טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך פרידן » דינסטאג מארטש 31, 2020 3:48 pm

מחנך האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:סתם פאקטען
געפילן וועל מער זיך באלד קריגן
רוב גרויסע פוסקים אין בארא פארק וואס האבן די ווארט צו זייער שול זאל זיין אפען זענען אפען
אין דאס זענען
הרה"ג ר׳ יחאל מיכל שטיינמענטץ דומ"ץ סקווירא
הרה"ג ר׳ חיים לייב כץ אבד"ק סעדערהעלי
הרה"ג ר׳ יחזקאל ראטה כ"ק גאבד קארלסבורג
הרה"ג ר׳ חיים דוד כץ דומץ סאטמאר 52
הרה"ג ר׳ בנימין לאנדא דומץ טאהש


לגבי די ליסט פון רבנים וואס זאגען אז מ'מעג דאווענען בציבור, קודם האב איך גערופען איינער פון די רבנים וואס איז דא דערמאנט, איך פרעג איהם מיינע שאלות, ער האט מיר געזאגט אז קיין חיוב אויף מנין איז זיכער נישט דא, ס'איז א שאלה צי ס'איז מותר!

שנית איז דער תגובה שקר וכזב! עס איז דא מענטשען וואס האבען געדאווענט אין דיע שולען און דארפען רחמי שמים מרובים, און ס'איז דא וואס האבען געדאווענט אין דיע שולען וואס זענען שוין אין בית החיים, מ'קען טאקע נישט וויסען ווי און ווען זיי זענען געווארען אנגעשטעקט, אבער די סטעיטמענט איז שקר, האק נישט קיין טשייניק מיט פאלטשע זאכען!


איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז זיי האבן געזאגט אז עס איז דא א חיוב אויף מנין אז די זאלסט מיר אפווענדן, סך הכל געזאכט אז זייער שול איז אפען אין עס איז
שנית איך ווייס נישט פארוואס די קאמענסט אויף א אויסגעמעקטע תגובה איך האב עס גלייך אויסגעמעקט פשוט אפי' עס איז יא אמת בין איך נישט דעם אויבערשטערס בוקיפער

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג מארטש 31, 2020 4:22 pm

סאיז דא א געוואלדיגע דרשה פונעם פארשעי'ער רבי'ן שליט"א איבער דעם ענין

@פארשעי חסיד ביטע ארויפלייגן

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג מארטש 31, 2020 4:49 pm

שארףףףף

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3064
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג מארטש 31, 2020 4:51 pm

ראש הישיבה הגר״ג אדלשטיין בשיחתו הערב: ״בליל הסדר כל אחד צריך להיות בבית, אסור להזמין, ואסור ללכת להתארח ואסור לארח, אפילו אם יעשה את הסדר ביחידות שואל את עצמו מה נשתנה כמו שכתוב בגמ', אלו ההוראות של הרופאים, כל אחד בביתו, זה סכנה״.
עוד פסק הערב ראש הישיבה הגר״ג אדלשטיין: ״תפילה בציבור זה חטא! קריאת התורה זה חטא, זה סכנה וגם מזיק!״.

https://www.c-live.co.il/archives/20078
לעצט פאראכטן דורך אבן יקרה אום דינסטאג מארטש 31, 2020 4:56 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פתחיה
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך פתחיה » דינסטאג מארטש 31, 2020 5:44 pm

געוואלד אידן שטארבן אין די מאסן, לכולי עלמא איז דא א חשש פון אנשטעקן יענעם ווען מען איז צוזאמען. ווי נעמט זיך דאס זלזול אין חיי אדם? עס איז דאך פון די ג' חמורות. רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך ווייל זיי האבן נישט קיין שכל צו רחמנות האבן אויף א צווייטנס לעבן.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך אביונה » דינסטאג מארטש 31, 2020 5:50 pm

פתחיה האט געשריבן:געוואלד אידן שטארבן אין די מאסן, לכולי עלמא איז דא א חשש פון אנשטעקן יענעם ווען מען איז צוזאמען. ווי נעמט זיך דאס זלזול אין חיי אדם? עס איז דאך פון די ג' חמורות. רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך ווייל זיי האבן נישט קיין שכל צו רחמנות האבן אויף א צווייטנס לעבן.

כ'מיין שוין צייט צו אנהויבן טראכטן פארקערט...
אזוי פיל חברה שטארבן אויס, איז אויב שוין שטארבן, זאל איך כאטש אריינכאפן אפאר קדישים, קדושות, ברכו, אמן יהא שמיה' רבא'ס...
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: lazy, המעריב ערבים, משגיח און 28 געסט