רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » פרייטאג אפריל 17, 2020 10:32 am

עס איז נאך אין די פריע שטאפלען, דארף נאך תפילות עס זאל דורכגיין בשלום, א תפילה צום אייבערשטן וועט העלפן. נאר נישט ארויסנעמען א מסקנא דערפון אז מען גייט שוין באקומען. ווארט מיט געדולד צו זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14762
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אפריל 17, 2020 11:02 am

איך גלייב זייער שווער אז אזא פעטע הילפס פעקל וועט דורכגיין

איך גיב עס א 0.001% שאנס

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אפריל 17, 2020 11:55 am

עס איז סך הכל א ארכי ליבעראלע פייפ דריעם.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג אפריל 17, 2020 12:26 pm

היות די געלט פאר די SBA איז אויסגעלאפן, און זיי דארפן נאך געלט, איז דא עפעס א טשאנס.
I won the Election

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך לעכטל » פרייטאג אפריל 17, 2020 1:44 pm

דממה דקה האט געשריבן:היות די געלט פאר די SBA איז אויסגעלאפן, און זיי דארפן נאך געלט, איז דא עפעס א טשאנס.

וואס מיינסטו צו פרעגן, אז וועגן דעם זאל יא די ביל וואס וואס מען האט איצטער ארויפגעברענגט אדורכגיין?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג אפריל 17, 2020 5:40 pm

קענדי'ס האט געשריבן:איך האב געפיילט פאר פיר קינדער
און באקומען נאר פאר צוויי עני ריזן פארוואס אדער ווי איך קען קלעימען?
מיין שוואגער האט אויך 4 אלע בערך די זעלבע עידטש פון מיינע און ער האט באקומען פאר 3
ס'האט עפעס א חשבון?

גם אני מצטרף באקומען מיט איינס ווייניגער.

די פלא איז ווייל א טאג בעפאר האב איך באקומען פון די חברה מיין טעקסט ריטורן ריפאנד פון 2019 אין די זעלבע אקאונט, טא האבן זיי דאך יא געהאט מיין אינפארמאציע, נאר וואזשע דען, קען זיין אז זיי האבן שוין אנגעשטעלט די סכום פון די דיפאזיטס עטליכע וואכן צוריק, און איך האב הערשט געפיילט א קנאפע וואך א האלב צוריק... די חידוש איז מיר אויך פארן באקומען אזוי שנעל די טעקסט ריטורן געלט א קנאפע וואך נאכן פיילן.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

פאלקאוויטש123
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:38 am

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך פאלקאוויטש123 » פרייטאג אפריל 17, 2020 5:49 pm

איך האב אויך באקומען מיט איין קינד ווייניגער, וואס איז פשט??
גייען זיי נאך נאך שיקן די געלט?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג אפריל 17, 2020 6:07 pm

זיי זאגן אז ס'האט שוין געדארפט קומען אבער די אקאונט איז פארמאכט געווארן צווישן דעם לעצטן טעקס רוטירן און יעצטיגן מוצא
וואס קען מען טון?

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך ירנן » פרייטאג אפריל 17, 2020 6:11 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:זיי זאגן אז ס'האט שוין געדארפט קומען אבער די אקאונט איז פארמאכט געווארן צווישן דעם לעצטן טעקס רוטירן און יעצטיגן מוצא
וואס קען מען טון?

סתם אזוי שיקן זיי טשעק אויף פאסט
--
מ'דארף זיי קענען אריין קאלן

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך באקסער בוים » פרייטאג אפריל 17, 2020 6:36 pm

לויט ווי דער עולם דא איז עקסיידעט פאר די רעגירונג געלטער וואס מ׳טיילט הייב איך נישט אן צו פארשטיין פארוואס דער עולם דא איז געווען אזוי אנטי סענדערס, די געלטער וואלטן דאך געפלאסן פאר 4 יאר אין א צי..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך j718 » פרייטאג אפריל 17, 2020 6:39 pm

באקסער בוים האט געשריבן:לויט ווי דער עולם דא איז עקסיידעט פאר די רעגירונג געלטער וואס מ׳טיילט הייב איך נישט אן צו פארשטיין פארוואס דער עולם דא איז געווען אזוי אנטי סענדערס, די געלטער וואלטן דאך געפלאסן פאר 4 יאר אין א צי..

ווייל מען שעמט זיך :oops:
:lol:
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע:
א דאנק קנעפל אנקעטע

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג אפריל 17, 2020 6:39 pm

באקסער בוים האט געשריבן:לויט ווי דער עולם דא איז עקסיידעט פאר די רעגירונג געלטער וואס מ׳טיילט הייב איך נישט אן צו פארשטיין פארוואס דער עולם דא איז געווען אזוי אנטי סענדערס, די געלטער וואלטן דאך געפלאסן פאר 4 יאר אין א צי..

