קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

מאתים האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:איך מיין אז די סטרעין פון די איצטיגער אויסברוך (עכ"פ ביי די היימישע עולם) איז לכל הדעות שוואכער ווי די ערשטע. ב"ה נאכנישט געווען קיין איין פאטאליטעיט, און אפילו האספיטיליזאציעס איז געווען שוואכער.

ביים ערשטן זענען דאך געווען שווערע טויזנטער אנגעשטעקטע, יעצט איז לכל היותר עטליכע הונדערט.

זאג נאר , וויפל איז געווען פרשת כי תשא -ווען מהאט פארשלאסן די שולן ? שוין אויך טויזנטער אנגעשטעקטע ? און דאן וויפל איז געווען פרשת ויקרא-צו ? סא וואס שטעלסטו שוין צוזאם
איין זאך יא עס איז א שוואכערע סטרעין, און א שיינע עולם האט עס שוין געהאט, (הגם דער יונגערמאן וואס מהאט אריינגעפירט דעם שבת האט כפי השמועה געהאט פארלוירן די חוש הריח פסח צייט) און צוגאב די שפיטעלער ווייסן סאך בעסער ווי צו באהאנדלן בעז"ה

כי תשא איז געווען עטליכע הונדרעט אין מען האט אונז האלב פארמאכט ויקרא צו האבן מיר געהאט צעדליגע טויזענטער יעצט האבן מיר געהאט עטליכע פרשת ראה מיר האלטן 5 וואכן שפעטער און מיר זענען בכלל נישט פארשפארט און נאר ׳אפשר׳ עטליכע הונדרעט זענען אנגעשטעקט
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

מאתים האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:איך מיין אז די סטרעין פון די איצטיגער אויסברוך (עכ"פ ביי די היימישע עולם) איז לכל הדעות שוואכער ווי די ערשטע. ב"ה נאכנישט געווען קיין איין פאטאליטעיט, און אפילו האספיטיליזאציעס איז געווען שוואכער.

ביים ערשטן זענען דאך געווען שווערע טויזנטער אנגעשטעקטע, יעצט איז לכל היותר עטליכע הונדערט.

זאג נאר , וויפל איז געווען פרשת כי תשא -ווען מהאט פארשלאסן די שולן ? שוין אויך טויזנטער אנגעשטעקטע ? און דאן וויפל איז געווען פרשת ויקרא-צו ? סא וואס שטעלסטו שוין צוזאם
איין זאך יא עס איז א שוואכערע סטרעין, און א שיינע עולם האט עס שוין געהאט, (הגם דער יונגערמאן וואס מהאט אריינגעפירט דעם שבת האט כפי השמועה געהאט פארלוירן די חוש הריח פסח צייט) און צוגאב די שפיטעלער ווייסן סאך בעסער ווי צו באהאנדלן בעז"ה

פרייטאג ויקה''פ האט מען אנגעהויבן הערן פון אומגליקן ר''ל, און דעמאלטס זענען שוין לכאורה געווען טויזנטער אנגעשטעקטע.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2872
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

Rimnitz
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 3:14 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rimnitz »

CROWN HEIGHTS: A spike in cases over 24 hours is leading doctors to call for those over 60, obese or other underlying conditions to restart porch minyanim and not gather in public places.
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7984
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

20200914_144845.jpg
20200914_144845.jpg (436.76 KiB) געזען 1917 מאל
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

כהאב מיר פונקט דערמאנט, איז די קורוו שוין געווארן געפלעטנט?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

KMW האט געשריבן:כהאב מיר פונקט דערמאנט, איז די קורוו שוין געווארן געפלעטנט?

