טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובה דורך טישטוך »

שעדליך, אנשטעקיג, טויטליך, גייט ארום די וועלט אין סעקונדן.

ניין, נישט קאראנע, איך רעד יעצט פון וואטסעפפ קליפ'ס, פון מיינע אידישע ברידער וועלכע שעמען זיך מיט מיר.

אמאליגע צייטן פאר א גוטע פינף יאר צוריק האט איינער וועלכער האט געוואלט ווערן געהערט געמוזט זיין א יודע ספר און האט געמוזט וויסן וואס ער זאגט, אדער כאטש האט ער געמוזט צייגן ידיעות אין אלוועלטליכע ענינים.

היינט איז אנדערש, היינט איז סאציעל מידיא געווארן די פלאץ וואו יעדער נאר קען זיך אויסהיסן זיין בויך וויי, אנשטעקן דעם ציבור מיט זיין פארענויע, מחנך זיין זיינע מחנכים, און לאזן מעסעדזשעס פאר די וועלט.

אלעס וואס איז בעאויפטראגט אויף צו קענען לאזן וואטסעפפ מעסעזשעס און סטאטוס בעניני יהדות איז אז מען מוז זיין בארדלאז, ווייבלאז, און פארשטייט זיך זינלאז.

איך קען עטליכע און יעדער קען עטליכע פון דעם ליגע, יעדער ווייסט אז דאס זענען די סאמע גרעסטע נאראנים וואס כלל ישראל האט ערצייגט, זיצן זיי אין זייערע קארס און לאזן זיך הערן, טיילמאל ווארפן זיי אריין אן ענגלישער סלענג כדי זיך צו הערן מער פראפעסיאנעל, יעדער פון אונז ווייסט פונקטליך וויפיל דזשעלי אין קאפ זיי פארמאגן, און דאך הערט מען זיי אויס און מען זאגט אז 'למעשה האט ער א פוינט'...

די לעצטע פאר טעג האט כלל ישראל געליטן פון מסירות פון אייגענע אידישע ברידער, איבער וואס? איבער קליינע מנינים וואס איז דרך אגב נאך יעצט לעגאל און אויסגעהאלטן על פי געזעץ.

וואס איז אינטערסאנט איז אז די מסירות קומען פון מענטשן וועלכע טרעטן נישט אריין אין ביהמ"ד ווילאנג ס'יאר באטרעפט, מענטשן וואס עס איז נישט מעגליך אז זיי זאלן אנגעשטעקט ווערן מיטן וויירוס אין שול ווייל זיי האבן שוין פארגעסן צו וועלכע זייט מען דאווענט, און זיי זארגן זיך יעצט פאר אונזער געזונט און כבוד.

האלא, דו האסטעך שוין לאנג נישט מיט אונז, וואס האסטו מורא אז מען וועט זאגן אז אונז מאכן א חילול ה'? ביי די קידוש ה' וואס אונזער קאמיוניטי מאכט ביסטו נישט דא, דאן ביטע זיי נישט דא ביי די חילולי ה'.

האסט מורא אז מענטשן גייען ווערן אנגעשטעקט? גיי אריין אין דיין בעיסמענט אפארטמענט און שלאף צוויי וואכן רציפות, זיץ מיר נישט אין דיין קאר און קוק נאך וועלכע אידישע מאמע גייט אין גראסערי, ווער האט דיר געשטעלט צו זיין דער אחראי?

און ווען עס וואלט ווען טאקע געווען פראבלעמאטיש ביי אונזער קאמיוניטי עקסטער מילא, ביסטו דען געגאנגען קוקן אין די גוי'שע געגנטער וויאזוי עס זעט אויס? אפשר רופסטו דארט אהין די מידיא?

די חברה נוצן אויס דעם וויירוס קריזיס אויף צו שטויסן זייער קאמיוניטי, זיי זאגן אז זיי שעמען זיך צו זיין א חלק פון אונז, קודם כל, ביסט נישט קייין חלק, און נאכדעם כל, איך שעם זיך מער פון דיר ווי דו פון מיר, פאררעטער!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אמת'ע פאררעטער!

