טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מארטש 30, 2020 1:24 am

טראק דרייווער האט געשריבן:איך האב נאך אלס נישט געזעהן א תירוץ, פארוואס מען הערט נישט די זעלבע סארט קולות אויף גראסערי'ס, פארוואס שטייען נישט די פאררעטער מיט ווידיאו'ס און מאכן קולות אויף יעדער וואס גייט אריין דארט.

עס איז נישט קיין פעיק ניוס, איך זעה טעגליך די מצב אין די געשעפטן.

א פאלשע וועלט

פארוואס זעהסטו "טעגליך" דעם מצב אין די געשעפטן?!!! איך מאך יעצט קולות אויף דיר, גיי נאר ווען דו מוזט ממש. למשל איינמאל אין א וואך.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך קאטאגאריש » מאנטאג מארטש 30, 2020 1:45 am

צל עובר האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:איך האב נאך אלס נישט געזעהן א תירוץ, פארוואס מען הערט נישט די זעלבע סארט קולות אויף גראסערי'ס, פארוואס שטייען נישט די פאררעטער מיט ווידיאו'ס און מאכן קולות אויף יעדער וואס גייט אריין דארט.

עס איז נישט קיין פעיק ניוס, איך זעה טעגליך די מצב אין די געשעפטן.

א פאלשע וועלט

פארוואס זעהסטו "טעגליך" דעם מצב אין די געשעפטן?!!! איך מאך יעצט קולות אויף דיר, גיי נאר ווען דו מוזט ממש. למשל איינמאל אין א וואך.

איך גיי נישט אריין אין קיין איין געשעפט (גראסעריס דעליווערן) נאר אין מיין קליין מנין, אבער ווען איך בין אדורך קליינס אייז קריעם הויז, אין עס איז געווען לעכטיג, אין די בית המדרש לעבען דעם איז געווען חושך, האט עס מיך זייער זייער וויי געטון,

אין יעדען ווינקעל האט מען געקענט קויפן פרייטיג קרעמעש קעיק אין געפאקטע לעכטיגע סטארס, אין מארגען קענסטו קויפן א פרישע געמאכטע טונע סענדוויטש אויפן וועג צום ארבייט, אבער שרייען שרייט מען נאר אויף

איך בין דן לכף זכות, אז רוב וואס פארפירן מיינען גוטס, אבער די קשיא בלייבט שווער קרעמיש יא מנין נישט?
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

willibugy
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך willibugy » מאנטאג מארטש 30, 2020 9:10 am

קאטאגאריש האט געשריבן:

רוב סטארס וואטש מען אויף דיסטענס, און פארדעם איז נישט דא קיין זיצן אין קיין איין געשעפט, מערלעדיגט וואס איז וויכטיק און מגייט, משא"כ א שוהל קודם מדאוונט רעדט מען דיך, סאיז א לענגערע צייט, מטרעפט נאנטע הייבט זיך אן א שמועס, ועוד ועוד, אפשר וואלט געווען א עצה מזאל שטעלן א שומר ביי יעדן מנין, אולי ואולי וואלט עס געווען א עצה.
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג מארטש 30, 2020 9:24 am

אוי מרייסט שטיקער פון אונז! יא סמיינט אונז! מקען נישט און מטאר נישט זיך מאכן אומוויסענד און ווי כאילו ״כהער מיך נישט צו צו קיין נעגאטיווע נייעס״
דער אייבערשטער וויל אז די זאלסט עס יא הערן! ער וויל דיין הארץ זאל כאפן א ציפ! שפיר עס אין אלע דיינע ביינער!

דריי דיך נישט ארום שלום עלי נפשי, ספעלט מיר גארנישט, כגיי אן געהעריג מיט מקוה און א מנין, עפעס אויסטערליש קומט דא פאר! דו כאפסט נאכנישט? נאדיר נאך א פראסק! אוטשש! סטוט וויי!!!! טאטע מיר האבן געזינדיגט!

קרית יואל האט ווי אויסגעמיטן די מלאך המוות אין א וואך פון אזעלכע בשורות איוב אבער כיוון שניתן למשחית להשחית אינו מבחין בין טוב לרע
צענדליגע חשובע אידן פון קרית יואל ליגן יעצט על ערד דוי און ווארטן פאר א ישועה שלימה מן השמיים

עורו ישינים משינתכם! נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל השם
שטייט נישט דרכיך אדער דרכי נאר דרכינו
ירמי׳ הנביא זאגט פאר די אידן: לאמיר אלע צוזאמען תשובה טוהן, זאג נישט וואס יענער דארף מתקן זיין, טול קורה מבין עיניך! אונז אלע דארף מיר מתקן אונזערע מעשים, און צוזאמען כאיש אחד בלב אחד

די מלאך המות האט נישט איבערגעהיפט קיין שום שיכט און קרייז פון כלל ישראל , יעדער איינער לפי מצבו ובמקום שהוא האט עפעס וואס אונזער טאטע אין הימל ערווארט פון אונז
לאמיר עס טוהן יעצט ווילאנג מיר קענען נאך
ו

אוי אוי טאטע האב שוין רחמנות
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג מארטש 30, 2020 9:33 am

אזא שיינע תגובה נאר איין פאררוקטע שורה
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג מארטש 30, 2020 9:38 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אזא שיינע תגובה נאר איין פאררוקטע שורה

