טענה'ריי איבער מנין / מקוה #2 (קעפל געטוישט)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: די פאררעטער

תגובה דורך איסר האטלקי »

טישטוך האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
שרייב-פעדער האט געשריבן:האביך פריער געהערט א רעקארדינג פון הרה"ג ר' אברהם שארר שליט"א, אז דער יצה"ר איז זיך מלבש אין פרומקייט, איינצורעדן מענטשן צו לויפן אין מקוה, מאכן מנינים, און דורך דעם אריינלייגן אנדערע מענטשן אין סכנה, לא תעמוד על דם רעך!

ער טענה'ט אז די נסיון איז צו זען ווער ס'וועט זיך קענען איינהאלטן נישט צו דאווענען מיט מנין דעם שבת פאר אהבת ישראל, נישט אריינלייגן אנדערע אידן אין א סכנה.

זייער שארף, כדרכו בקודש.

עס איז גראדע נישט ר' אברהם שור, עס איז ר' דוד אלעווסקי פון גור וועלכער האט קורונה ה"י.

איך בין נישט געגאנגען שבת אין שול און אזוי אויך נאך שלומי אמוני ישראל, אבער דאס וואס מען מסר'ט איז שוין אריבער דעם גרעניץ.

און ווער עס וויל נישט רעדן צום נקודה איז מכובד צו פארלאזן ס'אשכול.

מסר'ן איז טאקע נגד התורה און מען דארף זיי פארשרייען בכל החומר.

די מעסעדזש איז פון ר' אברהם, נישט ר' דוד אלעווסקי. איך ווייס נישט וויאזוי איינער קען אפי' האבן א ספק דערין...
willibugy
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

Re: די פאררעטער

תגובה דורך willibugy »

איסר האטלקי האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
שרייב-פעדער האט געשריבן:האביך פריער געהערט א רעקארדינג פון הרה"ג ר' אברהם שארר שליט"א, אז דער יצה"ר איז זיך מלבש אין פרומקייט, איינצורעדן מענטשן צו לויפן אין מקוה, מאכן מנינים, און דורך דעם אריינלייגן אנדערע מענטשן אין סכנה, לא תעמוד על דם רעך!

ער טענה'ט אז די נסיון איז צו זען ווער ס'וועט זיך קענען איינהאלטן נישט צו דאווענען מיט מנין דעם שבת פאר אהבת ישראל, נישט אריינלייגן אנדערע אידן אין א סכנה.

זייער שארף, כדרכו בקודש.

עס איז גראדע נישט ר' אברהם שור, עס איז ר' דוד אלעווסקי פון גור וועלכער האט קורונה ה"י.

איך בין נישט געגאנגען שבת אין שול און אזוי אויך נאך שלומי אמוני ישראל, אבער דאס וואס מען מסר'ט איז שוין אריבער דעם גרעניץ.

און ווער עס וויל נישט רעדן צום נקודה איז מכובד צו פארלאזן ס'אשכול.

מסר'ן איז טאקע נגד התורה און מען דארף זיי פארשרייען בכל החומר.

די מעסעדזש איז פון ר' אברהם, נישט ר' דוד אלעווסקי. איך ווייס נישט וויאזוי איינער קען אפי' האבן א ספק דערין...

סתם נייגעריק וואס הייסט מסר'ן וואס געשעט ווען די פאליציי קומט אן?
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך אביונה »

איך רעד נישט אריין אין די נקודה וועגן יא גיין אין מקוה יעצט צו נישט [איך פערזענליך גיי איך נישט]

אבער דאס איז ברור אז די חברה פירן זיך אויף ווי די יוונים ומתיוונים בשעתם..
דערציילט מיר א יונגערמאן, ער איז געגאנגען אין מקוה פרייטיג, מיט א אייגענע האנטוך באהאלטן אין א שאפינג בעג, איינער פון די מתיוונים שטעלן עם אפ אין גאס, העי וואס האסטו דארט אין די בעג? א האנטוך!, אהא דו גייסט אין מקוה... נא נא...,
שפעטער טרעפט דער יונגערמאן זיין חבר, זאגט אים זיין חבר, 'ביזט היינט געווען אין מקוה!, פון וואו ווייסעך, ווייל פלוני האט דיך ארויף געשטעלט אויף וואצעפפ.....
[היות מאנכע פארשטייען נישט דא.., ארויף שטעלן אזוינס בפרסום אויף וואצעפפ, איז גארנישט בעסער ווי פאלנע מסירה, ודי..]

