זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8423
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:07 am

עההם.. עהה, עהה, עהה!!!! עההההחחחחחח........טטצצצץ!

עההם.. עהה, עהה, עהה!!! אנטשולדיגט. אין אמת'ן שפיר איך שוין פיין ב"ה, עהה. נאכאלטס שפיר איך אביסעלע שוואך.. מיט עהה.. עהה, עהה, עהה!!! מינדערע קאפ ווייטאג. היסט'ן היסט איך מער נישט, ברוך השם.. לכה"פ פון דעם בינעך עההם.. עהה, עהה, עהה!!.... עהה עהה!!!!!!!!!!! חחחחחחחחח...... אינגאנצן ארויסגעקראכן.

וואס זאל איך אייך זאגן, אבער.. עהה עהה!... די אלע וועלכע שרעקן אפ דעם עולם אז דער קאראנע איז א שווערע וויירוס.. זענען סתם עהה.. עהה, עהה, עהה!!! שווארץ קוקערס. איך, וועלכער איז שוין ווי געזאגט גענצליך פטור דערפון.. קען מעיד זיין אז עההם.. עהה, עהה עהה.. עהה!!! אז ס'איז טאקע פינסטער שווארץ.

נעכטן ביי נאכטמאל האבעך געגעסן א גאנצע אייער באקס. פשוטו כמשמעו. פאר פארשפייז איז געווען דער הינטערשטן חלק וואס מ'בייגט איין און מ'פארקלעבט. נאכדעם די אויבערשטע חלק וואס מ'מאכט צו ביים סוף, דאס איז געווען במקום א טעלער זיפ. און די גאצע בויך פונעם באקס איז געווען פאר מעין דיש. עההם.. א קאמפאוט האבעך אויך געהאט ב"ה, אזא קליינטשיגע באקסל וואס עמעזאן שיקט. נאכדעם האמער אויסגעטרינקן א גלעזן נאסע צעמענט, א נייע פראדוקט פון גאלדן פלאו.

אייער נעכטן האב איך נאך געהאט דעם עהה.. קאראנע. כ'האב שרעקליך גע'עהה עהה, עהה, עהה...!!! גע'היסט. נישט געקענט ארויסזאגן קיין גראד ווארט פון מויל.. עההם. היינט קענעך שוין ארויסגיין אויף די אייגענע פיס צו שעפן פרישע לופט.. אויף די טויטע גאסן. עההם.

עההםםם... עהה, עהה,עהה...!!!! עהההחחחחצצצצטטטץץ...!!!!!

ויהי אחר הדברים האלה..

איינער שיקט מיר א מעסעדזש.. כ'זאל אביסל דערציילן פארן היזיגן עולם עההם.. וויזוי דער אמאל, אינדערהיים.. האט אויסגעזעהן ביפארן חורבן, עההם.. עהה, עהה, עהה!!! עעהההההההחחחח....... טטטצצצצצץ!. חורבן קאראנע. דער מהלך החיים ביי חסידים, און וויזוי די היימישע געגענטער האבן אויסגעזעהן במשך די 75 יאר, פון עהה, עהה, עהה... נאכן צווייטן וועלט קריג.. ביז דער וועלט אינטערגאנג חודש ניסן תש"פ.

איז אזוי. עההם.

דער חרידישער קווארטל אין אמעריקא איז געווען צעטיילט צו מערערע קלענערע געגענטן. עההם.. ס'איז געווען א שטאט וויליאמסבורג.. ס'איז געווען א שטאט בארא פארק. (גראדע נישט ווייט איינס פונעם אנדערן) עס איז געווען א שטאט קרית יואל.. דארט האבן געוואוינט ממש נאר סאטמאר'ע חסידים. (סאטמאר זעלבס איז אין יענע צייטן געווען צעטיילט אויף עטליכע פראקציעס.. קלענערע אין גרעסערע.. מ'וועט צוקומען צו דעם שפעטער). עס איז געווען א שטאט מאנסי, עס האט אפציעל געהייסן אז דארט פלעגן וואוינען אלע משוגעים.. א שיכון סקווירא, וואס דארט האט זיך אפגעשפילט ווייסט קיינער נישט.. עס איז אבער געווען א איינזאמער שטעטל נישט ווייט פון מאנסי, א גרויס חלק פונעם סקווירא קהילה איז דארט געווען קאנצעטרירט.

ביז נישט לאנג בעפארן קאראנע חורבן איז אויך געווען א קהילה, לב טהור.. א שבט מיט א קליינע מספר מיטגלידער, עס איז נישט דא צופיל ידיעה איבער דעם שבט.. זיי פלעגן יעדע פאר חדשים זיין אויף א צווייטע שטח. עההם.