האסטעך א נגיעה ווייל ביסט א מקוה איד
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג מארטש 30, 2020 9:40 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אזא שיינע תגובה נאר איין פאררוקטע שורה

מיין כוונה איז ח״ו נישט אראפצורייסן די וואס דאווענען מיט מנין (הגם כשלעצמי דאווען אינדערהיים) נאר אויפצוועקן די הערצער פון די אידן וואס זענען נישט בארירט געווארן קיים כי זה הוא נישט פון די מגיפה
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מארטש 30, 2020 9:50 am

עס בארירט גאר שטארק דאס נישט קענען דאווענען מיט מנין.
האב איך נעכטן געטראכט, וואס איז דאס "זוכרי קדושתך"? די נוסח וואלט געדארפט זיין "אמרי קדשתך"?
נאר איצטער ווען מיהר קענען ליידער נישט זאגן נקדישך מיט מנין, בעטן מיהר זיך, הייליגע באשעפער, "זוכרי", מיהר וואס געדענקען, און בענקען זיך, "קדושתך", צו זאגן נקדישך.
און אזוי ברויכן מיהר אויך צו בענקען אויף די קרבנות.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מארטש 30, 2020 10:20 am

מענטשן זענען נעבעך אזוי נישט ביי זיך...

כ'גיי זיין סעלפיש און זאגן ב"ה... למעשה דארף איך דאנקן דעם באשעפער, ווייל כ'בין נישט ארויס דאוונען מיט מנין זינט מיטוואך ויקה"פ... ממילא "ב"ה" אז דאהי האט מען גע'אסר'ט דאס זיך צוזאמענקומען בכלל, און צוליב דעם האט איינער דא אויף מיין גאס ארגאנאזירט שבת א מנין אויף די פארטשעס, יעדער אויף זיין פארטש, און ער האט ב"ה א ס"ת, האמיר געהאט די זכיה צו דאוונען מיט מנין און הערן קריה"ת. און ב"ה עס גייט אן יעצט אינדערוואכן אויך, און האמיר היינט אויך געהערט קריה"ת.

פארט פריער דורך א אידל, כ'ווייס נישט פונקטליך וואס אים האט בארירט, ער קומט ארויס פון קאר און נעמט זיך מאכן אזעלכע קולות, אן קיין פארוואס און פארווען, אלעס איז געווען אויסגעהאלטן ע"פ געזעץ געזונט הלכה און וואס נישט, און דער נעמט זיך מאכן אזעלכע קולות, ער האט זיך נישט בארואיגט מיט דעם, נאר גערופן פאליציי... און וואס מיינט עטס, פאליציי איז אנגעקומען באטראכט אלעמען און געזען אז ס'איז באמת נישטא אויף וואס זיך צו רעגן און ווייטער געפארן...

נעבעך נעבעך וואס פון די מענטשהייט איז געווארן.

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך קאטאגאריש » מאנטאג מארטש 30, 2020 10:20 am

willibugy האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:איך האב נאך אלס נישט געזעהן א תירוץ, פארוואס מען הערט נישט די זעלבע סארט קולות אויף גראסערי'ס, פארוואס שטייען נישט די פאררעטער מיט ווידיאו'ס און מאכן קולות אויף יעדער וואס גייט אריין דארט.

עס איז נישט קיין פעיק ניוס, איך זעה טעגליך די מצב אין די געשעפטן.

א פאלשע וועלט

פארוואס זעהסטו "טעגליך" דעם מצב אין די געשעפטן?!!! איך מאך יעצט קולות אויף דיר, גיי נאר ווען דו מוזט ממש. למשל איינמאל אין א וואך.

איך גיי נישט אריין אין קיין איין געשעפט (גראסעריס דעליווערן) נאר אין מיין קליין מנין, אבער ווען איך בין אדורך קליינס אייז קריעם הויז, אין עס איז געווען לעכטיג, אין די בית המדרש לעבען דעם איז געווען חושך, האט עס מיך זייער זייער וויי געטון,

אין יעדען ווינקעל האט מען געקענט קויפן פרייטיג קרעמעש קעיק אין געפאקטע לעכטיגע סטארס, אין מארגען קענסטו קויפן א פרישע געמאכטע טונע סענדוויטש אויפן וועג צום ארבייט, אבער שרייען שרייט מען נאר אויף

איך בין דן לכף זכות, אז רוב וואס פארפירן מיינען גוטס, אבער די קשיא בלייבט שווער קרעמיש יא מנין נישט?

רוב סטארס וואטש מען אויף דיסטענס, און פארדעם איז נישט דא קיין זיצן אין קיין איין געשעפט, מערלעדיגט וואס איז וויכטיק און מגייט, משא"כ א שוהל קודם מדאוונט רעדט מען דיך, סאיז א לענגערע צייט, מטרעפט נאנטע הייבט זיך אן א שמועס, ועוד ועוד, אפשר וואלט געווען א עצה מזאל שטעלן א שומר ביי יעדן מנין, אולי ואולי וואלט עס געווען א עצה.