יא, דערפאר ווארענען מען יעצט יחידים וואס ווילן זיין געזונט צו טון מינימאלע אפהיטונג מיטלען, און רוב חלקים פון די סטעיט זענען אפען
שויתי ה' לנגדי תמיד
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7984
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

קרוין הייטס - ווי מען הערט איז דער מצב אין קרוין הייטס היבש אנגעשטרענגט און מען הערט כסדר פרישע פעלער. איין גאנצע גרופע תלמידי הישיבה האט געברויכט אריין גיין אין איזאלאציע נאכדעם וואס א בחור האט געטעסט פאזיטיוו פאר קאראנע. עס הייסט אצינד אז אויף די תפילות ימים נוראים וועט מען ארויסנעמען אלע בענק פון די צענטראלע ביהמ"ד אויף 770 אזוי ארום צו פארמינערן די צאל מתפללים און די צייט וואס מען וויילט אין ביהמ"ד בעפאר און נאכן דאווענע
From JD media
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7984
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
20200914_144845.jpg

אינטערוויו: הצלה פון וויליאמסבורג האט ארויסגעשטעלט ספעציעלע אנווייזונגען פארן ציבור שטייענדיג הארט בעפאר די ימים טובים, אין ליכט פון די לייכטע אויפשטייג פון קאראנא וויירוס:הרב אברהם מאיר פאלמאן, וויליאמסבורג הצלה
https://www.yiddish24.com/interviews/12/25782
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

פארוואס קיינעם נישט איינגעפאלן דא אזא געדאנק מיט דעבלאזיא אדער קאומא נישט שלעכט
_סטיקרים_על_חנויות_בתל_אביב_3.jpg
_סטיקרים_על_חנויות_בתל_אביב_3.jpg (185.48 KiB) געזען 1217 מאל
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:קרוין הייטס - ווי מען הערט איז דער מצב אין קרוין הייטס היבש אנגעשטרענגט און מען הערט כסדר פרישע פעלער. איין גאנצע גרופע תלמידי הישיבה האט געברויכט אריין גיין אין איזאלאציע נאכדעם וואס א בחור האט געטעסט פאזיטיוו פאר קאראנע. עס הייסט אצינד אז אויף די תפילות ימים נוראים וועט מען ארויסנעמען אלע בענק פון די צענטראלע ביהמ"ד אויף 770 אזוי ארום צו פארמינערן די צאל מתפללים און די צייט וואס מען וויילט אין ביהמ"ד בעפאר און נאכן דאווענע
From JD media

איך ווייס נישט צי די רעדסט פון די זעלבע מעשה לאמיר נאר געבען אן אפדעיט וואס כהאב געהערט דעי וואך, פון איינע פון די פראמינענטע תושבי קראונהייטס א שטיקעל עסקן,

בערך שבעה בעשר בתמוז צייט זענען געקומען א גאנצע גרופע פון בחורים פון אר"י קיין קראון הייטס אויף חודש תשרי,

די עסקנים מיט די רבנים דארט האבען אפגעשמועסט אז זיי גייען זיך טשעקען פארדעם אין אויך זיי לייגען ערגעץ אין קאנעטיקעט פאר 14 טעג, דע פלאץ דארטען איז א שיינע רואיגע פלאץ מיט אלעס ציגעשטעלט כמו ישיבה כמו קאנטרי,

נאך 7 טעג האבען זיי זיך גענומען ארויסגליטשען פון דארט א חלק זענען געפארען צום אהל און א חלק האבען זיך גענומען דרייען אין קראונהייטס,
נאך א טאג צוויי האבען עס די ממונים באמערקט אין מהאט געמאכט אויף זיי א קאנטאקט טרעסינג אין תיכף גענומען טעסטס, אין די ערשטע רעזולטאטען זענען צירוק געקומען מיט עטליכע פאזעטיווע רעזולטאטען אין מהאט תיכף געמאכט ווייטער קאנטאקט טרעסינג און זיי האפען אז די מעשה איז אנדער קאנטראל ב"ה ווי מזאגט,

אלטס רעזולטאט איז דארט געווען א שטיקעל ספייק, וועלכע האט גורם געווען א אנגעצויגענקייט אין אומרואיגע געמיטער דארט ביי זיי אין קהילה נאכדעם וואס זיי האלטען אז סאיז געווען 50 פאטאליטעטן ה"י ביי זיי אין קראונהייטס אין מארטש צייט

