א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

ב"ה

א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

אל אחי ורעי אדברה נא. אלעס וואס איך שרייב דא איז אמת ויציב. גר ותושב אנכי עמכם. איך פלעג דא אמאל שרייבן א סאך און די אלטע גדולים פון אייוועלט, נאך פון דער היים, קענען מיך און וועלן מעיד זיין אויף מיין כאראקטאר.

איך בין א היימישע חסידישע יונגערמאן און מיין ווייב איז א נורס אין א מיד-סייז אבער איינע פון די בעסערע שפיטעלער אינעם לאנד. איך וויל דא איבערגעבן אפאר געדאנקן פון איר פערספעקטיוו.

איך בין א מענטש פונקט ווי אייך
מיין ווייב איז אליינס א מאמע פון א שיין משפחה קע"ה און מיר ביידע האבן צען געשוויסטער איטליכע, צען פעטערס און מומעס, עטליכע זיידעס און באבעס און הונדערטער ערשטע קוזינען. מיר לעבן אדורך דער קריזיס פונקט ווי יעדע אידישע מאן און פרוי, מיט אנגסט און פחד, מיט איבערגעשטרענגטקייט און ציל און ועל כולם מיט האפענונג און אמונה. מיר האבן נאנטע באקאנטע וואס זענען שוין ליידער נישט בין החיים צוליב דער מגיפה און נאך עטליכע אין א שווערע צושטאנד ומצפים לרחמים מה' בקרוב.

וואס מיר נורסעס גייען אדורך די טעג
איבער דעם אלעם איז זי אויך א נורס אין שפיטאל וואו זי ארבייט 13 שעה'דיגע שיפטס צו באדינען חולים בשעת דחקם. זי איז גראדע נישט אין די דעפארטמענטס וואס באהאנדלן קאראנע פאציענטן אבער די איבערגעשטרענקייט גיסט זיך איבער אויך צו איר דעפארטמענט. אזוי אויך טרעפט זי זיך מיט די צענדליגע נורסעס און דאקטוירים וואס ארבייטען יא אין יענע דעפארטמענטס. איר קענט אייך נישט פארשטעלן אונטער וואס פאר א פרעשור די מעדיקל פראפעסיאנאלען ארבייטען די טעג. זיי האבן נישט קיין רגע צו כאפן א שלונג וואסער אדער גיין אין בית הכסא. א גאר הויכע פראצענט פון זייערע קאלעגן קומען נישט אריין צוליב וואס שנפלו למטתם פון די חולי הקאראנע. אויב איר מיינט אז די קאראנע בושעוועט אין די גאסן איז עס דאך פי כמה בין כותלי השפיטאל.

ווי נאר די שיפט ענדעגט זיך הייבט זיך אן די פיינפולע עמאציאנאלע מיטמאכענישן. איר ווייסט וואס דאס מיינט צו האבן עטליכע מענטשן אויסגיין אין דיינע הענט אין א שפאן פון געציילטע שעות? ווייסט איר וואס דאס מיינט וואטשן צענדליגע אדער הונדערטער מענטשן א טאג זיך דראפעווען אין די לופט צו כאפן אן אטעם? ווייסט איר וואס דאס מיינט צו וואטשן א מענטש אויסגיין און נישט האבן די כלים זיי צו באהאנדלן צוליב דעם ווייל עס איז נאך נישט דא א מעדיצין אדער ווייל מ'איז אויסגעלאפן פון עקוויפמענט?

און נאכדעם הייבט זיך ערשט אן די שולד געפילן און פחדים טאמער זי ברענגט נישט אפשר בטעות אהיים חלילה די וויירוס און וועט אנשטעקן איר מאן אדער קינדער ח"ו. איר קענט אייך פארשטעלן ווי נישט רואיג איר קורצע שינת הצהריים איז?

וואס איז די אמת'ע פאקטן איבער שפיטעלער?
איך זעה אז ס'דא א טענה'ריי דא איבער שפיטעלער אין גענעראל און בפרט מיימאנידיס. איך האב מיך גע'יושב'ט צו איך זאל שרייבן דערוועגן אדער נישט. איך האב באמת נישט קיין געדולד זיך אריינצולאזן אין א הין-און-צוריק דערוועגן.

אבער לאמיר פרובירן איין זאך, איך בעט אייך ליינט פאמעליך און פרובירט מיטצוגיין מיט מיר.

איך מיין אז ביידע צדדים קענען מודה זיין אז מיימאנידיס, כאטש זי איז א פראפעסיאנאלע שפיטאל האט זי נישט מומחים און עקספערטן אין אלע וויכטיגע געביטן. טאקע צוליב דעם, א חולה מיט עפעס אן ערענסטע פראבלעם נעמט מען נישט געווענליך קיין מיימאנידיס נאר צו די מער סאפיסטיקירטע שפיטעלער ווי קאלאמביע וכדומה. איר ווילט טענה'ן אז אפילו גרינגע פאציענטן זאל הצלה נישט אהין נעמען? איך בין גרייט צו הערן. אבער נישט דאס איז די מדובר יעצט. דא איז די שאלה בנוגע קאראנע.

אויך קענען ביידע צדדים מודה זיין אז עפענען נאך שפיטעלער ובפרט אידישע שפיטעלער איז א וויכטיגע שריט אין אזא צייט און מיר ווילן טון וואס מעגליך זיי צו העלפן.

דא גיב איך איבער דאס ווארט פאר מיין ווייב – די נורס.

בנוגע אריינלאזן מענטשן זיין מיט די פאציענטן
דאס אז מ'לאזט נישט אריין קיין שום באזוכער איז עפעס וואס א יעדע איינציגע שפיטאל אין נו יארק און נו דזשערזי האבן איינגעפירט, אריינגערעכנט מיין שפיטאל וואס איז פון די בעסטע שפיטעלער אינעם לאנד. (כאפ מיך נישט ביים ווארט, אויב האט איר געטראפן איינס אדער צוויי שפיטעלער וואס האבן עס נאך נישט ענפארסט וועלן זיי עס ענפארסן גאר בקרוב.) דאס איז נישט געטון געווארן ווייל (כאילו) מ'וויל נישט אז די קרובים זאלן זעהן וואס מען טוט און וואס מען טוט נישט. דאס האט מען געטון ווייל מ'האט זיך דערזען מיט אן אווערלאוד פון פאציענטן און א שוואכערע סטעף און מ'האט איינגעזעהן אז מיט מער מענטשן אויפן קאפ וועט זיין כאאס און וועט שטערן די ארבייט. אויך ווייל מ'וויל פארמיידן דאס אנגעשטעקטקייט פונעם מחלה, אבער דאס איז א זייטיגע סיבה.

פון איין צד איז די נייע פאליסי פון נישט האבן געסט א שטער פאר אונזערע ארבייט ווייל מיר מוזן זיך מער אפגעבן מיט די חולים, אבער פון די אנדערע זייט גיבט דאס אונז די מעגליכקייט זיך מער צו קאנצעטרירן אויף אונזערע ארבייט און קענען פריאריטיזירןן באזירט אויף די וויכטיקייט פונען מצב ווי איידער וועמענ'ס באזוכער פגע'ט מער.