סתם שקר, איך האב אליין שפאצירט פרייטיג צי אפאר בעקערייען, געווען געפאקט, אין אינדרויסען זענען געווען ציזאמען אסאך קינדער פאר א לאנגע צייט ווארטענדיג אויף זייערע עלטערען
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

השמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך השמש » מאנטאג מארטש 30, 2020 10:39 am

צד א'
סאיז א מצב פון פקיוח נפש !! הצלה קען נישט נאך יאגן די קאלס יעדער זעהט מהאט אריינגעבענגט באסעס פון די קעטסקילס, א קאל וואס מען שיקט געוועטליך צוויי פארמעדיקס שיקט מען יעצט נאר איינס ווייל עס איז נישט דא גענוג מעמבערס, אידן ראגעלען זיך מיטן מלאך המ,,, צו קענען כאפן דעם אטעם, סהאט שוין אפגעקאסט ליידער אסאך אידישע נפשות
די וואס מאכן מנינים זענען רוצחים זיי מיינען נישט דעם אייבערשטן, זיי זענען קלים וריקים
זיי האבן א דין רודף

צד ב'
אין אזא מצב ווי קען מען פארמאכן שוהל כלל ישראל דארף יעצט האבן גרעסערע זכותים, נאר תפילה קען העלפן אין אזא מצב!! דעי חפץ חיים האט געזאגט אז זיין ישיבה איז אזויויי 600 בעטען די זכות פון לימוד התורה והתפילה איז מגין אז מען דארף נישט אנקומען אין שפיטאל מדארף האבן אמונה אז די בעל שם טוב האט געזאגט אז איין טבילה שאט נישט

יעדער האט עס ממילא וואס וועט אויפטוהן אויב איך דאווענן נישט מיט קיין מנין? אלע אינגע מענטש שאט עס נישט פארוואס זאל איך נישט דאוונענן
מיט קיין מנין פארוואס איז עס אנדערש פון גיין אין גראסערי וכו'
די וואס שפארן אפ די שוהלן זענען קלים ורקים זיי דאווענען א גאנץ יאר נישט מיט קיין מינין עס פעלט זיי די אמונה, וויאזוי קענען זיי צושפארן די אייבערשטערס הויז בשעת געשפעטן זענען יא אפן דעיס אליין איז א חילול השם נורא ואים

איך זאג אז סיי די מענטשן וואס מאכן צו די שהולן און סיי די וואס מאכן אויף די שוהלן זענען ערליכע אידן זיי מיינען דעים אייבישטען נישט זיך ח"ו
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג מארטש 30, 2020 10:57 am

וואס עס שטערט די רעכטדענקיגע מענטשן איז, די הייליגע שולן גייט מען מיט אן אגרעסיווקייט, און נישט נאר דאס, נאר די אויסגעהאלטענע מנינים האבן צו ליידן פון די פארזארגערס, אין דער צייט וואס די געשעפטן פארשטייט מען "הער אויס, מ'דארף דאך עס האבן צום לעבן", אפשר דארף מען אויך דארט איינשטעלן שטרענגערע מיטלן, האט מען שוין צוקוועטשט ביזן מאקסימום אזוי ווי די בתי מדרשים?

יאך האב באקומען גאר א בייזן טעלעפאן קאל פאריגע וואך, אמער איך האב מיר דערוואגט צו ארגאנעזירן א מנין אויף מיין גאס וואס האט אויסגעפאלגט אלע 'סאושעל דיסטעסינג' געזעצן, און ס'האט נאר אפגעהאלטן מענטשן פון זוכן באהאלטענע שולן וואס זענען נאך אפן, דער איד האט מיר ניטאמאל געלאזט קומען צום ווארט, אזוי ווי יענער איז עלטער פון מיר האב איך אים געלאזט אויסרעדן, איר מיינט אבער אז ער גייט נישט ארויס אין פיש סטאר איינקויפן? א נעכטיגע טאג, אפילו אין דזשודעיקא סטאר איז ער געווען.

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך קעדילעק » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:07 am

אויב איינער האט געהאט א ספק אדער א הו"א ביז יעצט ווער עס זענען די אנדרייער און ווער עס שטייט אונטער דעם, אז מ'טאר נישט פארמאכן קיין שולן און מ'מוז זיך מוסר נפש זיין און מוסר נפש זיין אנדערע און יא גיין אין שולן און עקספעדירן דאס פארשפרייטונג פון דעם ביטערן וויירוס רח"ל, האט אין די לעצטע פאר טעג באקומען דעם ענטפער דעליווערט פריי..

אין די לעצטע טעג גייען ארום א גרופע אינגעלייט (אויב מ'קען זיי אזוי אנרופן), און שטעלן זיך אפ פראטעסטירן ביי די הייזער פון רבנים און דיינים, און מאכן מעכטיגע מחאות אויף די "חוצפה" פון די רבנים צו פארמאכן שולן, (הלמאי די רבנים האבן זיך נישט דורכגערעדט מיט זיי..), די קולות גייט באגלייט מיט בזיון ת"ח אויפ'ן נידעריגסטן גראד, מיט קללות און שענדליכע לאזונגען. מיין שוואגער האט מיך ארויפגעלייגט אויף די ליין צו מיטהאלטן אפאר מינוט די גרויליגע מאמענטן, איך האב נישט געגלייבט מיינע אויערן, דאס האט זיך אנגעהויבן שוין פאר שבת און נאך שבת אין מאנסי, און נעכטן האט וויליאמסבורג אויך געהאט די געלעגנהייט צו זען דעם ריכטיגן פרצוף פון די אידן "וואס מיינען דעם כביכול", און זיי האלטן נישט אויס אז מ'דאוונט נישט אין די שולן, זיי זענען געגאנגען פון איין רב צום צווייטן און געמאכט די הילכיגע פראטעסטן באזידלענדיג די רבנים אויף וואס זיי גייען "קעגן די תורה", נעבעך..

