שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

מיכל הירש האט געשריבן:מען דארף אנערקענען אז יעצט איז א שעת חירום, א קריזיס, אין דאס גייט זיך אפרופן איבעראל. עס איז שווערער צו באשטעלן זאכן אויף אמאזאן און עס איז שווערער צו באקומען היי לעוול טריעטמענט אין שפיטאל. אלע שפיטעלער זענען איבערגעשטרעגנט, זוכט אויף גוגל פאר "NYC Hospitals" און איר וועט טרעפן פילע אינטערוויאוס מיט שפיטאל ארבעטער ווי שטארק זיי זענען איבערגעארבעט און איבערגעשטרענגט. בעסערע, מער פארגעשריטענע שפיטעלער שטייען אביסל בעסער, שוואכערע שטייען שוואכער. אבער די אפעקטס פון די מגיפה דערקענט זיך איבעראל.

איך זאג נישט אז עס איז נישטא קיין פראבלעמען אין די שפיטעלער, און אוודאי איז א חיוב גמור צו טון וואס מען קען, אויף א מענטשליכע וועג, צו העלפן די פאציענטן. אבער מען דארף זיין עקסטער נזהר און די יעצטיגע מצב פון צו באשולדיגן די דאקטורים און נורסעס מיט שלעכטיגקייט און פארנאכלעסיגקייט. רוב פון די ארבעטען זיך איבער אין די יעצטיגע מצב, זיי ארבעטען פולע צוועלעף שעה'דיגע שיפטס און שטעלן זיך אריין אין א סכנה. זיי אזוי צו באשרייען און באשולדיגן איז רשעות'דיג און אראגאנט.

און דאס אלס איז שטערקער ווען די איצטיגע מצב איז נישט קיין שאק פאר ווער עס האט מיטגעהאלטן די נייעס די לעצטע עטליכע וואכן. די ספעציאליסטן האבן געווארנט אז ממש דאס גייט געשעהן, די שפיטעלער גייען ווערן איבערגעשטרענגט און די דאקטוירים גייען דארפן מאכן שווערע לעבן און טויט באשלוסן. און יעצט ווען עס איז געקומען צו די מצב שפילן געוויסע שאקירט. געוואלד! וואס גייט פאר! עס גייט פאר פונקטליך וואס די עקספערטן האבן געווארנט אז עס גייט פארגיין. און מען דארף האנדלן ווייטער דערמיט מענטשליך און מיט שכל.

איך האב נישט נאכגעקוקט יעדעמס פאוסטס דא. אבער ליבי אומר לי אז צווישן די וואס שיטן יעצט ארויס נאצי באשולדיגונגען קעגן די העלט קעיר ארבעטער זענען פארהאן אסאך וואס פאר ביז צוויי וואכן צוריק האבן זיי געלאכט פון די ווארענונגען פון די עקספערטן אז מען דארף זיך היטן פון די ווירוס. יעצט ווען מיר צאלן ליידער א טייערען פרייז (די פאטאליטעט ראטע ביי אונז איז אסאך העכער ווי ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג!) אנשטאט זיי זאלן אנערקענען זייער טויטליכע טעות או טון עפעס למעשה, באשולדיגן זיי אנדערע. לא זו הדרך.

איך בין נמאס אין פארגרוילט צו א מאקסימום פון באשילדיגען אונזער עולם אויף די סעטואציע!!

האסטו שוין גענומען א מינוט צו טראכטן אינדרויסן פון די קוק ווינקעל פון אלע רשעותדיגע העצערס?
פארוואס טאקע זענען מיר מער אפעקטירט ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג?
אדער קלערסטו אויך אז אונז זענען מיר אומאחריות'דיגע צוריקגעשטאנענע מענטשן?

די פשוטע אין גלאטסטע תירץ אויף די פארשפרייטונג ביים היימישע עולם איז גלאט ווי פאפיר, עס איז זייער קלאר, אין שפרינגט פאר די אויגן ביז ווילאנג מען איז נישט אנגעהיצט פון געוויסע קליינע וואטס עפפ קעפ וואס פאלען פאר יעדע מידיע ארטיקל געשריבען דורך א בלוט דארשטיגע ריפארטער, וואס פרייט זיך א יעדע מאל ער קען פארציקען אין באשמיצען א היימישע איד!

נעמט אין קאסידירעישאן די פאלגענדע, אין אלע שוואכע זעלבס האסענדע מוחות וועלן אפשר אנערקענען ווי זיי האבען זיך פשוט געלאזט פארפירען פון אלט פארצייטישע אנטיסעמיטען.