יא יא, די חברה קומען יעצט ארויס מיט די ריכטיגע קאלירן...
זעהט אויס ס'דארף נאך זיין א שטיקל בירור פאר ביאת המשיח, ווי עס איז געווען אין די צייט פון אליהו הנביא, אם לה' אלקים לכו אחריו ואם לבעל לכו אחריו....

אגב, בעיני ראיתי דעם שבת נאכמיטאג, א שיין מספר פון די גראביאנעס, זענען ארויס שפאצירן שבת נאכמיטאג, מיט די ב"ב און קערידזשעס אויף די גאסן כאילו לא היה.....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך טאטע זיי מיר מוחל »

מען רעדט דא פין שומרים אדער סתם רייסערס וואס ווילן זיין
מעמבערס?
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך קעדילעק »

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:מען רעדט דא פין שומרים אדער סתם רייסערס וואס ווילן זיין
מעמבערס?

סתם רייסערס, וואס האלטן זיך פאר אויפגעקלערטע, שומרים זאגט אז זיי האבן נישט גערופן קיין פאליציי, - טראץ וואס "פרומע וואטס-עפפערס" האלטן זיי אין איין משמיץ זיין אז זיי זענען מוסרים און אז זיי רופן פאליציי, אבער זיי לייקענען עס קאטעגארשי, פארקערט, זיי פרובירן צו האלטן די געמיטער רואיג..

מ'דארף באהיטן ווערן פון ביידע, די "מכם" און די "ובכם", סיי די וואס האבן א חלק אין מעשי רציחה, און זענען קלוגער ווי די רבנים און עסקני ומצילי כלל ישראל, און מאכן קאלט דאס ענין פון זיך אפהיטן און אפהיטן אנדערע פון איבערנעמען דעם מחלת הקאראנע, און מיט זייער לייכטזיניגקייט ברענגען זיי צו צער ונזק פאר אידן, און פון די אנדערע זייט אויך פון די יונגאטשן וואס זוכן אונז צו באשמוצן הויל און נאר לשם השמצה, נישט ווייל זיי זארגן זיך פאר איינעמס געזונט אדער וואוילזיין..
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: די פאררעטער

תגובה דורך איסר האטלקי »

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:מען רעדט דא פין שומרים אדער סתם רייסערס וואס ווילן זיין
מעמבערס?

איך ווייס נישט פון וועמען מ'רעדט אבער שומרים האט קלאר געסטראשעט רבנים מיטן רופן די פאליציי. איך האב עס אליין געהערט פון א רב. עפ"י הלכה ווען איינער זאגט אילך ואמסור האט ער א דין מסור אפי' ער מסר'ט נישט.
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך Growth hacker »

עפ"י הלכה ווען איינער זאגט אילך ואמסור האט ער א דין מסור אפי' ער מסר'ט נישט.?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: די פאררעטער

תגובה דורך הסרפד »

אביונה האט געשריבן:אגב, בעיני ראיתי דעם שבת נאכמיטאג, א שיין מספר פון די גראביאנעס, זענען ארויס שפאצירן שבת נאכמיטאג, מיט די ב"ב און קערידזשעס אויף די גאסן כאילו לא היה.....

עס איז נישט דא קיין סיבה אז מען זאל נישט, אז מען בלייבט ווייט פון אנדערע משפחות.

אביונה האט געשריבן:יא יא, די חברה קומען יעצט ארויס מיט די ריכטיגע קאלירן...
זעהט אויס ס'דארף נאך זיין א שטיקל בירור פאר ביאת המשיח, ווי עס איז געווען אין די צייט פון אליהו הנביא, אם לה' אלקים לכו אחריו ואם לבעל לכו אחריו....

דאס שפייעכץ רונט פון'ם מויל.... אה, א 'טהיילונג'...
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: די פאררעטער

תגובה דורך הסרפד »

Growth hacker האט געשריבן:עפ"י הלכה ווען איינער זאגט אילך ואמסור האט ער א דין מסור אפי' ער מסר'ט נישט.?

1. יא
2. ווער עס איז א מסור בימינו איז איין אנדערע שאלה, אבער מה נעשה אז עס זענען פארהאן מענטשן וואס עס שמעקט זיי צו חלומ'ן פון מעשיות פון מצה-אויבנעס וכו'.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך אביונה »

הסרפד האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:אגב, בעיני ראיתי דעם שבת נאכמיטאג, א שיין מספר פון די גראביאנעס, זענען ארויס שפאצירן שבת נאכמיטאג, מיט די ב"ב און קערידזשעס אויף די גאסן כאילו לא היה.....