און אויב איינער האט מסופק געווען ווער ס'האט געפרעשערט און פרעשערט נאך אלס די רבנים וואס זיי זאלן זאגן אדער פסק'ענען האט דא דעם קלארן ענטפער, ס'איז אפן אויף די גאסן פון שטאט פאר יעדן צו זען, נישט מיט סתם פרעשור, נאר מיט טעראר וואס איז בכלל נישט איינגעפירט אין תש20, ה' יצילנו מהם ומהמונם..

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2514
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:26 am

קעדילעק האט געשריבן:אויב איינער האט געהאט א ספק אדער א הו"א ביז יעצט ווער עס זענען די אנדרייער און ווער עס שטייט אונטער דעם, אז מ'טאר נישט פארמאכן קיין שולן און מ'מוז זיך מוסר נפש זיין און מוסר נפש זיין אנדערע און יא גיין אין שולן און עקספעדירן דאס פארשפרייטונג פון דעם ביטערן וויירוס רח"ל, האט אין די לעצטע פאר טעג באקומען דעם ענטפער דעליווערט פריי..

אין די לעצטע טעג גייען ארום א גרופע אינגעלייט (אויב מ'קען זיי אזוי אנרופן), און שטעלן זיך אפ פראטעסטירן ביי די הייזער פון רבנים און דיינים, און מאכן מעכטיגע מחאות אויף די "חוצפה" פון די רבנים צו פארמאכן שולן, (הלמאי די רבנים האבן זיך נישט דורכגערעדט מיט זיי..), די קולות גייט באגלייט מיט בזיון ת"ח אויפ'ן נידעריגסטן גראד, מיט קללות און שענדליכע לאזונגען. מיין שוואגער האט מיך ארויפגעלייגט אויף די ליין צו מיטהאלטן אפאר מינוט די גרויליגע מאמענטן, איך האב נישט געגלייבט מיינע אויערן, דאס האט זיך אנגעהויבן שוין פאר שבת און נאך שבת אין מאנסי, און נעכטן האט וויליאמסבורג אויך געהאט די געלעגנהייט צו זען דעם ריכטיגן פרצוף פון די אידן "וואס מיינען דעם כביכול", און זיי האלטן נישט אויס אז מ'דאוונט נישט אין די שולן, זיי זענען געגאנגען פון איין רב צום צווייטן און געמאכט די הילכיגע פראטעסטן באזידלענדיג די רבנים אויף וואס זיי גייען "קעגן די תורה", נעבעך..

און אויב איינער האט מסופק געווען ווער ס'האט געפרעשערט און פרעשערט נאך אלס די רבנים וואס זיי זאלן זאגן אדער פסק'ענען האט דא דעם קלארן ענטפער, ס'איז אפן אויף די גאסן פון שטאט פאר יעדן צו זען, נישט מיט סתם פרעשור, נאר מיט טעראר וואס איז בכלל נישט איינגעפירט אין תש20, ה' יצילנו מהם ומהמונם..

שוין, ב"ה האסט געטראפן אויף וועמען עס אנצולייגן....
להוי ידוע אז כמעט קיין איינער פון די אידן וואס גייען יעדן טאג דאווענען מיט מנין בציבור האבן נישט קיין שום שייכות מיט די דאזיגע חברה, דו ווייסט דאס אליינס, די זענען אזעלכע חברה וואס האבן אין די פארגאנגענע יארן געמאכט די זעלבע מיני מחאות ווען עס האט זיי געשמעקט און אויף וואס זיי האבן נאר געוואלט, און יעצט האבן זיי געטראפן די זאך אויף וואס זיך אנצוכאפן, און דאס ווייזט גארנישט ח"ו אויף די אידן וואס דאווענען מיט מנין.

חוץ אויב דו וועסט זאגן אז די וואס האבן צוגעשפארט די בתי מדרשים און מקואות האבן א שייכות מיט די אלע קלים ורקים וואס מסר'ן אידישע קינדער דעמאלט קענסטו דאס אויך זאגן.

אגב, האב איך נעכטן געזעהן איין פלאץ וואו זיי האבן אראפגעלייגט זייערע מחאות און די פאליציי איז אנגעקומען און געמאכט קולות אז זיי שטייען זייער נאנט איינער צום צווייטן און זיי זאלן זיך צושפרייטן וכו', זעהט אויס אז יעצט איז מותר געווארן התגרות באומות....

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:32 am

קרייסלער האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אזא שיינע תגובה נאר איין פאררוקטע שורה

האסטעך א נגיעה ווייל ביסט א מקוה איד

לאל

נישט גענומען קיין שטעלונג אינעם מנין דעבאטע, נאר אזא שיינע תגובה וואס שאקעלט אויף א יודיש הארץ אויף תיקון המעשים וחשבון הנפש, דארף דירעקטן צו אזא מצומצם'דיגע אויספיר.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך קעדילעק » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:34 am

זיי האבן געשריגן די זעלבע מעסעדזעס און לאזונגען וואס איך ליין דא שוין פאר צוויי וואכן אין אייוועלט..