די עסקנים רבנים אין די ארטיגע הצלה וועלכע ארבעטען אינאיינעם, האבען גענומען די אלע בחורים/אורחים אין זיי צירוק איינגעשפארט פאר 14 טעג יעצט פונדאסניי, אין א אשל אין קראונהייטס ווי מהאלט מער השגחה אויף זיי, דעס איז אויך ווייל די בחורים האבען געהאט געוויסע טענות אויף די פלאץ אין קאנעטיקעט (שטייצעך) אין זיי האבען געוואלט זיין אין שטאט,

יעצט איז געווען א מיטונג אז אויב די אורחים גייען נישט קאאפערירען פון יעצט אין ווייטער גייען זיי ארבעטען צירוק צושיקען ארום 200 בחורים וואס דרייען זיך יעצט אין 770 (די אנגעשטעקטע האבען זיך בעיקר געדרייט מיט זייערע חבירים וועלכע זענען שוין געווען קווארענטינט)

אין אנדערע נייעס געבט ער איבער אז די רבנים דארטען גייען אפשטעלען די יערליכע גרויסע שמחות בית השואבה אין בעטען קיינער פון אנדערע פלעצער זאל נישט קומען היי יאר, זיי ארבעטען נאך אויף פלענער אז מזאל מאכען יעדע נאכט צוויי דריי קליינע גרופעס פון בערך 50 אויפאמאל פאר א שעה צוויי, זיי ארבעטען נאך אויס די פרטים, פון זיינע (און אויך פון אנדערע) ווערטער איז משמע אז די בי"ד דארט ארבעט ציזאמען מיט לאקאלע מעדיקעל סענטערס טריט ביי שריט אין די גאנצע שטאט ארבעט דארט ציזאמען דאסמאל
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

אויף מארגן 12 א זייגער האט די ווייסע הויז פאריפען א קאנפערענץ קאול מיט אלע רבנים.

די גאוואנערס אפיס האט געשיקט א שארפע מעסיטש צו קרית יואל אין צו ראדני נישט צו מאכן קיין גרויסע פארזאמלונגען אין די ימים טובים.

ולה הישועה.
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

IMBZ האט געשריבן:אויף מארגן 12 א זייגער האט די ווייסע הויז פאריפען א קאנפערענץ קאול מיט אלע רבנים.

די גאוואנערס אפיס האט געשיקט א שארפע מעסיטש צו קרית יואל אין צו ראדני נישט צו מאכן קיין גרויסע פארזאמלונגען אין די ימים טובים.

ולה הישועה.

Realy?
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד

מקען זיך גרייטן צו טאנצן הקפות אויפן גאס?
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פון וואו ווייסן זיי פון די נייע פארשפרייטונג ביי אונז?נאיי געס אז עס זענען דא נורסעס און דאקטוירים צו וואס מען מוז צו קומען, און ליידער טייל און שפיטאל, אבער דאך
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגעלע »

IMBZ האט געשריבן:אויף מארגן 12 א זייגער האט די ווייסע הויז פאריפען א קאנפערענץ קאול מיט אלע רבנים.

די גאוואנערס אפיס האט געשיקט א שארפע מעסיטש צו קרית יואל אין צו ראדני נישט צו מאכן קיין גרויסע פארזאמלונגען אין די ימים טובים.

ולה הישועה.

א דשואק? זאל איך לאכען?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

די הצלה האט שוין אויסגעטיילט אקסעדזשין מאשינען אין קר"י פאר עטליכע אידן, די וואס ברויכן זיך אפזונדערן זאלן טאקע נישט גיין צו קיין גרויסע פארזאמלונגען.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

וויאזוי סוועט זיין וועט זיין גוט אלעס איז די רצון ה' מיטען אייבירשטענס הילף וועט זיין אלעס גוט
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

דרך אגב די ווייט האוז ריליס וועגען די קאנפרענץ קאל איז וועגען סעלעברעטען (אין ענגליש to celebrate the high holidays)
דאכצעך יעדעס יאר איז דא אזא קאל,

אין וועגען די קאל פון די גאווענערס אפיס, אדער יא אדער נישט
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

איך וויל נישט אוועק מאכען די באזארגטע אידען וואס האבען מורא אז תשרי וועט נישט אויסקוקען ווי שבועות, ווי אלעס איז געווען רואיג ב"ה, נאר זיי האבען מורא פאר סאם ריזען אז סוועט אויסקוקען ווי פסח,