עס איז נישט דא קיין סיבה אז מען זאל נישט, אז מען בלייבט ווייט פון אנדערע משפחות.

זאג, מקוה האט א סיבה???, מען האט שוין דא געשריבן, די רעגירונג האט נישט גע'אסר'ט מקואות, אויב קומט מען נאך די פארשריפטן,
דריי א קאפ..

הסרפד האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:יא יא, די חברה קומען יעצט ארויס מיט די ריכטיגע קאלירן...
זעהט אויס ס'דארף נאך זיין א שטיקל בירור פאר ביאת המשיח, ווי עס איז געווען אין די צייט פון אליהו הנביא, אם לה' אלקים לכו אחריו ואם לבעל לכו אחריו....

דאס שפייעכץ רונט פון'ם מויל.... אה, א 'טהיילונג'...

אה דו ביזט עס געווען דער יעניגער, וואס לויפט נאך די עירוב טראגער, און קוקסט ווער ס'טראגט א בעג שבת?
ווילסט נישט גיין אין מקוה, גיי נישט
אבער וואס לויפסטו נאך מענטשן אין די גאסן און ביזט בודק זייערע בעגס?????
מיינסט דעם באשעפער??
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: די פאררעטער

תגובה דורך הסרפד »

אביונה האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:אגב, בעיני ראיתי דעם שבת נאכמיטאג, א שיין מספר פון די גראביאנעס, זענען ארויס שפאצירן שבת נאכמיטאג, מיט די ב"ב און קערידזשעס אויף די גאסן כאילו לא היה.....

עס איז נישט דא קיין סיבה אז מען זאל נישט, אז מען בלייבט ווייט פון אנדערע משפחות.

זאג, מקוה האט א סיבה???, מען האט שוין דא געשריבן, די רעגירונג האט נישט גע'אסר'ט מקואות, אויב קומט מען נאך די פארשריפטן,
דריי א קאפ..

הסרפד האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:יא יא, די חברה קומען יעצט ארויס מיט די ריכטיגע קאלירן...
זעהט אויס ס'דארף נאך זיין א שטיקל בירור פאר ביאת המשיח, ווי עס איז געווען אין די צייט פון אליהו הנביא, אם לה' אלקים לכו אחריו ואם לבעל לכו אחריו....

דאס שפייעכץ רונט פון'ם מויל.... אה, א 'טהיילונג'...

אה דו ביזט עס געווען דער יעניגער, כ'אב נישט געוויסט
ווילסט נישט גיין אין מקוה, גיי נישט
אבער וואס לויפסטו נאך מענטשן אין די גאסן און ביזט בודק זייערע בעגס?????
מיינסט דעם באשעפער??

א. אויפ'ן ערשטע חלק האלט איך נישט ביים ענטפערן, אבער דאס יא, איך האב קיין מאהל נישט געשריבן מיין מיינונג אויף מקוואות.
ב. דו האסט מיר זעכער נישט געזעהן שבת, און כמעט זיכער קיין מאהל נישט געזעהן.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך אביונה »

דו האסט מיך יא געזעהן עפעס וועגן א טיילונג
וואס פירקלסטו 'שפייעכץ רינט פון מויל טיילונג שמיילונג'....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

ווי טיילט מען? ס'קאסט געלט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך אביונה »

מ'טיילט שפייעכץ
הסרפד האט געשריבן:דאס שפייעכץ רונט פון'ם מויל.... אה, א 'טהיילונג'...

watch out ס'קען זיין אנגעשטעקט...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך לייפציק »

איך האב געזען מיט די אייגענע אויגן אנגעפילטע טוי סטארס דארנערשטאג, איך האב אליין געזען א מעמבער אין איינע פון די ארג'ס וואס העלפן יעצט ראטעווען כלל ישראל, זיך ארום דרייען אין א געפאקטע גראסערי מיט א גאנצע שטוב מיט מיט קינדער, איינער פרעגט אים היתכן, זאגט ער זיינע קינדער אינדעהיים איז אויך פיקוח נפש.