1) עס איז נישט פארהאן נאך א קאמיוניטי אין אמעריקע וואס איבערן יאר טוען זיי סאשעלייזען אין קומען זיך צוזאם אויף אזא פארנעם ווי אונז!

2) א משפחה פון 10 איז ביי אונז ב"ה א עוורידזש, איז ווען די האסט איין אנגעשטעקטער האסטו אינעם זעלבען טאג פרישע 9 אנגעשטעקטע בני משפחה, וואס אויב נאר איינער פון זיי שטעקט אהן איינעם האסטו א מינימום פון פרישע 10 אנגעשטעקטע א טאג דערויף! וחוזר חלילה.

שטעל צוזאם די צוויי אויבענדערמאנטע פאקטארן, דאן געשעהט וואס עס איז ליידער געשעהן.

איך דיסאגרי נישט אז פראווענען פורים די וועג וויאזוי אונז האבן עס געפראוועט איז געווען א פאטאלע טועת.
אבער עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן ווי אזוי אונזער מעיאר האט אונז בארואיגט אין געזאגט אז מיר האבן זיך נישט וואס צו זארגן, אין אז די אידישע געמיינדע זאל פארווענען פורים מיט א רואיגקייט...

די מוסדות זענען פארמאכט געווארן נאך ביפאר דעם וואס עס איז געווען א מאנדארט פאר פריוואטע סקולס זיך צו פארמאכען (א טאג צוויי נאכדעם וואס די פובליק סקולס האבן זיך פארמאכט, נאך גרויס דריק...)

א ריזיגע פראצענט פון היימישע עולם דאווענט ביחידות טראץ דעם וואס לויט די גיידליינס וואלטן די ברוקלינע פארקס געמעגט שטארעמען מיט מנינים (6 פיס אפגעריקט וכו').

די גרעסטע גשעהעיניש אין א מענטשעס לעבן איז א חתונה, מען קוקט ארויס אויף די טאג מען גרייט זיך, מען ספענד שווערע טויזענטער דאלארן, די מח אין די הרגישים דרייען זיך ארום פאר חדשים אויף די לאנגע אויסגעווארטעטע טאג.
אין פלוצלינג פון איין טאג צום אנדערע, קראך! נישט מער ווי צען מענטשען אין א בעיסמענט!

איז א גוי וואס ער האט געטון אין די מצב, כאטשיג עס איז טאקע שווער. אבער בלית ברירה שטיפט מען עס אפ אויף אפאר חדשים, עס איז דאך במילא נאר א צרעמאניע ביי אים, עס האט נישט קיין באדייט אויסער די מוזיק מיט פארזאמעלטע.

אבער ביי אונז איז עס דאך נישט שייך, אין מען האט געדארפט אנערקענען אז די גליקליכסטע טאג פון דיין לעבן, פון דיין קינדס לעבען גייט דארפן ווערן געפראוועט ווי א אפשערן! מיט 20 - 30 באטייליגטע, אין א פארשטיפטע הייזקעלע!
איז כאטש עס איז אוודאי נישט ריכטיג געווען צו פראווענען חתונות אויף די וועג ווי אזוי עס איז געפראוועט געווארן דורך געוויסע אין די ערשטע פאר טאג פון די גיידליינס. איז אבער אבנארמאל צו איגנארירען די אומגעהויערע שוועריגקייט אין צער וואס דאס האט געמיינט פאר חתן כלה אין די עלטערן!
אין יא! עס איז נישט מער ווי נארמאל אז עס זאל נעמען אפאר טאג ביז א יעדער קען פארדייען אזאנע שווערע מציאות'ער!
אבער די גרויסע קעפ אין עדיוקעטע מוחות אויף וואטס עפפ, וואס זענען פארנומען ווי שטארק זיי האלטן איין די גיידליינס, (ווארום זיי האבען דאך רחמנות אין ווילען חלילה נישט אנשטעקן אנדערע) האבן פליצלינג נישט געהאט די מינדערסטע רחמנות, אין נישט פארשטאנען דאס פשוטע, אין זיי זענען אלע געפאלן פאר א בלוט דורשטיגע ניו יארק טיימס ריפארטער, אין זענען פלוצלינג ממש בלינד געווארן פון פארשטיין זייערע אידישע ברידער'ס ווייטאג אין צער וואס האבן גורם געווען ער זאל נישט אויספאלגען די גיידליינס, אין מיט אכזריות אין רשעות פארשפרייט אין באשמיצט כאילו זיינע אידישע ברידער זענען פשוט קעירלעס.