איזי גאואינג
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 29, 2018 10:40 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך איזי גאואינג » מאנטאג מארטש 30, 2020 11:36 am

שמואל בארג האט געשריבן:וואס עס שטערט די רעכטדענקיגע מענטשן איז, די הייליגע שולן גייט מען מיט אן אגרעסיווקייט, און נישט נאר דאס, נאר די אויסגעהאלטענע מנינים האבן צו ליידן פון די פארזארגערס, אין דער צייט וואס די געשעפטן פארשטייט מען "הער אויס, מ'דארף דאך עס האבן צום לעבן", אפשר דארף מען אויך דארט איינשטעלן שטרענגערע מיטלן, האט מען שוין צוקוועטשט ביזן מאקסימום אזוי ווי די בתי מדרשים?

יאך האב באקומען גאר א בייזן טעלעפאן קאל פאריגע וואך, אמער איך האב מיר דערוואגט צו ארגאנעזירן א מנין אויף מיין גאס וואס האט אויסגעפאלגט אלע 'סאושעל דיסטעסינג' געזעצן, און ס'האט נאר אפגעהאלטן מענטשן פון זוכן באהאלטענע שולן וואס זענען נאך אפן, דער איד האט מיר ניטאמאל געלאזט קומען צום ווארט, אזוי ווי יענער איז עלטער פון מיר האב איך אים געלאזט אויסרעדן, איר מיינט אבער אז ער גייט נישט ארויס אין פיש סטאר איינקויפן? א נעכטיגע טאג, אפילו אין דזשודעיקא סטאר איז ער געווען.

איך זעה א שטיקל חילוק וואס (כ׳מיין) אז ס׳איז נאכנישט ארויסגעברענגט געווארן

די חילוק צווישן די גראסערי/פיש געשעפט איז, אין גראסערי גייט מען פאר זיך אין און שול גייט מען פאר׳ן אייבירשטען, אויב די דיינים אין רבנים זאגן אז מען דארף נישט גיין אין שול איז נישטא מער קיין שום סיבה עס צו האלטן אפען (חוץ אויב מען גייט און שול אזוי ווי להבדיל דער גוי גייט און באר וואס דעמאלטס וועט דאך איעדער מודה זיין אז דאס איז ערגער פון א גראסערי) משא״כ און גראסערי איז נאך אלץ דא א גשמיותדיגער צורך צי גיין.

פארשטייט זיך אז די העי״ט איז נישט בארעכטיגט (נישט היינט און נישט קיינמאל) און פארשטייט זיך אז די גראסערי׳ס אין פיש געשעפטן זאלן נעמען די שטרענגסטע מהלכים צי מאכן זיכער אז עס אויסגעהאלטן און אויב סאיז נישט וויכטיג זאל עס זיין פארשפארט אבער די חילוק לענ״ד איז פשוט

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג מארטש 30, 2020 12:30 pm

קעדילעק האט געשריבן:אויב איינער האט געהאט א ספק אדער א הו"א ביז יעצט ווער עס זענען די אנדרייער און ווער עס שטייט אונטער דעם, אז מ'טאר נישט פארמאכן קיין שולן און מ'מוז זיך מוסר נפש זיין און מוסר נפש זיין אנדערע און יא גיין אין שולן און עקספעדירן דאס פארשפרייטונג פון דעם ביטערן וויירוס רח"ל, האט אין די לעצטע פאר טעג באקומען דעם ענטפער דעליווערט פריי..

אין די לעצטע טעג גייען ארום א גרופע אינגעלייט (אויב מ'קען זיי אזוי אנרופן), און שטעלן זיך אפ פראטעסטירן ביי די הייזער פון רבנים און דיינים, און מאכן מעכטיגע מחאות אויף די "חוצפה" פון די רבנים צו פארמאכן שולן, (הלמאי די רבנים האבן זיך נישט דורכגערעדט מיט זיי..), די קולות גייט באגלייט מיט בזיון ת"ח אויפ'ן נידעריגסטן גראד, מיט קללות און שענדליכע לאזונגען. מיין שוואגער האט מיך ארויפגעלייגט אויף די ליין צו מיטהאלטן אפאר מינוט די גרויליגע מאמענטן, איך האב נישט געגלייבט מיינע אויערן, דאס האט זיך אנגעהויבן שוין פאר שבת און נאך שבת אין מאנסי, און נעכטן האט וויליאמסבורג אויך געהאט די געלעגנהייט צו זען דעם ריכטיגן פרצוף פון די אידן "וואס מיינען דעם כביכול", און זיי האלטן נישט אויס אז מ'דאוונט נישט אין די שולן, זיי זענען געגאנגען פון איין רב צום צווייטן און געמאכט די הילכיגע פראטעסטן באזידלענדיג די רבנים אויף וואס זיי גייען "קעגן די תורה", נעבעך..

און אויב איינער האט מסופק געווען ווער ס'האט געפרעשערט און פרעשערט נאך אלס די רבנים וואס זיי זאלן זאגן אדער פסק'ענען האט דא דעם קלארן ענטפער, ס'איז אפן אויף די גאסן פון שטאט פאר יעדן צו זען, נישט מיט סתם פרעשור, נאר מיט טעראר וואס איז בכלל נישט איינגעפירט אין תש20, ה' יצילנו מהם ומהמונם..

