ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- חזון-איש'ניק
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am
ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
בעזהי"ת
פרעג איך א איד היינט (פרעג מיר נישט ווי איך האב איהם געטראפן, פליז): ווי אזוי מיינסטו אז דיין פסח וועט אויסקוקען היי יאר, שנת תש"פ, אין א קארגע דריי וואכן.
ענטפערט ער מיר, בעסער געזאגט ער קרעצעט אוועק, מיט א זויערע פנים:
אויב חלילה וועל איך שוין דעמאלט זיין אנגעשטעקט, און מיין בני בית וועט אנטלויפן פון מיר ווי פון א מצורע, וועל איך וויילען די סדר נאכט אין מיין בעדרום, ניצען מיין בעט אלס א היסב בעטל, מיין רביצין וועט מיר דורך שטיפען די מצה פון אינטער די טיר, און מיינע קינדער וועלן זיצען אין דיינונג רום און שרייען אזוי הויען די מה נשתנה וואס קיינער האט זיי נישט אויסגעלערענט, אז איך זאל עס קענען הערן ביז מיין בעט.
אויב וועט עס זיין בעסער, און איך וועל האפענטליך זיין געזונט, וועל איך אנקומען צום סדר נאכט נאך 3 וואכן זיין דערשטיקט אינדערהיים מיט אלע קינדער, אן קיין מעגליכקייט צי ארויס גיין, ווער רעדט פון פסח'דיג מאכן ווי געוואוינט, ערב יו"ט אן א מקוה, דאווענען יו"ט ביינאכט וועט זיין אין דיינונג רום, הלל זאגט מען גראדע נישט ביחידות, פלייש וועט נישט זיכער זיין, פארמאטערטערהייט וועט מען זיך זעצן צום טיש, און ווען מען וועט אנהייבן קדש, וועט מען כאפן אז קיינער האט נישט אויסגעלערנט די קינדער קדש ווי עס דארף צי זיין...
אזוי שילדערט ער זיינע קושמארען ווייטער, די חול המועד אין בונקער, די אנגעצויגענקייט, און וואס נישט, וואס איך בין רואיג א שותף געווען דערצו.
ביז איך בין אבער געקומען צי די החלטה צי אויספלאנען א צווייטער פסח, א יחיד במינה, וואס עס איז זייער מעגליך צי מאכן, אבער איך דארף די הילף פון כלל ישראל, זאל מיר העלפן אז דאס זאל צישטאנד קומען.
אט איז מיין רצון און מיין פלאן ווי אזוי פסח שנת תש"פ זאל אויסזעהן.
האלט'ס א רגע...

י"ד ניסן - ערב פסח שנת תש"פ
אידן שטיפען זיך צעזאם, מאכן די לעצטע ציגרייטונג צום יו"ט.
און ניין, עס וועט נישט זיין דארט בלויז 10 אידן ברייט אפגערוקט, אויך נישט בלויז 50, אין די ווארהייט איז עס בכלל נישט די נומערען, עס רעדט זיך דא פון שווערע מיליאנען אידישע קינדער, עס עס איז א טאקע א שטיפעניש, אבער מיט געזאנג און פרייד, מיט רואגיקייט און געדולד.
מיר אלע שלענגלען זיך שטאטערהייט ארויף די פריש באנייטע וועגן און שטעגן פון הר הבית, מיט איין האנט האלט איך מיינע זיסע קינדערלעך, מיט'ן אנדערע האנט האלט איך די ציגעלע, גרייט צי מקריב זיין.
אזוי צום קול פון געזאנג פון אלע מיליאנען שפאצירען מיר ארויף, איך געב א שמייכל צי מיינע צדיקים'לעך, איך לייג צי:
"ענק געדענקען, פאר בלויז 3 וואכן צוריק האבן מיר זיך איינגעשפארט אינדערהיים מיט א פחד פון א שרעקליכע טויטליכער וויירוס וועלכע בודזשעוועט אין גאס, עס איז נישט געווען פאר יארן צוריק, בלויז קארגע 3 וואכן צוריק! ענק געדענקען נאך ווי אזוי עס האט געהייסן? ענק געדענקען אז איך האב אייך געזאגט דעמאלטס אז דאס ווייזט אונז אויף די נאענטע טריט פון משיח וואס קומט? איך אליין האב נישט געוויסט ווי ריכטיג איך בין געווען"...