איך דיסאגרי נישט אז עס זענען דא מאנכע וואס האבען געלאכט דערפון. אבער ווייט נישט אויף א פארנעם אז עס זאל ארויס ברענגן די האס וואס עס האט. אין אוודאי נישט אז דאס איז די סיבה פארוואס עס איז אזוי פארשפרייט ביי אינז.

נאך דא צו זאגען אסאך, אבער איי גאטע גאו...
לעצט פארראכטן דורך שאבעלע אום דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:24 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

שאבעלע רעדט צום דבר! צופעליג בין איך פערזענליך באהאווענט מיט די מיימאנעדיס נוירסינג דיוויזשען, זיי האבען א ריינע שנאה צו חרדישע יודען און דאס איז די יסוד הפראבלעם, די פירערשאפט איז אין א כסדרדיגע מחלוקה מיט די ארבייטארערס, די יוניאן איז דארט זייער אייגעגעסען און הגם מען קען דארט טרעפן פיינע און גוטע ארבייטארערס איז אבער די ווינט פיהל מיט ביטערניש און שלעכטיגקייט.

די פירערשאפט זענען טאקע אידען אבער זיי האבען נישט די מעגליכקייט ארום צו דרייען דאס פארשטינקענע פלאץ לטובה, אנדערע שפיטעלער זענען סך בעסער אין אלע הינזיכטען, זיי זענען די איינציגסטע שפיטאל אין ניו יארק וואס ווערט געשאצט אינטער דריי שטערנדלעך בעת אלע אנדערע זענען ביי פיר און ארויף.

מען קען דן זיין צו די פאליסי איז גערעכט צו נישט און וויאזוי מען קען דאס פאררעכטען אבער די שפיטאל זעלבסט איז א גאז קאמער לאוקעטעד אין בארא פארק.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

אינטערוויו: "הגומל לחייבים טובים שגמלנו כל טוב", העסקן הרב חיים דוד דעעסער וועלכער איז נארוואס באפרייט געווארן פון NYU שפיטאל, דאנקט דעם באשעפער ברבים און דערציילט זיין שווערע דורכגאנג מן המיצב אל המרחב "מחצתי ואני ארפא" https://www.yiddish24.com/interviews/12/16909
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

צדק תרדוף האט געשריבן:https://drive.google.com/open?id=16U6q2vT43JRYSND_jxg8mn5DSvZ4Laya

Wow
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שאבעלע, האסט עס גענאגלט.
Shuli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shuli »

ניס קראכער האט געשריבן:דער עולם זאל מאלן אלטע וואסערן!...

ס'איז א פאקט אז העכער 70 פארצענט פון אונזער עולם איז שוין אנגעשטעקט געווען
ס'איז אויך א פאקט אז זיי וואלטן סייוי אנגעשטעקט געווארן,
אין ס'איז אויך א פאקט אז לכאורה איז אונזער ציבור בעיקר אנגעשטעקט געווארן ביום הפורים, אין די פאלגענדע טעג נאך פאר די געזעצן פון שפארן די בתי מדרשים

ווי אויך איז א פאקט אז ס'איז לכאורה א טובה פאר אונז אז דער עולם איז שוין געווען אנגעשטעקט ביז יעצט

יעצט מאלנטס ווייטער...

לכוראה האלטן אונז שוין נאכן פיעק (לאמיר האפן)
אינטערוויו: פאזעטיווע נייעס: חברה הצלה זעט די לעצטע טאג צוויי ווייניגער קריטישע קאראנא וויירוס הילפס רופן
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

שמערלער האט געשריבן:אינטערוויו: "הגומל לחייבים טובים שגמלנו כל טוב", העסקן הרב חיים דוד דעעסער וועלכער איז נארוואס באפרייט געווארן פון NYU שפיטאל, דאנקט דעם באשעפער ברבים און דערציילט זיין שווערע דורכגאנג מן המיצב אל המרחב "מחצתי ואני ארפא" https://www.yiddish24.com/interviews/12/16909

זייער אינטערעסאנט.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

צדק תרדוף האט געשריבן:https://drive.google.com/open?id=16U6q2vT43JRYSND_jxg8mn5DSvZ4Laya

ארבייט נישט
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2767
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

עטליכע שפיטעלער אנגעהויבן ניצן די אנטי באדי בלוט וואס מיינט אריינלייגן בלוט פון איינעם וואס איז שוין אימיונט און מזאגט אז עס ארבעט אין קריטישע פעלער
איך הער אז וועסטשעסטער האט עס נאכנישט אבער זיי זאגן אז אויב איינער שאפט עס קענען זיי עס געבןף, געהערט אז מאונט סיינע ניצט עס שוין יא
אויך אויב איינער האט מער דיטעילס זאל אריינקומען
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