פון אייער זייט דארפט איר יא טון כל מה שביכולתכם אריינצורוקן איינער מיטן פאציענט און איך וואלט געטון די זעלבע ביי מיינס א קרוב, ווייל אזוי וועט אייער פאציענט באקומען בעסערע קעיר, נאך אלעם זענען מיר נאר בשר ודמים. אבער מצד די האספיטאל – פארשטייט איר אליין - איז פראטעקציע נישט א גוטע זאך אין אזא אנגעשטרענגטע צייט. וממילא זאלט איר וויסן אז דאס האט נישט מיט מיימאנידיס אדער נורסעס, נאר עס איז א קאמאן סענס פאליסי מיט די רצון צו העלפן.

בנוגע פריאריטיזירן מיט ווענטילעינטארס
איר זאלט אלע וויסן אז די גאווערנמענט פירער האבן איינגעפירט אן עמערדזשענסי פאליסי אין אלע שפיטעלער (נישט אלע האבן עס דערווייל אימפלימענטעד, אבער רוב יא) אז, אנדערש ווי די געזעץ אלעמאל, דארף מען נישט באהאנדלן פאציענטן וואס האבן לויט די דאקטאר שוואכע שאנסן. אפילו אויב נארמאל וואלט מען געדארפט ספעציעלע רשות פון די פאציענט אדער זייער נאנטסטע קרוב אבער יעצט קענען זיי אליינס מחליט זיין. איך ווייס נישט אויב עס איז א געזעץ אדער סתם א הוראה פון אויבן פאר אלע שפיטעלער. מצד הלכה איז דאס א שווערע פראבלעם און די רבנים ועסקנים דארפן מטכס עצה זיין וואס מ'טוט דא. אבער דאס איז א סטעיטווייד פאליסי און איר וועט האבן די זעלבע פראבלעם אין א יעדע שפיטאל, אינקלאדינג מיין שפיטאל.

עס איז זייער פארשטענדליך אז ווען מענטשן הערן אזא זאך ברענגט עס זיי ארויף די בלוט אין קאפ און עס ברענגט צוהוצטע רעאקציעס. טאקע פארדעם בין איך מוחל די אלע וואס זענען יעצט ביזי באהקען אלע נורסעס און דאקטוירים. איך פארשטיי פון וואו עס קומט.

וואס וואלט איר געטון?
לאמיר אבער פאר א רגע נאכאמאל זיך אריין לייגן אין זייערע שוך. משל למה הדבר דומה. (יא, איך בין דער בעל המשל.)

אן עראפלאן קראכט, דריי הונדערט פופציג שווער פארוואונדעטע מענטשן ליגן נעבעך אויסגעשפרייט אויפן פעלד, נאר צוויי דריי דאקטוירים און מעדיקס זענען דארט מיט די ביסל סופלייס אין זייערע בעגס. יעדער איינער פארשטייט אז די מעדיקל פראפעסיאנאלען וועלן נאר קענען ראטעווען א קליינע פראצענט פונעם עולם. רוקט זיך אן איין מענטש און שלעפט צאם א פראטעסט. היתכן די דאקטוירים וואס ארבייטען דארט אויפן פעלד שוין 24 שעה האבן א חוצפה נישט צו ראטעווען יעדער איינעם. היתכן ער לאזט מיין פעטער שטארבן און ראטעוועט אנשטאט דעם יענעמ'ס מומע?

אחי היקר, זאג מיר ביטע, וואס וואלסטו געטון אין אזא פאל? וויאוזוי וואלסטו באהאנדלט דריי הונדערט פופציג פארוואונדעטע מיט נאר דריי דאקטוירים? וועם וואלסטו באנהאנדעלט ערשט? דו פארשטייסט אז ווען דו שלעפסט מיך צו דיין קרוב מאכסטו אז א צווייטע חולה זאל אויסשטארבן? מיר זענען דאך נאר דריי מענטשן.

וועל איך נאכאמאל איבער'חזרן. פון אייער זייט דארפט איר יא טון כל מה שביכולתכם צו ראטעווען אייער קרוב און איך וואלט געטון די זעלבע ביין מיינס א קרוב. ווייל אזוי וועט אייער קרוב באקומען בעסערע קעיר. נאך אלעם זענען מיר נאר בשר ודמים. אבער מצד די האספיטאל – פארשטייט איר אליין – מוזן זיי האבן עפעס א סיסטעם און עפעס א סדר.

אט דער שרעקליכע מצב איז טאקע די גרויסע חורבן פון קאראנע
לאמיר דא זיין קלאר. עס איז א פאקט אז פונקט דער שרעקליכע מצב אין וואס מיר געפונען זיך היינט, דער שרעקליכע פארנאכלעסיקייט פון פאציענטן, פונקט דאס האבן די גארווערנמענט פירער און שפיטאל פירער געשריגן פון די ערשטע מענוט אז עס גייט געשעהן. דאס איז טאקע די אומגליק פונעם קאראנע אז צופיל מענטשן ווערן ערענסט קראנק אויף אמאל און מ'קען זיך מיט זיי נישט געהעריגט אפגעבן. דאס איז וואס מאכט מיר וויינען און שרייען צו אלע מיינע ברודער און שוועסטער צו בלייבן אינדערהיים, צו "פלעטענען די קערוו". אז מ'וועט דאס טון וועט עס עטוואס פארלייכטערן די מצב כאטש ביז מ'קען צוגרייטען נאך ריסארסעס.

אל אחב"י בארץ ישראל
און אן עקסטרע וויי געשריי צו די קליינע הייפעלע אידן אין ארץ ישראל וואס נעמען נאך נישט ערענסט די מצב. איך זעה וואס דארט גייט פאר און איך וויין. איך וויין ווייל 3-4 וואכן צוריק האבן מיר נו יארקער געטון די זעלבע, נישט נאר די אידן נאר א יעדער נאר אין נו יארק. און קוק ווי מיר האלטן נעבעך היינט. איך קען נישט טראכטן וואס גייט געשעהן דארט ח"ו רחמנא יצילנו.

איך וויין צו אייך בדמעות שליש
און פאר איך ענדיג דא צו וויל איך צולייגן קורצע דיבורים מעמקי לבבי בנוגע סאשעל דיסטענסינג. איך בעט ענק בכל לשון של בקשה, איך וויין צו ענק פאר אייערט וועגן און פאר אייערע משפחה'ס וועגן. פליז פליז פליז שפארט אייך איין אינדערהיים פאר אפאר וואכן אזויווי די פסוק זאגט חבי כמעט רגע עד יעבור זעם. די אלע וואס בעטן זיך אז מ'זאל בלייבן אינדערהיים מיינען נישט קיין שום שלעכטס, דאס איז פשוט'ע קאמאן סענס.

לאמיר זאגן אז אלע אייערע טענות זענען גערעכט.
לאמיר זאגן אז די רעגירונג ערלויבט.
לאמיר זאגן אז מיימאנידיס איז טאקע שולדיג.
לאמיר זאגן אז די סטאטיסטיקס זענען פונקט ווי די פלו.
לאמיר זאגן אז רוב מענטשן זענען שוין סייווי אנגעשטעקט.
לאמיר זאגן וואס דו ווילסט נאר זאגן.
אבער לאמיר זאגן אז מ'קען ראטעווען איין אידיש לעבן.