און מיני ובי' גייט איינער פון דעם געפאקטן גראסערי אדורך א שוהל ווי עס איז געווען 100% אויסגעהאלטן לויטן געזעץ, צוזייעט און צושפרייט אפשר 15 מענטשן, און הייבט אן מאכן קולות וברקים, מערדער, רוצחים, וכו... איין מינוט, דו אליין ביזט יעצט געווען אין א געפאקטע גראסערי, און נישט געשריגן, און קיינעם נישט פארגעהאלטן, און אליין געקויפט צוזאמגעשטיפטערהייט, וואס שרייסטו אין שוהל?

כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, די אלע וואס עס שטערט זיי די שוהל אגאנץ יאר, מאכן יעצט זיכער אז קיין איין שוהל איז נישט אפען, און מאכן זיכער צו שיקן פאליס ווי מ'צברעכט דאס געזעץ אין שוהל, און כאפן און שיקן בילדער, אנדערע פלעצער קומט די וויירוס נישט אן..
היפאקראסי בתפארתו!

דאס האט גארנישט צו טון ווי שטארק די וויירוס שאדט אדער נישט, דאס וועל מיר רעדן ווען ס'גייט האבן דורכגעגאנגען...

יעצט רעדט מען ווי שטארק די שוהל שאדט, און מ'מוז מסר'ן, און ווי שטארק די אנדערע פלעצער ווי זיי גייען אליין שאדט בכלל נישט.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: די פאררעטער

תגובה דורך Kosher Travel »

מען טאר נישט מסר'ן. ווער עס ליינט מיינע תגובות, וועט פארשטיין פון ווי איך קום. ווען די Modern Orthodox פלעגן (נישט אלע ח"ו) פארשעמען חסידישע אינגעלייט אויף די מאנסי באסעס מיט נארישע בלבולים, בין איך געוועהן דער וואס האט זיי משתיק געוועהן אז זיי זענען געהעריגע אנטיסעמיטן. נאך פאר עס איז געוועהן צוויי באסעס, איינס פאר מידטאון, און איינס פאר ווילאמסבורג, איז געוועהן א גרופע מאדערענע אינגעלייט, וואס האבן געהאט א ספארט צו טשעפענען איידעלע פרומע אינגעלייט און עלטערע לייט. אלע דריי פון זיי לויערס... ווען א איידעלע אינגערמאן האט זיך פראבירט צו פארענטפערען, אדער זאגן איך ווייס נישט וואס איהר ווילט, פלעגען זיי זאגן גאר מיסע זאכן, ווי למשל, גיי מאלעסט אינגע מיידלעך אין ראדני סטריט. וואס דארף אן איידעלע בן תורה ענטפערן אויף דעהם? ביז איך בין געקומען און געמאכט א סוף דערצו. זיי האבן פראבירט דאן זיך צו נעמען צו מיינע ביינער. זיי פלעגן מיך נאכשרייען ווען איך בין ארויפגעקומען אויף די באס here comes the Chusid with a chip on his shoulders. איך האב דעם חברה מאן געזאגט, you are just like the school yard bully. א חוץ דעהם ביסטו א פשוטער שונא ישראל. איי פלעגן זיי פרעגן איך בין דאך א פרומע איד? דאס מיינט אנטי סעמיטיזם. דער גוי האט פיינט דעהם בערני סענדערס, וואס האט פיינט דעהם קאנסערוועטיוו איד, וואס האט פיינט דעהם ליעבערמאן סטייל איד, וואס האט פיינט דעהם דוב הייקינד סטייל איד, וכו'. די ביסט פשוט א שונא ישראל.

אבער... אז די גרויסע רבנים, וואס זיי פסקענען אלעס, פון די ענין ביי מילה, ביז פאסטן יום כיפור. זיי האבן קלאהר געזאגט מען זאל נישט גיין אין שוהל, ווייל מען איז מסכן אנדערע אידן. ווי אזוי מאכט מען זיך נישט וויסענדיג פון די פסק? און מיין קהילה (איינע פון די גרעסטע קהילות, מיט בתי מדרשים און אפאר שעטעט, מוסדות התורה, מקוה טהרה), האט מען קלאהר געזאגט אז מען זאל נישט מאכן מנינים אפילו אינדערהיים. און ניין, איך גיי נישט אין טוי סטאר. ניין, איך גיי נישט אין גראסערי מיט אלע מיינע קינדער. און יא, איך האב דעליווערט ערב שבת עסען פאר עלטערע אידן.