פונדערזייט זעה איך מיין נאענטע ידיד וואס איך האב שוין נישט געזעהן זייט מיטוואך ויקהל פקודי, דא זעה איך א צווייטער באקאנטער, פריערט האט ער געפאניקט מיט שרעק, יעצט גייט ער אבער מיט גלאנצעדיגער אויגן און א לעכטיגער פנים.
פון פאראויס גייט מיין טאטע מיט פרייליכע טריט, וועלכע פאר בלויז 3 וואכן צוריק האב איך מתייאש געווען פון צי זיין ביי איהם פסח, און יעצט איז ער בראש המנויים, פאר מיינע קינדער גיי איך איבער די הלכות, איך דערמאן זיי נאכאמאל: "מען זאגט נישט טאטע לעבן איך וויל דער פיר קשיות פרעגן, נאר איך וויל די פינף קשיות פרעגן...".
פון דער הויעך זעהט מען שוין במלא תפארתה די הערליכע געביידע פריש אראפ געקומען פון הימל מיט פייער, מיט אומגעהויערע גלאנץ און שיינקייט.
מיט שנעלע טריט טרעטן מיר באקוועם אריין די שוועל פון ביהמ"ק, ווי כאילו נישט נאך א פאר מיליאן אידן געפינען זיך דא, א קוואל טרערן שלענגעלט זיך אראפ פון די אויגען, ווען איך זעה דאס אומגלויבליכע בילד, די לעכצונגען פון מיינע זיידע'ס און עלטע זיידע'ס פון קרוב צי צוויי טויזענט יאר אנטדעקט זיך פאר די אויגען, כהנים געקליידעט אין ווייס ארויס פון די בונקערען טוען פלינקערהייט ארויף און אראפ לויפן די ריזן מזבח, לויים שטייען אין זייט און מיט הערליכע טענער באגלייטען זיי די עבודה, די שירים פון הלל רייסען זיך פון זיך אליין ארויס פון מויל
"צרה ויגון אמצא, ובשם ה' אקרא אנא ה' מלתה נפשי, חנון ה' וצדיק ואלוקינו מרחם..."

Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
נאך די ערשטע וועלט'ס קריג, ווען דער וועלט איז געווען צעריסען און צעשמיסען, מענטשן זענען געווען צעקלאפט און צעבליטיגט, און געווען זיכער אז משיח גייט שוין יעצט קומען, האט דעמאלט ר' חיים בריסקער זי"ע געזאגט, אז דער רמב"ם פסק'ענט, "אין בן דוד אלא בתשובה, וכבר הבטיחונו הבורא שעתידין לחזור בסוף גלותן", האט ר' חיים געזאגט: ער ווארט צי קומען, אז מען וועט תשובה טוהן וועט ער קומען...
מיר שטייען אין א דור וואס ליידער מיר שטייען זייער ווייט, אבער דער אייבישטער גיבט אונז א גוטער שאקל, א טיפער שאקל, מיר זאלן זיך אויפכאפן.
איך וויל דערמאנען:
תשרי תש"פ: די וועלט איז אין טיפער פארגעשריטענקייט, טעכנעלאגיע איז אין ווייטסטער פארנעם, ביזנעסער בליעהן ווי קיינמאל בעפאהר, גארנישט קען עס נישט באדרויען.
כלל ישראל לעבט על מי מנוחות, רואיג און באקוועם, לאנג פארגעסן אז מען איז אן גלות.
אדר תש"פ: די וועלט איז טיעף צעטרייסעלט, א קליינטשיקער מייקראסאפישער וויירוס לייגט אריין ביליאנען מענטשן אין פחד, רייסט אראפ ביזנעסער, וואקעלט עקאנאמיע'ס, שטעלט אפ די וועלט פארקער, שפארט אפ די וועגן, און הרג'עט טויזענטער גויים.
כלל ישראל פאר זיך איז שוין לאנג נישט פארזיכערט, מען ציטערט פון אונזערע שכנים, מען איז צוריק אין גלות.
א נאר דארף מען זיין נישט צי פארשטיין די טיפער רמז, און לאמיר אלע מאכן אז דאס זאל נישט זיין בלויז דער אנהייב, נאר די ענדע, מען זאל אפקומען מיט די בהלה און שרעק.
און אז מען וועט תשובה טוהן וועט ער קומען!

