ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Shuli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shuli »

Capture.PNG
Capture.PNG (397.83 KiB) געזען 1936 מאל
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

ווער ביי די חתונה איז אלט 400 יאר?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22690
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

;l;p-
Shuli האט געשריבן:
Capture.PNG
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מיינע 3 ארטיקלען - תגובות אין דעם אשכול באקומען פון מיר דער אויסצייכענונג אלץ מיינע שטערקסטע תגובות פון יאר תש"פ, און ווען איך ליין עס יעצט איבער ווינדער איך מיר אליין ווי איך האב מצליח געווען צו שרייבן די סארט ארטיקלען בימי הרת עולם, תקופת מגיפת קאראנא, אין די סעמע צענטער פון דער גרויסער צומישעניש.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

עכט היימיש האט געשריבן:מיינע 3 ארטיקלען - תגובות אין דעם אשכול באקומען פון מיר דער אויסצייכענונג אלץ מיינע שטערקסטע תגובות פון יאר תש"פ, און ווען איך ליין עס יעצט איבער ווינדער איך מיר אליין ווי איך האב מצליח געווען צו שרייבן די סארט ארטיקלען בימי הרת עולם, תקופת מגיפת קאראנא, אין די סעמע צענטער פון דער גרויסער צומישעניש.

ריכטיג!!
גאר שטארקע ריכטיגע דיבורים!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

עכט היימיש האט געשריבן:מיינע 3 ארטיקלען - תגובות אין דעם אשכול באקומען פון מיר דער אויסצייכענונג אלץ מיינע שטערקסטע תגובות פון יאר תש"פ, און ווען איך ליין עס יעצט איבער ווינדער איך מיר אליין ווי איך האב מצליח געווען צו שרייבן די סארט ארטיקלען בימי הרת עולם, תקופת מגיפת קאראנא, אין די סעמע צענטער פון דער גרויסער צומישעניש.

;l;p-
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

די אשכול האט היבש אויסגעגראדט דעם קאפ אינמיטן די גאנצע סומאטוכע
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

ליידער דארף מען פון פריש מחדש זיין דער אשכול. און יא, ווידער איבער די קאראנא מגיפה. דאסמאל איז עס איבער אונזער גאווענער.

מענטשן זענען פרוסטרירט, מענטשן זענען צומישט, מענטשן זענען גערעגט. און די אלע מצבים ברענגט מענטשן צו נעמען שריט, און די אלע שריט מאכט נאר ארגער און ארגער דער מצב. און ווען מען קומט אן צום דעד-ענד, דארט וואו עס שטייט דער גרויסער סיין "מיר זענען אין גלות" דאן ווערט מען נאך ווילד, און די גאנצע וועלט, אריינגערעכענט די היימישע רבנים און עסקנים ווערן שולדיג אין דער סימפל פאקט אז מיר זענען אין גלות.

ביי דער יעצטיגער פאל איז דא א מציאות אז די היימישע געגענטער זענען אינטער ספאט לייט, רוב ציבור האט פארשטאנען און זיך אויפגעפירט ווי גלות אידן, אנגעטון מאסקעס, פראבירט צו זיך צושטעלן ווי ווייט עס איז שייך. און געהאפט אז מיטן צייגן פארשטענדעניש וועט מען זיך א עצה געבן.

מען דארף פארשטיין אז דער פאקט אז מיר זענען אידן ברענגט מיט זיך דער מציאות פון עשיו שונא ליעקב, עס איז נישט קיין חילוק צווישן א ליבעראלע גוי און א קאנסערוואטיוו. די אפסטעיט קאנסערוואטיוון גלייכן אונז נישט קיין איין פעני מער ווי די לינקע, און ווי אידן וועלן נאר גיין וועלן זיי שפירן דער פאקט אז זיי זענען אין גלות, פלארידע ווי אין ניו יארק, איבעראל. ווייל... מיר זענען אין גלות.

דער איינציגסטע עכטע עצה איז צו איינציען, נישט אז מען דארף פארמאכן, אדער סיי וואס. וואס יא אדער נישט צו טון לאז איך פאר אונזערע מנהיגים שליט"א, אבער דער וועג איז צו זיכער מאכן אז מען גייט אראפ פון דער נייעס, היסטאריע האט געוויזן אז דער גאווענער זוכט נישט אונז צו טשעפענען, און ווען די מידיע קריכט ווען אראפ פון אים, און מיר מאכן זיכער צו זיין שטיל וואלט ער געטון דאס זעלבע.

