בלאט 15 פון 17

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 2:06 pm
דורך א פיין שמועס
קען מיר איינער למען השם מסביר זיין וויאזוי אפענע געשעפטן דארף אויף עפעס א וועג פארענטפערן אפענע בתי מדרשים און מקוואות?

ווען דו דרייסט דיך צווישן מענטשן פארשפרייט'סטו דעם ווירוס - זייענדיג א (קרוב למזיד) פאטענציאלע מערדער.

מען טאר נישט גיין אין קיין שום פלאץ צווישן מענטשן - דאס אינקלודט יעדע סארט געשעפט אדער צוזאמקופט פלאץ.

די פאקט אז די רעגירונג האט נישט צוגעשפארט אלע געשעפטן מאכט דאס נישט אויס סכנה.

די פאקט אז מענטשן דרייען זיך אין אייס קרים סטאר מאכט נישט א ביהמ'ד אויס סכנה.

איך האב נישט אריינגעטרעטן אין גראסערי די לעצטע צוויי וואכן.

דריי דיר נישט צווישן מענטשן, זייט נישט קיין צועק לשעבר. פינטל.

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 2:16 pm
דורך א פיין שמועס
השמש האט געשריבן:??אויב האום דיפאט מען זיין אפען פארוואס מעג נישט א שוהל זיין אפען

וואוי! אפגעפרעגט!

ווייל האום דיפאט איז אפען איז לא תרצח בטל ומבוטל!

די פאקט אז האום דיפאט איז אפען איז אן עוולה וואס פארענפערט נישט אנדערע עוולות.

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 2:17 pm
דורך סיז מסודר
א פיין שמועס האט געשריבן:קען מיר איינער למען השם מסביר זיין וויאזוי אפענע געשעפטן דארף אויף עפעס א וועג פארענטפערן אפענע בתי מדרשים און מקוואות?
ספארעטנפערט נישט די בתי מדרשים, סקלארט נאר אויס אז די וואס שרייען רוצחים נאר ווען ממאכט א מנין מיינען עפעס אנדערש

ווען דו דרייסט דיך צווישן מענטשן פארשפרייט'סטו דעם ווירוס - זייענדיג א (קרוב למזיד) פאטענציאלע מערדער.
דאס האב איך געזאגט. די זעלבע איז ביי ווען מהיט נישט אויף סאושעל דיסטענס אין גראסערי

מען טאר נישט גיין אין קיין שום פלאץ צווישן מענטשן - דאס אינקלודט יעדע סארט געשעפט אדער צוזאמקופט פלאץ.
גערעכט. און זאג עס פאר די וואס פארשרייען די מנינים

די פאקט אז די רעגירונג האט נישט צוגעשפארט אלע געשעפטן מאכט דאס נישט אויס סכנה.
גערעכט און זאג פאר די וואס לויפן כאפן קליפס פון מנינים זאלן אויך פארשפרייטן קליפס פון די סטארס

די פאקט אז מענטשן דרייען זיך אין אייס קרים סטאר מאכט נישט א ביהמ'ד אויס סכנה.
ביידע זענען די זעלבע סכנה, און די וואס שרייען דא רוצחים און דא נישט, איז ווייל זיי באדערט עפעס אנדערש

איך האב נישט אריינגעטרעטן אין גראסערי די לעצטע צוויי וואכן.
קלוג ביסטו

דריי דיר נישט צווישן מענטשן, זייט נישט קיין צועק לשעבר. פינטל.

Re:

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 2:37 pm
דורך willibugy
סיז מסודר האט געשריבן:
willibugy האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:
willibugy האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:
איך גיי נישט אריין אין קיין איין געשעפט (גראסעריס דעליווערן) נאר אין מיין קליין מנין, אבער ווען איך בין אדורך קליינס אייז קריעם הויז, אין עס איז געווען לעכטיג, אין די בית המדרש לעבען דעם איז געווען חושך, האט עס מיך זייער זייער וויי געטון,

אין יעדען ווינקעל האט מען געקענט קויפן פרייטיג קרעמעש קעיק אין געפאקטע לעכטיגע סטארס, אין מארגען קענסטו קויפן א פרישע געמאכטע טונע סענדוויטש אויפן וועג צום ארבייט, אבער שרייען שרייט מען נאר אויף

איך בין דן לכף זכות, אז רוב וואס פארפירן מיינען גוטס, אבער די קשיא בלייבט שווער קרעמיש יא מנין נישט?