וויפיל מ'וועט רעדן פון זיי וועט נישט זיין גענוג.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: די פאררעטער

תגובה דורך טישטוך »

זיי האבן גענומען בילדער פון לינטש פארק און עס געשיקט צו די ניו יארק פאוסט!

אונז מאכן די חילול ה' אבער, נישט פארגעסן.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך פאלעסיידס »

ווי זאגט אונזער ירום הודו אויפן וויירוס? אנוויזיבעל ענעמי
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך סארקאזי »

זייער גיט געשריבען. זענען פארנומען ווי אזוי זיך אויסצופיינען פאר די גוים
געמאכט היסטעריע אז אויף די ראדיאוי זאל מען זיין פארנומען מיט די חסידים
אבער דאכט זיך דער מכה בפטיש האט געמאכט אבי בערקאוויטש ביי די קאנפרענץ
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך פאלעסיידס »

דע כאאס אין אנאראכיע יענע 48 שעה -ווען זאכען האבען זיך גענומען רוקען סיטי אין סטעיטווייד- וואס דע חברה האבען אנגעזייט האט לכאורה אסאך געשטערט הצלה קהילות קאמיונעטיס מיט די עסקנים געהעריג הענדלען די קריזיס

אין געשטערט די קאמוניקעישען ליניעס פון די קהילות הצלה דאקטוירים וכו צי די ציבור, זיי האבען זיך געשפילט מיט פייער

אזא צייט דארף מען האבען מוראידיגע טראסט אזוי ווי סאיז אייביג געווען בה ביי אונזער ציבור
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך פאלעסיידס »

כקען א עלטערע איד וואס פאלגט אייביג הצלה וכו' זיינע טראסבארע סארס אף אינפא אין איך פרעג אים זונטיג צי ער גייט זיך אייסעלעטן ער איז בה געזונט אין שטארק לאורך ימים ושנים אין גייט יעדען טאג אין ארבעט, זאגט ער מיר אדרבה זיי מיר מברר פליז ווייל איך ווייס נישט וואס סאיז אמת אין וואס נישט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן:איך האב א שטארקע לימוד זכות אויף די אלע הנ"ל, אלעס וואס מ'טוה מיר איצט בפקודת הרבנים איז דאך בבחינת עבירה לשמה, דער הייליגער ר' אלימלך זי"ע זאגט אז די גאנצע השפעה פון אויבן צו די בעלי עבירה איז פון די עבירה לשמה פון ערליכע אידן, ובכן כאטש זיי ווייסן אליינס נישט פארוואס אבער דאס איז דאך זייער עקזיסטענץ, בבחינת משחרב בית המקדש [מעט] נתנה נבואה לשוטים.

ולבני קהת לא נתן
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך יאסל קעניג »

גיבטס ארויס די נעמען פון די פאררעטער!
מלך שהשלום שלו
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

תגובה דורך שלמה מולכו »

טישטוך,

זייער שטארק, האסט א שטארקע שפראך.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך מי יודע »

;l;p- ;l;p- ;l;p- דברים כדרבונות

יאסל קעניג האט געשריבן:גיבטס ארויס די נעמען פון די פאררעטער!

מ'דארף נישט געבן קיין נעמען, אז דו זעסט א אינגערמאן גיין אויפן גאס און רעדט פנים אל פנים צו א פלעסטיק וואס קוקט אויס אזוי ווי א קליינע חלה ברעט, זאלסט וויסן אז ער איז גאנץ ווארשיינליך פון אט די פאררעטער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שמע בני
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:27 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך שמע בני »

אדמור מסאטמאר שליט"א מהר"א, איז מעורר בין דבריו הק' איבער די מגיפת הסאשעל מידיע.
זעה מכתב קודש
מכתב קודש מאת אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך Haklal »

זייער גיט געשריבן!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך מחשב »

יישר כח טישטוך, געשריבן וואס ליגט יעדן אויפן הארץ.

כאטש דער כעס איז זייער גרויס, ברויך מען אבער אויך האבן אסאך אסאך רחמנות געפילן אויף די פוסטע יונגען, נישט קיין עולם הבא און נישט קיין עולם הזה, אברים מן החי, גלידער פון אונזער פאלק, און אזא תמהון לבב גייט אויף זיי אריבער.