געוואלטיג האט געשריבן:עטליכע שפיטעלער אנגעהויבן ניצן די אנטי באדי בלוט וואס מיינט אריינלייגן בלוט פון איינעם וואס איז שוין אימיונט און מזאגט אז עס ארבעט אין קריטישע פעלער
איך הער אז וועסטשעסטער האט עס נאכנישט אבער זיי זאגן אז אויב איינער שאפט עס קענען זיי עס געבןף, געהערט אז מאונט סיינע ניצט עס שוין יא
אויך אויב איינער האט מער דיטעילס זאל אריינקומען

Yeah I saw hospitals running ads for people to donate blood .
Great way if you want to get tested for free
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2767
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

Growth hacker האט געשריבן:

וואו קען מען דאנעיטן מדארף מאכן א דריוו זאפארט אין אלע געגנטער!!! ביטע אהער מיט א נומער ווען צי רופן

געוואלטיג האט געשריבן:

If you want I can look it up for you, as a bonus you will get tested for the virus which is a luxury here unfortunately
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

Growth hacker האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:עטליכע שפיטעלער אנגעהויבן ניצן די אנטי באדי בלוט וואס מיינט אריינלייגן בלוט פון איינעם וואס איז שוין אימיונט און מזאגט אז עס ארבעט אין קריטישע פעלער
איך הער אז וועסטשעסטער האט עס נאכנישט אבער זיי זאגן אז אויב איינער שאפט עס קענען זיי עס געבןף, געהערט אז מאונט סיינע ניצט עס שוין יא
אויך אויב איינער האט מער דיטעילס זאל אריינקומען

Yeah I saw hospitals running ads for people to donate blood .
Great way if you want to get tested for free

וואו קען מען דאנעיטן מדארף מאכן א דריוו זאפארט אין אלע געגנטער!!! ביטע אהער מיט א נומער ווען צי רופן

If you want I can look it up for you, as a bonus you will get tested for the virus which is a luxury here unfortunately

מ׳דארף זיין געטעסט פאזיטיוו?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב »

יידישע קהילות האט געשריבן:רבותי!
הזהרו בדבריכם!
אסאך מענטשען, מסתמא רוב מענטשן, וואס האבן שוועריגקייטן מיט אטעמען אדער אנדער קאמפליקאציעס און גיין אין שפיטאל מיינט הצלת נפשות כפשוטה.
נישט גיין צוליב חששות וואס מ'האט דא ג'שריבן איז איבוד עצמו לדעת.
פרעגט יעדע הצלה מעמבער אדער דאקטער.
מנהלים - פיקוח נפש!!! ביטער רייניגט אויס דעם אשכול.
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2767
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

שרייב האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:רבותי!
הזהרו בדבריכם!
אסאך מענטשען, מסתמא רוב מענטשן, וואס האבן שוועריגקייטן מיט אטעמען אדער אנדער קאמפליקאציעס און גיין אין שפיטאל מיינט הצלת נפשות כפשוטה.
נישט גיין צוליב חששות וואס מ'האט דא ג'שריבן איז איבוד עצמו לדעת.
פרעגט יעדע הצלה מעמבער אדער דאקטער.
מנהלים - פיקוח נפש!!! ביטער רייניגט אויס דעם אשכול.

ווענד זיך וועלכע מצב, הצלה וועט אויך זאגן צו פרובירן ערשט די מעדישקעישן און טרינקן ווארעמס אדער שוויץ אדער נעביולייזער וכדומה אבער ווען מדארף שוין גיין אין שפיטאל איז א אנדערע מעשה
סדא וועלכע האבן געשאפט אקסעדשין מאשינען און איינער אפילו א רעספארעיטאר אינדערהיים אבער ביי רוב מענשטן איז לכאורה נישט שייך
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

שרייב האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:רבותי!
הזהרו בדבריכם!
אסאך מענטשען, מסתמא רוב מענטשן, וואס האבן שוועריגקייטן מיט אטעמען אדער אנדער קאמפליקאציעס און גיין אין שפיטאל מיינט הצלת נפשות כפשוטה.
נישט גיין צוליב חששות וואס מ'האט דא ג'שריבן איז איבוד עצמו לדעת.
פרעגט יעדע הצלה מעמבער אדער דאקטער.
מנהלים - פיקוח נפש!!! ביטער רייניגט אויס דעם אשכול.

יא ריכטיג איינער וואס האט פראבלעמען מיט אטעמען אדער נידריגע אקסידשען מוז רופן הצלה און אויב זיי זאגן מען דארף גיין אין שפיטאל, מוז מען גיין אין שפיטאל, עס איז נישט קיין שפיל.