לוינט זיך צו גיין פארקערט ווי יעדעם אויב עס וועט אומברענגן אפילו איין אידיש קינד? שטעלט אייך פאר אז איך קען ווען ווייזן פאר די איד וואס האט אנגעשטיקט ר' ליפא פרידריך ע"ה מה יהיה בסוף, וואלט ער דען נישט מסכים געווען זיך איינצושפארן פאר 4-6 וואכן מיט זיין גאנצע משפחה אבי עס זאלן נישט זיין 6 אומשולדיגע יתומים'לעך? לאמיר זאגן אז איך קען ווען ווייזן דער בחור'ל וואס האט מיט זיינע הענט אריבערגעברענגט די ווירוס פון די גאס וואס א צווייטע אנגעשטעקטע האט איבערגעלאזט און עס איבערגעלאזט אין סטיטשין פאר הרב הגאון רבי בנימין אבראמאוויטש ז"ל, וואלט דער בחור דען נישט מסכים געווען נישט צו גיין אין שוך סטאר ביז נאך פסח אבי איינצושפארן די משפחה מיט יתומים?

טייערע אידן, שפארט אייך איין, זיצט און דינט ה' (און טוט ביזנעס) פון דער היים פאר אפאר וואכן וועט איר קענען צוריקהאלטן בעזר ה' די נעקסטע ר' אליעזר העלבראכט ע"ה אדער די נעקסטע ר' זאבי האלבערשטאם ע"ה. מ'זאל דאווענען אין דער היים און אוודאי זאל מען איינקויפן פון דער היים. אין א יעדע געגנט זענען דא גענוג און נאך געשעפטן וואס נעמען טעלעפאון אדער אנליין ארדערס. די איינציגסטע וואס מוטשען זיך - מיט רעכט - צו דעליווערן זענען די גראסעריס, ווייל האלב פון זייערע ארבייטער זענען נעבעך קראנק פון די קאראנע. פון דעם קענט איר זעהן ווי מ'דארף פארמיידן וואס מער פון גיין אין די גראסעריס, עס איז א מקום סכנה. אויב קענט איר נישט טרעפן קיין גראסערי וואס דעליווערט דארף, מען גיין נאר איינער, מיט א מאסק און גלאווס. מזאל שטיין אפגערוקט פון מענטשן און ווען מען קומט אהיים זאל מען זיך גלייך דיסאינפעקטן איידער מ'רירט עפעס צו. אנדערע זאכן, אויב איר קענט נישט האבן דעליווערט זאל עס ווארטן אויף נאך יום טוב. עס איז נישט ווערט איינצושטעלן מענטשנ'ס לעבן פאר דעם.

פאניק ווס. קאראנע
נאר א שנעלע געדאנק אויף פאניק און פחדים. פאניק איז א שווערע זאך וואס א סאך מוטשען זיך דערמיט היינטיגע טעג צוליב די מצב וואס גייט אן. מ'דארף עס נעמען גאר ערענסט, און מ'זאל צוהערן דרשות פון עקספערטן און ערליכע אידן אויף דער נושא. אבער פאניק הרג'ט נישט. קיינער האט נאך נישט געזען א קאמפיין פאר יתומים וואס זייער פאטער איז אוועק פון פאניק. קאראנע האבן מיר ליידער שוין געהערט די והותר ומי שאמר לעולמו די וכו'. לאמיר יעצט טון וואס מ'דארף און וואס מ'קען אפצושטעלן אדער אפילו אפשוואכן די מגיפת הקאראנע, און דערנאך וועלן מיר זיך ספראווען מיט אלע פראבלעמען וואס זענען זייער גרויס אבער פארט קלענער ווי קאראנע.

אל ימנע עצמו
כאטש מיר געבן נישט אויף אפילו כשחרב חדה, דאך, ע"פ דרך הטבע וועלן מיר זיך נאך דארפן ספראווען מיט די שוועריקייטן אביסל ה"י, אבער א יעדע וואס בלייבט אין דער היים ראטעוועט נפשות דורכן נישט ארומפירען די ווירוס און דורך משפיע זיין אויף אנדערע וואס לערנען זיך פון דיר. ווען דיין שכן זעט דיך ארויסגיין וועט ער אויך ארויסגיין און די קייט ענדיגט זיך נישט. יעדער זאל בלייבן אין דערהיים, זיך גרייטן אויף יום טוב אינדערהיים, דאווענען צום אייבישטער פון דער היים, העלפן אנדערע אידן פון דער היים, לערנען אמונה וחיזוק מיט די קינדער אין דער היים און די אייבישטער זאל אונז שוין שוקן די גאנצע ישועה בקרוב בב"א.

א גרויסע יישר כח מערכת אייוועלט פארן געבן א פלאטפארמע פאר מיין שטימע.

נא להפיץ למען הצלת נפש אחת שהיא עולם מלא!

.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

זייער שטארקע רייד דער אייבישטער זאל העלפן עס זאל עפענען די קאפ פאר ווער עס ברויך הילף...........
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ישר הרב לעווי פאר'ן אפשרייבן די וועטער.

עס זעהט זיך אן אייער אמת'ע ווייטאג אין יעדעס איינציגע ווארט ווי איהר קלאגט אויף כלל ישראל'ס ווייטאג און ענגשאפט בכל אתר ואתר.

זאל מלאך רפא-ל זיין צו די רעכטע האנט פון אייער פרוי און אלע וואס טוהן אין רפואה. זאל מען שוין ווייטער נאר הערן גוטע בשורות.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

הערליכע ווייטאגליכע ארטיקל. אויסטערליש קלאר און אינפארמאטיוו.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

על זה נאמר על תדין את חברך עד שתגיע למקומו ולעולם לא תגיע למקומו

ליינענדיג די פאלגנדע שורות ווערט מיר קאלט אלע ביינער.
נישט איינגעפאלן צו טראכטן אפילו איבער וואס די נורסעס גייען אריבער אין די חלק.
ווי נאר די שיפט ענדעגט זיך הייבט זיך אן די פיינפולע עמאציאנאלע מיטמאכענישן. איר ווייסט וואס דאס מיינט צו האבן עטליכע מענטשן אויסגיין אין דיינע הענט אין א שפאן פון געציילטע שעות? ווייסט איר וואס דאס מיינט וואטשן צענדליגע אדער הונדערטער מענטשן א טאג זיך דראפעווען אין די לופט צו כאפן אן אטעם? ווייסט איר וואס דאס מיינט צו וואטשן א מענטש אויסגיין און נישט האבן די כלים זיי צו באהאנדלן צוליב דעם ווייל עס איז נאך נישט דא א מעדיצין אדער ווייל מ'איז אויסגעלאפן פון עקוויפמענט?
און נאכדעם הייבט זיך ערשט אן די שולד געפילן און פחדים טאמער זי ברענגט נישט אפשר בטעות אהיים חלילה די וויירוס און וועט אנשטעקן איר מאן אדער קינדער ח"ו. איר קענט אייך פארשטעלן ווי נישט רואיג איר קורצע שינת הצהריים איז?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שלום עליכם מר. לעווי, כ'האף דו געדענקסט מיך מיט דעם ניק...

מיר פרייען זיך זייער צו ליינען דיין שריפט, א בארימטע זעלטן קלארע שפראך האט איר אלעמאל געהאט.