עהה, עהה, עהה... עהה!!!! עס איז געווען נאך מערערע קליינע ישובים'לעך ווי חסידים האבן זיך אריינגעצויגן, ספעציעל די לעצטע תקופה.. עהה.. ווען עס האט זיך געשאפן א דירות קריזיס אין די היימישע געגענטער. אלע פון זיי אין און ארום ניו יארק, וועלכע איז געווען דער צענטער פונקט פונעם חרידישן געזעלשאפט אין אמעריקא. איך וועל אבער פראבירן צו דערציילן זכרונות פונעם געגענט ווי איך פלעג וואוינען אינדערהיים.. דער שטאט וויליאמסבורג, ברוקלין ניו יארק.

עההם. אוי, וויליאמסבורג וויליאמסבורג... פון וויליאמסבורג איז דא אסאך צו דערציילן, עס איז געווען זייער א איינגארטיגער שטאט און היבש צעפראסקעט, עהה עהה... קרוב צו 15 טויזענט משפחות.. מערערע קהילות, קלענערע און גרעסערע מיט באלד צוויי הונדערט בתי מדרשים און צענדליגע בתי חינוך. די שטאט איז באשטאנען מערסטענס פון סאטמאר'ע חסידים, סאטמאר איז אריינגעקומען נאמבער 2 אינטער סאטמאר. עההם.. עהה, עהה, עהה...!!! חחחחחחחטטטטץץ..!!!

הונדערטער גראסערי'ס און צענדליגער ביזנעסער, קליידונג און שפילצייג געשעפטן.. עס איז דא א געוואלד מיט זכרונות צו דערציילן פונעם הייליגן שטאט וומסב"ג, מ'קען נישט אלעס אראפשרייבן אין איין שאס, עס וועט מיזן צעטיילט ווערן אויף פרקים פרקים. אבער איין מאל איאר פלעגט פארקומען א מאראטאן ווי גוים פלעגן לויפן, און 3 מאל א יאר פלעגן די חבד'צקער אדורכגיין און זינגען. עההם.. עס איז געווען א מחלוקה צו ס'איז יא אדער נישט דא א עירוב אין שטאט.. לי עוויניו פאטא פלעגט זיין אפן אפילו זיין זענען געווען פארשפארט. מאסן דעמאנסטראציעס פלעגן זיין אפטע סצענע'ס אין וויליאמסבורג. עההם..

יעדע שטיק צייט האט מען געהויבן שכר לימוד, און 12 מאל א יאר האבן די חסידישע מלבושים געשעפטן געהאט א 20% סעיל וואס האט אנגעהאלטן בלויז איין חודש. ערב סוכות האט מען געקענט שאפן ד' מינים פאר $10 אויף די גאס, יעדע נאכט פלעגט איבעי (ebay) אויפשטעלן א לאקאל אינדרויסן פון ראדני, ערב יוה"כ נאך 7'ע אינדערפרי איז נישט געווען קיין כפרות, און ביי רעב ישעי'לעס קאך פלעגן רוב באס דרייווערס עסן פרישטאג.

עהה.. עההם. די שטאטישע רעגירונג פלעגט כסדר איבערמאכן שאסייען וועלכע זענען געווען אין א גוטע צושטאנד, לאנגע ליידיגע סיטי באסעס האבן זיך געשלענגלט אראפ אין ארויף וויליאמסבורג צו האלטן די מאטאריסטישע פארקער פארנומען. ספרים געשעפטן פלעגן פארקויפן זילבער און גראסערי'ס בעטערי'ס. די קאטשקעלע רייד אינדרויסן פון טיב טוב האט אין די לעצטע 10 ביז 15 יאר באקומען אסאך חבירים אויסגעשפרייט אינעם גאנצן שטאט, ווער עס איז בטעות אריינגעפארן אין די וואלאבאוט גאס איז שטעקן געבליבן ביז צו א קומענדיגע מעלדונג, שומרים האט ממש צום סוף זיך איינגעהאנדלט א SUV פאר א פערטל מילאן דאלער.

עהה...םם. עהה, עהה, עהה....חחחחחםםםםם!!! עהה, עהה, עהה....!!!

עההם.. עס איז דא אסאך צו דערציילן פאר אונזערע קינדער, עס איז נאר צום האפן זיי וועלן האבן שכל צו פרעגן. דערווייל וועלעהה, עהה, עהה העע העע...עהההחחחחחטטטטץץ...!!! וועלעך זיך גיין צולייגן אביסל, מ'קען נישט אזוי. ס'איז נישט קיין תכלית. אבער קודם וועלעך זיך וואשן אויף א פרישע באקס, כ'האב נאכנישט געגעסן פת שחרית. א פיטער באקס.. וואס קען זיין בעסער?

עההם.. עהה, עהה, עהה...!!! העעההם.. המשך יבא.. אויב העט זיין פון וועם און צו וועם צו רעדן.

א גוטן טאג, טשאדעלע יליד שאראשפאטאש, ומלפנים וויליאמסבורג.
Taking a short break, will be right back.

אוועטאר
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך הייליג » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:10 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:עההם.. עהה, עהה, עהה!!!! עההההחחחחחח........טטצצצץ!