מסתמא מיינסטו בדרך ווערטל, דאך וועל איך ענטפערן פאר די וואס כאפן נישט:

יעדער רעכטדענקיגער (עכ"פ משלנו) פארשטייט דאך אז דער מהלך פון טיילן און טיילן איז א טויגעניכטס.
אז מ'געבט - נעמט מיר בשמחה רבה. אבער שטימען בידים איינצופירן צעדרייטע מהלכים אין עקאנאמיע, דאס שוין נישט.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג אפריל 17, 2020 6:48 pm

Screenshot_20200417-184646.png
Screenshot_20200417-184646.png (195.91 KiB) געזעהן 2143 מאל
נו גוט נו שוין האט געשריבן:זיי זאגן אז ס'האט שוין געדארפט קומען אבער די אקאונט איז פארמאכט געווארן צווישן דעם לעצטן טעקס רוטירן און יעצטיגן מוצא
וואס קען מען טון?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג אפריל 17, 2020 6:49 pm

Screenshot_20200417-184855.png
און דאס זאגט chase
Screenshot_20200417-184855.png (190.1 KiB) געזעהן 2136 מאל

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מוצ"ש אפריל 18, 2020 10:02 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:זיי זאגן אז ס'האט שוין געדארפט קומען אבער די אקאונט איז פארמאכט געווארן צווישן דעם לעצטן טעקס רוטירן און יעצטיגן מוצא
וואס קען מען טון?

וועלכע באנק האסטו געהאט די אקאונט? איך האב געהאט אזא פאל יעצט און זיך מסדר געווען ב"ה
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך דממה דקה » מוצ"ש אפריל 18, 2020 10:51 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
Screenshot_20200417-184855.png

צייט צו אפדעיטן קראום.
I won the Election

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג אפריל 19, 2020 11:25 am

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:זיי זאגן אז ס'האט שוין געדארפט קומען אבער די אקאונט איז פארמאכט געווארן צווישן דעם לעצטן טעקס רוטירן און יעצטיגן מוצא
וואס קען מען טון?

וועלכע באנק האסטו געהאט די אקאונט? איך האב געהאט אזא פאל יעצט און זיך מסדר געווען ב"ה


Chase

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך ירנן » זונטאג אפריל 19, 2020 11:51 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:זיי זאגן אז ס'האט שוין געדארפט קומען אבער די אקאונט איז פארמאכט געווארן צווישן דעם לעצטן טעקס רוטירן און יעצטיגן מוצא
וואס קען מען טון?

וועלכע באנק האסטו געהאט די אקאונט? איך האב געהאט אזא פאל יעצט און זיך מסדר געווען ב"ה


Chase

האסט געעפנט א נייע אקאנט ביי די זעלבע באנק?

אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג אפריל 20, 2020 11:41 am

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:עס איז יעצט דא א נייע הילפס פעקל אויפן טיש וואס שלאגט פאר צו געבן געלט פארן אמעריקאנעם פאלק אויף א מאנאטליכער פארנעם ביז די קריזיס גייט פאראיבער.

חודשליך 2000 פאר א סינגל און 4000 פאר חתונה געהאט, יעדע קינד ביז דריי קינדער 500 פער חודש

אינקאם ביז 130K א יאר פער סינגל און 260K פאר חתונה געהאט. עס איז דא מער אינפא אין די לינקס.


פארבס

קאנגרעס ביל


פרטים פון די פארבעס ארטיקל


Who is eligible and how much would you receive?

Every American adult age 16 and older who makes less than $130,000 a year would receive at least $2,000 per month for at least six months. The payments would continue until unemployment fell below pre-COVID-19 levels. This would be based on 2018 or 2019 tax information.

Married couples who earn less than $260,000 a year would receive $4,000 per month.

Qualifying families with children will receive an extra $500 per child for up to three children.

Those who had no earnings, were unemployed, or currently unemployed would be eligible and if you were not eligible based on 2018 or 2019 tax information but would be eligible based on 2020 information, you could submit two consecutive months of paychecks to verify your eligibility based on income.

And most notably, those who were claimed as a dependent on another tax return but would otherwise be eligible, are now eligible. The parent or guardian who claimed them on a tax return would also receive the $500 dependent credit.



אזוי ווי עס שטייט דא, גייט דאס קיינמאל נישט דורכגיין, לאמיר זען בלויז די ערשט שטיקל, לכה״פ 6 חדשים. פארוואס 6 חדשים? אויב די קריזיס ענדיגט זיך נעקסטען חודש, פארוואס געבן נאך 4-5 חדשים געלט?