אויב עס איז מעגליך, ביטע בלייבט אביסל מער דאהי, דער עולם בענקט צו אייך, און לעכצט צו הערן נאך.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אויב מעגליך ארויפשטעלן אויף פדף
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
edge
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 5:30 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך edge »

שיין ארויסגעברענגט.

פאניק ווס. קאראנע
נאר א שנעלע געדאנק אויף פאניק און פחדים. פאניק איז א שווערע זאך וואס א סאך מוטשען זיך דערמיט היינטיגע טעג צוליב די מצב וואס גייט אן. מ'דארף עס נעמען גאר ערענסט, און מ'זאל צוהערן דרשות פון עקספערטן און ערליכע אידן אויף דער נושא. אבער פאניק הרג'ט נישט. קיינער האט נאך נישט געזען א קאמפיין פאר יתומים וואס זייער פאטער איז אוועק פון פאניק. קאראנע האבן מיר ליידער שוין געהערט די והותר ומי שאמר לעולמו די וכו'. לאמיר יעצט טון וואס מ'דארף און וואס מ'קען אפצושטעלן אדער אפילו אפשוואכן די מגיפת הקאראנע, און דערנאך וועלן מיר זיך ספראווען מיט אלע פראבלעמען וואס זענען זייער גרויס אבער פארט קלענער ווי קאראנע

פון ווי ווייסטו פון וואס ווערן מענטשן נפטר? ליידער רופן זייער אסאך מענטשן הצלה בלויז פארן אריינפאלן אין א פאניק.
בשעת א מענטש האט א פאניק אטאקע איז ממש נישט מעגליך צו זאגן פאר א מענטש אז ער נאר אן אטאקע און עס וועט פאריבער גיין ווייל עס זעהט אויס ווי עס איז עכט און מען דארף ניצן פארשידענע אנדערע מיטלן (ואין כאן מקומו)
מען דארף שטענדיג מתפלל זיין נישט אריינצופאלן חלילה אין א פאניק.

זאל די באשעפער האלטן זיין רעכטע האנט אויף אונז אלע.
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

לעווי האט געשריבן:ב"ה

א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

אל אחי ורעי אדברה נא. אלעס וואס איך שרייב דא איז אמת ויציב. גר ותושב אנכי עמכם. איך פלעג דא אמאל שרייבן א סאך און די אלטע גדולים פון אייוועלט, נאך פון דער היים, קענען מיך און וועלן מעיד זיין אויף מיין כאראקטאר.

איך בין א היימישע חסידישע יונגערמאן און מיין ווייב איז א נורס אין א מיד-סייז אבער איינע פון די בעסערע שפיטעלער אינעם לאנד. איך וויל דא איבערגעבן אפאר געדאנקן פון איר פערספעקטיוו.

איך בין א מענטש פונקט ווי אייך
מיין ווייב איז אליינס א מאמע פון א שיין משפחה קע"ה און מיר ביידע האבן צען געשוויסטער איטליכע, צען פעטערס און מומעס, עטליכע זיידעס און באבעס און הונדערטער ערשטע קוזינען. מיר לעבן אדורך דער קריזיס פונקט ווי יעדע אידישע מאן און פרוי, מיט אנגסט און פחד, מיט איבערגעשטרענגטקייט און ציל און ועל כולם מיט האפענונג און אמונה. מיר האבן נאנטע באקאנטע וואס זענען שוין ליידער נישט בין החיים צוליב דער מגיפה און נאך עטליכע אין א שווערע צושטאנד ומצפים לרחמים מה' בקרוב.

וואס מיר נורסעס גייען אדורך די טעג
איבער דעם אלעם איז זי אויך א נורס אין שפיטאל וואו זי ארבייט 13 שעה'דיגע שיפטס צו באדינען חולים בשעת דחקם. זי איז גראדע נישט אין די דעפארטמענטס וואס באהאנדלן קאראנע פאציענטן אבער די איבערגעשטרענקייט גיסט זיך איבער אויך צו איר דעפארטמענט. אזוי אויך טרעפט זי זיך מיט די צענדליגע נורסעס און דאקטוירים וואס ארבייטען יא אין יענע דעפארטמענטס. איר קענט אייך נישט פארשטעלן אונטער וואס פאר א פרעשור די מעדיקל פראפעסיאנאלען ארבייטען די טעג. זיי האבן נישט קיין רגע צו כאפן א שלונג וואסער אדער גיין אין בית הכסא. א גאר הויכע פראצענט פון זייערע קאלעגן קומען נישט אריין צוליב וואס שנפלו למטתם פון די חולי הקאראנע. אויב איר מיינט אז די קאראנע בושעוועט אין די גאסן איז עס דאך פי כמה בין כותלי השפיטאל.

ווי נאר די שיפט ענדעגט זיך הייבט זיך אן די פיינפולע עמאציאנאלע מיטמאכענישן. איר ווייסט וואס דאס מיינט צו האבן עטליכע מענטשן אויסגיין אין דיינע הענט אין א שפאן פון געציילטע שעות? ווייסט איר וואס דאס מיינט וואטשן צענדליגע אדער הונדערטער מענטשן א טאג זיך דראפעווען אין די לופט צו כאפן אן אטעם? ווייסט איר וואס דאס מיינט צו וואטשן א מענטש אויסגיין און נישט האבן די כלים זיי צו באהאנדלן צוליב דעם ווייל עס איז נאך נישט דא א מעדיצין אדער ווייל מ'איז אויסגעלאפן פון עקוויפמענט?

און נאכדעם הייבט זיך ערשט אן די שולד געפילן און פחדים טאמער זי ברענגט נישט אפשר בטעות אהיים חלילה די וויירוס און וועט אנשטעקן איר מאן אדער קינדער ח"ו. איר קענט אייך פארשטעלן ווי נישט רואיג איר קורצע שינת הצהריים איז?

וואס איז די אמת'ע פאקטן איבער שפיטעלער?
איך זעה אז ס'דא א טענה'ריי דא איבער שפיטעלער אין גענעראל און בפרט מיימאנידיס. איך האב מיך גע'יושב'ט צו איך זאל שרייבן דערוועגן אדער נישט. איך האב באמת נישט קיין געדולד זיך אריינצולאזן אין א הין-און-צוריק דערוועגן.

אבער לאמיר פרובירן איין זאך, איך בעט אייך ליינט פאמעליך און פרובירט מיטצוגיין מיט מיר.

איך מיין אז ביידע צדדים קענען מודה זיין אז מיימאנידיס, כאטש זי איז א פראפעסיאנאלע שפיטאל האט זי נישט מומחים און עקספערטן אין אלע וויכטיגע געביטן. טאקע צוליב דעם, א חולה מיט עפעס אן ערענסטע פראבלעם נעמט מען נישט געווענליך קיין מיימאנידיס נאר צו די מער סאפיסטיקירטע שפיטעלער ווי קאלאמביע וכדומה. איר ווילט טענה'ן אז אפילו גרינגע פאציענטן זאל הצלה נישט אהין נעמען? איך בין גרייט צו הערן. אבער נישט דאס איז די מדובר יעצט. דא איז די שאלה בנוגע קאראנע.

אויך קענען ביידע צדדים מודה זיין אז עפענען נאך שפיטעלער ובפרט אידישע שפיטעלער איז א וויכטיגע שריט אין אזא צייט און מיר ווילן טון וואס מעגליך זיי צו העלפן.