און צו די זעלבע צייט ברויכן מיר זיך מער אריינטראכטן וואס איז דער גורם וואס האט צוגעברענגט די אלע יונגען צו זייער שפל'דיגער מצב, און וואס קענען/מוזן מיר טוען אין די צוקונפט צו מונע זיין די מאסן נשירה. עס ברענט א פייער אין אונזער מחנה, עס קומט נאר יעצט ארויס אויפן אויבערפלאך. היתכן אזויפיל פון אונז דרייען זיך ארום מיט אזא שנאה אויף דעם פלאץ וואס האט זיי ערצויגן. וואס גייט דא פאר מיט אונז?!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: די פאררעטער

תגובה דורך Kosher Travel »

1) מען טאר איצטער נישט גיין אין ביהמ"ד, על פי הוראות מפורשת פון אלע אדמורי"ם ורבנים פון אלע אונזערע גרעסערע היימישע קהילות.
2) האט שיכל מיט מקוה. וואס ווילט איהר? מען זאל אפשפארן דאס וואס מען מוז? אביסל שכל. מען האט קלאהר געפסקענט אז מען "טאר" נישט גיין. עס איז טאקע גאר שווער פאר א אינגערמאן וואס האט נאך נישט פארפאסט קיין איין ט"ע. אבער אונזער חיוב איצטער איז צו פאלגן, און טוהן תשעה קבין, און מען דארף אפילו נישט מתיר נדר זיין, ווייל מען גייט קלאהר ווייטער גיין אין מקוה, ווען מען גייט קענען (כלשון הרבנים הגאונים שליט"א).

דאס איז מיין הקדמה. ווייל איך וויל נישט מען זאל חלילה מיינען אז איך בין פי די וואס האלטן אז מען דארף נישט פאלגן די דאקטוירים, אז די גאנצע וויירוס איז א hoax ווייל ביל געיטס האט עכט א patent אויף די וואקסין, און די חברה האבן ריליעזט די וויירוס (יא! מען רעדט דאס איין אויך, און א חלק עולם גולם גלייבט!!!). ניין, איך האלט עס מען מוז מאכן א גאנצע קווארענטין ווי ווייט מעגליך, מען זאל נאר ארויסגיין אין גראסערי, איינער פון די משפחה אויף א מאהל, וכו', כדאי צו אפהאלטן די וויירוס פון זיך צושפרייטן אזוי שנעל. און איעדער בר נש וואס פארשטייט וויאזוי infectious disease פארשפרייטן זיך, האלט זיכער אויך אזוי.

having said all that...

איך בין גאר ברוגז אויף די פאר משוגעים וואס דארפן אייביג יא זיין קלועג, נאך דערצו נאך ברבים, ווייל זיי האלטן נאך גאר אז זיי מאכן א קידוש השם. אבער... די אויפגעקלערטע שטינקערמאן אויף וואטסאופ, וואס על פי רוב, ווער עס קען די חברה (איך מיין די וואס מיינען אז זיי קענען ענגליש און דווקא זיי דארפן רעדן צו די מידיע), מי שמך לאיש? די ווייסט אז די ערגסטע איד (אותו האיש) איז בעסער פון די בעסטע גוי (בלעם א נביא!!!). sounds funny? די גמרא זאגט אזוי!

און איך וויל ארויסברענגן מיין געדאנק מיט א מעשה.