למעשה האבן עטליכע יוגענטליכע מיט טוויטער אקאונ'ס, מיט אנדערע צולאזטע בריה'ס מחליט געווען צו זיכער מאכן אז די גאנצע לאקאלע מידיע ווערט אויסגעדרייט צו אונזער ריכטונג, קללות ביזן טויט צום גאווענער און מעיאר פון היימישע טוויטער אקאונ'ס איז געווארן א אפטע ערשיינונג, די לאקאלע מידיע האט איינמאל און נאכאמאל אויפגעשפילט דער ווידיאו ווי יענער שרייט 'איר האט פיינט דעבלאזיאו?' און צענדליגער חסידיש געקליידעטע מענער שרייען צוריק "יא". און יענער גייט ווייטער 'איר האט אסאך מער פיינט קאמאו?' און דער הילכיגער "יא" איז דאס מאל אזאך שטערקער...

וואס מיינט עטס, וואס גייט זיין די רעזולטאט פון אזא ראיאט און העצע? רעדט איר זיך איין רגע איין אז סיי וועלכע פליטיקאנט וואלט זיך נישט נוקם געווען ביז צו די ענדע? ליידער ליידער אנשטאט מיר זאלן זען צו פארשווינדן ווערן פון דער אויבן אן האבן מיר מחליט געווען צו פארבלייבן אין דער סאמע צענטער, מען זאל ווי מער, און ווי שטערקער קוקן אויף אונז.

יעצט ליידער עסט מען די פירות פון די סארט אויפירונג, און דער אויבערשטער זאל שומר ומציל זיין וואס עס קען נאך קומען, דער גאווענער איז בעה"ב אין ניו יארק, ער האט גאר אסאך מאכט. די איינציגסטע עצה איז אראפגיין פון די נייעס, אראפגיין פון די מאפע, מען זאל נישט הערן פון אונז, מען זאל אונז נישט זען, נאר אזוי גייט מען ערגעץ אנקומען. לאוסאוטס מיט ווייטער'דיגע קאמפן גייט ברענגען א פארקערטע רעאקציע.

עס איז פארשטענדליך אז מענטשן ווערן צוקאכט, מען וויל 'ווייזן דעם גאווענער'. אבער רבותי, האלט דעם קאפ גראד, לאזט נישט היץ איבערנעמען דעם שכל, מיר דארפן זיכער מאכן צו ענדיגן און דערשטיקען די טוויטער מעסעדזשעס פון יעדן ווילדן בחור, זיכער מאכן אז די ראיאטן שטעלן זיך אפ, אזוי אז מיר זאלן מער נישט געזען ווערן. נאר אזוי גייט זיך עס ענדיגן, ווייל אין א פייט, איז ער שטערקער.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

שטארק גערעכט הרב היימיש, א פחד וואס גייט פאר, מענטשן האבן פארלוירן די אויגן גלעזער צו זען צוויי פוס פאראויס.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

עכט היימיש האט געשריבן:ליידער דארף מען פון פריש מחדש זיין דער אשכול. און יא, ווידער איבער די קאראנא מגיפה. דאסמאל איז עס איבער אונזער גאווענער.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אביסל "גראדע קאפ" דיבורים אין דעם אזוי צומישטן תקופה
---
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

;l;p- ;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

א איד וואס האט טוויטער דארף דאך עניוועי נישט זיין ביי אונז, מען דארף אסרן סאשעל מידיע. עס לאזט יעדן צודרייטער אונז פארטרעטן. א איד וואס טוויט דארף ווערן אויסגעשפיגן, סארי
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גוט מארגן..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

Goodmorning האט געשריבן:א איד וואס האט טוויטער דארף דאך עניוועי נישט זיין ביי אונז, מען דארף אסרן סאשעל מידיע. עס לאזט יעדן צודרייטער אונז פארטרעטן. א איד וואס טוויט דארף ווערן אויסגעשפיגן, סארי

איר זענט בעצם גערעכט.
אבער וואס וועט דאס אויפטוהן אויב יענער ווערט נישט דורכדעם געבלאקט פון ווייטער שיקן זיינע זאכן?!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Goodmorning האט געשריבן:א איד וואס האט טוויטער דארף דאך עניוועי נישט זיין ביי אונז, מען דארף אסרן סאשעל מידיע. עס לאזט יעדן צודרייטער אונז פארטרעטן. א איד וואס טוויט דארף ווערן אויסגעשפיגן, סארי

איך ווייס נישט וויפיל עס וועט אויפטון, זיי וועלן עניוועי ווייטער טוויטן. אויב עפעס וועט עס העלפן אז אונזער מיינדסעט זאל נישט ווערן אזוי אינפלוענסד דורך זיי.