ווי כאילו די אלע מענטשן וואס מאכן מנינים זענען, פארט פון די חברה...
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מארטש 30, 2020 12:55 pm

מ'קען דעבאטירן צו די געשעפטן זענען מער שעדליך ווי די בתי מדרשים, און אזוי פארשטיי איך טאקע, און איך האב היבש פארפירט דערוועגן דא אויף אייוועלט. פארט מוז דער אמת געזאגט ווערן, אז עס איז ברור אז די סיבה פארוואס די רעגירונג האט פארשפארט די בתי מדרשים און נישט די געשעפטן איז ווייל זיי זעהן נישט די וויכטיגקייט דערפון. מיט אלע תירוצים שונים ומשונים מוז מען צו דעם צוקומען. ביי זיי איז קויפן קליידער, שפילצייגן, וויכטיגער ווי בעטן דער באשעפער וואס אין זיינע הענט ליגן די אלע קליידער און שפילצייגן וכדומה.

נישט אז מ'דארף נישט צושפארן די בתי מדרשים, און נישט אז מ'דארף יא, נאר דאס האבן דאך שוין די רבנים גע'פסק'ט, אבער למעשה איז די סיבה פארוואס מ'האט צוגעשפארט די בתי מדרשים געקומען אויף די פארלאנג פון די רעגירונג, וואס איז באזירט אויף זייער פארשטאנד אין די וויכטיגקייט פון דעם. זיכער וואלט געדארפט זיין פיל שטרענגערע פארשריטן פאר די געשעפטן. און נישט נאר דאס, נאר איך מיין אז קודם וואלט מען די אלע נישט לעבנ'ס וויכטיגע געשעפטן געדארפט ממש אפשפארן עכ"פ פארן ציבור, מ'זאל נאר קענען קויפן מיט דערליווערי וכדומה, פאר מ'שפארט אפ אונזער הארץ, דער בית ה'.

שוין.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך קאטאגאריש » מאנטאג מארטש 30, 2020 1:07 pm

מחשב האט געשריבן:מ'קען דעבאטירן צו די געשעפטן זענען מער שעדליך ווי די בתי מדרשים, און אזוי פארשטיי איך טאקע, און איך האב היבש פארפירט דערוועגן דא אויף אייוועלט. פארט מוז דער אמת געזאגט ווערן, אז עס איז ברור אז די סיבה פארוואס די רעגירונג האט פארשפארט די בתי מדרשים און נישט די געשעפטן איז ווייל זיי זעהן נישט די וויכטיגקייט דערפון. מיט אלע תירוצים שונים ומשונים מוז מען צו דעם צוקומען. ביי זיי איז קויפן קליידער, שפילצייגן, וויכטיגער ווי בעטן דער באשעפער וואס אין זיינע הענט ליגן די אלע קליידער און שפילצייגן וכדומה.

נישט אז מ'דארף נישט צושפארן די בתי מדרשים, און נישט אז מ'דארף יא, נאר דאס האבן דאך שוין די רבנים גע'פסק'ט, אבער למעשה איז די סיבה פארוואס מ'האט צוגעשפארט די בתי מדרשים געקומען אויף די פארלאנג פון די רעגירונג, וואס איז באזירט אויף זייער פארשטאנד אין די וויכטיגקייט פון דעם. זיכער וואלט געדארפט זיין פיל שטרענגערע פארשריטן פאר די געשעפטן. און נישט נאר דאס, נאר איך מיין אז קודם וואלט מען די אלע נישט לעבנ'ס וויכטיגע געשעפטן געדארפט ממש אפשפארן עכ"פ פארן ציבור, מ'זאל נאר קענען קויפן מיט דערליווערי וכדומה, פאר מ'שפארט אפ אונזער הארץ, דער בית ה'.

שוין.

שקר מען האט ציגעשפארט וועגען די עסקנים, והא ראי נאך דא אסאך בתי מדרשים אפען, וואס פייפען זיך אריין,
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

השמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך השמש » מאנטאג מארטש 30, 2020 1:10 pm

קעדילעק האט געשריבן:אויב איינער האט געהאט א ספק אדער א הו"א ביז יעצט ווער עס זענען די אנדרייער און ווער עס שטייט אונטער דעם, אז מ'טאר נישט פארמאכן קיין שולן און מ'מוז זיך מוסר נפש זיין און מוסר נפש זיין אנדערע און יא גיין אין שולן און עקספעדירן דאס פארשפרייטונג פון דעם ביטערן וויירוס רח"ל, האט אין די לעצטע פאר טעג באקומען דעם ענטפער דעליווערט פריי..

אין די לעצטע טעג גייען ארום א גרופע אינגעלייט (אויב מ'קען זיי אזוי אנרופן), און שטעלן זיך אפ פראטעסטירן ביי די הייזער פון רבנים און דיינים, און מאכן מעכטיגע מחאות אויף די "חוצפה" פון די רבנים צו פארמאכן שולן, (הלמאי די רבנים האבן זיך נישט דורכגערעדט מיט זיי..), די קולות גייט באגלייט מיט בזיון ת"ח אויפ'ן נידעריגסטן גראד, מיט קללות און שענדליכע לאזונגען. מיין שוואגער האט מיך ארויפגעלייגט אויף די ליין צו מיטהאלטן אפאר מינוט די גרויליגע מאמענטן, איך האב נישט געגלייבט מיינע אויערן, דאס האט זיך אנגעהויבן שוין פאר שבת און נאך שבת אין מאנסי, און נעכטן האט וויליאמסבורג אויך געהאט די געלעגנהייט צו זען דעם ריכטיגן פרצוף פון די אידן "וואס מיינען דעם כביכול", און זיי האלטן נישט אויס אז מ'דאוונט נישט אין די שולן, זיי זענען געגאנגען פון איין רב צום צווייטן און געמאכט די הילכיגע פראטעסטן באזידלענדיג די רבנים אויף וואס זיי גייען "קעגן די תורה", נעבעך..