זונטאג נאכמיטאג האט מען שוין געמאלדן אז אלע פאבליק סקולס ווערען פארמאכט (נישט חדרים אדער פרייוואטע סקולס), האט דאך שוין איעדע חולם גימל געוויסט אז מען טאר זיך נישט צאמקומען! יא? זיי זענען דאך די נארמאלע און פאלגן??? אמת? נאר אונזער היימישע עולם, נאר אונז זענען חכמים, גלייבן נישט, ווייסן נישט, זענען שמוציג און נאאיוו. אמת? איך בין דא אייביג פון די ערשטע צו אויפמערקזאם מאכן ווען היימישע אידן טוען איגנארעט זאכן, מען זאל נישט מאכן א חילול השם וכדומה. אבער מי שמך לאיש צו גיין צי די מידיע? שוין, איך פארקריך... צירוק צו זונטאג שפעט נאכמיטאג. מיין טאכטער איז ארויסגעשפרינגן פון די הויט, זי האט שוין געהאלפן מאכן פסח, און משוגע געווארן. וואס טוט מען? זאגט מיהר די ווייב, נעם איהר צו דיין סיקרעט קעבין אין די מאונטענס. איך האב א secret cabin in the mountains מיט א running brook מיט פרישע וואסער גלייך ארויס פון א mountain stream מיט גענוג fire wood און canned food ווי אויך פרישע פיינע mountain trout פיש וואס שווימט ממש אפאר פוס פון די טיהר, אז איך קען כאפן פרישע פיש. בקיצור, איעדעס מאהל די קינדער פארפירן, זאג איך אז איך מוז גיין אביסל זיך אויסליפטערן אין מיין mountain cabin. זיי ווייסען אלע פונטקליך וויאזוי עס זעהט אויס, ווען די הערשן גייען דורך, ווען די פוקסן, און אמאהל אמאהל די שווארצע בער ווען ער שמעקט די פרישע פיש וואס איך בראט אויף די קוילען. (פארשטייט זיך אלעס אין מיין און זייער פאנטאזיע.) בקיצור, נעם איך מיין גרויסע טאכטער צו זעהן די סיקרעט וועג פון ווי מען קען אהנקומען צו מיין קעבין. אבער פארשטייט זיך נאך נישט ביז צום קעבין. ווייל עס איז נאך נישט געקומען די צייט. גייען מיהר צו א סטעיט פארק וואס רופט זיך High Tor State Park. עס איז א פיינע פלאץ מיט ווייניג מענטשען, ווייל עס איז נישט דא קיין גיטע פארקינג און מען דארף אסאך גיין. קומען מיהר אהן דארטן אויף א שפיץ בארג, און וואס זעהן מיהר? כאטש צוואנציג מיידלעך מאכן האומווערג אויפן שטיין. דא און דארטן, שטייט א מויד און רייכערט עפעס ווואס שמעקט פון גערייכערטע בשמים. שוין... מיהר גייען ווייטער צו Low Tor (עס איז דא צוויי, High Tor און Low Tor) אויפן וועג צירוק קומען שוין צו גיין פיהל מער מוידען און איצטער שוין אויך אינגען, מיט ריקען זעק (back packs בלע"ז) אהנגעפיהל מיט עסען צו בראטן, פלעשע צו טרינקן, בלענקעטס, פיקניק פאלדינג בענקלעך, און וואס נישט, און מען לאכט... איך שטעל אפ איינעם, וואס גייט דא פאר??? דא איז דאך אייביגע זייער שטיהל? זאגט ער מיהר בסוד סודות, מארגן איז נישט דא קיין שולע, מאכט מען דא היינט נאכט א קומזיץ, בחורים וגם בתולות. איך שטעל זיך פאר אז מען האט קיין זוהר נישט געלערנט דארטן. איך רעדט דא פון קינדער פון גיטע רייכע שטובער. אלע מיט BMWs וכדומה...

א בילד וואס איך האב גענומען פון High Tor Mountain:
Kosher Travel Info High Tor Mountain.JPG
Kosher Travel Info High Tor Mountain.JPG (136.58 KiB) געזען 3756 מאל
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך Tahares hakodesh »

א ישר כח. יתמו חטאים ולא פושעים, בב"א. אונז האלט מיר שוין נאנט צום צום סוף פון די מטילים אימה על הציבור. וְיָצְאוּ וְרָאוּ בְּפִגְרֵי הָאֲנָשִׁים הַפֹּשְׁעִים בִּי כִּי תוֹלַעְתָּם לֹא תָמוּת וְאִשָּׁם לֹא תִכְבֶּה וְהָיוּ דֵרָאוֹן לְכָל בָּשָׂר.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: די פאררעטער

תגובה דורך טישטוך »

עס איז נישט צום פארשטיין די אומ'אחריות פון יחידים און זיי ברויכן פארדאמט ווערן שריפטליך דורך רבנים ועיני העדה, אבער דאס אז אומוואוסנדע אידן ווייסן נישט פון די גרויסע סכנה וואס הערשט איז נאר א דאנק די פאררעטער.

כ'האב געהערט אז דער ציבור דאווענט ביחידות און יחידים דאווענען בציבור.