רוב סטארס וואטש מען אויף דיסטענס, און פארדעם איז נישט דא קיין זיצן אין קיין איין געשעפט, מערלעדיגט וואס איז וויכטיק און מגייט, משא"כ א שוהל קודם מדאוונט רעדט מען דיך, סאיז א לענגערע צייט, מטרעפט נאנטע הייבט זיך אן א שמועס, ועוד ועוד, אפשר וואלט געווען א עצה מזאל שטעלן א שומר ביי יעדן מנין, אולי ואולי וואלט עס געווען א עצה.

סתם שקר, איך האב אליין שפאצירט פרייטיג צי אפאר בעקערייען, געווען געפאקט, אין אינדרויסען זענען געווען ציזאמען אסאך קינדער פאר א לאנגע צייט ווארטענדיג אויף זייערע עלטערען

פארדעם האב איך געשריבן רוב, די אנדערע פאר קליינע בעקערייען איז טאקע א פראבלעם שומר נפשו ירחק מהם,

זאג, דו קענסט "איין" סטאר ווי משטייט צו באצאלן זעקס פיס אפגערוקט איינער פון צווייטן? אדער אפילו דריי פיס אפגערוקט?
חוץ דעם. סאיז דא איין סיבה פארוואס א אייז קריעם סטאר אדער עפעטייזינג סטאר איז אפען?

די קשיא איז נישט אויף די CDC ווייל זיי לאזן דאך בתי מדרשים אויך זיין אפען, זיי זאגן נאר אז מדארף האלטן סאושעל דיסטענס. די קשיא איז אויף די וואס האבן גענומען אויף זיך זיכער צו מאכן אפצושרייען יעדע ביהמ"ד וואס איז נאך אפען אדער יעדע מנין אפילו אויף די פארטשעס.
ווי זענען זיי? זיי זעען נישט וויפיל אידן ווערן ליידער אריינגעפירט די טעג אין שפיטאל? און וויפיל קומען ליידער נישט צוריק אהיים? פארוואס רופן זיי נישט פאליס היתכן די מינדערוויכטיגע סטארס זענען געהעריג אפען אין די צייט פון אזא מגיפה?

נאך מער, פארוואס גייען זיי בכלל ארויס פון די הייזער? זיי זעען נישט וואס דא גייט פאר?
און ווען זיי גייען אריין אין גראסערי קויפן לעבנס וויכטיגע געברויכן האבן זיי אן א מאסק אויפן פנים מיט הענטשעך??? און פארוואס פארשרייען זיי נישט די וואס האבן נישט אן קיין מאסק??

איך בארעכטיג נישט קיין איינעם פארן מאכן א מנין (אויב מהאלט זיך נישט צו סאושעל דיסטענס). סטוט מיך אבער וויי צו זעהן ווי מפארשרייט אזוי די בתי מדרשים, און משיקט ארום קליפס ווי אידן רוצחים האבן געמאכט א מנין, און נאכדעם גייט דער קליפ שיקער און וואקט דורך א סטאר און די בלוט קאכט בכלל נישט אין אים. נאר אין בתי מדרשים קען מען טאקע ווערן אנגעשטעקט? דער זעלבער מענטש קען זיך דרייען צווישן מענטשן אן א מאסק אין גראסערי, און שמייכלען צו זיין חבר?

יא ברוך השם איך קען מער ווי איין סטאר וואס משטייט אפגערוקט, אינקלאוד האום דיפאו, מרעדט נישט צו סאך, וכדומה משא"כ בתי מדרשים, איך גיי נישט פארענטפערן יעדן משוגענער וואס שרייט אפילו אויף א מנין אויפן פארטש.

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 4:28 pm
דורך קעדילעק
איך האב נאך נישט געהערט איינער זאל שרייען אויף א פארטש/הויף מנין, עס איז די שענסטע זאך, אויב יא איז יענער סתם א פאררוקטער ואין מביאין ראיה מן השוטים, די רעדע איז א שול אדער צוזאמענקום פלאץ, ווי עס איז א סכנה..

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 6:27 pm
דורך זעקס און ניינציגער
IMG_20200330_230958_509.jpg
IMG_20200330_230958_509.jpg (150.14 KiB) געזען 1256 מאל

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 6:45 pm
דורך קאטאגאריש
א פיין שמועס האט געשריבן:קען מיר איינער למען השם מסביר זיין וויאזוי אפענע געשעפטן דארף אויף עפעס א וועג פארענטפערן אפענע בתי מדרשים און מקוואות?