און אויב איינער האט מסופק געווען ווער ס'האט געפרעשערט און פרעשערט נאך אלס די רבנים וואס זיי זאלן זאגן אדער פסק'ענען האט דא דעם קלארן ענטפער, ס'איז אפן אויף די גאסן פון שטאט פאר יעדן צו זען, נישט מיט סתם פרעשור, נאר מיט טעראר וואס איז בכלל נישט איינגעפירט אין תש20, ה' יצילנו מהם ומהמונם..

גהערט פון אזאך רבנים זענען מוחה אויף צומאכן די שוהלן אפילו עלטערע רבנים וואס זיי אליינס דאווענען נישט מיט קיין מנין
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

השמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך השמש » מאנטאג מארטש 30, 2020 1:13 pm

??אויב האום דיפאט מען זיין אפען פארוואס מעג נישט א שוהל זיין אפען
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מארטש 30, 2020 1:21 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:מ'קען דעבאטירן צו די געשעפטן זענען מער שעדליך ווי די בתי מדרשים, און אזוי פארשטיי איך טאקע, און איך האב היבש פארפירט דערוועגן דא אויף אייוועלט. פארט מוז דער אמת געזאגט ווערן, אז עס איז ברור אז די סיבה פארוואס די רעגירונג האט פארשפארט די בתי מדרשים און נישט די געשעפטן איז ווייל זיי זעהן נישט די וויכטיגקייט דערפון. מיט אלע תירוצים שונים ומשונים מוז מען צו דעם צוקומען. ביי זיי איז קויפן קליידער, שפילצייגן, וויכטיגער ווי בעטן דער באשעפער וואס אין זיינע הענט ליגן די אלע קליידער און שפילצייגן וכדומה.

נישט אז מ'דארף נישט צושפארן די בתי מדרשים, און נישט אז מ'דארף יא, נאר דאס האבן דאך שוין די רבנים גע'פסק'ט, אבער למעשה איז די סיבה פארוואס מ'האט צוגעשפארט די בתי מדרשים געקומען אויף די פארלאנג פון די רעגירונג, וואס איז באזירט אויף זייער פארשטאנד אין די וויכטיגקייט פון דעם. זיכער וואלט געדארפט זיין פיל שטרענגערע פארשריטן פאר די געשעפטן. און נישט נאר דאס, נאר איך מיין אז קודם וואלט מען די אלע נישט לעבנ'ס וויכטיגע געשעפטן געדארפט ממש אפשפארן עכ"פ פארן ציבור, מ'זאל נאר קענען קויפן מיט דערליווערי וכדומה, פאר מ'שפארט אפ אונזער הארץ, דער בית ה'.

שוין.

שקר מען האט ציגעשפארט וועגען די עסקנים, והא ראי נאך דא אסאך בתי מדרשים אפען, וואס פייפען זיך אריין,

אקעי, עסקנים. ס'טוישט נישט מיין פונקט, און איך וואונדער זיך פארוואס דו האסט געפילט פאר וויכטיג צו קאמענטירן אויף מיינע ווערטער.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

willibugy
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובהדורך willibugy » מאנטאג מארטש 30, 2020 1:24 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:
willibugy האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:איך האב נאך אלס נישט געזעהן א תירוץ, פארוואס מען הערט נישט די זעלבע סארט קולות אויף גראסערי'ס, פארוואס שטייען נישט די פאררעטער מיט ווידיאו'ס און מאכן קולות אויף יעדער וואס גייט אריין דארט.

עס איז נישט קיין פעיק ניוס, איך זעה טעגליך די מצב אין די געשעפטן.

א פאלשע וועלט

פארוואס זעהסטו "טעגליך" דעם מצב אין די געשעפטן?!!! איך מאך יעצט קולות אויף דיר, גיי נאר ווען דו מוזט ממש. למשל איינמאל אין א וואך.

איך גיי נישט אריין אין קיין איין געשעפט (גראסעריס דעליווערן) נאר אין מיין קליין מנין, אבער ווען איך בין אדורך קליינס אייז קריעם הויז, אין עס איז געווען לעכטיג, אין די בית המדרש לעבען דעם איז געווען חושך, האט עס מיך זייער זייער וויי געטון,

אין יעדען ווינקעל האט מען געקענט קויפן פרייטיג קרעמעש קעיק אין געפאקטע לעכטיגע סטארס, אין מארגען קענסטו קויפן א פרישע געמאכטע טונע סענדוויטש אויפן וועג צום ארבייט, אבער שרייען שרייט מען נאר אויף

איך בין דן לכף זכות, אז רוב וואס פארפירן מיינען גוטס, אבער די קשיא בלייבט שווער קרעמיש יא מנין נישט?