נאך אין דעם ערשטען שטיקל, וועט אנגיין ביז אנעמפלעימענט איז צוריק צו די שטאפלען פון פאר קאוויד, אנעמפלאימענט איז געווען זייער נידריג פאר די ווירוס, עס וועט לכאורה נישט צוריקגיין צו יענע שטאפלן פאר יארן, ס׳איז בעסיקלי א בעסיק אינקאם, וואס וועט אנהאלטען פאר יארן נאך די ווירוס, מען וועט שוין פארגעסן פון די ווירוס, און דאס וועט נאך אנגיין (ביז איין טאג וועט זיך דאס געבן א שטעל אפ, און קיינער וועט נישט וויסן פארוואס).

די לעצטע שטיקל איז אויך מאדנע, אם גט למה מיאון, אדער פאר די קינד, אדער פאר די עלטערען.

וואלט דער ביל געווען אן ערענסטן ביל וואלט די לימיט געווען ביז ווילאנג אלע געשעפטען טארן זיך נישט עפענען וועט די גאווערמענט טיילן געלט חודש׳ליך, אויך זאל מען פארלאנגען אונטערשרייבן אז מען פארלירט געלט וועגען די ווירוס, נישט אז מען זאל עס נאכגיין, אבער כאטש עפעס אז א מענטש וואס זיין פרנסה גייט ווייטער אפילו אין די צייטען פון די ווירוס, זאל כאטש פילן א ציפ ווען ער נעמט די געלט.
וואס מיינט מיין ניק?

וואוינט איהר אין ניו יארק? רעגעסטריט אייך צו וואוטען

וואוינט איהר אין ניו יארק סיטי? זענט איהר רעגסטריט אלץ רעפובליקען? רעגיסטריט זיך נאכאמאל אלץ דעמעקראט פאר נאוועמבער, כדי צו קענען שטימען אין די דעמעקראטישע מאיער פריימערי.

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג אפריל 20, 2020 6:34 pm

כ'האב פינף קינדער קע"ה, געפיילט נאר פאר דריי (ווייל אזוי האט די אקאונטענט געזאגט, אז ס'מאכט נישט אויס די איבריגע צוויי קינדער) און יעצט באקומען נאר פאר דריי קינדער, איז דא עפעס וואס מ'קען טון?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג אפריל 20, 2020 6:36 pm

ולא מיין האט געשריבן:כ'האב פינף קינדער קע"ה, געפיילט נאר פאר דריי (ווייל אזוי האט די אקאונטענט געזאגט, אז ס'מאכט נישט אויס די איבריגע צוויי קינדער) און יעצט באקומען נאר פאר דריי קינדער, איז דא עפעס וואס מ'קען טון?

פאר יעצט נישט, אבער ווען דו גייסט פיילן די 2020 טעקס ריטורן וועסטו צובאקומען די עקסטערע $500 פאר די איבעריגע קינדער.
---

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך שטייגען » מאנטאג אפריל 20, 2020 7:15 pm

איינער ווייסט דא צו א W9 איז קוואלפייד פאר unemployment ?
..

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג אפריל 20, 2020 7:18 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:כ'האב פינף קינדער קע"ה, געפיילט נאר פאר דריי (ווייל אזוי האט די אקאונטענט געזאגט, אז ס'מאכט נישט אויס די איבריגע צוויי קינדער) און יעצט באקומען נאר פאר דריי קינדער, איז דא עפעס וואס מ'קען טון?

פאר יעצט נישט, אבער ווען דו גייסט פיילן די 2020 טעקס ריטורן וועסטו צובאקומען די עקסטערע $500 פאר די איבעריגע קינדער.

איז דאס זיכער אדער השערה בעלמא?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

גאפל
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך גאפל » מאנטאג אפריל 20, 2020 7:40 pm

איינער ווייסט ווען מ'דארף ווערן 17 יאר נישט צו באקומען, איך האב א טאכטער וואס ווער 17 אין june איז זי נאך עליזשעבל פאר די $500

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: רעגירונג פינאנציעלע הילף פאר ווירוס באטראפענע

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אפריל 20, 2020 7:54 pm

גאפל האט געשריבן:איינער ווייסט ווען מ'דארף ווערן 17 יאר נישט צו באקומען, איך האב א טאכטער וואס ווער 17 אין june איז זי נאך עליזשעבל פאר די $500

ווי אזוי ארבעט עס? פון די 17 באקומען מען שוין נישט? און דער בחור אליין באקומט אויך נישט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: derech eretz און 9 געסט