הישועות ורפואות לכל בית ישראל
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:דבר ידוע פון ספה"ק אז מוסיף זיין מחול על הקודש ברענגט אלע גוטע השפעות, איז לאמיר אריינברענגן דעם שבת הגדול פריער
ובזכות זה נזכה לכל הישועות ורפואות לכל בית ישראל

און וואס טוט זיך מיטן מאכן שבת לענגער דורך צולייגן נאך שעות? אויף דעם זענט איר אויך גרייט?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך מונאוויטש »

ביי די גאלף קריג אין תשנ"א, ווען דער ישוב אין ארצינו הקדושה איז געווען אין א סכנה, איז אויך ארומגעפארן א געדאנק בשם געוויסע רבנים אז מען זאל מקדש שבת זיין פרי. עמיצער האט עס איבערגעזאגט פאר הרה"ק רבי יענקעלע זצ"ל מפשעווארסק, האט ער געזאגט אז ער האלט פונקט פארקערט. מען איז מקבל שבת צו פרי! אויב עפעס, זאל מען זיך אונטערנעמען צו מקבל שבת זיין אביסל שפעטער.
(שמעתי ממורה הוראה מובהק)
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

Re: לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך מאירים »

מונאוויטש האט געשריבן:ביי די גאלף קריג אין תשנ"א, ווען דער ישוב אין ארצינו הקדושה איז געווען אין א סכנה, איז אויך ארומגעפארן א געדאנק בשם געוויסע רבנים אז מען זאל מקדש שבת זיין פרי. עמיצער האט עס איבערגעזאגט פאר הרה"ק רבי יענקעלע זצ"ל מפשעווארסק, האט ער געזאגט אז ער האלט פונקט פארקערט. מען איז מקבל שבת צו פרי! אויב עפעס, זאל מען זיך אונטערנעמען צו מקבל שבת זיין אביסל שפעטער.
(שמעתי ממורה הוראה מובהק)


מי פתי יאמין לדברי השטותים האלו.

איך גלייג עס נישט וישתקע הדבר... עס איז א גרויסע זכות מקבל שבת צו זיין פרי, וזה תיקון גדול לחטא אדם הראשון כידוע.
וכן ידוע היה דרך הבעל שם טוב ותלמידיו, לקבל שבת בעוד יום גדול מאוד...
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שבת כג:
אטעטשמענטס
Screenshot_20200403-155951~2.png
Screenshot_20200403-155951~2.png (99.58 KiB) געזען 790 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

Re: לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך ישתבח שמו לעד »

פלג המנחה שיטות הגרא היינט אין ברוקלין איז 6.03 דאס איז די פריסטע מקבל שבת צו זיין
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך איסר האטלקי »

פאראינטערסירט האט געשריבן:שבת כג:

האסט געזען רש"י? רש"י זאגט לאקדומי - בעוד היום גדול.
ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

Re: לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך ישתבח שמו לעד »

ישתבח שמו לעד האט געשריבן:פלג המנחה שיטות הגרא היינט אין ברוקלין איז 6.03 דאס איז די פריסטע מקבל שבת צו זיין

וועסטו וועלן זאגן אז מיר פירן זיך געווענליך ווי שיטות מג׳א וואס פלג איז היינט 7.00
אבער לגבי פלג המנחה מיז מען אנעמען ווי שיטות הגרא ווייל ערב שבת חנוכה איז שיטות המג׳א פלג נאר איין מינוט פאר די שקיעה
ממילא מיז מען זיך פארלאזן אויף שיטות הגרא
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

מאירים האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:ביי די גאלף קריג אין תשנ"א, ווען דער ישוב אין ארצינו הקדושה איז געווען אין א סכנה, איז אויך ארומגעפארן א געדאנק בשם געוויסע רבנים אז מען זאל מקדש שבת זיין פרי. עמיצער האט עס איבערגעזאגט פאר הרה"ק רבי יענקעלע זצ"ל מפשעווארסק, האט ער געזאגט אז ער האלט פונקט פארקערט. מען איז מקבל שבת צו פרי! אויב עפעס, זאל מען זיך אונטערנעמען צו מקבל שבת זיין אביסל שפעטער.
(שמעתי ממורה הוראה מובהק)


מי פתי יאמין לדברי השטותים האלו.