אבער דער אשכול האט געראטעוועט מער מענטשן ווי נישט, מען דארף יא וויסן וויאזוי געוויסע שפיטעלער פירן זיך אויף, און וויסן זיך צו באהיטן פון זיי, וויסן עס איז נישט קיין טוי סטאר, די לעבן הענגט אויפן וואגשאל דארט, ווער עס באלאנגט נישט דארט זאל נישט גיין, און ווער יא מוז גיין.

איך פארשטיי אז די מיימאנידעס ליעזאן'ס דא ווילן פאר אלע געלט מעקן די שטינק, באט צו ראטעווען לעבנס דארף מען אויפדעקן וואס דארט גייט פאר

און איך וויל ארויסברענגען נאך א נקודה, מיימאנידעס זאל אויפהערן טוהן פאר די קאמיוניטי, נאר זיי זאלן טוהן זייער דשאב, שוין געהערט אלע שיסערס פון מיימאנידעס ווי זיי צורייסן זיך פאר די קאמיוניטי, צורייסטס ענק נישט פליז, טוטס ענקער דשאב אזוי ווי יעדע גיטע שפיטאל אין נוא יארק, און איך האב ענק א סוד אז קיינער קויפט נישט די לאקשן.
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

א שארפע ארטיקל אקעגן מימאנדיאס
https://kolberama.net/
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

צ"ק, אזוי זעען זיי אויס אין דעם מצב.
https://www.yiddish24.com/interviews/12/17050
בין איך נייגעריג וועלכע שפיטאל דאס איז געווען.
ליב ליינער
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 07, 2017 9:07 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליב ליינער »

פארשער האט געשריבן:צ"ק, אזוי זעען זיי אויס אין דעם מצב.
https://www.yiddish24.com/interviews/12/17050
בין איך נייגעריג וועלכע שפיטאל דאס איז געווען.

NYU
א רשע די דאקטער ווער ווייסט וויפל אידן דער האט שוין געהארגעט
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

קול ברמה ארטיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

"שטורעמישע ארטיקל": דער היימישע 'בארא פארקער גאס' שטורעמט מיט גרויס אויפברויז אקעגן דעם לאקאלן בארא פארקער שפיטאל "מייעמאנידיס", נאכדעם וואס זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין שרעקליך און ביטערליך 'אומקאמפענענט', און האבן בכלל נישט געקענט 'האנדלן' דעם גאנצע קריזיס, און האבן פשוט און גראד געלאזט צענדליגע היימישע פאציענטן 'אויסגיין' ווי א לעכט...! באזונדער הערשט א גאר גרויסע אויפברויז אקעגן דעם שפיטאל מיט די אנפירער, נאכדעם וואס עס זענען פארהאן כמעט קלארע ראיות ברורות, אז זיי האבן במכוון 'אויסגעשטעקט' היימישע פאציענטן פון זייערע 'רעספערעיטארס' און 'ווענטאלעיטארס', נאכן אויפגעבן אויף זיי מעדיציניש...! באזונדער זענען פולע היימישע משפחות געפערליך אויפגעברויזט, נאכדעם וואס די שפיטאל האט נישט צוגעלאזט קיין שום היימישע עסקנים אז זיי זאלן קענען אפילו 'א בליק טון' וואס טוט זיך מיט פולע היימישע פאציענטן, אדער אפילו צו ברענגען אביסל עסן, און אזוי ארום זענען זיי געווען 'גענצליך פריי' צו טון 'ככל העולה על רוחם'...!

דער דאזיגע היינטיגע "שטורעמישע ארטיקעל" אקעגן אונזער באקאנטע אזוי גערופענע "היימישע" שפיטאל "מייעמאנידיס"... איז געשריבן מיט 'בלוט' און נישט מיט א פענע... נאכדעם וואס די רעדאקציע האט במשך פונעם גאנצע לעצטע 'סוף וואך', צוזאמגענומען הונדערטער 'האר אויפשטעלענדע' פאקטן און דערציילונגען, וואס א יעדע איינס פון זיי איז גענוג פאר זיך צו שרייבן דער דאזיגער שטורעמישע "מחאה ארטיקל"...