דא גיב איך איבער דאס ווארט פאר מיין ווייב – די נורס.

בנוגע אריינלאזן מענטשן זיין מיט די פאציענטן
דאס אז מ'לאזט נישט אריין קיין שום באזוכער איז עפעס וואס א יעדע איינציגע שפיטאל אין נו יארק און נו דזשערזי האבן איינגעפירט, אריינגערעכנט מיין שפיטאל וואס איז פון די בעסטע שפיטעלער אינעם לאנד. (כאפ מיך נישט ביים ווארט, אויב האט איר געטראפן איינס אדער צוויי שפיטעלער וואס האבן עס נאך נישט ענפארסט וועלן זיי עס ענפארסן גאר בקרוב.) דאס איז נישט געטון געווארן ווייל (כאילו) מ'וויל נישט אז די קרובים זאלן זעהן וואס מען טוט און וואס מען טוט נישט. דאס האט מען געטון ווייל מ'האט זיך דערזען מיט אן אווערלאוד פון פאציענטן און א שוואכערע סטעף און מ'האט איינגעזעהן אז מיט מער מענטשן אויפן קאפ וועט זיין כאאס און וועט שטערן די ארבייט. אויך ווייל מ'וויל פארמיידן דאס אנגעשטעקטקייט פונעם מחלה, אבער דאס איז א זייטיגע סיבה.

פון איין צד איז די נייע פאליסי פון נישט האבן געסט א שטער פאר אונזערע ארבייט ווייל מיר מוזן זיך מער אפגעבן מיט די חולים, אבער פון די אנדערע זייט גיבט דאס אונז די מעגליכקייט זיך מער צו קאנצעטרירן אויף אונזערע ארבייט און קענען פריאריטיזירןן באזירט אויף די וויכטיקייט פונען מצב ווי איידער וועמענ'ס באזוכער פגע'ט מער.

פון אייער זייט דארפט איר יא טון כל מה שביכולתכם אריינצורוקן איינער מיטן פאציענט און איך וואלט געטון די זעלבע ביי מיינס א קרוב, ווייל אזוי וועט אייער פאציענט באקומען בעסערע קעיר, נאך אלעם זענען מיר נאר בשר ודמים. אבער מצד די האספיטאל – פארשטייט איר אליין - איז פראטעקציע נישט א גוטע זאך אין אזא אנגעשטרענגטע צייט. וממילא זאלט איר וויסן אז דאס האט נישט מיט מיימאנידיס אדער נורסעס, נאר עס איז א קאמאן סענס פאליסי מיט די רצון צו העלפן.

בנוגע פריאריטיזירן מיט ווענטילעינטארס
איר זאלט אלע וויסן אז די גאווערנמענט פירער האבן איינגעפירט אן עמערדזשענסי פאליסי אין אלע שפיטעלער (נישט אלע האבן עס דערווייל אימפלימענטעד, אבער רוב יא) אז, אנדערש ווי די געזעץ אלעמאל, דארף מען נישט באהאנדלן פאציענטן וואס האבן לויט די דאקטאר שוואכע שאנסן. אפילו אויב נארמאל וואלט מען געדארפט ספעציעלע רשות פון די פאציענט אדער זייער נאנטסטע קרוב אבער יעצט קענען זיי אליינס מחליט זיין. איך ווייס נישט אויב עס איז א געזעץ אדער סתם א הוראה פון אויבן פאר אלע שפיטעלער. מצד הלכה איז דאס א שווערע פראבלעם און די רבנים ועסקנים דארפן מטכס עצה זיין וואס מ'טוט דא. אבער דאס איז א סטעיטווייד פאליסי און איר וועט האבן די זעלבע פראבלעם אין א יעדע שפיטאל, אינקלאדינג מיין שפיטאל.

עס איז זייער פארשטענדליך אז ווען מענטשן הערן אזא זאך ברענגט עס זיי ארויף די בלוט אין קאפ און עס ברענגט צוהוצטע רעאקציעס. טאקע פארדעם בין איך מוחל די אלע וואס זענען יעצט ביזי באהקען אלע נורסעס און דאקטוירים. איך פארשטיי פון וואו עס קומט.

וואס וואלט איר געטון?
לאמיר אבער פאר א רגע נאכאמאל זיך אריין לייגן אין זייערע שוך. משל למה הדבר דומה. (יא, איך בין דער בעל המשל.)

אן עראפלאן קראכט, דריי הונדערט פופציג שווער פארוואונדעטע מענטשן ליגן נעבעך אויסגעשפרייט אויפן פעלד, נאר צוויי דריי דאקטוירים און מעדיקס זענען דארט מיט די ביסל סופלייס אין זייערע בעגס. יעדער איינער פארשטייט אז די מעדיקל פראפעסיאנאלען וועלן נאר קענען ראטעווען א קליינע פראצענט פונעם עולם. רוקט זיך אן איין מענטש און שלעפט צאם א פראטעסט. היתכן די דאקטוירים וואס ארבייטען דארט אויפן פעלד שוין 24 שעה האבן א חוצפה נישט צו ראטעווען יעדער איינעם. היתכן ער לאזט מיין פעטער שטארבן און ראטעוועט אנשטאט דעם יענעמ'ס מומע?

אחי היקר, זאג מיר ביטע, וואס וואלסטו געטון אין אזא פאל? וויאוזוי וואלסטו באהאנדלט דריי הונדערט פופציג פארוואונדעטע מיט נאר דריי דאקטוירים? וועם וואלסטו באנהאנדעלט ערשט? דו פארשטייסט אז ווען דו שלעפסט מיך צו דיין קרוב מאכסטו אז א צווייטע חולה זאל אויסשטארבן? מיר זענען דאך נאר דריי מענטשן.

וועל איך נאכאמאל איבער'חזרן. פון אייער זייט דארפט איר יא טון כל מה שביכולתכם צו ראטעווען אייער קרוב און איך וואלט געטון די זעלבע ביין מיינס א קרוב. ווייל אזוי וועט אייער קרוב באקומען בעסערע קעיר. נאך אלעם זענען מיר נאר בשר ודמים. אבער מצד די האספיטאל – פארשטייט איר אליין – מוזן זיי האבן עפעס א סיסטעם און עפעס א סדר.

אט דער שרעקליכע מצב איז טאקע די גרויסע חורבן פון קאראנע
לאמיר דא זיין קלאר. עס איז א פאקט אז פונקט דער שרעקליכע מצב אין וואס מיר געפונען זיך היינט, דער שרעקליכע פארנאכלעסיקייט פון פאציענטן, פונקט דאס האבן די גארווערנמענט פירער און שפיטאל פירער געשריגן פון די ערשטע מענוט אז עס גייט געשעהן. דאס איז טאקע די אומגליק פונעם קאראנע אז צופיל מענטשן ווערן ערענסט קראנק אויף אמאל און מ'קען זיך מיט זיי נישט געהעריגט אפגעבן. דאס איז וואס מאכט מיר וויינען און שרייען צו אלע מיינע ברודער און שוועסטער צו בלייבן אינדערהיים, צו "פלעטענען די קערוו". אז מ'וועט דאס טון וועט עס עטוואס פארלייכטערן די מצב כאטש ביז מ'קען צוגרייטען נאך ריסארסעס.