איך גלייג עס נישט וישתקע הדבר... עס איז א גרויסע זכות מקבל שבת צו זיין פרי, וזה תיקון גדול לחטא אדם הראשון כידוע.
וכן ידוע היה דרך הבעל שם טוב ותלמידיו, לקבל שבת בעוד יום גדול מאוד...

אין ווינטער איז אן ערענסטע שאלה (אסור) להלכה מקבל צי זיין פריער פון די זמן צעטל, ס'קומט אויס פאר פלג המנחה.
אינטערסאנט איז אויך, אז קיינער פון די פריע וועלן קיינמאל טראכטן פון אריינציען, ס'איז נאך סאך א גרעסערע מצוה וווייל ס'איז דא שיטות אז מוצ"ש איז שפעטער פון 72
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך איסר האטלקי »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:דבר ידוע פון ספה"ק אז מוסיף זיין מחול על הקודש ברענגט אלע גוטע השפעות, איז לאמיר אריינברענגן דעם שבת הגדול פריער
ובזכות זה נזכה לכל הישועות ורפואות לכל בית ישראל

און וואס טוט זיך מיטן מאכן שבת לענגער דורך צולייגן נאך שעות? אויף דעם זענט איר אויך גרייט?

ביידע זענען גרויסע ענינים, מוצאי איז שווערער און ערב שבת איז אויך א גרויסע ענין. וכן נהגו בירושלים להקדמים ארבעים דקות קודם השקיעה.
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך בועז »

מקבל שבת זיין פרי איז א שטארק קאמערשילייזד אייטעם וואס געוויסע מענטשן וואס זענען נישט באקאנט אין הלכה מציאות און מנהג קענען גרינג פאלן פארדעם. קודם כל מענער קענען נישט מקבל שבת זיין פאר דאווענען מנחה. פרויען וואס זענען יא מקבל שבת ביי ליכט צינדן זענען שוין מקבל שבת גענוג פרי, און צו פרי קען זיין פאר פלג המנחה. עכ"פ ביי אונז זענען פרויען מקבל שבת פריער ווי די ישיבישה טומלמאכערס פארשפרייטערס פון די סגולה לשיטתם וואס האלטן נישט שיטת ר"ת.
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

Re: לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך מאירים »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:ביי די גאלף קריג אין תשנ"א, ווען דער ישוב אין ארצינו הקדושה איז געווען אין א סכנה, איז אויך ארומגעפארן א געדאנק בשם געוויסע רבנים אז מען זאל מקדש שבת זיין פרי. עמיצער האט עס איבערגעזאגט פאר הרה"ק רבי יענקעלע זצ"ל מפשעווארסק, האט ער געזאגט אז ער האלט פונקט פארקערט. מען איז מקבל שבת צו פרי! אויב עפעס, זאל מען זיך אונטערנעמען צו מקבל שבת זיין אביסל שפעטער.
(שמעתי ממורה הוראה מובהק)


מי פתי יאמין לדברי השטותים האלו.

איך גלייג עס נישט וישתקע הדבר... עס איז א גרויסע זכות מקבל שבת צו זיין פרי, וזה תיקון גדול לחטא אדם הראשון כידוע.
וכן ידוע היה דרך הבעל שם טוב ותלמידיו, לקבל שבת בעוד יום גדול מאוד...

אין ווינטער איז אן ערענסטע שאלה (אסור) להלכה מקבל צי זיין פריער פון די זמן צעטל, ס'קומט אויס פאר פלג המנחה.
אינטערסאנט איז אויך, אז קיינער פון די פריע וועלן קיינמאל טראכטן פון אריינציען, ס'איז נאך סאך א גרעסערע מצוה וווייל ס'איז דא שיטות אז מוצ"ש איז שפעטער פון 72


נישט קיין צייט יעצט צו מתוכח זיין אויף דעם, אבער עס איז א מנהג קדום מקבל שבת זיין גאר פרי בעוד יום גדול, און מוצאי שבת האט מען לאו דוקא מאריך געווען נאך ג' כוכבים הנראים.