האקט
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

דאן דארפן קהילות האבן אייגענע, איינגעהאלטענע, באזעסענע טוויטער אקאונטס צו פארוואסערן די עפעקטס.
שויתי ה' לנגדי תמיד
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

זייער שטארקע און אמת'ע דיבורים!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22690
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פונקט געזעהן א קליפ ווי עפעס א פאפיולערע קאנסערוואטיווע דרשן פרייט זיך באמת מיט די פראטעסטן און ווייזט די קליפ איבער און איבער און איבער. ער ענדיגט זיין דרשה מיט ברכות לרוב פארן קהילה. ממילא קען זיין אז די ענין פון פראטעסטען איז פשוט א פארטייאישע זאך. איך נעם מיך נישט אן פאר דעם, און דעס איז זיכער אז מיר וואוינען אין די ליבעראלע נ"י, אבער פראטעסטן איז אייביג געווען אן ארויפגעקוקטע זאך ביי די אמעריקאנע. נישט אלעס איז אזוי שווארץ און ווייס.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

הרב היימיש שרייבסט זייער גוט, און מיין נישט אז דיינע ווערטער טיען נישט אויף, הגם סאיז נאר א חלק פון א גרעסערע סאשעל מידיא פראבלעם איז אבער יעדע פעולה אין א גוטע דירעקשען באגריסנסווערד,

לגבי אונזער באציאונגען מיט א גאווערמענט.

די ווערטער אז ער קען זיך נוקם זיין מיט זיין מאכט, דארף אויך ווערען ווי ווייניגער ארויסגעברענגט, טאקע ווייל די סאשעל מידיא מאשין איז איינגעוויקעלט און ארום געוויקעלט שרעקליך ארום אונזער געמיינדע -מקען ממש זאגען אונז זעמיר ארום גענומען מיט לאנד מינעס וואס אויב וואקט מען אומפארזיכטיג קען עס חלילה אויפרייסען- יעדעס איבריג ווארט קען אויסגעטייטשט ווערען דורך לייכטזיניגע און אויבערפלעכליכע מענטשען, און ביי די איצטיגע פאזע קען דאס טרייבען ווייטער צי פירען מערכהס,

די נאטור פון סאשעל מידיא איז צי רעאגירען ספאנטאן איבערגעאיילט אויבערפלעכליך אין לייכטזיניג, ביז דאס פראדוצירט צימאל נייעס פאר זיך, רוב מאל נישט גוטע נייעס,

אבער דעס ביסטו גערעכט און דאס דארף מען יא ארויסברענגען איינמאל און נאכמאל -אן קיין דירעקטע סיבה- אז ממוז אראפגיין פון די נייעס, ווען סאיז נישט דא קיין נייעס איז נישט דא קייו פראבלעמען און איבערגעטריבענע עמאשענס, ווי די האסט זייער זייער גוט ארויסגעברענגט,

און גודמארניג איז זייער גערעכט מיט די טענה אז אויב וועט מען אויסשאלטערען טוויטער פון אונזער געמיינדע גייט מען אנקומעו זייער ווייט, ווייל סהאט געוויזען אז סאיז יצא שכרו בהפסדו , און ווי ווייניגער מענטשען וועלען זיך שפילען אלטס גרינגער וועט אפטריקענען די בלאטע,
אבער דעס איז א שמיעס פאר זיך
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

סטיטשינער האט געשריבן:פונקט געזעהן א קליפ ווי עפעס א פאפיולערע קאנסערוואטיווע דרשן פרייט זיך באמת מיט די פראטעסטן און ווייזט די קליפ איבער און איבער און איבער. ער ענדיגט זיין דרשה מיט ברכות לרוב פארן קהילה. ממילא קען זיין אז די ענין פון פראטעסטען איז פשוט א פארטייאישע זאך. איך נעם מיך נישט אן פאר דעם, און דעס איז זיכער אז מיר וואוינען אין די ליבעראלע נ"י, אבער פראטעסטן איז אייביג געווען אן ארויפגעקוקטע זאך ביי די אמעריקאנע. נישט אלעס איז אזוי שווארץ און ווייס.