ווען דו דרייסט דיך צווישן מענטשן פארשפרייט'סטו דעם ווירוס - זייענדיג א (קרוב למזיד) פאטענציאלע מערדער.

מען טאר נישט גיין אין קיין שום פלאץ צווישן מענטשן - דאס אינקלודט יעדע סארט געשעפט אדער צוזאמקופט פלאץ.

די פאקט אז די רעגירונג האט נישט צוגעשפארט אלע געשעפטן מאכט דאס נישט אויס סכנה.

די פאקט אז מענטשן דרייען זיך אין אייס קרים סטאר מאכט נישט א ביהמ'ד אויס סכנה.

איך האב נישט אריינגעטרעטן אין גראסערי די לעצטע צוויי וואכן.

דריי דיר נישט צווישן מענטשן, זייט נישט קיין צועק לשעבר. פינטל.

עס איז נישטא קיין חלום אז אין ניו יארק וועט איינער נישט זיין עקספאזט צי די ווירוס, נאר די שטאט וויל נישט אז יעדער זאל עס באקימען אויף איין מאל, כדי די האספיטעלס זאלן עס קענען פארנעמען, במילא האט מען ציגעשפארט האלבוועגס אז עס זאל זיך שטייטער פארשפרייטען,

איך האף אז עס פארענטפערט דיינע קשיות, אין עס ווערט דיר שווער אסאך שטערקערע

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 7:04 pm
דורך מחשב
עס איז דא דער גראדער דרך התורה, און דאס איז אז פיקוח נפש איז דוחה כל התורה כולה. תורה לא בשמים הוא, דער תורה איז געווען פאר דער אמשינאווער רבי זאל זיין געזונט, און פאר דער חתם סופר פון תקצ"א אויך. אויב דער דרך התורה זאגט אז מ'דארף זיך אפהיטן צוליב פיקוח נפש איז דאס וואס מ'דארף טוען.

א צדיק, א הייליגער איד וואס האט גענומען אויף זיין אחריות צו האלטן אפען זיין ישיבה, ווייל ער האט פארשטאנען ברוחב בינתו אז אין דעם מצב איז די תורה די שמירה וואס וועט אפהיטן פון די מגפה, איז אן אנדערע מסחת, מ'קען נישט ארויסלערנען פון דעם אויף אונזערע צייטן צו טוען אנדערש ווי דער פשוטע'ר צורה איז מחייב.

אוודאי איז דא א זאך ווי מסורת, וואלטן מיר געהאט א מסורת מדור דור, אז בשעת א מגפה מאכט מען נישט צו קיין בתי מדרשים און חדרים, וואלט מען אוודאי געדארפט אזוי טוען, למעשה איז דאך נישט אזוי די מעשה. ממילא דארף מען זיך פירן אזוי ווי די רבנים פון אונזערע צייטן זאגן אז עס איז ריכטיג צו טוען.

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 7:09 pm
דורך פ' לך לך
עדה"ח ערלויבט מנינים לויט די פארשריפטן
מן המצר קראנו - מעומד.pdf
(117.1 KiB) געווארן דאונלאודעד 93 מאל

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 7:15 pm
דורך וואס טוט זיך
למעלה משבעים האט געשריבן:מענטשן זענען נעבעך אזוי נישט ביי זיך...

כ'גיי זיין סעלפיש און זאגן ב"ה... למעשה דארף איך דאנקן דעם באשעפער, ווייל כ'בין נישט ארויס דאוונען מיט מנין זינט מיטוואך ויקה"פ... ממילא "ב"ה" אז דאהי האט מען גע'אסר'ט דאס זיך צוזאמענקומען בכלל, און צוליב דעם האט איינער דא אויף מיין גאס ארגאנאזירט שבת א מנין אויף די פארטשעס, יעדער אויף זיין פארטש, און ער האט ב"ה א ס"ת, האמיר געהאט די זכיה צו דאוונען מיט מנין און הערן קריה"ת. און ב"ה עס גייט אן יעצט אינדערוואכן אויך, און האמיר היינט אויך געהערט קריה"ת.

פארט פריער דורך א אידל, כ'ווייס נישט פונקטליך וואס אים האט בארירט, ער קומט ארויס פון קאר און נעמט זיך מאכן אזעלכע קולות, אן קיין פארוואס און פארווען, אלעס איז געווען אויסגעהאלטן ע"פ געזעץ געזונט הלכה און וואס נישט, און דער נעמט זיך מאכן אזעלכע קולות, ער האט זיך נישט בארואיגט מיט דעם, נאר גערופן פאליציי... און וואס מיינט עטס, פאליציי איז אנגעקומען באטראכט אלעמען און געזען אז ס'איז באמת נישטא אויף וואס זיך צו רעגן און ווייטער געפארן...