במציאות קען מען זיך נישט טענהן אז טויזענטע טויזענטע מענטשען זענען דורך די וויליאמסבורגע גאסען שעות ארוכות (די ערשטע פאר וואכען אן מאסקעס) אין עקספאזט טויזענטע קינדער וועלכע זענען געשטאנען מיט זייערע סקוטערס אויפן סיידוואק ממש ביים גאדער (ווי דען האבען זיי געקענט שטיין? פיצי דירות אן פארטשעס, סקולס זענען געווען פארמאכט, די פארקס זענען געווען פארמאכט)

ווען שווערע טויזענטע פראטעסטירער פון אלע שטעט אין לענדער שרייען אויף די העכסטע, -וואס פאוטשי אליינס האט געזאגט אז רעדען הויעך אין זינגען הויעך איז דאס ארגסטע ווען סקומט צי פארשפרייטען,- לעבען די קליינע זיסע קינדערלעך מיילער אין נעזערלך,
און די קעיסעס אין ניו יארק זענען נישט ארויף דעמאלטס, סיי די קעיסעס אין סיי די האספיטאלאזעישען, אין סיי די קעיסעס אין ווילי, סוואלט ווען געדארפט זיין עטליכע טעג שפעטער א ספייק אין ווילי אין הצלה וואלט ווען געדארפט ווען ארום טראגען מאסען אקסעזשין, נאר וואס די אייבישטער האט דעמאלטס געהאלפען כדי די פראטעסטען זאלען נישט צישטערט ווערען האט ער געמאכט א נס אז די קעיסעס איז אראפ, נו? דיר זעלבער אייבישטער קען דא מאכען די זעלבע נס,

איך געב נאר אביסעל חיזוק פאר די אלע דערשראקענע אידען וואס ליינען די אלע מעסעזשעס אין העצערייען אויף די וואטסעפ גרופעס וואס האבען זיך עפעס ווינדערלעך אויפגעוועקט, אין זענען היינט געקניפט אין געבינדען דורך סאושעל מידיא מיט ראמי גאמזו פון איזריעל, סא זיי קענען זיך אביסעלע מחזק זיין
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 12:10 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אויבען איז נאר געווען הייפערטעריקעל גערעדט, אבער למען האמת איך פארשטיי נישט געוויסע וואס נעמען דא אן א טאן פון פארזארגער, מהאט שוין גערעדט טויזענט מאל דא אז פירען פון דא -און פון די גאנצע וויארטואלע וועלט- א מערכה העלפט נישט אויף די פיזישע עכטע וועלט און דארטען פירט מען סייווי א פראפעשענעל מערכה די לעצטע פאר וואכען געבויט אויף עכטע סטאטיסטיק (אין די זעלבע איז געזאגט געווארען פאר די וואס פירען פון דא א פארקערטע מערכה)
די הצלה אויף קיין איין פלאץ שעמט זיך נישט ארויסציגעבען קיין רוף מיט אנווייזונגען,

סא וואס וויל מען דא אויפטון?
עס נעמט סתם אוועק פון די ערנסקייט פון הצלהס קאמפיין ,

ווייל די נאטור פון סאושעל מידיא איז אז ווען איינער זאגט איינוועג זאגט די צווייטער פארקערט סווערט א פורים, ואין לדבר סוף,

די טענהרייען מאכט קאנפיוזד עני נארמאלע קול וועלכע ווערט פארלוירען צווישען די אלע נויז אין דיזיניס, איך ווייס אז סאיז אפאר מאל שווער צי כאפען ווען מאיז שוין אריינגעדרייט אין די אלע טענהרייען, אבער פליז! לאמיר זיין אביסעל פראפעשענעל,

א פלאץ ווי מוויל אביסעל פלעפקענען לתורת פלעפקענען מילא, אבער מזאל זיך נישט איינרעדען אז פון דא קען מען שיקען מעסעזשס, אויב עפעס איז די פארקערטע ותצאות מי ישורנה, דעס איז גראדע א שטיקעל א לימוד זכות אויף מאנעכיגע פון דא ווייל זיי כאפען נישט וואס זיי טיען אין קאכען א קאשע,