במשך פון מיטוואך, דאנערשטאג, און פרייטאג, האט די רעדאקציע באקומען ''צענדליגע טעלעפאון קאלל'ס'', אז עס ליגט אויף אונז 'א חיוב' ארויסצוקומען מיט א שטארקע 'וויי געשריי' אקעגן די אפענע הימל שרייענדע ''פארברעכנ'ס''... און אפשר אז די שפיטאל מיט די אזוי גערופענע "היימישע מאכער'ס און לעקער'ס" וועלן זען און הערן די היימישע וויי געשריי"... דעמאלט'ס אפשר אפשר וועט מען קענען דעמאלט'ס עפעס אויפטון... און אויב אונזערע דאזיגע ווערטער וועלן אפילו נאר 'עפעס' אויפטון, אז דער מצב פון אפילו 'איין אידישע פאציענט' וועט זיך פארבעסערן לטובה, האט זיך שוין געהאט געלוינט דער דאזיגע גאנצע "מחאה ארטיקל"...

"בקיצור הדברים"... דער היימישע בארא פארקער גאס ''שטורעמט'' מיט ''גרויס אויפברויז'' אקעגן דעם לאקאלן בארא פארקער שפיטאל "מייעמאנידיס", נאכדעם וואס זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין שרעקליך און ביטערליך 'אומקאמפענענט', און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א שפיטאל וואס איז ניטאמאל גוט פאר "א טיילענאל"... און זענען בכלל נישט געווען צוגעגרייט צו קענען 'האנדלן' דעם גאנצע קריזיס, און האבן פשוט און גראד געלאזט צענדליגע היימישע פאציענטן 'אויסגיין' ווי א לעכט...! יא, יא...! ליידער ליידער ליינט איר גוט... עס איז פארהאן 'א באוויסטע פאל' פון פאריגע וואך שבת פרשת ויקרא, (פון א באקאנטע בנן של קדושים, דער נאמען איז באקאנט אין דער גאנצע שטאט), וואס מען האט אים אריינגעפירט אין 'מייעמאנידיס שפיטאל' שבת קודש אינדערפרי ארום זיבן אזייגער, און ארום דריי אזייגער נאכמיטאג האט מען גערופן די חברא קדישא זאל קומען זיך מטפל זיין מיטן נפטר, ווען דער באטרעפענדער חברא קדישא מאן איז אנגעקומען צום באטרעפענדער ארט מטפל צו זיין מיטן נפטר, איז ער ממש שאטקירט געווארן צו טרעפן דער נפטר נאך מיט זיינע געהעריגע קליידער...! און האט נישט פארמאגט אויף זיך קיין שום פון די נויטבאדערפטיגע סימנים אז מען האט אים פראבירט צו מאכן צוריק אטעמען...! (אן אריינגיין אין צופיל פרטים, איז ווען מען לייגט ארויף א מענטש אויף א רעספערעטאר און מער ספעציעל אויף א ווענטעלעטאר, כדי אים צו מאכן צוריק אטעמען געהעריג, טוט דאס אנמאכן פארן מענטש געוויסע סימנים אויפן גוף, אזעלכע סימנים וואס יעדער וואס איז עטוואס באקאנט דערמיט קען באלד דערקענען) דער חברא קדישא מאן איז געווארן 'אויפגעשטורעמט' ביז גאר...

דאס טייטש דא אזוי... נישט בלויז וואס די שוויינען האבן ניטאמאל גענומען די מיה 'בכלל צו מטפל זיין' מיטן חשובן נפטר, און האבן אים פשוט און גראד געלאזט "אויסגיין ווי א לעכט"... אין פשוט'ן זין פונעם ווארט... האבן זיי אפילו נישט פראבירט צו באהאלטן זייערע פארברעכנס, און האבן אראפגערופן די חברא קדישא אים צו באהאנדלן, וויסענדיג אז זיי וועלן גלייך קענען דערקענען אז מען גארנישט פראבירט צו טון מיטן נפטר... (ווי 'פערדיש' קענען שוין שפיטאל באאמטע זיין, צו רופן חברא קדישא צו א פאציענט וועלכע פארמאגט נאך זיינע געהעריגע שבת'דיגע קליידער אויף זיך...) אין אנדערע ווערטער באדייט דאס, אז די דארטיגע 'אומקאמפענענטע נורסעס' האבן פאר סיי וועלכע סיבה נישט געהאט קיין חשק מטפל צו זיין מיטן דאזיגן חשובן נפטר (מעגליך צוליב זיין הדרת פנים'דיגע בארד...) און האבן אים דעריבער געלאזט אזוי ליגן כדומן על פני השדה, וכאבן שאין לה הופחין... און דער אמת איז, אז מה יעשה הבן שלא יחטא"... אויב האבן די נורסעס מיט די שפיטאל איינגעשטעלטע געוואוסט, אז קיינער ווערט נישט ערלויבט זיך צו דרייען אינעם שפיטאל, האבן זיי זייער גוט געוויסט אז זיי זענען 'פריי צו טון' ווי אזוי עס שמעקט זיי...