רוב סטארס וואטש מען אויף דיסטענס, און פארדעם איז נישט דא קיין זיצן אין קיין איין געשעפט, מערלעדיגט וואס איז וויכטיק און מגייט, משא"כ א שוהל קודם מדאוונט רעדט מען דיך, סאיז א לענגערע צייט, מטרעפט נאנטע הייבט זיך אן א שמועס, ועוד ועוד, אפשר וואלט געווען א עצה מזאל שטעלן א שומר ביי יעדן מנין, אולי ואולי וואלט עס געווען א עצה.

סתם שקר, איך האב אליין שפאצירט פרייטיג צי אפאר בעקערייען, געווען געפאקט, אין אינדרויסען זענען געווען ציזאמען אסאך קינדער פאר א לאנגע צייט ווארטענדיג אויף זייערע עלטערען

פארדעם האב איך געשריבן רוב, די אנדערע פאר קליינע בעקערייען איז טאקע א פראבלעם שומר נפשו ירחק מהם,
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » מאנטאג מארטש 30, 2020 1:46 pm

willibugy האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:
willibugy האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:פארוואס זעהסטו "טעגליך" דעם מצב אין די געשעפטן?!!! איך מאך יעצט קולות אויף דיר, גיי נאר ווען דו מוזט ממש. למשל איינמאל אין א וואך.

איך גיי נישט אריין אין קיין איין געשעפט (גראסעריס דעליווערן) נאר אין מיין קליין מנין, אבער ווען איך בין אדורך קליינס אייז קריעם הויז, אין עס איז געווען לעכטיג, אין די בית המדרש לעבען דעם איז געווען חושך, האט עס מיך זייער זייער וויי געטון,

אין יעדען ווינקעל האט מען געקענט קויפן פרייטיג קרעמעש קעיק אין געפאקטע לעכטיגע סטארס, אין מארגען קענסטו קויפן א פרישע געמאכטע טונע סענדוויטש אויפן וועג צום ארבייט, אבער שרייען שרייט מען נאר אויף

איך בין דן לכף זכות, אז רוב וואס פארפירן מיינען גוטס, אבער די קשיא בלייבט שווער קרעמיש יא מנין נישט?

רוב סטארס וואטש מען אויף דיסטענס, און פארדעם איז נישט דא קיין זיצן אין קיין איין געשעפט, מערלעדיגט וואס איז וויכטיק און מגייט, משא"כ א שוהל קודם מדאוונט רעדט מען דיך, סאיז א לענגערע צייט, מטרעפט נאנטע הייבט זיך אן א שמועס, ועוד ועוד, אפשר וואלט געווען א עצה מזאל שטעלן א שומר ביי יעדן מנין, אולי ואולי וואלט עס געווען א עצה.

סתם שקר, איך האב אליין שפאצירט פרייטיג צי אפאר בעקערייען, געווען געפאקט, אין אינדרויסען זענען געווען ציזאמען אסאך קינדער פאר א לאנגע צייט ווארטענדיג אויף זייערע עלטערען

פארדעם האב איך געשריבן רוב, די אנדערע פאר קליינע בעקערייען איז טאקע א פראבלעם שומר נפשו ירחק מהם,

זאג, דו קענסט "איין" סטאר ווי משטייט צו באצאלן זעקס פיס אפגערוקט איינער פון צווייטן? אדער אפילו דריי פיס אפגערוקט?
חוץ דעם. סאיז דא איין סיבה פארוואס א אייז קריעם סטאר אדער עפעטייזינג סטאר איז אפען?

די קשיא איז נישט אויף די CDC ווייל זיי לאזן דאך בתי מדרשים אויך זיין אפען, זיי זאגן נאר אז מדארף האלטן סאושעל דיסטענס. די קשיא איז אויף די וואס האבן גענומען אויף זיך זיכער צו מאכן אפצושרייען יעדע ביהמ"ד וואס איז נאך אפען אדער יעדע מנין אפילו אויף די פארטשעס.
ווי זענען זיי? זיי זעען נישט וויפיל אידן ווערן ליידער אריינגעפירט די טעג אין שפיטאל? און וויפיל קומען ליידער נישט צוריק אהיים? פארוואס רופן זיי נישט פאליס היתכן די מינדערוויכטיגע סטארס זענען געהעריג אפען אין די צייט פון אזא מגיפה?

נאך מער, פארוואס גייען זיי בכלל ארויס פון די הייזער? זיי זעען נישט וואס דא גייט פאר?
און ווען זיי גייען אריין אין גראסערי קויפן לעבנס וויכטיגע געברויכן האבן זיי אן א מאסק אויפן פנים מיט הענטשעך??? און פארוואס פארשרייען זיי נישט די וואס האבן נישט אן קיין מאסק??

איך בארעכטיג נישט קיין איינעם פארן מאכן א מנין (אויב מהאלט זיך נישט צו סאושעל דיסטענס). סטוט מיך אבער וויי צו זעהן ווי מפארשרייט אזוי די בתי מדרשים, און משיקט ארום קליפס ווי אידן רוצחים האבן געמאכט א מנין, און נאכדעם גייט דער קליפ שיקער און וואקט דורך א סטאר און די בלוט קאכט בכלל נישט אין אים. נאר אין בתי מדרשים קען מען טאקע ווערן אנגעשטעקט? דער זעלבער מענטש קען זיך דרייען צווישן מענטשן אן א מאסק אין גראסערי, און שמייכלען צו זיין חבר?
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גאפל, דברים אלו, כ'גלייב נישט און 11 געסט