און יא! מען דארף זיך אויך אכטונג געבען אז מען זאל נישט זעהן ווי אידן פייפען זיך אריין. איי די פארקס זענען פיהל מיט גויים? זייט ווען זענען מיהר גויים? די וויירוס האט זיך קוים אהנגעהויבן און אונזערע געגענטער. השם יתברך זאל אפהיטן אז עס זאל טאקע נישט ערגער ווערן און אלע אידן זאלן אפגעהיטן ווערן. די פאקט איז, right now איז דא אידן אויף רעספירעיטערס און גאר קריטיקל צושטאנד. און די האספיטעלס און די אלגעמיינע health care system זענען שוין איבערגעשטרענגט. געדענקט! אויב איהר פאלגט די רעגולאציעס, זענט איהר פון די וואס חז"ל האבן געזאגט המקיים נפש אחד, כאילו קיים עולם מלא.

און מיט דעהם אלעם, האט איך נישט נאכגעשריגן קיינעם. אפילו איך האב שוין א קאזין וואס איז געשטארבן פון קאראנע (אינגע זעכציג) און א קרוב וואס איז אויף א רעספירעיטער און גאר קריטישן צושטאנד.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום זונטאג מארטש 22, 2020 12:52 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

הרב כשר האט רעכט וכן אני נוהג כמובן מיט א שווער געמיט, ווייס איך אבער אז יעדער לאזט דאס לעצטע איבער דאס וואס ער האט דאס מערסטע ליב, והבן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: די פאררעטער

תגובה דורך געריבענער סוחר »

איך האב יעצט אויסגעהערט זעלעקא ריקארדינג.

פון איין זייט געט ער א גוטע ריקאמענדאציע פאר טראמפ.

אבער פון די אנדערע זייט ריקט ארויס א שרעקליכע פארראט אויף ק''י בכלל און אויף חסידים בפרט, ארויסגעזויגן פון די פינגער, ער זאגט אז 60% פון די 35000 חסידישע ק''י איז אנגעשטעקט, א זאך וואס מאכט שוין אן א חורבן עס ווי ספיק ה''י.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך פארשעי חסיד »

לייפציק האט געשריבן:איך האב געזען מיט די אייגענע אויגן אנגעפילטע טוי סטארס דארנערשטאג, איך האב אליין געזען א מעמבער אין איינע פון די ארג'ס וואס העלפן יעצט ראטעווען כלל ישראל, זיך ארום דרייען אין א געפאקטע גראסערי מיט א גאנצע שטוב מיט מיט קינדער, איינער פרעגט אים היתכן, זאגט ער זיינע קינדער אינדעהיים איז אויך פיקוח נפש.

און מיני ובי' גייט איינער פון דעם געפאקטן גראסערי אדורך א שוהל ווי עס איז געווען 100% אויסגעהאלטן לויטן געזעץ, צוזייעט און צושפרייט אפשר 15 מענטשן, און הייבט אן מאכן קולות וברקים, מערדער, רוצחים, וכו... איין מינוט, דו אליין ביזט יעצט געווען אין א געפאקטע גראסערי, און נישט געשריגן, און קיינעם נישט פארגעהאלטן, און אליין געקויפט צוזאמגעשטיפטערהייט, וואס שרייסטו אין שוהל?

כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, די אלע וואס עס שטערט זיי די שוהל אגאנץ יאר, מאכן יעצט זיכער אז קיין איין שוהל איז נישט אפען, און מאכן זיכער צו שיקן פאליס ווי מ'צברעכט דאס געזעץ אין שוהל, און כאפן און שיקן בילדער, אנדערע פלעצער קומט די וויירוס נישט אן..
היפאקראסי בתפארתו!

דאס האט גארנישט צו טון ווי שטארק די וויירוס שאדט אדער נישט, דאס וועל מיר רעדן ווען ס'גייט האבן דורכגעגאנגען...

יעצט רעדט מען ווי שטארק די שוהל שאדט, און מ'מוז מסר'ן, און ווי שטארק די אנדערע פלעצער ווי זיי גייען אליין שאדט בכלל נישט.