נעבעך נעבעך וואס פון די מענטשהייט איז געווארן.

דער איד האט א ערנסטע פראבלעם, ווייל ס'קען גארנישט זיין בעסער ווי דאווענען מיט מנין אויף עקסטערע פארשטעס, מ'קען דאווענען תפילה בציבור, און נישט זיין א רוצח אין די זעלבע צייט.

אבער דיע וואס קומען זיך געהעריג צאם אין א צייט וואס דער מלאך המות דרייט זיך ארום פראנק און פריי, האט א ערנסטע פראבלעם.

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 7:24 pm
דורך וואס טוט זיך
ווער קען גלייבן אז א וואך צוריק האבן נאך אידן דא אוועקגעמאכט די וויירוס?????

שוין דא אפאר "אונטער 40" יעריגע אידן וואס האבן אויסגעהויכט זייער נשמה אדאנק דעם וויירוס!!! (אלעס קומט פונעם באשעפער, דער וויירוס איז אבער געווען דער שליח).

אבער מענטשן (חיות) קומען זיך נאכאלס צאם, הן מיט מנין/מקווה און הן אין געשעפטן.
געהעריג בלינד???!!

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 7:45 pm
דורך פרידן
סתם פאקטען
געפילן וועל מער זיך באלד קריגן
רוב גרויסע פוסקים אין בארא פארק וואס האבן די ווארט צו זייער שול זאל זיין אפען זענען אפען
אין דאס זענען
הרה"ג ר׳ יחאל מיכל שטיינמענטץ דומ"ץ סקווירא
הרה"ג ר׳ חיים לייב כץ אבד"ק סעדערהעלי
הרה"ג ר׳ יחזקאל ראטה כ"ק גאבד קארלסבורג
הרה"ג ר׳ חיים דוד כץ דומץ סאטמאר 52
הרה"ג ר׳ בנימין לאנדא דומץ טאהש

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 7:55 pm
דורך נאך איינער
פרידן האט געשריבן:סתם פאקטען
געפילן וועל מער זיך באלד קריגן
רוב גרויסע פוסקים אין בארא פארק וואס האבן די ווארט צו זייער שול זאל זיין אפען זענען אפען
אין דאס זענען
הרה"ג ר׳ יחאל מיכל שטיינמענטץ דומ"ץ סקווירא
הרה"ג ר׳ חיים לייב כץ אבד"ק סעדערהעלי
הרה"ג ר׳ יחזקאל ראטה כ"ק גאבד קארלסבורג
הרה"ג ר׳ חיים דוד כץ דומץ סאטמאר 52
הרה"ג ר׳ בנימין לאנדא דומץ טאהש
איך וויל נישט אריין רעדן אבער איך האב שטארק מורא אז ווען מען וועט צירוק קוקן וועט מען זעהן וואס אמשינאוו רבי זאגט איז אמת ווייל ב"ה ביי די אלע מקומות אויסגערעכענט האבן נישט אזויפיל בקשו רחמים און גארנישט קיין ניחום אבלים

לייג צי תולדות אהרן מאנסי
ר מרדכי בעק'ס ישיבה

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 7:56 pm
דורך פעיק ניוז
אבער ווער עס האלט אזוי ווי זיי, רעדט קעגן רבנים..

#ש'טא ווער זאל לאכן

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 7:57 pm
דורך willibugy
דרך אגב דער הייליגער חת"ס זאגט דארט אז אין זיין שטאט איז די מגיפה נישט אנגעקומען בזכות התורה והחזקת התורה, ער רעדט נישט ווען עס איז שוין ליידער א סכנה, ממילא אין הנידון דומה לראיה.

