טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובה דורך פרידן »

מחנך האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:סתם פאקטען
געפילן וועל מער זיך באלד קריגן
רוב גרויסע פוסקים אין בארא פארק וואס האבן די ווארט צו זייער שול זאל זיין אפען זענען אפען
אין דאס זענען
הרה"ג ר׳ יחאל מיכל שטיינמענטץ דומ"ץ סקווירא
הרה"ג ר׳ חיים לייב כץ אבד"ק סעדערהעלי
הרה"ג ר׳ יחזקאל ראטה כ"ק גאבד קארלסבורג
הרה"ג ר׳ חיים דוד כץ דומץ סאטמאר 52
הרה"ג ר׳ בנימין לאנדא דומץ טאהש


לגבי די ליסט פון רבנים וואס זאגען אז מ'מעג דאווענען בציבור, קודם האב איך גערופען איינער פון די רבנים וואס איז דא דערמאנט, איך פרעג איהם מיינע שאלות, ער האט מיר געזאגט אז קיין חיוב אויף מנין איז זיכער נישט דא, ס'איז א שאלה צי ס'איז מותר!

שנית איז דער תגובה שקר וכזב! עס איז דא מענטשען וואס האבען געדאווענט אין דיע שולען און דארפען רחמי שמים מרובים, און ס'איז דא וואס האבען געדאווענט אין דיע שולען וואס זענען שוין אין בית החיים, מ'קען טאקע נישט וויסען ווי און ווען זיי זענען געווארען אנגעשטעקט, אבער די סטעיטמענט איז שקר, האק נישט קיין טשייניק מיט פאלטשע זאכען!


איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז זיי האבן געזאגט אז עס איז דא א חיוב אויף מנין אז די זאלסט מיר אפווענדן, סך הכל געזאכט אז זייער שול איז אפען אין עס איז
שנית איך ווייס נישט פארוואס די קאמענסט אויף א אויסגעמעקטע תגובה איך האב עס גלייך אויסגעמעקט פשוט אפי' עס איז יא אמת בין איך נישט דעם אויבערשטערס בוקיפער
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

סאיז דא א געוואלדיגע דרשה פונעם פארשעי'ער רבי'ן שליט"א איבער דעם ענין

@פארשעי חסיד ביטע ארויפלייגן
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובה דורך ישוב הדעת »

שארףףףף
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובה דורך אבן יקרה »

ראש הישיבה הגר״ג אדלשטיין בשיחתו הערב: ״בליל הסדר כל אחד צריך להיות בבית, אסור להזמין, ואסור ללכת להתארח ואסור לארח, אפילו אם יעשה את הסדר ביחידות שואל את עצמו מה נשתנה כמו שכתוב בגמ', אלו ההוראות של הרופאים, כל אחד בביתו, זה סכנה״.
עוד פסק הערב ראש הישיבה הגר״ג אדלשטיין: ״תפילה בציבור זה חטא! קריאת התורה זה חטא, זה סכנה וגם מזיק!״.

https://www.c-live.co.il/archives/20078
לעצט פארראכטן דורך אבן יקרה אום דינסטאג מארטש 31, 2020 4:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פתחיה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובה דורך פתחיה »

געוואלד אידן שטארבן אין די מאסן, לכולי עלמא איז דא א חשש פון אנשטעקן יענעם ווען מען איז צוזאמען. ווי נעמט זיך דאס זלזול אין חיי אדם? עס איז דאך פון די ג' חמורות. רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך ווייל זיי האבן נישט קיין שכל צו רחמנות האבן אויף א צווייטנס לעבן.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

תגובה דורך אביונה »

פתחיה האט געשריבן:געוואלד אידן שטארבן אין די מאסן, לכולי עלמא איז דא א חשש פון אנשטעקן יענעם ווען מען איז צוזאמען. ווי נעמט זיך דאס זלזול אין חיי אדם? עס איז דאך פון די ג' חמורות. רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך ווייל זיי האבן נישט קיין שכל צו רחמנות האבן אויף א צווייטנס לעבן.

כ'מיין שוין צייט צו אנהויבן טראכטן פארקערט...
אזוי פיל חברה שטארבן אויס, איז אויב שוין שטארבן, זאל איך כאטש אריינכאפן אפאר קדישים, קדושות, ברכו, אמן יהא שמיה' רבא'ס...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”