אל אחב"י בארץ ישראל
און אן עקסטרע וויי געשריי צו די קליינע הייפעלע אידן אין ארץ ישראל וואס נעמען נאך נישט ערענסט די מצב. איך זעה וואס דארט גייט פאר און איך וויין. איך וויין ווייל 3-4 וואכן צוריק האבן מיר נו יארקער געטון די זעלבע, נישט נאר די אידן נאר א יעדער נאר אין נו יארק. און קוק ווי מיר האלטן נעבעך היינט. איך קען נישט טראכטן וואס גייט געשעהן דארט ח"ו רחמנא יצילנו.

איך וויין צו אייך בדמעות שליש
און פאר איך ענדיג דא צו וויל איך צולייגן קורצע דיבורים מעמקי לבבי בנוגע סאשעל דיסטענסינג. איך בעט ענק בכל לשון של בקשה, איך וויין צו ענק פאר אייערט וועגן און פאר אייערע משפחה'ס וועגן. פליז פליז פליז שפארט אייך איין אינדערהיים פאר אפאר וואכן אזויווי די פסוק זאגט חבי כמעט רגע עד יעבור זעם. די אלע וואס בעטן זיך אז מ'זאל בלייבן אינדערהיים מיינען נישט קיין שום שלעכטס, דאס איז פשוט'ע קאמאן סענס.

לאמיר זאגן אז אלע אייערע טענות זענען גערעכט.
לאמיר זאגן אז די רעגירונג ערלויבט.
לאמיר זאגן אז מיימאנידיס איז טאקע שולדיג.
לאמיר זאגן אז די סטאטיסטיקס זענען פונקט ווי די פלו.
לאמיר זאגן אז רוב מענטשן זענען שוין סייווי אנגעשטעקט.
לאמיר זאגן וואס דו ווילסט נאר זאגן.
אבער לאמיר זאגן אז מ'קען ראטעווען איין אידיש לעבן.

לוינט זיך צו גיין פארקערט ווי יעדעם אויב עס וועט אומברענגן אפילו איין אידיש קינד? שטעלט אייך פאר אז איך קען ווען ווייזן פאר די איד וואס האט אנגעשטיקט ר' ליפא פרידריך ע"ה מה יהיה בסוף, וואלט ער דען נישט מסכים געווען זיך איינצושפארן פאר 4-6 וואכן מיט זיין גאנצע משפחה אבי עס זאלן נישט זיין 6 אומשולדיגע יתומים'לעך? לאמיר זאגן אז איך קען ווען ווייזן דער בחור'ל וואס האט מיט זיינע הענט אריבערגעברענגט די ווירוס פון די גאס וואס א צווייטע אנגעשטעקטע האט איבערגעלאזט און עס איבערגעלאזט אין סטיטשין פאר הרב הגאון רבי בנימין אבראמאוויטש ז"ל, וואלט דער בחור דען נישט מסכים געווען נישט צו גיין אין שוך סטאר ביז נאך פסח אבי איינצושפארן די משפחה מיט יתומים?

טייערע אידן, שפארט אייך איין, זיצט און דינט ה' (און טוט ביזנעס) פון דער היים פאר אפאר וואכן וועט איר קענען צוריקהאלטן בעזר ה' די נעקסטע ר' אליעזר העלבראכט ע"ה אדער די נעקסטע ר' זאבי האלבערשטאם ע"ה. מ'זאל דאווענען אין דער היים און אוודאי זאל מען איינקויפן פון דער היים. אין א יעדע געגנט זענען דא גענוג און נאך געשעפטן וואס נעמען טעלעפאון אדער אנליין ארדערס. די איינציגסטע וואס מוטשען זיך - מיט רעכט - צו דעליווערן זענען די גראסעריס, ווייל האלב פון זייערע ארבייטער זענען נעבעך קראנק פון די קאראנע. פון דעם קענט איר זעהן ווי מ'דארף פארמיידן וואס מער פון גיין אין די גראסעריס, עס איז א מקום סכנה. אויב קענט איר נישט טרעפן קיין גראסערי וואס דעליווערט דארף, מען גיין נאר איינער, מיט א מאסק און גלאווס. מזאל שטיין אפגערוקט פון מענטשן און ווען מען קומט אהיים זאל מען זיך גלייך דיסאינפעקטן איידער מ'רירט עפעס צו. אנדערע זאכן, אויב איר קענט נישט האבן דעליווערט זאל עס ווארטן אויף נאך יום טוב. עס איז נישט ווערט איינצושטעלן מענטשנ'ס לעבן פאר דעם.

פאניק ווס. קאראנע
נאר א שנעלע געדאנק אויף פאניק און פחדים. פאניק איז א שווערע זאך וואס א סאך מוטשען זיך דערמיט היינטיגע טעג צוליב די מצב וואס גייט אן. מ'דארף עס נעמען גאר ערענסט, און מ'זאל צוהערן דרשות פון עקספערטן און ערליכע אידן אויף דער נושא. אבער פאניק הרג'ט נישט. קיינער האט נאך נישט געזען א קאמפיין פאר יתומים וואס זייער פאטער איז אוועק פון פאניק. קאראנע האבן מיר ליידער שוין געהערט די והותר ומי שאמר לעולמו די וכו'. לאמיר יעצט טון וואס מ'דארף און וואס מ'קען אפצושטעלן אדער אפילו אפשוואכן די מגיפת הקאראנע, און דערנאך וועלן מיר זיך ספראווען מיט אלע פראבלעמען וואס זענען זייער גרויס אבער פארט קלענער ווי קאראנע.

אל ימנע עצמו
כאטש מיר געבן נישט אויף אפילו כשחרב חדה, דאך, ע"פ דרך הטבע וועלן מיר זיך נאך דארפן ספראווען מיט די שוועריקייטן אביסל ה"י, אבער א יעדע וואס בלייבט אין דער היים ראטעוועט נפשות דורכן נישט ארומפירען די ווירוס און דורך משפיע זיין אויף אנדערע וואס לערנען זיך פון דיר. ווען דיין שכן זעט דיך ארויסגיין וועט ער אויך ארויסגיין און די קייט ענדיגט זיך נישט. יעדער זאל בלייבן אין דערהיים, זיך גרייטן אויף יום טוב אינדערהיים, דאווענען צום אייבישטער פון דער היים, העלפן אנדערע אידן פון דער היים, לערנען אמונה וחיזוק מיט די קינדער אין דער היים און די אייבישטער זאל אונז שוין שוקן די גאנצע ישועה בקרוב בב"א.

א גרויסע יישר כח מערכת אייוועלט פארן געבן א פלאטפארמע פאר מיין שטימע.

נא להפיץ למען הצלת נפש אחת שהיא עולם מלא!

.

+1000
The nurses and doctors are Real heroes here saving lives, and I personally know nurses working 16 hours shifts yes they are locked in their floor for 16 hours saving lives
Everyone respects that , Boro park canter and Bedford center are locked as well for Weeks with no way for elderly patients to have family members to help and everyone understands that that's for their safety.
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

איך הער זייער גיט
אבער פארוואס זאלן זיי נישט אריין לאזן קיין הצלה וואלינטירן נאר צו קענען גיבן א בליק צו קענען צרוק טראגן א גריס זיי גייען נישט שטיין אין פעיגערן די נורסעס?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערקרעקערס »

edge האט געשריבן:שיין ארויסגעברענגט.