נאכמער דעס קען נישט באהאנדעלט ווערען אויף יעדע פלאץ אקוראט די זעלבע מחמת כמה וכמה סיבות

(וודאי קענען די עסקנים צווישען זיך לערנען אין העלפען איינע פון די צווייטע ווען סאיז ביי א פראפעשענעל מיטונג, אין וודאי קען זיין געוויסע זאכען א פאראייניגטע מעסעזש,)

אבער יעדע פלאץ האט זיך זיינע איינגענארטיקייטען מיט זיינע קולטור אין געאאגראפישע אויסשטעל און הן מיט אנדערע סארט הייזער

סא אחרי ככלות הכל דארפן די סקווערע הערען פון זייערע פירערס אין דיינים ,

אין מאנסי פון זייערע וועגווייזער,

אין קרית יואל פון זייערע
אין וויליאמסבורג פון זייערע,
קראונהייטס פון זייערע,
פארעסט הילל פון זייער
אין בארא פארק פון זייערע,

נישט אייביג קען מען מאכען איין גרויסע קוגעל, וואס געווענליך געשעט עס דא אויפן נעט, אין סמאכט סתם חרוב,

הצלה ציזאמען מיט אנדערע ארגאנעזעישענס פירען ב"ה א גוטע מערכה אין אויב סוועט עפעס אויספעלען וועלען זיי צילייגען אדער טוישען, זיי ווייסען וואס זיי טוען, און לאמיר נישט זיין ווי יענע כעלעמעא וועלכע האט געוואלט העלפען איינעם עסען הייסע זופ און ווען זיין חבר האט געוואלט נעמען די לעפעל זופ און מויל האט דער כעלעמער געגעבען א שטופ זיין חברס הענט און אויסגעגאסען אלעס אין גוט אפגעבריט זיין חבר, און ווען מהאט געפרעגט די כעלעמער פארוואס האסטעס געטון האט ער געענטפעערט, סהייסט? כהאב געוואלט העלפען מיין חבר אריינשטופען די לעפעל אין מויל...
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

דו זאגסט זייער גוט, הרב פאלעסיידס, די בעסטע וואלט געווען ווען מען לאזט די נושא פאר מענטשן מיט עקספיריענס און בעלי השפעה, דער פראבלעם איז נאר איינמאל מען פאנגט יא אן צו רעדן אויף די אלע פלעצער, אז הצלה מיט די אנדערע זענען אויך מענטשן, און זיי ווערן אויך מושפע פון דעת הקהל, סאו אויב ביי די קופקעס און אויף סאושעל מידיא וועט מען נאר הערן פון די דענייערס, האט עס א השפעה אויף זיי אויך.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

יואל שרייבער האט געשריבן:דו זאגסט זייער גוט, הרב פאלעסיידס, די בעסטע וואלט געווען ווען מען לאזט די נושא פאר מענטשן מיט עקספיריענס און בעלי השפעה, דער פראבלעם איז נאר איינמאל מען פאנגט יא אן צו רעדן אויף די אלע פלעצער, אז הצלה מיט די אנדערע זענען אויך מענטשן, און זיי ווערן אויך מושפע פון דעת הקהל, סאו אויב ביי די קופקעס און אויף סאושעל מידיא וועט מען נאר הערן פון די דענייערס, האט עס א השפעה אויף זיי אויך.

איך פארשטיי דיין זארג אין סאיז זייער ריכטיג, באט איך מיין אז סהאלט נאכנישט ביי דעם,
אין טאקע דאס האב איך געמיינט ווען סווערט א תוהו ובוהו ווערט א צימישעניש איבעראל, און דעס גייט מען מוזען מתקן זיין אין די וועלט וועט זיך מוזען אויסלערנען לעבען מיט דעם, אין טרעפען א געהעריגע עצה דערצו, אבער דערווייל לאמיר זיך האלטען די מערסטע פראפעשענעל, ווייל יעדעס ביסעל מאכט אויס, ביסט גערעכט ווערטער האבען אן השפעה ממילא סיג לחכמה שתיקה אין אזאלעכע האקעלע זאכען,
עטס זאלטס וויסען אז זאכען קענען פארען בעסער שאץ עס נישט אונטער
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