וכן היה מנהג החתם סופר זי"ע.
ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

Re: לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך ישתבח שמו לעד »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:ביי די גאלף קריג אין תשנ"א, ווען דער ישוב אין ארצינו הקדושה איז געווען אין א סכנה, איז אויך ארומגעפארן א געדאנק בשם געוויסע רבנים אז מען זאל מקדש שבת זיין פרי. עמיצער האט עס איבערגעזאגט פאר הרה"ק רבי יענקעלע זצ"ל מפשעווארסק, האט ער געזאגט אז ער האלט פונקט פארקערט. מען איז מקבל שבת צו פרי! אויב עפעס, זאל מען זיך אונטערנעמען צו מקבל שבת זיין אביסל שפעטער.
(שמעתי ממורה הוראה מובהק)


מי פתי יאמין לדברי השטותים האלו.

איך גלייג עס נישט וישתקע הדבר... עס איז א גרויסע זכות מקבל שבת צו זיין פרי, וזה תיקון גדול לחטא אדם הראשון כידוע.
וכן ידוע היה דרך הבעל שם טוב ותלמידיו, לקבל שבת בעוד יום גדול מאוד...

אין ווינטער איז אן ערענסטע שאלה (אסור) להלכה מקבל צי זיין פריער פון די זמן צעטל, ס'קומט אויס פאר פלג המנחה.
אינטערסאנט איז אויך, אז קיינער פון די פריע וועלן קיינמאל טראכטן פון אריינציען, ס'איז נאך סאך א גרעסערע מצוה וווייל ס'איז דא שיטות אז מוצ"ש איז שפעטער פון 72

ווינטער איז שיטות המג׳א פלג המנחה נאר איין מינוט פאר די שקיעה
ממילא מיז מען זיך פארלאזן אויף שיטות הגר׳א וואס איז ווינטער בערך א שעה פארן שקיעה
ממילא איז לכאורה נישט קיין נק׳מ פין 15 מינוט פארן שקיעה צי א שעה
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: לאמיר מוסיף זיין מחול על הקודש - מקבל שבת זיין פרי

תגובה דורך אביונה »

מאירים האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:ביי די גאלף קריג אין תשנ"א, ווען דער ישוב אין ארצינו הקדושה איז געווען אין א סכנה, איז אויך ארומגעפארן א געדאנק בשם געוויסע רבנים אז מען זאל מקדש שבת זיין פרי. עמיצער האט עס איבערגעזאגט פאר הרה"ק רבי יענקעלע זצ"ל מפשעווארסק, האט ער געזאגט אז ער האלט פונקט פארקערט. מען איז מקבל שבת צו פרי! אויב עפעס, זאל מען זיך אונטערנעמען צו מקבל שבת זיין אביסל שפעטער.
(שמעתי ממורה הוראה מובהק)


מי פתי יאמין לדברי השטותים האלו.

איך גלייג עס נישט וישתקע הדבר... עס איז א גרויסע זכות מקבל שבת צו זיין פרי, וזה תיקון גדול לחטא אדם הראשון כידוע.
וכן ידוע היה דרך הבעל שם טוב ותלמידיו, לקבל שבת בעוד יום גדול מאוד...


האב איך געהערט פון יודן, וועלכע האבן נאך געדענקט דעם אלטן צדיק רבי איציקל פון פשעווארסק זצוק"ל, ווי ער פלעגט שוין זיין אנגעטוהן מיט די בגדי שבת, פרייטיג ביי חצות היום, און פלעין געזעצן און געווארט אויפן אנקום פונם שבת! [אין אנטווערפן כידוע, קען זיין זומער דער זמן הערשט 'ניין אזייגער'!!!]

ער האט מסתמא נישט מקבל שבת געווען, אבער סתם געווארט... ווי מען ווארט אויף א גאר חשובן גאסט!!
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”