- לעכטל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4109
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
- לאקאציע: ביד השי"ת
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
זייער זייער גוט געשריבן,
איר דארפט נישט צירוק גיין ביז תשרי תש"פ, עס איז געניג שבט תש"פ...

די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
wow! הערליך!
נישט צו פארקירעווען דעם שיינעם שמועס, אבער די נקודה אז קיינער האט נישט אויסגעלערנט קדש און די מה נשתנה איז אין מיינע אויגן א מעלה. איך קלער אז די מצוה פון סיפור יציאת מצרים איז געגעבן פאר'ן טאטן, און דאס יאר וועלן מיינע קינדער מיר אויסהערן מיט פיל מער אינעטערעסע. למעשה ווייס איך נישט צי ס'וועט טאקע אזוי זיין, צוליב די אומצאליגע סידיס וואס עקזיסטירן היינט (וועלכע ווערן זיכער ארבעטן טאג און נאכט צו געבן צייט פאר דער מאמע צו כאפן אן אטעם).

מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
געוואלדיג!!!
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

פארוואס איז יעצט עולה על הדעת וויאזוי גייט פסח אויסקוקן?? עס איז נוגע למעשה? פארוואס נעמט מען זיך בידים איבעריגע דאגות? לאזט'ס די מוחות במנוחה, לעב אביסל רואיגער.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 930
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
פ' לך לך האט געשריבן:פארוואס איז יעצט עולה על הדעת וויאזוי גייט פסח אויסקוקן?? עס איז נוגע למעשה? פארוואס נעמט מען זיך בידים איבעריגע דאגות? לאזט'ס די מוחות במנוחה, לעב אביסל רואיגער.
רעאגירסט לכאורה נאר צום קעפל, אן ליינען די תוכן.
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
שוין דא אינגעלייט וואס גרייטן זיך צו מאכן סדרים אליין צום ערשטן מאל, זינט זיי שפירן אז עס איז נישט יושר צו גיין צו די עלטערן וועלכע זענען 60+..
-
- שר האלף
- תגובות: 1502
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
צענדליגע יודן פון פלעטבוש, פייוו טאונ׳ס גייען מאכן די ערשטע מאל די סדר אינדערהיים צוליב די קענסלעשנ׳ס פון די פסח האטעל פראגראמען.
- נכד החתם סופר
- שר העשר
- תגובות: 22
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 9:16 pm
Re:
גרשון האט געשריבן:wow! הערליך!
נישט צו פארקירעווען דעם שיינעם שמועס, אבער די נקודה אז קיינער האט נישט אויסגעלערנט קדש און די מה נשתנה איז אין מיינע אויגן א מעלה. איך קלער אז די מצוה פון סיפור יציאת מצרים איז געגעבן פאר'ן טאטן, און דאס יאר וועלן מיינע קינדער מיר אויסהערן מיט פיל מער אינעטערעסע. למעשה ווייס איך נישט צי ס'וועט טאקע אזוי זיין, צוליב די אומצאליגע סידיס וואס עקזיסטירן היינט (וועלכע ווערן זיכער ארבעטן טאג און נאכט צו געבן צייט פאר דער מאמע צו כאפן אן אטעם).
די אמת איז אז איך פלעג אלעמאל אזוי קלערן, און איך וועל עס אפילו פארשטערקערן, מען מאכט דאך ביים סדר נאכט אזויפיל זאכן צו מאכן די קינדער פרעגן, איז פארוואס דארף מען אויסלערנען פאר די קינדער אין חדר אלעס, און נאכדעם וואונדערן זיי זיך שוין נישט ווייל זיי ווייסען שוין די תשובה.
נאר למעשה איז די מסורה אין כלל ישראל, וכמובא בפוסקים, איז אז מען זאל דייקא יא אויסלערנען די קינדער פאר פסח, דער קדש ורחץ, דער מה נשתנה, וואס איז דאס די סדר נאכט, און אזוי ווייטער, אזוי אז די קינדער זאלן קומען גרייט צום סדר נאכט.
און אז די קינדער קומען אן גרייט צום סדר נאכט וועלן זיי אסאך בעסער אויפכאפן די נסים וואס פון יציאת מצרים, און אלץ וואס מען גייט זיי אויסלענען ביים ליל הסדר.