באזונדער איז דער פארברעכן פול מאל מער הארבער, און אויף טאקע זענען פולע היימישע משפחות באזונדער געפערליך אויפגעברויזט... נאכדעם וואס די שפיטאל האט נישט צוגעלאזט ''קיין שום היימישע עסקנים'' אז זיי זאלן קענען אפילו 'א בליק טון' וואס טוט זיך מיט פולע היימישע פאציענטן, און אזוי ארום זענען זיי געווען 'גענצליך פריי' צו טון 'ככל העולה על רוחם'...! יא, יא...! אזוי ווי איר ליינט...!!! עס האבן דא נישט געהאלפן קיין שום פון די געווענליכע פראטעקציעס, און קיין שום פון די געווענליכע קאנעקשאנ'ס... דער שפיטאל האט נישט אריינגעלאזט אפילו די סאמע פאר הויפט קארדינעיטארס פון הצלה, און אפילו נישט די העכסטע עסקנים פון ''יד אפרים'' אדער פון ''ביקור חולים'', און אפילו היימישע דאקטורים אדער מעדיצינישע עקספערטן זענען נישט צוגעלאזט געווארן צו די פאציענטן... עס האבן נישט געהאלפן קיין שום געבעטערייען אדער סטראשערייען, און דער שפיטאל האט יעדעם איינעם קאלטערהייט אפגעזאגט, זאגענדיג אז דאס איז א נייע שטרענגע שפיטאל פאליסי, צוליב דער ביטערע מצב...

'הצלה' מיט די היימישע עסקנים זענען געווארן שטארק 'אלאמירט', נאכדעם וואס עס זענען אריינגעקומען צענדליגע באריכטן, אז די שפיטאל איז אזוי 'פארלוירן' און 'צופארן', אז אפילו עסן און טרינקען טיילן זיי נישט אויס ווי געהעריג... און צענדליגע פאציענטן ליגן אין זייערע צימערן 'הונגעריגערהייט'...!!! איין אינגערמאן וועלכע איז אריינגעקומען פרייטאג נאכמיטאג אין שפיטאל פשוט פאר א ביסעלע אקסידזשען, און איז אפילו נישט געווען אויף א רעספערעיטאר, האט שבת נאכמיטאג געמוזט נעבעך אויפהייבן א טעלעפאון צו זיין משפחה, און האט פארציילט אז זינט 24 שעה צוריק, וועןער איז אריינגעקומען אין שפיטאל האט ער נאך נישט באקומען קיין איין לעפל וואסער צו עסן אדער צו טרינקען...!!! און אפילו יעצט ווען זיין משפחה האט אנגעהויבן מאכן א טומל, (ליידער אויף שבת קודש) האט גענומען איבער 'א שעה און א האלב' ביז איינער האט אים געברענגט עפעס צו עסן... אפילו ווען די 'עסקנים' מיט 'הצלה' האבן זיך ממש 'געבעטן' אז זיי זיי זאלן צום ווייניגסטנס באשטימען 'צוויי היימישע עסקנים' וועלכע זאלן ערלויבט ווערן זיך צו דרייען צווישן די פאציענטן, כדי צו קענען 'א בליק טון' אויפן מצב, און ווי אויך אז מען זאל קענען ברענגען 'עפעס היימישע עסן' פאר די הונגעריגע פאציענטן, האבן די "רשעים" דאס אפגעזאגט... זעט זיך אויס אז זיי האבן זייער גוט געוויסט וואס זיי ''באהאלטן דא''... און זיי האבן פארשטאנען אז איינמאל די היימישע עסקנים וועלן זיך אנהייבן דא צו דרייען, וועט מען אנטדעקן אלע זייערע "שייגעץ שטיק"...

באזונדער הערשט א גאר גרויסע אויפברויז אקעגן דעם שפיטאל מיט די אנפירער, נאכדעם וואס עס זענען פארהאן כמעט קלארע ראיות ברורות, אז זיי האבן במכוון 'אויסגעשטעקט' היימישע פאציענטן פון זייערע 'רעספערעיטארס' און 'ווענטאלעיטארס', נאכן אויפגעבן אויף זיי מעדיציניש...! יא, אמת אז דער רעגירונג האט יעצט 'געטוישט דער געזעץ', צוליב דער שווערע און ביטערע מצב וואס הערשט יעצט אינדערויסן, און דער שפיטאל איז יעצט 'לעגאל ערלויבט' ''אויסצושטעקן'' פאציענטן, אויב זיי פארשטייען אז מען קען שוין גארנישט טון מיט אים ''מעדיציניש"... יא, אמת... אבער פון אן אזוי גערופענע "היימישע שפיטאל", וועלכע איז אנגעפילט מיט אזוי גערופענע "היימישע בארד מעמבערס"... און סארט צוגאנג צו אזא מין "האקעלע זאך"... און זיכער נישט מיט אזא מין ''שרעקליכע הפקרות'' מיט וועלכע עס איז דא צוגעגאנגען...