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 8:09 pm
דורך מחשב
נאך איינער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:סתם פאקטען
געפילן וועל מער זיך באלד קריגן
רוב גרויסע פוסקים אין בארא פארק וואס האבן די ווארט צו זייער שול זאל זיין אפען זענען אפען
אין דאס זענען
הרה"ג ר׳ יחאל מיכל שטיינמענטץ דומ"ץ סקווירא
הרה"ג ר׳ חיים לייב כץ אבד"ק סעדערהעלי
הרה"ג ר׳ יחזקאל ראטה כ"ק גאבד קארלסבורג
הרה"ג ר׳ חיים דוד כץ דומץ סאטמאר 52
הרה"ג ר׳ בנימין לאנדא דומץ טאהש
איך וויל נישט אריין רעדן אבער איך האב שטארק מורא אז ווען מען וועט צירוק קוקן וועט מען זעהן וואס אמשינאוו רבי זאגט איז אמת ווייל ב"ה ביי די אלע מקומות אויסגערעכענט האבן נישט אזויפיל בקשו רחמים און גארנישט קיין ניחום אבלים

לייג צי תולדות אהרן מאנסי
ר מרדכי בעק'ס ישיבה

דו לייגסט מסתמא צו די צוויי ווייל זיי דארפן א רפואה שלימה, דער באשעפער זאל זיי העלפן במהרה.

פרידן, איך פרעג ווייל ס'דא פארשידענע שמועות. די בתי מדרשים זענען געהעריג אפען מיט אלע מנינים כסדרן? איז דא געוויסע באגרענעצונגן אדער גארנישט?

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 8:10 pm
דורך חלב ישראל
זעקס און ניינציגער האט געשריבן:
IMG_20200330_230958_509.jpg

מ'קען דן זיין צו די אנגעבליכע ווערטער פונעם אמשינובער רבי'ן זענען צום זאך צו נישט, אבער ס'איז א דבר פשוט אז ס'איז דעם שרייבער'ס אייגענע ווערטער.

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 8:26 pm
דורך פרידן
מחשב האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:סתם פאקטען
געפילן וועל מער זיך באלד קריגן
רוב גרויסע פוסקים אין בארא פארק וואס האבן די ווארט צו זייער שול זאל זיין אפען זענען אפען
אין דאס זענען
הרה"ג ר׳ יחאל מיכל שטיינמענטץ דומ"ץ סקווירא
הרה"ג ר׳ חיים לייב כץ אבד"ק סעדערהעלי
הרה"ג ר׳ יחזקאל ראטה כ"ק גאבד קארלסבורג
הרה"ג ר׳ חיים דוד כץ דומץ סאטמאר 52
הרה"ג ר׳ בנימין לאנדא דומץ טאהש

לייג צי תולדות אהרן מאנסי
ר מרדכי בעק'ס ישיבה

דו לייגסט מסתמא צו די צוויי ווייל זיי דארפן א רפואה שלימה, דער באשעפער זאל זיי העלפן במהרה.

פרידן, איך פרעג ווייל ס'דא פארשידענע שמועות. די בתי מדרשים זענען געהעריג אפען מיט אלע מנינים כסדרן? איז דא געוויסע באגרענעצונגן אדער גארנישט?

חרטה געהאט פארן שרייבן נישט פאסיג
איך האב עס אויסגעמעקט פין מיין תגובה
אבער פין די אנדערע זייט איז ליידער דא אידן וואס ווארטן בכליון עינים עס זאל זיין א טראגעדיע ביי איינע פין די מקומות כדי צו קענען שריין אז "נאר" וועגען דעם איז עס געשען
אין איך ווייס בידיעה אז געוויסע ראצערלעך האבן אנגעקאלט איינע פין די רבנים וואס איז אפען מיט קולות וברקים געסטראשעט מיט פרעזענדלעכע מסירה און געטענה'ט אז איינע פין די נפטרים איז געווען אין זיין מקוה אין די לעצטע טעג אין עס האט זיך ארויס געשטעלט צו זיין א פיסטע שקר יענע איד איז נישט דארט געווען בכלל נישט יעצט אין מסתמא קיינמאל פארדעם אויך נישט

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 8:38 pm
דורך איש לרעהו
זעקס און ניינציגער האט געשריבן:
IMG_20200330_230958_509.jpg

יש הכחשה נמרצת מבן האדמו''ר מאמשינוב לדברים אלו! לא היה ולא נברא, עוד פשקוויל...
וכידוע לכל מי שמכיר את האדמו''ר, שאין זה מדרכו להתבטאות בסגנון זה כלל וכלל! (גם אם הוא סבור כן) ודי

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 8:42 pm
דורך פרידן
פ' לך לך האט געשריבן:עדה"ח ערלויבט מנינים לויט די פארשריפטן
מן המצר קראנו - מעומד.pdf