פאניק ווס. קאראנע
נאר א שנעלע געדאנק אויף פאניק און פחדים. פאניק איז א שווערע זאך וואס א סאך מוטשען זיך דערמיט היינטיגע טעג צוליב די מצב וואס גייט אן. מ'דארף עס נעמען גאר ערענסט, און מ'זאל צוהערן דרשות פון עקספערטן און ערליכע אידן אויף דער נושא. אבער פאניק הרג'ט נישט. קיינער האט נאך נישט געזען א קאמפיין פאר יתומים וואס זייער פאטער איז אוועק פון פאניק. קאראנע האבן מיר ליידער שוין געהערט די והותר ומי שאמר לעולמו די וכו'. לאמיר יעצט טון וואס מ'דארף און וואס מ'קען אפצושטעלן אדער אפילו אפשוואכן די מגיפת הקאראנע, און דערנאך וועלן מיר זיך ספראווען מיט אלע פראבלעמען וואס זענען זייער גרויס אבער פארט קלענער ווי קאראנע

פון ווי ווייסטו פון וואס ווערן מענטשן נפטר? ליידער רופן זייער אסאך מענטשן הצלה בלויז פארן אריינפאלן אין א פאניק.
בשעת א מענטש האט א פאניק אטאקע איז ממש נישט מעגליך צו זאגן פאר א מענטש אז ער נאר אן אטאקע און עס וועט פאריבער גיין ווייל עס זעהט אויס ווי עס איז עכט און מען דארף ניצן פארשידענע אנדערע מיטלן (ואין כאן מקומו)
מען דארף שטענדיג מתפלל זיין נישט אריינצופאלן חלילה אין א פאניק.

זאל די באשעפער האלטן זיין רעכטע האנט אויף אונז אלע.

What is your point here?
So you're saying that poeple are dying just from panicking?
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

Though they should not be allowed to take away from old People machines, govenor Cuomo is a crock and he deserves all critic for allowing that.
פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערקרעקערס »

Borough Park האט געשריבן:איך הער זייער גיט
אבער פארוואס זאלן זיי נישט אריין לאזן קיין הצלה וואלינטירן נאר צו קענען גיבן א בליק צו קענען צרוק טראגן א גריס זיי גייען נישט שטיין אין פעיגערן די נורסעס?

סאו וואס ווילסטו אז יעדע פינעף מינוט זאל א צווייטע הצלה מעמבער קומען בלויז צו געבן "איין" בליק...
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

Borough Park האט געשריבן:איך הער זייער גיט
אבער פארוואס זאלן זיי נישט אריין לאזן קיין הצלה וואלינטירן נאר צו קענען גיבן א בליק צו קענען צרוק טראגן א גריס זיי גייען נישט שטיין אין פעיגערן די נורסעס?

It won't work that way unless hatzolah would have designated people, say one person per flour, filled out a doctor form and approved to enter
פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערקרעקערס »

Growth hacker האט געשריבן:Though they should not be allowed to take away from old People machines, govenor Cuomo is a crock and he deserves all critic for allowing that.

You maybe right, but we are talking here about doctors and nurses not politicians
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

Growth hacker האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:איך הער זייער גיט
אבער פארוואס זאלן זיי נישט אריין לאזן קיין הצלה וואלינטירן נאר צו קענען גיבן א בליק צו קענען צרוק טראגן א גריס זיי גייען נישט שטיין אין פעיגערן די נורסעס?

It won't work that way unless hatzolah would have designated people, say one person per flour, filled out a doctor form and approved to enter

ערלעדיגט, זאל כאטשיג זיין איין מענטש אין א אפטיילונג. דאס אויך נישט? די מצב יעצט זעהט מער אויס ווי די דאקטוירים ווילן נישט מען זאל זיי איינטיילן וואס צו טוהן.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

פייערקרעקערס האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:איך הער זייער גיט
אבער פארוואס זאלן זיי נישט אריין לאזן קיין הצלה וואלינטירן נאר צו קענען גיבן א בליק צו קענען צרוק טראגן א גריס זיי גייען נישט שטיין אין פעיגערן די נורסעס?

סאו וואס ווילסטו אז יעדע פינעף מינוט זאל א צווייטע הצלה מעמבער קומען בלויז צו געבן "איין" בליק...

ניין איינמאל א טאג
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

טראק דרייווער האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:איך הער זייער גיט
אבער פארוואס זאלן זיי נישט אריין לאזן קיין הצלה וואלינטירן נאר צו קענען גיבן א בליק צו קענען צרוק טראגן א גריס זיי גייען נישט שטיין אין פעיגערן די נורסעס?

It won't work that way unless hatzolah would have designated people, say one person per flour, filled out a doctor form and approved to enter

ערלעדיגט, זאל כאטשיג זיין איין מענטש אין א אפטיילונג. דאס אויך נישט? די מצב יעצט זעהט מער אויס ווי די דאקטוירים ווילן נישט מען זאל זיי איינטיילן וואס צו טוהן.

קוקט אהער מר. טראק דרייווער, מען קען נישט שרייען אז בתי מדרשים מעגען זיין אפען ווייל יעדער וועט עס במילא כאפען, אין מיטען זעלבען אטעם פארפירען אויף די מצב שפיטעלער אז עס איז געפערליך...

איר ווייסט וואס די ציל איז מיטען פלעטענען די קירוו?
וועל איך דיר זאגען, די ציל איז טאקע אז מען זאל נישט צוקומען אין פארערגערן די מצב צו וואס מען האלט איצט, אין וואס די קאמפלעינטסט אזוי... וואס מען קען זאגען אז די כאיאטישע צושטאנד אין שפיטעלער האט שוין גורם געווען די טויט פון עטליכע אחינו בני ישראל.

זאגן אז פארמאכען בתי מדרשים האט נישט קיין פשט ווייל יעדער וועט עס במילא באקומען אין בנשימה אחת קאמפלעינען אז די מצב אין שפיטעלער איז געפערליך... מאכט נישט צופיל סענס...
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

שאבעלע האט געשריבן:

האלא! די מאכסט זיך אדער די ווילסט זיך מאכן? די פרישע טויזענטער פאציענטן - רוב פון זיי גוים - זענען עפעס דוקא פון שוהל'ן? מענטשן כאפן דאס אין גרויסן, אפילו יעצט ווען די שוהלן זענען פארמאכט אויף שלאס און ריגל! און א ריזיגע חלק פון די מענטשן זענען געווען פארשפארט און דאך דאס געכאפט.

אבער העי, מיר פארדרייען דא די שמועס.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ישר כח @לעווי ומשפחתו פאר די דברים היוצאים מן הלב.

ישר כח פאר משפחת @לעווי פארן זיך צורייסן צו ראטעווען מענטשן, און נאך באקומען היץ פאר דעם.

@לעווי, ווען דו ווערסט ווייניגער ביזי, נאך דעם מצב השם ירחם, מעגסטו צוריקקומען שרייבן פאליטיק אביסל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Borough Park האט געשריבן:
פייערקרעקערס האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:איך הער זייער גיט
אבער פארוואס זאלן זיי נישט אריין לאזן קיין הצלה וואלינטירן נאר צו קענען גיבן א בליק צו קענען צרוק טראגן א גריס זיי גייען נישט שטיין אין פעיגערן די נורסעס?