זיי ווייסן דאך אז יעדעס מאל וואס זיי קומען זיך צוזאם ביי סיי וועלכער אקאציע זענען דא די וואטסעפער'ס מיט די אויסגעשטרעקטע געווער/קעמרע'ס, פארוואס זאלן זיי יעצט יא אויסהערן ווען מען זאגט זיי אז עס איז א סכנה?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: די פאררעטער

תגובה דורך טישטוך »

יעצט פארט ארום א ווידעאו פון איינער פון די פאררעטער וואס רעקארדירט אויף קעמרע בערך דריי אדער פיר אידן וועלכע זענען געגאנגען אין מקוה אריינגערעכנט זייערע פנימ'ער.

דער באשעפער וועט נישט שולדיג בלייבן פאר די רשעים.

ווילאנג וועלן מיר נאך ליידן פון אייגענע ברידער.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך Programming »

עולם הפוך ראיתי.... מהפכים קערה על פיה....

אם תכתוש את האויל במכתשת וכו'

אזא אשכול איז דער בעסטער דוגמא דערצו. אנשטאט איינפאקן בבחינת והמשכיל בעת ההיא ידום, דרייט מען נאך אויס און מען בלעימט אנדערע פאר די אייגענע ביטערע דורכפעלער.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
שלים
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 7:32 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך שלים »

איך פארשטיי נישט ווי קומט הודו צו כוש. ווייל כלל ישראל האט - און האט אלס געהאט - א פראבלעם פון מכם ובכם, מעג מען יעצט ארומלויפן אין די גאסן הרגענען מענטשן אתמהה?
יעדער דאקטאר, יעדע הצלה מאן, יעדער וואס פארשטייט נאר צו די זאכן ווארנט אז מען זאל זיך פארשפארן אין די הייזער און נאר ארויסגיין צו די מינימאלסטע לעבנסוויכטיגע געברויכעניש. פארוואס? ווייל אפילו פאר די ווייטע מעגלעכקייט אז דו טראגסט דעם וויירוס ( אפילו אויב מען שפירט גארנישט קען מען עס טראגן) קענסטו זיין א דירעקטע שליח צו הרגענען א צווייטע איד. פארוואס דארפן מיר זיין אויבער חכמים? יעצט איז א שעת סכנה, עס בושעוועט א מגיפה און יעדער מוז בלייבן אין שטוב, אפגעזען וויאזוי מען פילט.
א פאררעטער איז יעצט איינער וואס פייפט זיך אויס אויף די ווארענונג פון דאקטוירים און דאווענט מיט מנין. א פאררעטער איז דער וועלכער איז אן אויבער חכם און "מוז" גיין אין מקוה. אדרבה, אין אזא צייט איז א מצוה רבה צו רופן די פאליציי ווען איינער זעט איינעם עובר זיין אויף די פאדערונג פון די דאקטוירים! ער ראטעוועט נאר אידישע לעבנס!
רבותי היינט זענען צוויי אידן אין וויליאמסבורג נפטר געווען אלס א דירעקטע רעזולטאט פונעם קאראנא וויירוס! וויפיל נאך קרבנות גייען מיר מזון מקריב זיין ביז מיר וועלן זיך אויסלערנען נישט צו זיין קיין אויבער חכמים?
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך אביונה »

