גייען אונזערע קינדער אויסקוקען ווי שם אדער חם ווען זיי גייען ארויסקומען פון די תיבה?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שוואנץ
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 9:26 am

גייען אונזערע קינדער אויסקוקען ווי שם אדער חם ווען זיי גייען ארויסקומען פון די תיבה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואנץ »

נח איזאלירט פון די וועלט

ס'שטייט אין זוהר הקדוש (בראשית קפב ע''ב), אז אויב עס איז דא מגיפה אדער א חרון אף אויפן וועלט, זאל יעדער בלייבן אינדערהיים, נישט זיין קיין חכם און ארויסגיין אין די גאסן נאר אלע זאלן זיך איינשפארן.

און די זוה''ק לייגט צו, אז דער אייבערשטער נעמט זיינע גוטע אידן וואס ער וויל ראטעווען און ער הייסט זיי זיך איינשפארן, און די זוה''ק גיבט א משל, אז ביי די מבול, וואס דאס איז געווען א שעת מגיפה - אמאל שטארבט מען דורך א וויירוס און אמאל דורך וואסער, האט דער אייבערשטער געזאגט פאר נח 'שפאר דיך איין',

די אייבערשטער זאגט פאר נח: איך האב דיך ליב, איך וויל דיך ראטעווען, דו זאלסט נישט ווערן אנגעשטעקט מיט אלע אנדערע מענטשן.

איך וויל דו זאלסט דיך איזאלירן!!

אפשפארן פון די וועלט, נאר דו מיט דיין ווייב און קינדער...

און נח איז געווען די ערשטע מענטש אין די וועלט וואס איז געווען איזאלירט 'קוואראנטירט'... ער מיט זיינע קינדער זענען געווען קוואראנטירט אין די תיבה.

אין מדרש (בר"ר ל"ב) שטייט 'ויסגור ה' בעדו' משל לשר שקבע דלמוסיא שלו במדינה, ונטל אוהבו וחבשו בבית האסורין, ונתן ספרגוס (חותם) שלו עליו.

פשט איז אז נח איז געווען אין א בית הכלא – א תפיסה.

די ערשטע קוואראנטין אין די וועלט, אבער השי"ת זאגט איהם נישט ווי לאנג דאס גייט געדויערן. א וואך א חודש א יאר, ער ווייסט נישט, אבער טוט די רצון ה' בשלימות און בשמחה, און נח פארשטייט אז דאס איז נישט קיין עונש, פארקערט גאר, אזוי גייט זיין לעבן געראטעוועט ווערן.

וואס טוט מען אין די תיבה?

מיט די גרעסטע מאס געדולד שטייט נח יעדע איינציגע טאג און גיבט זיך אפ מיט אלע בעלי חיים, פיטערט זיי איינמאל און נאכאמאל און מאכט זיכער אז עס פעלט זיי גארנישט.

יארן שפעטער טרעפט אברהם אבינו זיין עלטער זיידע שם בן נח און ער פרעגט איהם וויאזוי עס איז געגאנגען דארט? וויאזוי האבן ענק איבערגעטראגן די גאנצע צייט? קוואראנטירט און איזלאירט כמעט א יאר צייט אין דער תיבה?!.

און אט אזוי האט שם געשילדערט זיינע איבערלעבענישן:

מיין טאטע און איך האבן זיך אפגעגעבן מיט אלע בעלי חיים, אונז זענען כמעט נישט געשלאפן, א גאנצע טאג געווען פארנומען.

עס איז דא געוויסע באשעפענישן וואס דארפן האבן יעדע דריי שעה, און עס איז דא געוויסע וואס דארפן האבן איין מאל אין זעקס שעה, צווישן אלע בעלי חיים אינאיינעם איז אויסגעקומען אז אונז זענען כמעט קיינמאל נישט געשלאפן, אבער אונז האבן געטון וואס אונז האבן געדארפט טון ווייל דאס איז די רצון ה'.

און אזוי יעדן טאג די זעלבע זאך, געטראכט וואס וויל היינט דער אייבערשטער פון אונז? ער וויל אונז זאלן בלייבן אפגעזינדערט פון די וועלט, און שפייזן זיינע באשעפענישן, און אונז האבן געטון בשלימות און אין דעם זכות זענען אונז ארויסגעקומען.

זיי האבן נישט געוואוסט וואס גייט זיין מארגן, זיי האבן נישט געוואוסט וואס גייט זיין איבערמארגן, אבער זיי האבן עס געטון מיט געדולד און הארץ.

וואס קענען מיר ארויסלערנען פון די תיבה?