סאו וואס ווילסטו אז יעדע פינעף מינוט זאל א צווייטע הצלה מעמבער קומען בלויז צו געבן "איין" בליק...

ניין איינמאל א טאג

סא
א הצלה מעמבער איינמאל א טאג

ווער הייסט א הצלה מעמבער ?
וויפל מאל איז איינמאל א טאג?
פאר יעדע פאציענט איינמאל איין הצלה מעמבער?

ביז מארגן איז גאנץ ניו יארק רעגעסטרירט אלטס הצלה מעמבערס און יעדער וועט גיין טשעקן איינמאל א טאג וואס גייט פאר. און אז ער איז א הצלה מעמבער מעג ער דאך א וודאי זאגן זיין מיינונג אז ביי פאציענט #456 טויג עפעס נישט.

די אמת איז איך האב א מהלך מוועט נעמען איין מענטש וואס זאל טשעק איינמאל אין טאג וואס גייט פאר און ארויס גיין מיט א פארמאכטע מויל!
איך גלייב אז נאך פאר די טאג ענדיגט זיך וועט ער שוין זיין באשולדיגט אז ער איז א חלק פון די מערדערס.

די נקודה איז זייער פארשטענדליך, און אינטערסאנט אז ביז יעצט נאך קיינעם נישט געהערט ארויף ברענגען.

כאטש לדעתי קען מען דן זיין אלטס די חלק פון באשילדוגונ לויט די שמועות וואס איז געקומען איבער א שפיטאל וואס האט אפציעל נישט געקוקט בכלל אויף קאראנע פעישנס.
אבער די שטארקייט פון די מעסעדזש דא איז גאר א צווייטע זאך, רעג זיך נישט שעלט נישט און באשולדיג נישט פארן הערן יענעם צד. ווען דו הערסט אז מלאזט נישט אריין און יענער געבט נאך א הסבר בצידו אז דאס איז א ראיה אז זיי טוען דארט גארנישט און נעמען נישט אריין וויל זיי ווילן נישט מזאל זעהן, גייט דיר די בלוט אין קאפ! אלעס שטומט דאך: מלאזט נישט אריין מענטשן שטארבן, ס׳איז דאך פארמאכט פון אלע זייטן.
פלולינג קומט איינער איון זאגט ר׳ יוד רואיג א מינוט פאר דו רעדסט הער די צווייטע זייט פון איינער וואס זעהט דאס פון אינעווייניג, און מיטאמאל ווערט די בליק איבערגעדרייט פון טוב שברופאים לגיהינום צו שליח מן השמים שיקבל שכרו משולם אויף יעדע זאך וואס ער טוט.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג אפריל 03, 2020 1:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

מר. איינס איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט, די שפרינגסט פון נישט לאזן קיינעם ביז לאזן גאנץ ניו יארק... האלאו, עס איז דא א מיטל וועג, ווי למשל לאזן די ליעזאן מיט באשיצטע קליידער, וכדומה, און דאס לאזן זיי אויך נישט.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

טראק דרייווער האט געשריבן:האלאו, עס איז דא א מיטל וועג, ווי למשל לאזן די ליעזאן מיט באשיצטע קליידער, וכדומה, און דאס לאזן זיי אויך נישט.

איך האב צוגעלייגט אין פריערדיגן תגובה
די אמת איז איך האב א מהלך מוועט נעמען איין מענטש וואס זאל טשעק איינמאל אין טאג וואס גייט פאר און ארויס גיין מיט א פארמאכטע מויל!
איך גלייב אז נאך פאר די טאג ענדיגט זיך וועט ער שוין זיין באשולדיגט אז ער איז א חלק פון די מערדערס.

און צו אויסקלארן:
אנשטאט צו אנהייבן זיך טענהן אויב סקען צוגיין אזא מהלך, דו וועסט שרייבן און איך וועל דיר ענטפערן אז דא איז דא א לאך וועסטו ענטפערן אז מקען דאס אויסקראסן אזי און אזוי און איך וועל דיר ווייזן די לאך אין דעם וועסטו מיר ענטפערן אזוי און אזי, טריי פארדעם ביי דיר אין קאפ מאכן א מהלך וועסטו פארשטיין אז סאיז נישטא קיין וועג

לעווי האט זייער גוט אראפ געלייגט ווי אזוי די שפיטאל גייט צו פון אינעווייניג און ווער סאיז אמאל געווען אין א שפיטאל ווייסט אז אין גוטע צייטן (אויך מיר גוטע צייטן...) שטייט מען אויך און מדריידט זיי אראפ די קאפ (מיט רעכט).
און דאס איז מיט א פול סטעף און מיט א לאנטש ברעיק. יעצט ווען א סטעף פון הונדערט דארף סערוויירן נאר 100 פאציענטן טראכט אביסל ווי אזוי סזעהט אויס, און ניין נישט קעראנע פאציאנטן נאר אפילו פשוטע.
מאך א חשבון פון שווערע קעיסעסע, מצוצמםדיגע סטעף, נישטא קיין צייט פאר אטעמען, און נאכדערצו גילטי פילינגס, און ביינאכט נאך זיין א מערדער, און מארגן צוריק קומען וחוזר חלילה,
סאיז אנבעלוויבל זייער ארבעט און וויפל איך טראכט מער איז דאס עפעס נישט נארמאל. דארף יעצט נאך צוקומען נאר ׳איין׳ הצלה וואלענטירן נאר איינמאל א טאג טשעקן נאר איינמאל יעדן פעישן און געבן נאר איין הערה אויף יעדע פעישן!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

קודם א יישר כח פאר די ארטיקל. הערליך און זייער אינפארמאטיוו.
בנוגע שטארבן פון פאניק. איז דא א גמ׳ איך געדענק נישט ווי, אז דער מלאך המוות האט געזאגט ביי א מגיפה אז ער האט באקומען רשות צו הרג׳נן - דאכט זיך מיר - פינף טויזנט מענטשן. פרעגט מען אים עס איז דאך געשטארבן פופצן טויזנט?! ענפערט דער מלאך המוות. אז די איבעריגע צעהן טויזנט זענען געשטארבן פון די פחד און בהלה! און נישט פון די מגיפה! נישט פשוט!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: א מעסעדזש פון א היימישע נורס צו אחב"י איבער קאראנע און שפיטעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איצל פיצל האט געשריבן:קודם א יישר כח פאר די ארטיקל. הערליך און זייער אינפארמאטיוו.
בנוגע שטארבן פון פאניק. איז דא א גמ׳ איך געדענק נישט ווי, אז דער מלאך המוות האט געזאגט ביי א מגיפה אז ער האט באקומען רשות צו הרג׳נן - דאכט זיך מיר - פינף טויזנט מענטשן. פרעגט מען אים עס איז דאך געשטארבן פופצן טויזנט?! ענפערט דער מלאך המוות. אז די איבעריגע צעהן טויזנט זענען געשטארבן פון די פחד און בהלה! און נישט פון די מגיפה! נישט פשוט!

בן איש חי ברענגט דאס אבער איך מיין נישט פון א גמרא (אפשר פון מדרש?)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”