גראדע ווען איך האב ווען אביסעל צייט וואלט איך ווען אביסעל געשריבען וועגען די נושא פון פאניק אין ענקזייענטי,

זאכען זענען דא געווען זייער פארקראכען, ממש ווי דור הפלגה,

איך האב געזען מענטשען זיך טענהען רינגס ארום אין די נושא ווען אין פאקט האבען זיי גערעדט פון אנדערע זאכען בכלל, אזוי ווי די נאטור פון אזא סאושעל סייט ארבעט (נאכאמזל אז סאיז דא עפעס מנהלים דא)
מענטשען האבען געמישט קיגלען פון פריוואטע ענקזייענטי פובליק פראבלעמען, און ווען א העלט סיסטעם קראכט ציזאם חו פון אומבאגרינדעטע פאלשע שמועות מבהילות אויסגעמישט מיט האלב אמתע פאקטען,
און נאכדעם איז דא א פלעינע נאטורליכע שרעק וואס וועקט אמאל אויף א מענטש צי מענטשען צי טיען וואס איז ריכטיג,

און בכלל איז אינטערעסאנט געווען צי זעהן (טראגיקאמיש)
ווי מענטשען וואס זענען נישט דורך געוויסע מצבים פון ענקזייענטי און עקספיריענס (על פי רוב גאר יונגע) פארשטייען בכלל נישט וואס די זאכען מיינען, און וויאזוי די אנדערע כאפען נישט פארוואס מכאפט נישט זייער עקספיריענס (אויך א פאני נאטור פון סאשעל סייטס) ווען די אמת איז אז די וואס ווייסען נישט קוקען דיך אן פון לבנה אראפ זיי ווייסען בכלל נישט פון וואס מרעדט (און זאלען זיי קיינמאל טאקע וויסען) זיי מיינען מרעדט פון זייער פחד וואס זיי קענען שוין אין וועלען קיינמאל נישט באגרייפען די מושגים ביז מוועט עס איבער געבען פראפעשענעל אין דעמאלטס וועלען זיי אויך דארפען גלייבען די תורות, אין נאכמער ווען זיי אליינס וועלען עס האבען וועלען זיי אויך נישט וויסען וועלכע שלאק האט זיי באטראפען,

דערפאר איז יעדע ווארט סתם איבריג זיך צי טענהען דערוועגען דא,

אבער היות איך האב יא געהאט אביסעל געפיל צי העלפען אויפלעבען מענטשען וואס דארפען די חיזוק האב איך געליינט און געטון דערוועגען אין אויסגעלערנט די פשוטע כללים (איך בין נישט די גרעסטע עקספערט אין סאיז נישט אזא גרויסע תורה) וואלט איך יא געוואלט אפשר אביסעל שרייבען דערוועגען ווייל דעס קען זייער העלפען מענטשען ווען זיי זעען אז זיי זענען נישט אליינס אין זייערע מצבים נאר דעס נעמט אוועק צייט, סא אפשר איינמאל וועט מען צירוק קומען דערצו
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פאלעסיידס האט געשריבן:אין אנדערע נייעס געבט ער איבער אז די רבנים דארטען גייען אפשטעלען די יערליכע גרויסע שמחות בית השואבה אין בעטען קיינער פון אנדערע פלעצער זאל נישט קומען היי יאר, זיי ארבעטען נאך אויף פלענער אז מזאל מאכען יעדע נאכט צוויי דריי קליינע גרופעס פון בערך 50 אויפאמאל פאר א שעה צוויי, זיי ארבעטען נאך אויס די פרטים, פון זיינע (און אויך פון אנדערע) ווערטער איז משמע אז די בי"ד דארט ארבעט ציזאמען מיט לאקאלע מעדיקעל סענטערס טריט ביי שריט אין די גאנצע שטאט ארבעט דארט ציזאמען דאסמאל

מ"ש שמחת בית בשואבה מא' סליחות?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”