הייליגע טייערע חשובע טאטע'ס און מאמע'ס, אויב אונז וועלן טון וואס נח האט געטון יעדן טאג, אונז האבן קליינע קינדער, גרויסע, און מער ערוואקסענע, סאיז דא וואס עסן יעדע צוויי שעה, עס זענען דא וואס עסן יעדע פיר שעה, אונז שלאפן נישט געהעריג ביינאכט, אונז זענען אין א תיבה, אבער אונז זאלן נישט זיין אנגעצויגן חס ושלום, נישט נערוועז, נישט צוקלאפט און צובראכן.

וואס וויל דער אייבערשטער פון אונז? דער אייבערשטער וויל אונז זאלן זיין נח און שם.

אבער איך וויל צולייגן, אז נח האט געהאט נאך א קינד, 'חם', ער איז אויך געווען אין די תיבה און חם האט עס נישט געקענט איבערטראגן, ער איז איזאלירט און אויסגעשפארט פון די וועלט, ער ווייסט נישט וואס טוט זיך אינדרויסן, און חם איז געווארן צו-ווילדעוועט און צולאזט אין די תיבה, און ווען מען איז ארויסגעקומען פון די תיבה איז חם געווען דעמעזשט פאר לייף, נישט נאר ער, נאר ער און זיינע קינדער און אייניקלעך עד היום הזה... חם אבי כנען, אלע שווארצע, אלע כושים, ווילדע באשעפענישן וואס אונז האבן היינט די אייניקלעך פון חם.

פארוואס, וואס איז די חילוק פון שם און חם? שם האט געטון די רצון ה' ווען מען איז געווען איינגעשפארט, ער האט געטראכט יעדן טאג וואס וויל דער אייבערשטער פון מיך, און חם איז געווען צו-ווילדעוועט און ארויס פון די כלים, עס איז אפשר נישט געשען די ערשטע טאג, עס איז געווען די צווייטע אדער דריטע וואך, אבער ביי עפעס א פונקט האט ער געפלאצט, און ער און זיינע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות זענען געדעמעזשט, און פון שם איז ארויסגעקומען אברהם אבינו מיט אלע אידישע קינדער פון אלע דורות.

בינו נא והתבוננו כי בידינו הדבר!!!

(אויסצוגן פון א שמועס דורך הגה"צ אבד"ק ברכת מנחם שליט"א ליל שישי ויקהל פקודי)
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: גייען אונזערע קינדער אויסקוקען ווי שם אדער חם ווען זיי גייען ארויסקומען פון די תיבה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

שיינע דיבורים ברענגט רויגקייט
יישר כוח
על "טעם וריח" אין להתווכח
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: גייען אונזערע קינדער אויסקוקען ווי שם אדער חם ווען זיי גייען ארויסקומען פון די תיבה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

. ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מורא'דיגע מורא'דיגע ווערטער.

א ישר כח פאר'ן אפשרייבן. עס צוגיסט זיך א פרישקייט אין די ביינער ליינענדיג די ווערטער.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: גייען אונזערע קינדער אויסקוקען ווי שם אדער חם ווען זיי גייען ארויסקומען פון די תיבה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער שיין?

אגב צ"ק: זיי גייען אויסקוקן ווי די לייבן און בערן נאכ'ן ארויסקומען פון די תיבה... (אונז אויך).
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: גייען אונזערע קינדער אויסקוקען ווי שם אדער חם ווען זיי גייען ארויסקומען פון די תיבה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ווארימע ווערטער.

שכוח
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: גייען אונזערע קינדער אויסקוקען ווי שם אדער חם ווען זיי גייען ארויסקומען פון די תיבה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

מיין שטוב האט מיטגעהאלן דעם שמועס לייוו. שטארק הנאה געהאט.
ייש"כ
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

יישר כח, זייער א שיינע געדאנק!

שוואנץ האט געשריבן:(אויסצוגן פון א שמועס דורך הגה"צ אבד"ק ברכת מנחם שליט"א ליל שישי ויקהל פקודי)

מי הוא זה?
שוואנץ
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 9:26 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואנץ »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:יישר כח, זייער א שיינע געדאנק!

שוואנץ האט געשריבן:(אויסצוגן פון א שמועס דורך הגה"צ אבד"ק ברכת מנחם שליט"א ליל שישי ויקהל פקודי)

מי הוא זה?

הגה"צ ר' יהושע נתן פייפער שליט"א
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: גייען אונזערע קינדער אויסקוקען ווי שם אדער חם ווען זיי גייען ארויסקומען פון די תיבה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זייער שיין. ייש"כ פארן שרייבן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”