נאר דער זאכן וואס מען מאכט כדי די קינדער זאלן פרעגן, איז אויב די קינד האט נאכנישט ריכטיג אויפגעכאפט וואס איז די מטרה פון די סדר נאכט, רייצט מען אים אן זיין נייגעריגקייט, מיטן מאכן אינטרעסאנטע זאכן כדי ער זאל פרעגן מאי האי, פארוואס פונקט היינט מאכט מען דאס [מה נשתנה הלילה הזה], און אזוי וועט מען אים קענען ארייבאקן די יציאת מצרים און דער אמונה הטהורה.
[ובכל ענין מצות הסיפור בליל הסדר צריך להיות בדרך שאלה ותשובה, ואכמ"ל]
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
קען זיין מ'וועט דאס יאר דארפן פראווען א מעגא פסח שני...
אויסער אויב רוב כלל ישראל וויל עס טון - דעמאלטס קען מען נישט.
אויסער אויב רוב כלל ישראל וויל עס טון - דעמאלטס קען מען נישט.
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
ווילט איר פילן חירות דעם פסח ? דאן טוט וואס די אידן אין מצרים האבן געטון... ברענגט אריין א שעפסעלע אין שטוב, בינדט דאס צו צום בעט, און באפרייט עס ערב פסח...
- Borough Park
- שר האלף
- תגובות: 1533
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
חזון-איש'ניק האט געשריבן:בעזהי"ת
פרעג איך א איד היינט (פרעג מיר נישט ווי איך האב איהם געטראפן, פליז): ווי אזוי מיינסטו אז דיין פסח וועט אויסקוקען היי יאר, שנת תש"פ, אין א קארגע דריי וואכן.
ענטפערט ער מיר, בעסער געזאגט ער קרעצעט אוועק, מיט א זויערע פנים:
אויב חלילה וועל איך שוין דעמאלט זיין אנגעשטעקט, און מיין בני בית וועט אנטלויפן פון מיר ווי פון א מצורע, וועל איך וויילען די סדר נאכט אין מיין בעדרום, ניצען מיין בעט אלס א היסב בעטל, מיין רביצין וועט מיר דורך שטיפען די מצה פון אינטער די טיר, און מיינע קינדער וועלן זיצען אין דיינונג רום און שרייען אזוי הויען די מה נשתנה וואס קיינער האט זיי נישט אויסגעלערענט, אז איך זאל עס קענען הערן ביז מיין בעט.
אויב וועט עס זיין בעסער, און איך וועל האפענטליך זיין געזונט, וועל איך אנקומען צום סדר נאכט נאך 3 וואכן זיין דערשטיקט אינדערהיים מיט אלע קינדער, אן קיין מעגליכקייט צי ארויס גיין, ווער רעדט פון פסח'דיג מאכן ווי געוואוינט, ערב יו"ט אן א מקוה, דאווענען יו"ט ביינאכט וועט זיין אין דיינונג רום, הלל זאגט מען גראדע נישט ביחידות, פלייש וועט נישט זיכער זיין, פארמאטערטערהייט וועט מען זיך זעצן צום טיש, און ווען מען וועט אנהייבן קדש, וועט מען כאפן אז קיינער האט נישט אויסגעלערנט די קינדער קדש ווי עס דארף צי זיין...
פארוואס טאקע נישט די האסט זיי 3 וואכן אינדערהיים לערן זיי עס אויס
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
#1 never quit
#2 always remember rule #1
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8795
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
קעדילעק האט געשריבן:שוין דא אינגעלייט וואס גרייטן זיך צו מאכן סדרים אליין צום ערשטן מאל, זינט זיי שפירן אז עס איז נישט יושר צו גיין צו די עלטערן וועלכע זענען 60+..
נישט קיין יושר? זיי טארן נישט!!!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
פ' לך לך האט געשריבן:פארוואס איז יעצט עולה על הדעת וויאזוי גייט פסח אויסקוקן?? עס איז נוגע למעשה? פארוואס נעמט מען זיך בידים איבעריגע דאגות? לאזט'ס די מוחות במנוחה, לעב אביסל רואיגער.
שלושים יום קודם החג - טאטעס זאלן זיך פארקוקן צו קענען פארציילן פון יציאת מצרים פאר די קינדער, ווייל אנדערש ווי אנדערע יארן וועלן די קינדער נישט אנקומען מלא וגדוש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
צווייפעל האט געשריבן:ווילט איר פילן חירות דעם פסח ? דאן טוט וואס די אידן אין מצרים האבן געטון... ברענגט אריין א שעפסעלע אין שטוב, בינדט דאס צו צום בעט, און באפרייט עס ערב פסח...