עס איז דא נאך אסאך צו שרייבן... אבער דער ארטיקל מוז שוין אריינגיין צום דרוק... עס איז צום האפן אז דער דאזיגע צייטווייליגע "מחאה ארטיקל" וועט עטוואס ''אויפוועקן'' די דארטיגע הויכע פענסטער'ס, און מיר וועלן נישט זיין געצווינגען צו נעמען אונזער ''מחאה'' צו "ווייטערדיגע שריט"... "ולה' הישועה"...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

גערעדט מיט א גרויסן חברה מאן אין די שפיטאל ביזנעס, זאגט ער מיר אז אויב מ'קען לאזן וויסן די חברה און אויך די אינשורענס קאמפעניס וואס אינשורען שפיטעלער, אז מען גרייט שוין יעצט אן א גרויסן טיעם מיט לויערס פאר גאר שטארקע לאסוט'ס קען עס מאכן א גרויסע רושם, עס קען אויך מאכן זיי זאלן ארבעטן מער צו פארדעקן די שפירן, אבער אויב דער מצב איז אזוי געפערליך ווי מ'זאגט איז דער שכר מרובה על ההפסד. ווייל א חלק פון פארדעקן שפירן איז, צו טון וואס איז ריכטיג.
מ'דארף עס אבער טון מיט שכל נישט זאלסט זיין דער וואס האלט נישט איין די געזעצן און רודפ'ט נאכדעם די מסירת נפש'דיגע שפיטאל ארבעטער.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליטה גדולה »

א מעשה פון היינט זונטאג!
א איד הרה"ח רבי אהרן וו. לרפ''ש ליגט שוין אין NYU א וואך מען האט עם פרייטאג ארויפגעלייגט אויף א רעספעררעיטאר, זיין ווייב באקומט יעצט א פאון קאלל פונעם דאקטער "צי מען קען אויספלאגן דעם רעיספארעיטאר" ער איז ממילא קרוב צי 70 יאר
"רבותי סאיז נישט קיין צייט צי שווייגן" !!!
אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:מיכל

ערשטענס, קיין איין שפיטאל זעהט נישט אויס ווי מיימאנידעס, זיי זענען דאס נידריגסטע וואס איז פארהאן, און מיט רעכט דארף מען שרייען, צעקנו בצנעה ולא נענינו נבזה עצמנו בפרהסיא

צווייטענס, דער הויפט דאקטאר פון מיימאנידעס האט געזאגט אויף פאקס ניוז אז אין מיימאנידעס ארבעט אלעס פיין, די גאנצע טשעין אוו קאמענד, נאר גאווערנאר קאומו איז די פראבלעם, דאס ווייזט אז זיי זיכן ניטאמאל קיין נורסעס מיט דאקטוירים, זיי זענען פארנומען באשולדיגן יענעם.

סוף דבר די גאנצע שפיטאל פון די אויבערשטע פירערשאפט, ביז די קוימען קערערס זענען רוצחים, יא רוצחים, זיי האבן בלוט אויף זייערע הענט, און יעדער וואס פארטיידיגט זיי האט בלוט זיינע הענט

ס'גוט, קיין שום הסבר וועט נישט העלפן, דער מיכל אונזערער האט עפעס א נגיעה דא, גיי ווייס וואס....

אז דו ווילסט שרייען אז מען האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פריער קענסטו דאס שרייען אויף דעם מעיאר גאווערנער פרעזידענט וכו', ווילאנג זיי האבן נישט געהייסן יעדן זיין איינגעשפארט נאך פאר פורים קענסטו אויף קיינעם קיין טענות נישט האבן, פינטל.

ניין מוועט שרייען אויף דיר די האסט בליט אויף דיין הענט מיטן האלטען און איין חוזק מאכען פון די גאנצע זאך פאק איין פליצלינג קענסטו שוין אויך שרייען רוצח
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

Annotation 2020-04-05 161617.png
Annotation 2020-04-05 161617.png (40.06 KiB) געזען 786 מאל
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אויב האט איר א סמארטפאון מיט א פילטער און א היתר עפ"י הלכה צו נוצן וואטסאפ וכדו' לייגט עס אויף וואטסאפ, הנקרא מכונה סטעטוס און זייט מפרסם די נושא וואו איר קענט נאר.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”