איך וויל בעטן יעדעם איינעם וואס פארציילט אזא מעשה, ווי אויך איינער וואס לייגט אויף וואצעפ נעמען פון אנדערע מענטשן אז מ'זאל שרייַבן זייערע נעמען,
1 זיי האלטן אז ס'איז א מצוה וואס זיי טוען סאו לשטתם איז עס מפרסמין עושי מצוה..
צוויי מדה כנגד מדה
דריי אז טאמער האט ער א ספק אפשר די פירסום דא וועט אים אפהאלטן,
פיר פאר די מצה אויבענעס,
נ.ב. מיין אייגענע מיינונג
Chatzarforshay עט gmail.com
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: די פאררעטער

תגובה דורך לפנות בוקר »

איין זאך איז זיכער אז צוויי גרויסע געשעפטן ביי אונז אין שטאט ווי איך פלעג אסאך קויפן גיי איך בל"נ מער קיינמאל מאל קויפן דארט! מ'קען נישט שרייען אז די שעמסטעך מיט דיין קאמיוניטי מסר'ן און באשמוצן און נאך דעם מאכן געלט פון אונז. נא נא נישט מיט מיר....
לפנות בוקר
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך פארשעי חסיד »

זאג שוין נעמען פאר א גוט יאָר! וואס בין איך שולדיג א כ'האב נישט קיין טרייפענע סאשעל מידיא?
אז ער זאגט עס ברבים, לייג דא זיין נאמען
Chatzarforshay עט gmail.com
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך Growth hacker »

הסרפד האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:עפ"י הלכה ווען איינער זאגט אילך ואמסור האט ער א דין מסור אפי' ער מסר'ט נישט.?

1. יא
2. ווער עס איז א מסור בימינו איז איין אנדערע שאלה, אבער מה נעשה אז עס זענען פארהאן מענטשן וואס עס שמעקט זיי צו חלומ'ן פון מעשיות פון מצה-אויבנעס וכו'.[/quote
]
איך האב גיפרעגט א מקור, נישט קיין ענטפער

נאכדעם האב איך א צווייטע שאלה ווען מען זעהט א אומוויסענדיגער אנצינדען א פייער און א שוהל, די ביהמ"ד איז כמעט ליידיג און לעבן א פייער סטאנציע און סאיז נישט דא קיין זיכערע חשש אז איינער וועט געשעדיגט ווערן איז אויסגעהאלטן צו סטראשענען צו רופן פאליציי?
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך Growth hacker »

טייערע יודן, די thread דא איז רעדיקילעס.
אונז דארף מיר און אזא צייט מרבה זיין מיט אהבת ישראל און שלום און אחדות, ביטע הערט אויף מיט די האס, אז איהר זענט אנגעצויגן נעמט א תהילים און זייט מתפלל וילמדו טועים בינה...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די פאררעטער

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרא-חסיד האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:אינטערסאנטער זאך מיטגעהאלטען דעם שבת אלע אידן וואס זענען אדוק ומקושר און זייער סמארטפאון זענען געווען פייער אז מען דארף פאלגען די רבנים
ענדליך עפעס א אידיש ווארט פין זיי

אולי איז עס ווייל זיי זענען פשוט בעסער אינפארמירט ווי אייך.

מיט וואס למשל זענען זיי בעסער אינפארמירט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: די פאררעטער

תגובה דורך קעדילעק »

ספין בתפארתה!

מ'דארף זיך האלטן גראד און אויפריכטיג, 1. מסירה איז אסור..
2. ווען איינער שפירט אז ער קען ראטעווען מענטשן אדער גאר ער מוז דורך טון א זאך וואס שמעקט אפילו א משהו מיט מסירה, דארף ער רופן א דיין מומחה, און טון ווי ער פסק'ענט..
3. ווען רבנים מובהקים פסק'ענען אז מ'דארף פארשפארן שולן און מקוואות ווייל עס איז א צורך השעה צו ראטעווען לעבנס, דארף מען פאלגן די רבנים, און נישט זיין קיין אויבער חכמים, אן אויבער חכם און שטיין קנאקן "קילע דזשאוקס" קענסטו אין קאווע שטיבל ווען עס גייט נישט אויף יענעם'ס בלוט, "לא תעמוד על דם רעך" איז נישט קיין ווערטל, "וחי בהם" ולא שימות בהם איז נישט קיין ווערטל, תורה הוא, און וואס די תורה הייסט דארף מען פאלגן, ווען די תורה זאגט דאווען מיט מנין דארף מען זיך צורייסן צו דאווענען מיט מנין, ווען די תורה זאגט מ'דארף דאווענען זמן תפילה, דארף מען דאווענען זמן תפילה, ווען די תורה זאגט מ'טאר נישט פארפאפן זמן קרישמע, דארף מען דאס אויך פאלגן..
און ווען די תורה זאגט בלייב אינדערהיים נישט גורם צו זיין קיין מחלה און אוודאי נשט קיין טויט פאר א איד, דאן זיי נישט קיין חכם, פאלג!!
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”