שטייט קלאר "במקום פתוח" אויפן גאס וכדומה נישט אין קיין בית המדרש

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 8:44 pm
דורך קרייסלער
אקעי לאמיר פרובירן נאכאיינמאל
עסן געשעפטן דארף מען האבן צום לעבן, פרעג מיך נישט יעצט וועגן אייז קרים סטאר אדער האום דיפאו

אבער מקען לעבן אן מנין, מאיז נישט עובר קיין שום דאורייתא אדער דרבנן, דאווען מיט כוונה און מיט א לב נשבר

וויסן זאלסטו, יא טאקע דו מיין איך, אויב האסטו אנגעשטעקט איינעם מיט קאראנע אדער אפילו דורך א גרמא דגרמא און גורם געווען די פריצייטיגע פטירה פון א איד דורך א מנין אדער מקוה ביסטו א רוצח און עתיד ליתן את הדין, ביסט נישט קיין שוגג אדער אונס נאר א פולשטענדיגע רוצח!!!

איי אין גראסערי?? כהאב נישט קיין ברירה, מיינע קינדערליך קענען נישט אויסגיין פון הונדערט און כפראביר דאס בעסטע זיך צו באשיצן און כהאף אז דער וואס שטייט נעבן מיר פרובירט זיך אויך צו היטען

פארן בית דין של מעלה וועט נישט העלפן די תירוץ פון האום דיפאו און אייז קרים סטאר

יש דין ויש דיין! וויפיל נאך קרבנות דארף עס קאסטן אז מזאל אויפהערן מיט די סיסטאמאטישע רציחות???

הרף

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 8:49 pm
דורך פרידן
קרייסלער האט געשריבן:אקעי לאמיר פרובירן נאכאיינמאל

גוט איך וועל איבער געבן מיין רב דיין דעה לאמיר זעהן אפשר וועט ער זיך בייגן פאר דיר

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 8:53 pm
דורך קלאָצקאָפּ
קרייסלער האט געשריבן:איי אין גראסערי?? כהאב נישט קיין ברירה, מיינע קינדערליך קענען נישט אויסגיין פון הונדערט און כפראביר דאס בעסטע זיך צו באשיצן און כהאף אז דער וואס שטייט נעבן מיר פרובירט זיך אויך צו היטען

האסט פראבירט צו מאכן א פאון ארדער?

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 9:14 pm
דורך קרייסלער
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:איי אין גראסערי?? כהאב נישט קיין ברירה, מיינע קינדערליך קענען נישט אויסגיין פון הונדערט און כפראביר דאס בעסטע זיך צו באשיצן און כהאף אז דער וואס שטייט נעבן מיר פרובירט זיך אויך צו היטען

האסט פראבירט צו מאכן א פאון ארדער?

יא, די גראסעריס ברעכן אינטער און קענען נישט נאכקומען די פארלאנג אדער דארף מען ווייטער א גאנצן טאג פאר א באטל מילך

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2020 9:19 pm
דורך קרייסלער
פרידן האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:אקעי לאמיר פרובירן נאכאיינמאל
עסן געשעפטן דארף מען האבן צום לעבן, פרעג מיך נישט יעצט וועגן אייז קרים סטאר אדער האום דיפאו

אבער מקען לעבן אן מנין, מאיז נישט עובר קיין שום דאורייתא אדער דרבנן, דאווען מיט כוונה און מיט א לב נשבר

וויסן זאלסטו, יא טאקע דו מיין איך, אויב האסטו אנגעשטעקט איינעם מיט קאראנע אדער אפילו דורך א גרמא דגרמא און גורם געווען די פריצייטיגע פטירה פון א איד דורך א מנין אדער מקוה ביסטו א רוצח און עתיד ליתן את הדין, ביסט נישט קיין שוגג אדער אונס נאר א פולשטענדיגע רוצח!!!

איי אין גראסערי?? כהאב נישט קיין ברירה, מיינע קינדערליך קענען נישט אויסגיין פון הונדערט און כפראביר דאס בעסטע זיך צו באשיצן און כהאף אז דער וואס שטייט נעבן מיר פרובירט זיך אויך צו היטען

פארן בית דין של מעלה וועט נישט העלפן די תירוץ פון האום דיפאו און אייז קרים סטאר

יש דין ויש דיין! וויפיל נאך קרבנות דארף עס קאסטן אז מזאל אויפהערן מיט די סיסטאמאטישע רציחות???

הרף

גוט איך וועל איבער געבן מיין רב דיין דעה לאמיר זעהן אפשר וועט ער זיך בייגן פאר דיר

אדרבה קום צוריק און זאג מיר וואס ער האט געענטפערט