שלים האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי קומט הודו צו כוש. ווייל כלל ישראל האט - און האט אלס געהאט - א פראבלעם פון מכם ובכם, מעג מען יעצט ארומלויפן אין די גאסן הרגענען מענטשן אתמהה?
יעדער דאקטאר, יעדע הצלה מאן, יעדער וואס פארשטייט נאר צו די זאכן ווארנט אז מען זאל זיך פארשפארן אין די הייזער און נאר ארויסגיין צו די מינימאלסטע לעבנסוויכטיגע געברויכעניש. פארוואס? ווייל אפילו פאר די ווייטע מעגלעכקייט אז דו טראגסט דעם וויירוס ( אפילו אויב מען שפירט גארנישט קען מען עס טראגן) קענסטו זיין א דירעקטע שליח צו הרגענען א צווייטע איד. פארוואס דארפן מיר זיין אויבער חכמים? יעצט איז א שעת סכנה, עס בושעוועט א מגיפה און יעדער מוז בלייבן אין שטוב, אפגעזען וויאזוי מען פילט.
א פאררעטער איז יעצט איינער וואס פייפט זיך אויס אויף די ווארענונג פון דאקטוירים און דאווענט מיט מנין. א פאררעטער איז דער וועלכער איז אן אויבער חכם און "מוז" גיין אין מקוה. אדרבה, אין אזא צייט איז א מצוה רבה צו רופן די פאליציי ווען איינער זעט איינעם עובר זיין אויף די פאדערונג פון די דאקטוירים! ער ראטעוועט נאר אידישע לעבנס!
רבותי היינט זענען צוויי אידן אין וויליאמסבורג נפטר געווען אלס א דירעקטע רעזולטאט פונעם קאראנא וויירוס! וויפיל נאך קרבנות גייען מיר מזון מקריב זיין ביז מיר וועלן זיך אויסלערנען נישט צו זיין קיין אויבער חכמים?

אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט א מסור מעג מען הרג'ענען
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
שלים
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 7:32 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך שלים »

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: די פאררעטער

תגובה דורך איסר האטלקי »

טישטוך האט געשריבן:יעצט פארט ארום א ווידעאו פון איינער פון די פאררעטער וואס רעקארדירט אויף קעמרע בערך דריי אדער פיר אידן וועלכע זענען געגאנגען אין מקוה אריינגערעכנט זייערע פנימ'ער.

דער באשעפער וועט נישט שולדיג בלייבן פאר די רשעים.

ווילאנג וועלן מיר נאך ליידן פון אייגענע ברידער.

די מקוה קליפ איז פון א גבאי אין יענע בית המדרש. מ'האט פארשלאסן יענע מקוה און זיי זענען אריין אן רשות.
willibugy
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

Re: די פאררעטער

תגובה דורך willibugy »

אביונה האט געשריבן:
שלים האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי קומט הודו צו כוש. ווייל כלל ישראל האט - און האט אלס געהאט - א פראבלעם פון מכם ובכם, מעג מען יעצט ארומלויפן אין די גאסן הרגענען מענטשן אתמהה?
יעדער דאקטאר, יעדע הצלה מאן, יעדער וואס פארשטייט נאר צו די זאכן ווארנט אז מען זאל זיך פארשפארן אין די הייזער און נאר ארויסגיין צו די מינימאלסטע לעבנסוויכטיגע געברויכעניש. פארוואס? ווייל אפילו פאר די ווייטע מעגלעכקייט אז דו טראגסט דעם וויירוס ( אפילו אויב מען שפירט גארנישט קען מען עס טראגן) קענסטו זיין א דירעקטע שליח צו הרגענען א צווייטע איד. פארוואס דארפן מיר זיין אויבער חכמים? יעצט איז א שעת סכנה, עס בושעוועט א מגיפה און יעדער מוז בלייבן אין שטוב, אפגעזען וויאזוי מען פילט.
א פאררעטער איז יעצט איינער וואס פייפט זיך אויס אויף די ווארענונג פון דאקטוירים און דאווענט מיט מנין. א פאררעטער איז דער וועלכער איז אן אויבער חכם און "מוז" גיין אין מקוה. אדרבה, אין אזא צייט איז א מצוה רבה צו רופן די פאליציי ווען איינער זעט איינעם עובר זיין אויף די פאדערונג פון די דאקטוירים! ער ראטעוועט נאר אידישע לעבנס!
רבותי היינט זענען צוויי אידן אין וויליאמסבורג נפטר געווען אלס א דירעקטע רעזולטאט פונעם קאראנא וויירוס! וויפיל נאך קרבנות גייען מיר מזון מקריב זיין ביז מיר וועלן זיך אויסלערנען נישט צו זיין קיין אויבער חכמים?

אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט א מסור מעג מען הרג'ענען

א רוצח מעג מען אויך
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך אביונה »

אז איר פילט אייך קאמפענטענד צו פסק'ענען דיני נפשות, לקולא אדער לחומרא, קיפ אן
איך בינעך ליידער נישט אזא גרויסע תלמיד חכם ווי איר זענט, ווארף מיך נישט אזוי, סאו כ'האב גארנישט געזאגט
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”