יא כהאב עס אויך געזען אויב די רעדסט פון די זעלבע זאך
אבער סאיז א דיעבד און מלייגט זיך אריין אין א קראנקע בעט
דעס איז א ענדלאזע סייקעל פון ירידות און אמאל עליות, וואס ענדיגט זיך נאר ווען משפאצירט אוועק,

דעס איז א ענין פון אי איכא דרכא אחרינא
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

סטיטשינער האט געשריבן:פונקט געזעהן א קליפ ווי עפעס א פאפיולערע קאנסערוואטיווע דרשן פרייט זיך באמת מיט די פראטעסטן און ווייזט די קליפ איבער און איבער און איבער. ער ענדיגט זיין דרשה מיט ברכות לרוב פארן קהילה. ממילא קען זיין אז די ענין פון פראטעסטען איז פשוט א פארטייאישע זאך. איך נעם מיך נישט אן פאר דעם, און דעס איז זיכער אז מיר וואוינען אין די ליבעראלע נ"י, אבער פראטעסטן איז אייביג געווען אן ארויפגעקוקטע זאך ביי די אמעריקאנע. נישט אלעס איז אזוי שווארץ און ווייס.

ריכטיג!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

און וואס האסטו פון עס אין נו יארק ווי רוב האלטן פון קאומא?
און עסט מיינסט נעבאך אז יענער וועט נישט שימפן אויף אונז ווען אים לוינט?
מיר טארן נישט זיין אין קיינעם׳ס מויל. מיר טארן נישט ווערן אויסגענוצט ווען איינעם שמעקט בעסער אזוי פאר זיין פאליטיק. מיר טארן נישט ווערן בכלל אינוואלווד אין פאליטיק אויסער הכרת הטוב אדער צוזאגן צו ארבעטן צוזאמען.

לערנט אייך אויס. מיר זענען אין גלות
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22690
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

איך האב מיך באצויגן צום שירה ווי ער שרייבט אז סיי ביים ליבעראלע און סיי ביים קאנסערוואטיווע זענען מיר פארפיינטעט צוליב דעם.
עס איז פאליטיק ווי יעדער פאליטיק, און אז מען נעמט איין זייט, פארשטייטזיך ווערט מען פארפיינטעט ביי די צווייטע, נישט ווייניגער ווי דער ליבעראלע האט פיינט די קאנסערוויטיווע. צו דאס איז התגרות באומת און א חילול השם ווייס איך נישט. און צו דעס קען אונז שאטן לעתיד ווייס איך אויך נישט ווייל פון די אנדערע זייט קען עס ברענגען פיל טובות אויך. (איך רעד נישט לגבי די יעצטיגע מערכה.)
עס איז פאליטיקס פלעין און סימפל.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Goodmorning האט געשריבן:און וואס האסטו פון עס אין נו יארק ווי רוב האלטן פון קאומא?
און עסט מיינסט נעבאך אז יענער וועט נישט שימפן אויף אונז ווען אים לוינט?
מיר טארן נישט זיין אין קיינעם׳ס מויל. מיר טארן נישט ווערן אויסגענוצט ווען איינעם שמעקט בעסער אזוי פאר זיין פאליטיק. מיר טארן נישט ווערן בכלל אינוואלווד אין פאליטיק אויסער הכרת הטוב אדער צוזאגן צו ארבעטן צוזאמען.

לערנט אייך אויס. מיר זענען אין גלות

פאליטיק איז נישט די נושא דא, קיינער פרובירט נישט דא צו ווערן אינוואלווד אין פאליטיק.

רב @סטיטשינער ברענגט נאר ארויס; אז פראטעסטן זענען בכלל נישט אזא אפגעפרעגטע זאך ביים אמעריקאנער המון. און נישט ווי געוויסע ווילן עס אראפלייגן.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

סטיטשינער האט געשריבן:איך האב מיך באצויגן צום שירה ווי ער שרייבט אז סיי ביים ליבעראלע און סיי ביים קאנסערוואטיווע זענען מיר פארפיינטעט צוליב דעם.
עס איז פאליטיק ווי יעדער פאליטיק, און אז מען נעמט איין זייט, פארשטייטזיך ווערט מען פארפיינטעט ביי די צווייטע, נישט ווייניגער ווי דער ליבעראלע האט פיינט די קאנסערוויטיווע. צו דאס איז התגרות באומת און א חילול השם ווייס איך נישט. און צו דעס קען אונז שאטן לעתיד ווייס איך אויך נישט ווייל פון די אנדערע זייט קען עס ברענגען פיל טובות אויך. (איך רעד נישט לגבי די יעצטיגע מערכה.)
עס איז פאליטיקס פלעין און סימפל.

און ווען מיר ווערן א פאליטישע טול ביי עני זייט איז צרות. בפרט אז דו וואוינסט צווישן ליבעראלן
שויתי ה' לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”