דאס האבן מיר שוין געטון מיט אונזערע שעפסעלעך, דער פראבלעם איז נאר אז זיי ווערן נישט באפרייט ביז נאך פסח....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
וויאזוי גייט פסח אויסקוקן??
- אטעטשמענטס
-
- 97796.jpeg (32.27 KiB) געזען 2317 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
יישר כח הרב חזון-איש'ניק פאר די ווארימע ווערטער!
האסט געהויבן מיין געמיט!
האסט געהויבן מיין געמיט!
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5679
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
Re:
הערליך! ייש"כ הרב חזון איש'ניק פאר די הערליכע ווערטער!
צוויי קליינע הערות:
דאס איז לכאורה נישט ריכטיג. אין די משנה אין ערבי פסחים ווערט געברענגט די נוסח וואס מען האט געזאגט בזמן הבית, און עס איז אויך נאר פיר קשיות. די קשיא 'שבכל הלילות אנו אוכלים בין יושבין ובין מסובין' האט מען געמאכט נאכ'ן חורבן צו ערזעצן די קשיא "שבכל הלילות אנו אוכלין בשר צלי, שלוק, ומבושל, הלילה הזה כולו צלי."
*מלטה
צוויי קליינע הערות:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:איך דערמאן זיי נאכאמאל: "מען זאגט נישט טאטע לעבן איך וויל דער פיר קשיות פרעגן, נאר איך וויל די פינף קשיות פרעגן...".
דאס איז לכאורה נישט ריכטיג. אין די משנה אין ערבי פסחים ווערט געברענגט די נוסח וואס מען האט געזאגט בזמן הבית, און עס איז אויך נאר פיר קשיות. די קשיא 'שבכל הלילות אנו אוכלים בין יושבין ובין מסובין' האט מען געמאכט נאכ'ן חורבן צו ערזעצן די קשיא "שבכל הלילות אנו אוכלין בשר צלי, שלוק, ומבושל, הלילה הזה כולו צלי."
חזון-איש'ניק האט געשריבן:אנא ה' מלתה נפשי
*מלטה
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8795
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
איר קענט זיך איינשרייבן צו זיין אין די זעלבע חבורה פון הגר"ח קנייבסקי'ס קרבן פסח.
מ'האט שוין אויך באשטעלט א פלאץ וואו מ'גייט דאס עסן אי"ה.
מ'האט שוין אויך באשטעלט א פלאץ וואו מ'גייט דאס עסן אי"ה.
- אטעטשמענטס
-
- Capture.JPG (129.5 KiB) געזען 1881 מאל
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
לעכטל האט געשריבן:זייער זייער גוט געשריבן,
איר דארפט נישט צירוק גיין ביז תשרי תש"פ, עס איז געניג שבט תש"פ...
לאו דוקא, צרות אחרונות משכחין את הראשונות, דעמאלסט איז שוין געווען נאך די שטעכערייען און שיסערייען.
@חזון איש'ניק, ישר כח, הערליך.
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8852
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
גערעדט צו א וויזניצע אייניקל
זאגט ער מיר אז זיין טאטע האט פאריאר געמאכט די ערשטע מאל אליינס די סדר
אין ווי ס'קוקט אויס וועט ער שוין דאס יאר אויך מוזן מאכן אליינס

א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 653
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
- לאקאציע: קינדליין
Re: ווי אזוי גייט אויסזעהן די פסח אין שנת תש"פ?
די יאר גייט זיין די סדר נאכט ווי פאלגענד:
קדש -- ורחץ
כרפס -- ורחץ
יחץ -- ורחץ
מגיד -- ורחץ
מוציא מצה -- ורחץ
מרור - - ורחץ
כורך -- ורחץ
שולחן עורך -- ורחץ
צפון -- ורחץ
ברך -- ורחץ
הלל נרצה - ורחץ
קדש -- ורחץ
כרפס -- ורחץ
יחץ -- ורחץ
מגיד -- ורחץ
מוציא מצה -- ורחץ
מרור - - ורחץ
כורך -- ורחץ
שולחן עורך -- ורחץ
צפון -- ורחץ
ברך -- ורחץ
הלל נרצה - ורחץ