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
גוטע נייעס...
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך שמייכל תמיד » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:21 am

;l;p-
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך א גולם » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:23 am

;l;p- ;l;p- :lol:

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1901
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:27 am

:lol: :lol: :lol:
נעע דאס איז נישט גענוג יוניק, איך ברויך עפעס בעסער...

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:27 am

פיין אויף געלעבט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שמונת אלפים
תגובות: 8575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:29 am

זיס.
מקום חותם הבד"ץ

נימער ערגערס
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 11:27 pm

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך נימער ערגערס » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:32 am

שוין...
ב"ה שוין געשמייכעלט היינט

:lol: :lol: :lol:

פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך פימפערנוטער » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:36 am

:grin:

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך ארחיקה נדד » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:48 am

דעלישעס!!! איכה??? ווי ביסטו יעדן טאג????
נסיעה תשפ"ב??
אי"ה! מיט אייער הילף!
https://charidy.com/ivelt/ar

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג מארטש 30, 2020 12:02 pm

איך היס און לאך ביינאזאם, העע עהה העה עהעה העהע העהעהעהעהעה!! אוי ביסטו גוט, מען דארף דיר דא יעדן טאג--- פרס בשחרית ופרס בין הערבים!!! פליז!! אל תמנע טוב מבעליו!!!!

שאבעלע
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך שאבעלע » מאנטאג מארטש 30, 2020 12:09 pm

:lol: :lol: :lol:
תכלית הידיעה לידע שלא נדע
      ידיעות, איז א כלי.
      וויסען וואס מען ווייסט נישט, איז חכמה.
      מיינען אז מען ווייסט, איז טיפשות.
      טוישן א מיינונג, איז חכמה אין מידות
.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג מארטש 30, 2020 12:10 pm

שוידערליך!
מיט שאק און שוידער טוען מיר אויפנעמען די שרעקליכע נייעס, אז נעכטן באישון לילה איז ליידער איינגעשלינגען געווארן איינס אדער מערערע פון די סאמע שפיץ ניקס פון אייוועלט.
דאס האט פאסירט ווען טשאדעלע האט געהאלטן אינמיטן פארציקן זיין אייער באקס, און אומבאמערקט האט ער איינגעשלינגען אויך א ניק אדער מערערע ניקס, וואס האבן זיך דארט אויפגעהאלטן, זייענדיג אין בידוד צוליב די געוועזענע קאראנא אויסברוך, און נישט האבנדיג קיין אינטערנעט עקסעס זענען זיי נישט אינפארמירט געווארן אז די קריזיס איז שוין לאנג א פארגאנגענהייט.
ספעציעלע איינהייטן פון פאבליק סעיפטי קעי.דזעי. זענען אראפגעקומען צו די סצענע, וואו מען טוט אויספארשטן דעם אינצידענט.
געוויסע קוועלער געבן איבער אז די איינגעשלינגענע ניק איז נישט קיין צווייטער פון מאשקע, געוועזענער ראש הקהל פונעם חשובן און באקאנטן קהלה "אייוועלט" (נומבער איינס העכער סאטמאר). לויט מאנכע איז דאס גאר געווען דער אור אלטער יענטאאש, אנגעבנדיג אז מען האט קלאר געקענט זעהן די שפיצן פון יענטאאשעס בארד וועלכע האבן זיך ארויסגעריסן פונעם באקס.

שומרים מיט זייער SUV האט צושפרייט א ספאנטאנע מאסן דעמאנסטראציע וואס האט אויסגעבראכן ביי די סצענע, אנגעבנדיג אז די אינצידענט איז א קלארע רעזולטאט פון די עירוב צומישעניש, און מיר קענען נישט האלטן קיינעם פאראנטווארטליך.

דיטעילס טו פאללאו
שנשמע ונתבשר בשר ודגים וכל מטעמים!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14864
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג מארטש 30, 2020 12:18 pm

זיס אווי צוקער...

אוועטאר
קענדי'ס
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג מארטש 30, 2020 12:25 pm

שוין לאנג נישט זוי געלאכט

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:06 pm

איי איי איי

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4003
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:30 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

טשאדי עס יוזשעל.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך nmi » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:39 pm

פיין אויפגעהיסט ב"ה. זאג נאר טשאד? וויזוי האט אויסגעקוקט ווען די וויירוס האט זיך אנגעהויבן? די עולם האט זיך באהאלטן צו וואס?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
אלטער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך אלטער » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:46 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- :smile: :smile: :smile:
טשאדי פיינע נייעס!!! קום אריין דא מער מאך אביסל פריילעך די זויערע יודן דא...
ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מארטש 30, 2020 5:08 pm

געשמייכלט און הנאה געהאט.

יישר כח!

פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך פייערקרעקערס » מאנטאג מארטש 30, 2020 6:13 pm

טשאדי זיי ממשיך

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: זכרונות: שארית הפליטה נאכן קאראנע דערציילן

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג מארטש 30, 2020 7:08 pm

יאפ! איך געדענק נאך... :|











:lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol:


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט