ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

Programming האט געשריבן:טעראריזיר יא! ס'איז נישטא קיין תירוץ פון גברא דמרי' סייעי'. פינטל. אדער מעג מען / דארף מען (אויב ס'איז טאקע מעגליך עס צו טון אויף א אויסגעהאלטענעם אופן הונדערט פראצענטיג אן קיין שום קונצן), אדער טאר מען נישט און מען איז א רוצח אדער עני אנדערע נידריגע זאך. זאג פאר דעם איד וואס דו קוקסט אן א גברא דמרי' סייעי' (= העכער די חוקי הטבע): אזאלכע אידן ווי דו האבן גע'הרג'ט ר' אברהם יהושע פריינד און ר' מעכל ראזענפעלד.

אנטשולדיגט, אז איר זענט אויסגעלאפן פון טיילענאל, קומט זיך נאך נישט קיין מיתה פאר קיינעם...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
נאך איינער

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

לייפציק האט געשריבן:איך זיץ ליידער אינערהיים, און גיי נישט אין מקוה שוין באלד צוויי וואכן.

און עס ברור אז להלכה דארף מען זיך היטן, יעדע רב הייסט אזוי, נישטא קיין רב וואס הייסט זיך נישט היטן, בלייבן אין שטוב אז מ'פילט נישט גוט, און דאווענען אפגערוקט פון אנדערע אא"וו.

.

אקעי זאכן האבן זיך געטוישט זייט פארגאנגענעם דאנערשטיג,

דאנערשטיג האט איר נאך געשריבן אויף א פאבליק פאורם אז עלטערע יודן מעגן גיין אין מקוה אין סוועט זיי גארנישט שאטן, אין די רבנים זאגן אפילו אזוי,

וואס האט פאסירט? א נאענטע קרוב איז ארויף אויפן רעספרעטאר, אדער אוועק השם ירחם?

נ. ב. אין בין נישט מחולק אויף אייער תגובה,
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3649
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

עכט היימיש האט געשריבן:ווען איך האב געפענט דער אשכול מיט ארום צווי וואכן צוריק, האב איך געמאכט דער קעפל אז מען זאל האלטן דער קאפ "גראד", בשעת'ן שרייבן דער קעפל האב איך אליין נישט געוויסט ווי ווייט דער קעפל איז גערעכט, אבער יא, מען דארף האלטן דער קאפ גראד, נישט רעכטס און נישט לינקס, נאר גראד.

אין די לעצטערע ארטיקלען האבן מיר ארויסגעברענגט צוויי נקודות, איינס איבער דער טראסט וואס מיר דארפן האבן אין אונזערע מנהיגים, און די צווייטע דער ווייטאג אקעגן די נידריגע מוסרים וועכע באשמיצן כלל ישראל, אבער ליידער דארף מען היינט נעמען דער פעדער אין די האנט, און שרייבן אקעגן די א. ג. "רעכטע" און א. ג. "פרומע" רוצחים.

עס שטייט אין די תורה לא תטע לך מן הדרך אשר יגידו לך ימין ושמאל, מען דארף זיין גראד אויף דער אויסגעטרעטענער וועג, נישט שמאל, זיין מוסרים ורודפים שפלים, אבער אויך נישט ימין, זיי נישט פרומער ווי די תורה, ווייל קענסט זיין א פשוטער מערדער, מען קען הארגענען א איד מיט א סמארטפאן, און מען קען אויך הארגענען א איד מיט א דיקע גארטל, און מיט א מקוה!

ליידער אין דער ביטערער תקופה וואס אין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירתו זענען אויפגעשטאנען א כאפטע יונגען, בעלי ההאטליין הידוע אין זייערע שותפים, און האבן באשלאסן צו אויסנוצן דער יעצטיגער מצב צו שטיפן זייער נידריגע אגענדע אקעגן רבנים און עסקנים.

עס איז נישט קיין נפקא מינא צי איר האלט יא פון פערלס צי נישט, צי איר האלט יא פון קאמאן קאור צי נישט, אבער נעמען דער יעצטיגער בלוטיגער מצב און שפרינגען מיט אכזריות אויף אידיש בלוט, און איינרעדן מענטשן צו גיין צו בתי מדרשים, און זיך ווייקן מקוואות, און מאכן א מצב כאילו דער וויירוס איז נאר ווי דער פלו, און אז מען האט נאר פארמאכט די בתי מדרשים וועגן די "עסקנים", דער שפראך איז רציחה גמירה, און איר קענט נישט זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה.

עס איז דא אידן וואס הערן דעם האטליין ערב ובוקר וצהרים, זיי מיינען אז דער עסקן וואס קען אפליינען א ענגלישע דאקומענט, און ער קען דער שפראך וואס רוב צוהערער קענען נישט, ממילא האלטן זיי אז ער איז גאר א דאקטאר, און א פארפעסער, און זיי דרשענען נאך זיינע רעיונות איבער אלס און אלעמען, און זיינע דברי פי ח.. ווערן איבערגעקייט אין די מעסעדזשעס אויף דער ליין, און ווערן נאכגעקאטשקעט אויף אייוועלט ביז דער מעקער קומט.

הערט מיר אויס אידן! איך בעט אייך, דם ישראל נשפך כמים! הערט אויף צו פארשפרייטן שקרים! הערט אויף צו העצן אקעגן אונזערע מנהיגים כאילו מען האט זיי אנגעדרייט אין אזא קריטישע מאמענט! דער הארץ בלוטיגט ווען מען הערט מינוט נאך מינוט פון נאך געפאלענע ל"ע, און א ברייטע ביבער הוט איז נישט קיין היתר אויף רציחה!

פאר איך בין מסיים וויל איך פארדאמען דער עדיטאריעל שרייבער אין צייטונג פלוני וועלכע אטאקירט אייוועלט כאילו דא איז א פלאטפארמע פאר די פרומע העצערייען אקעגן די מנהיגים,
א זאך וואס איז שקר גמור, און אדרבה די מנהלים ארבעטן שווער צו האלטן דאס ארט ריין פון די סארט העצע, וכמה ניקים כבר נחסמו.

עכט ווי אלעמאל!!!
רעדט צום זאך און צום פינטל! זאל דער באשעפער אריינגעבן א טראפעלע שכל אין די אידן...
אוועטאר
גרויסער חכם
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2020 12:00 am
לאקאציע: אין קעניגס פאלאץ

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסער חכם »

יישר כח לייפציק עס ברענגט ארויס דאס וואס עגבערט מיר שוין זייער לאנג פארוואס זענען די שולן און אידישקייט פאר גשמיות און באקוועמליכקייט...
מוראדיג שטארק און גוט ארויסגעברענגט א גרויסן דאנק.
ביים קעניג פלעגן זיך דרייען די גרויסע חכמים
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

נאך איינער האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:איך זיץ ליידער אינערהיים, און גיי נישט אין מקוה שוין באלד צוויי וואכן.

און עס ברור אז להלכה דארף מען זיך היטן, יעדע רב הייסט אזוי, נישטא קיין רב וואס הייסט זיך נישט היטן, בלייבן אין שטוב אז מ'פילט נישט גוט, און דאווענען אפגערוקט פון אנדערע אא"וו.

.

אקעי זאכן האבן זיך געטוישט זייט פארגאנגענעם דאנערשטיג,

דאנערשטיג האט איר נאך געשריבן אויף א פאבליק פאורם אז עלטערע יודן מעגן גיין אין מקוה אין סוועט זיי גארנישט שאטן, אין די רבנים זאגן אפילו אזוי,

וואס האט פאסירט? א נאענטע קרוב איז ארויף אויפן רעספרעטאר, אדער אוועק השם ירחם?

נ. ב. אין בין נישט מחולק אויף אייער תגובה,

איר קענט איבערקוקן אלע מיינע תגובות, און איך זאג יעצט די זעלבע, יעדער איד האלט מ'דארף זיך היטן, סיי רבנים, און אפילו דאקטורים, וואס היטן מיינט זאל יעדער הערן ביי זיין רב, אויב זיין רב האלט די מקוה אפען און היט אויף בריאות, זאל מען עס נוצן געזונטעהייט, די זעלבע מיט גראסעריס, אויב מאכט א איד זיכער אז ס'איז אויסגהאלטן, און מהיט אויף דיסטאנסינג סיי אינעווייניג סיי אינדרויסן, יאכלו ענוים וישבעו.

איך האב ב"ה נישט קיין שום קרוב אויף קיין רעספערעיטער, און איך בין די גאנצע צייט נישט געגאנגען אין מקוה, מיין רב גייט אויך נישט, און עס טוט מיר וויי די צרות וואס כלל ישראל מאכט מיט, און עס טוט מיר אויך וויי ווי פרקי עול נוצן אויס די מצב, גארנישט טוישט זיך נישט.

(איך זאג אפילו דאקטורים, ווייל רבנים היטן אונז פול מער ווי דאקטורים, (ביי כמה וכמה פעלער וואס דאקטורים זאגן ס'איז גארנישט, למשל ביי געלקייט פון א ברית, ביי אסאך פעלער פון אידישע מאמעס אין אנדערע אומשטענדן אעוד ועוד, וואס דאקטורים לאכן, און רבנים גייען בכל חומר הדין אפצוהיטן, ווי נאריש איז צו זאגן אז דער דאקטאר היט אונז מער ווי דעת תורה).
נאך איינער

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

לייפציק האט געשריבן:

ביסטי נישט געווען דער וואס האט געשריבן פאריגע וואך אויף א עלטערע יוד וואס איז געגאנגען אין מקוה אז ער האט געטון זייער גיט?

אויך בין דער וואס זאגט יעדער זאל טון וואס זיין רב זאגט, פון מקוה ביז גראסערי, און נישט טייטלען קיין פינגער'ס אויף א צווייטן נאר אויף אידישקייט זאכן, ווי איך האב פריער געשריבן, קיינער האט נאכנישט געשריבן אז איינער איז געשטארבן ווייל ער איז געשטאנען אין ליין פאר סושי, יעדער איז נאר ביזי ווער ס'איז געשטארבן ווייל ער איז געגאנגען אין מקוה, גענוג קלאר? וואס איז די זין איבערצוקייען נאכאמאל.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

לייפציק האט געשריבן:אויך בין דער וואס זאגט יעדער זאל טון וואס זיין רב זאגט, פון מקוה ביז גראסערי

דאס איז נישט קיין גרעכטע מהלך ווייל אונז זענען אלע אויף די זעלבע שיף און זיין רב איז נישט א מומחה אויף די ווירוס קען ער נישט ארום גיין אנשטעקן מענטשען און זאגן רב

די עולם מאכט א טעות די אלע זאכן זענען נישט קיין הלכה שאלה די הלכה איז זייער פשוט דאס אלעס איז א מציאות שאלה און דאס פרעגט מען א מומחה וואס קען די מציאות
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

עציץ נקוב האט געשריבן:

ווען איך האב געפיבערט אין בעט, און איך האב זיכער געמאכט אז מיין ווייב ווייסט פונקטליך וועגן מיין לייף אינשוראנס פאליסי, און איך האב איבערגעבעטן חברים פון ישיבה פון צענדליגע יארן צירוק, האבן איך אויך און אכט גענומען צו נידערן דעהם טאן וועגען מקוואות און וועגען מנינים. אבער ההכרח לא יגונה. איך קום איצט נישט שרייבן וועגען מנין אדער מקוה. איך קום דא שרייבן בכלליות.

איך האב יא משפחה אויף רעספירעיטעס, צו פיהל! אויך האבן מיהר ליידער יא באקאנטע וואס זענען שוין געשטארבן, איבערלאזענדיג יתומים.

און וואס וויל איך דא שרייבן??? ניין!!! מען מעג נישט גיין אין גראסערי, א חוץ איינער פון די משפחה, מיט א מאסק, איינמאהל א וואך ווייל מען מוז האבן עסען. אויב האסטו פארגעסען עפעס, גיב דיך אן עצה אהן דעהם!!! איך האב יא געשריבן די גאנצע צייט מען זאל נישט גיין אין די גאסן, נישט נאר אז אין מקוה זאל מען נישט גיין. און אוואדאי, ח"ו גיין פאר סושי. און ביטע, ביטע, שרייבט מיהר נישט צירוק אז די סמארטפאון חברה גייען נישט אין שוהל אבער גייען יא פאר סושי, און זיי פארשפרייטן אלע קליפס. זיי טארן נישט! איך האב זיי גאר שארף פארדאמט! אבער וואס האט עס מיט אייך???

איך האב א קרוב וואס איז געגאנגן נארמאל אין שוהל מיט זיינע בחורים. ער האט אן אישו (immune compromised). לאמיהר זאגן דייעביטיס... איך וויל נישט מאכן גילו, זאג איך נישט פונטקליך וואס. ער האט זיך אויסגעלאכט! ער איז אראפגעקומען מיט פיבער. מען האט איהם ב"ה געראטעוועט. ער פארפיהרט יעצט וועגן די מצב אין שפיטעלער. אז זיי זענען חיות און רשעים, און מען טוט גארנישט. העלאו!!! מיהר האבן זיך געבעטן ביי אייך פיהר וואכן צירוק אז די שפיטעלער וועלען נישט קענען פארנעמען. מען האט זיך געבעטן אז מען זאך זיכער מאכן אז עס געשעהט נישט וואס איז געשעהן אין איטאלע, א פארגעשריטענע מערב וועלט לאנד! מען האט זיך געבעטן, געבעטן, געבעטן, מען זאל שוין אויפהערן זיך דרייען, אז עס זאל נישט געשעהן דאס אויף וואס איהר פארפיהרט איצט!!!

און רבותי, מען מיינט אז ווען איינער גיט זיך אכטוג איז ער א מקיל. ח"ו. הרב בראנסדארפער זאגט אז מען ברויך מחמיר זיין אויף ונשמרתם, און ח"ו נישט אהנשטעקן יענעם.
עס מוז געזאגט ווערן דעהם אמת אין פנים אריין. נישט ווייל איך וויל איינעם וויי טוהן. נאר פשוט לתועלת: רוב פון די היימישע ציבור האט נישט קיין אנונג וויאזוי germs ארבייטען און וויאזוי די וויירוס פארשפרייט זיך. רבותי! בלייבט אינדערהיים, עד יעבור זעם. איהר ראטעוועט לעבענס.

ביי מיהר קומען נישט די קינדער צום סדר! מיינע עלטערן קומען נישט! יויש וויל איך מען זאל קומען... ביי אונז (אזוי ווי ביי גאנץ כלל ישראל), די סדר איז די הויעך פונקט פון די יאהר. אבער פארפאלען. מיהר האבן א תורה. אויב א קינד קומט און כאפט דאס, ער טראגט עס צירוק אהיים, דאן שפיהלט ער זיך אין דרייוועי מיט די שכנים (א פרשה פאר זיך...), און עס קומט אהן צו א איד וואס ווערט נישט געזונט, ווי קען מען נעמען די אחריות!!?? און ביטע, ביטע, נישט צירוקשרייבן אז איעדער גייט עס סייווי באקומען. די געדאנקט דא איז מען זאל נישט איבערשטרענגן די העלטה קעיר סיסטעם. מען זאל נישט אויסלויפען פון רעספירעיטערס.

קרעדיט אויפן יהי רצון: גליון דמשק אליעזר, ערב פסח, י"ד ניסן - שנת תש"פ לפ"ק - שנה ז' גליון ט"ז

ויהי רצון שיקויים במהרה מאמר חז"ל (ראש השנה יא.) "בניסן נגאלו ובניסן עתידין להיגאל", ואנו תפילה לאבינו שבשמים על החולים היתרפאו ועל הבריאים שלא יחלו, ויהיה לכל בני ישראל פרנסה בריוח, וְשֶׁלֹּא יִצְטָרְכוּ עַמְּךָ בֵּית יִשְֹרָאֵל בְּפַרְנָסָה זֶה לָזֶה וְלֹא לְעַם אַחֵר, אמן ואמן.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום מיטוואך אפריל 08, 2020 12:28 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עציץ נקוב האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:אויך בין דער וואס זאגט יעדער זאל טון וואס זיין רב זאגט, פון מקוה ביז גראסערי

דאס איז נישט קיין גרעכטע מהלך ווייל אונז זענען אלע אויף די זעלבע שיף און זיין רב איז נישט א מומחה אויף די ווירוס קען ער נישט ארום גיין אנשטעקן מענטשען און זאגן רב

די עולם מאכט א טעות די אלע זאכן זענען נישט קיין הלכה שאלה די הלכה איז זייער פשוט דאס אלעס איז א מציאות שאלה און דאס פרעגט מען א מומחה וואס קען די מציאות

וואס איז די הלכה?

איך וואונדער מיר, ווייל דא איז מען געווען ביזי שרייען א גאנצן צייט: רבנים רבנים....
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

תגובה דורך פרישע קוגל »

מיין סך הכל איז אז יעדער טוט וואס ער וויל...
די מנינים מאכערס, די וואטסעפפ מוסרים, די האט ליינס, די וואס כאפן זיך אריין אין מקוואות, די וואס גייען אין גראסערי אן מאסקעס, און די וואס גייען מיט מאסקעס, די וואס קויפן סושי, די וואס שרייען אויף שומרים, און די וואס פארטיידיגן זיי, אי.טי.סי
און יעדער טענה'ט חיי וקים אז ער איז גערעכט..
יענער פאלגט זיין דיין, א צווייטער וויל ח"ו נישט זיין קיין רוצח, אין א דריטער נעמט עס צו נעקסט לעוול און ער פויקט אויס זיין שיטה פאר ווער עס וויל עס הערן - ליינען -
כ'מיין אז ס'איז צייט אויפצוהערן זיך טענה'ן. (פארשטייט זיך נאר ווער עס מיינט אז ער גייט טוישן איינעמס מיינונג מיט זיינע הסברים, ווער עס שרייבט סטם ווייל ס'איז דא גענוג צייט זאל אונגיין פול פארס) קיינער האלט זיך נישט ביים טוישן זיין מיינונג וועגן איינער אויף אייוועלט האט אזוי געשריבן. און יעדער טוט עני וועי וואס ער וויל כניסך אמעריקע...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Kosher travel האט געטוישט מיין מהלך מיט היבש א סך.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פעיק נוז האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:אויך בין דער וואס זאגט יעדער זאל טון וואס זיין רב זאגט, פון מקוה ביז גראסערי

דאס איז נישט קיין גרעכטע מהלך ווייל אונז זענען אלע אויף די זעלבע שיף און זיין רב איז נישט א מומחה אויף די ווירוס קען ער נישט ארום גיין אנשטעקן מענטשען און זאגן רב

די עולם מאכט א טעות די אלע זאכן זענען נישט קיין הלכה שאלה די הלכה איז זייער פשוט דאס אלעס איז א מציאות שאלה און דאס פרעגט מען א מומחה וואס קען די מציאות

וואס איז די הלכה?

איך וואונדער מיר, ווייל דא איז מען געווען ביזי שרייען א גאנצן צייט: רבנים רבנים....

If you have a Halacha question, ask the Rabbi
If you have a medical question, ask your doctor!!!
If you have a Halacha question on the medical reply from your doctor, ask the Rabbi
און צי די אלא חכמים וואס פארדרייען די רבנים א קאפ וועגען די מציאות אין medical, הערט אויף!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

;l;p- עכט
;l;p- לייפציג
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

פעיק נוז האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:אויך בין דער וואס זאגט יעדער זאל טון וואס זיין רב זאגט, פון מקוה ביז גראסערי

דאס איז נישט קיין גרעכטע מהלך ווייל אונז זענען אלע אויף די זעלבע שיף און זיין רב איז נישט א מומחה אויף די ווירוס קען ער נישט ארום גיין אנשטעקן מענטשען און זאגן רב

די עולם מאכט א טעות די אלע זאכן זענען נישט קיין הלכה שאלה די הלכה איז זייער פשוט דאס אלעס איז א מציאות שאלה און דאס פרעגט מען א מומחה וואס קען די מציאות

וואס איז די הלכה?

די הלכה איז פשוט אז מנין און מקוה זענען נישט דוחה פיקוח נפש און זיכער נישט די איסור פון שפיכת דמים
יעצט די מציאות צו עס איז און ווען עס איז פיקוח נפש און שפיכת דמים דארף מען זען וואס די מומחים זאגן (און מומחה מיינט א מומחה אויף די וויירוס נישט אפילו א פשוטע דאקטאר אויב זאגט ער פון אייגענע בויך ארויס און זיכער קומט א רב בכלל נישט אריין ווען מען רעדט פון די מציאות (רוב עולם טוט נישט אפילו די ריקעמענדעשענס פון די CDC און עכט וואס זיי זאגן אז צו זיין אפגעהיטון און אפהיטן אנדערע דארף מען טון נאכמער, און די גיידליינס איז נאר די מינימום אבער אונז אידן דארפען טון וואס זיי (בריקס און פאוטשי און נאך) זאגן ווען זיי רעדן און ענטפערן קשיות)
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

עציץ נקוב האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:אויך בין דער וואס זאגט יעדער זאל טון וואס זיין רב זאגט, פון מקוה ביז גראסערי

דאס איז נישט קיין גרעכטע מהלך ווייל אונז זענען אלע אויף די זעלבע שיף און זיין רב איז נישט א מומחה אויף די ווירוס קען ער נישט ארום גיין אנשטעקן מענטשען און זאגן רב

די עולם מאכט א טעות די אלע זאכן זענען נישט קיין הלכה שאלה די הלכה איז זייער פשוט דאס אלעס איז א מציאות שאלה און דאס פרעגט מען א מומחה וואס קען די מציאות

וואס איז די הלכה?

די הלכה איז פשוט אז מנין און מקוה זענען נישט דוחה פיקוח נפש און זיכער נישט די איסור פון שפיכת דמים
יעצט די מציאות צו עס איז און ווען עס איז פיקוח נפש און שפיכת דמים דארף מען זען וואס די מומחים זאגן (און מומחה מיינט א מומחה אויף די וויירוס נישט אפילו א פשוטע דאקטאר אויב זאגט ער פון אייגענע בויך ארויס און זיכער קומט א רב בכלל נישט אריין ווען מען רעדט פון די מציאות (רוב עולם טוט נישט אפילו די ריקעמענדעשענס פון די CDC און עכט וואס זיי זאגן אז צו זיין אפגעהיטון און אפהיטן אנדערע דארף מען טון נאכמער, און די גיידליינס איז נאר די מינימום אבער אונז אידן דארפען טון וואס זיי (בריקס און פאוטשי און נאך) זאגן ווען זיי רעדן און ענטפערן קשיות)

די פראבלעם איז, אז רוב פון אונזער היימישע חסידישע מענטשען, האבן מיטאמאהל אן אהנונג ווער בריקס און פאוטשי זענען. און מיט רעכט. פון ווי זאלן זיי וויסן?

דארף מען דאך אין אזא צייט, זיך פארלאזן אויף די גרויסע קהילות און ארגאנאזאציעס, אויף וועם מען פארלאזט זיך. און ח"ו, זיין קלוגער און פרומער פון זיי. אלע גרויסע קהילות זאגן קלאהר מען זאל בלייבן אינדערהיים, און ח"ו נישט מקיל זיין אין עניני פיקוח נפש, נאר מחמיר זיין. ביטע הערט אויס וואס חברה הצלה בעט זיך ביים עולם!!! ביטע!!! און דאן, אולי ואולי, וועט איהר קענען האלטן די קאפ גראס, און נישט דארפן מיטשרייען ח"ו מיט די אידן וואס וועלן דארפן שרייען ידינו שפכו את....
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ריכטיג עס איז נישט קיין הלכה שאלה, ווא מען זאל פרעגן א דיין,

אבער עס איז יא א רבנישע שאלה,וואס באלאנגט פאר די גדולי ישראל צו פסקנענן,
אזוי ווי א שידוך איז נישט קיין הלכה שאלה, אבער מען גייט פרעגן א רבי, און ווען מען האט א חולה אינדערהיים גייט מען צו א רבי,
איז כל שכן אז דאס באלאנגט צו טוען ווי אזוי די רבנים און גדולי ישראל פסקנען,

יעצט פארשטיי איך ליידער אסאך מער וואס עס מיינט ויהי בימי שפוט השופטים, דור ששפטו את שופטיו, און דאס האט געברענט אז ויהי רעב בארץ, ווי די גמרא זאגט
ווי די בני יששכר איז מסביר אז די גדול הדור הייסט פרנ"ס הדור צוליב וואס די פרנסה ווענט זיך אלעס לויט ווי אזוי מען הארכט די מנהיגי ישראל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מאדנע וואס דא גייט פאר. קודם שרייעט מען וואכן לאנג, רבנים רבנים.... פלוצלינג האט עס מיט רבנים קיין שייכות...

אינטערסאנט...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

האב איך דעם יו"ט געהאט א טענה'ריי מיט א קרוב מיינער וואס דאוונט אלע תפלות אינדערהיים, ווייל די רבנים האבן געהייסן דאווענען ביחידות (איך זאג אים א נאמען פון א גרויסן פראמינענטן דיין וואס האט א מנין ביי זיך אינדערהיים, זאגט ער מיר שוין פון דעם אויבער חכם ברענגסטו א ראי').

אבער אינמיטן יו"ט איז ער געקומען באזוכן זיין מאמע (א עלטערע פרוי) און געזעסן ביי איר אינדערהיים באלד א שעה זיך נאכפרעגן אויב עס איז דא נייעס פון זיין טאטע וואס ליגט אין א שווערע מצב אין שפיטאל

#יעדער טוט וואס אים שמעקט

קוקט זייט מוחל אריין אין דברי יחזקאל פ' תבא אויף די רש"י ואומר אני שהוא לשון תפארת, הייליגע ווערטער וואס באלייכטן די אויגן צו וויסן וואס איז באמת ריכטיג צו טון (פארשטייט זיך אויף א אויסגעהאלטענע וועג)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

Kosher Travel האט געשריבן:[quote=]אלע גרויסע קהילות זאגן קלאהר מען זאל בלייבן אינדערהיים, און ח"ו נישט מקיל זיין אין עניני פיקוח נפש, נאר מחמיר זיין.
[/quote]

ר' איד, שטיץ אונטער דיינע ווערטער, שיס נישט קיין סטעיטמענטס אין די וועלט אריין. וועלכע גרויסע קהלות זאגן אז מען טאר נישט דאווענען מיט מנין?
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

מי יודע האט געשריבן:
#יעדער טוט וואס אים שמעקט

נא נא ביסט גערעכט
סוי קען מען עפעס טון מיט אינד אידעלעך?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פ' לך לך האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
אלע גרויסע קהילות זאגן קלאהר מען זאל בלייבן אינדערהיים, און ח"ו נישט מקיל זיין אין עניני פיקוח נפש, נאר מחמיר זיין.

ר' איד, שטיץ אונטער דיינע ווערטער, שיס נישט קיין סטעיטמענטס אין די וועלט אריין. וועלכע גרויסע קהלות זאגן אז מען טאר נישט דאווענען מיט מנין?

Never Mind.
איך האב עס פשוט אויפגעמאכט.
איך האב פשוט געשאסן א סטעיטמענטס אין די וועלט אריין.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

דער איז א עכט היימישער איד! ממש צום באוואונדערן ווי אין אזא מצב פארלירט ער זיך נישט און האלט דעם קאפ אזוי גראד!
---

איך וויל אויסשמועסן וואס דריקט מיך שוין לאנג, דאס ווארט "אלע רבנים"... סאיז געווארן א אויסדרוק וואס דער עולם האט אנגעהויבן נוצן, יעדער פאר זייער אגענדע, אפגעזעהן וואס מהאלט.

סאיז דא ב"ה טויזענטער דיינים און הונדערטער רבנים, און צענדליגער מיינונגען אויף יעדע זאך. סאיז מורא'דיג לעכערליך צו שרייען "אלע רבנים".

סאיז ממש א ליצנות ווי מברענגט אהער פסקים פון גדולים פון אנדערע קרייזן (אדער אפילו אונזערע קרייזן) און מפאכעט דערמיט כאילו סאיז מחייב יעדעם איינעם ווייל יענער האט געזאגט אז סאיז שפיכת דמים. איך האב אים קיינמאל נישט געפרעגט קיין שאלות און אוודאי נישט קיין דיני נפשות שאלות, און דעם וועם איך האב אייביג געפאלגט פאלג איך יעצט אויך. איך מאך חלילה נישט אוועק קיינעמס מיינונג, ער האט עס געזאגט פאר די אידן וואס פרעגן אים אייביג.

די אויסדרוק נעמט זיך לכאורה פון מענטשן וואס האבן נישט קיין גוטער איד צו וועם זיי געהערן, און זיי האבן מאיזה סיבה אנגענומען א געוויסע פסק, וואס ווי פארשטענדליך זענען דא א געוואלד מיט רבנים וואס האלטן אזוי, גייט מען און מען שרייט "אלע רבנים". בארואיג דיך! איך האב פאר דיך נייעס אז סאיז דא א געוואלד מיט רבנים וואס האלטן אנדערש.

און ווען סקומט צו א שאלה וואס צוויי אידן האלטן אזוי און צוויי אידן האלטן אנדערש, טוה דו וואס דיין רב האט געהייסן און איך וועל טוהן וואס מיין רב הייסט! און אויב דו האסט נישט קיין רב וועם דו פאלגסט אייביג, דעמאלטס קום מיך נישט זאגן וואס רבנים האלטן.
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

סיז מסודר האט געשריבן:דער איז א עכט היימישער איד! ממש צום באוואונדערן ווי אין אזא מצב פארלירט ער זיך נישט און האלט דעם קאפ אזוי גראד!
---

איך וויל אויסשמועסן וואס דריקט מיך שוין לאנג, דאס ווארט "אלע רבנים"... סאיז געווארן א אויסדרוק וואס דער עולם האט אנגעהויבן נוצן, יעדער פאר זייער אגענדע, אפגעזעהן וואס מהאלט.

סאיז דא ב"ה טויזענטער דיינים און הונדערטער רבנים, און צענדליגער מיינונגען אויף יעדע זאך. סאיז מורא'דיג לעכערליך צו שרייען "אלע רבנים".

סאיז ממש א ליצנות ווי מברענגט אהער פסקים פון גדולים פון אנדערע קרייזן (אדער אפילו אונזערע קרייזן) און מפאכעט דערמיט כאילו סאיז מחייב יעדעם איינעם ווייל יענער האט געזאגט אז סאיז שפיכת דמים. איך האב אים קיינמאל נישט געפרעגט קיין שאלות און אוודאי נישט קיין דיני נפשות שאלות, און דעם וועם איך האב אייביג געפאלגט פאלג איך יעצט אויך. איך מאך חלילה נישט אוועק קיינעמס מיינונג, ער האט עס געזאגט פאר די אידן וואס פרעגן אים אייביג.

די אויסדרוק נעמט זיך לכאורה פון מענטשן וואס האבן נישט קיין גוטער איד צו וועם זיי געהערן, און זיי האבן מאיזה סיבה אנגענומען א געוויסע פסק, וואס ווי פארשטענדליך זענען דא א געוואלד מיט רבנים וואס האלטן אזוי, גייט מען און מען שרייט "אלע רבנים". בארואיג דיך! איך האב פאר דיך נייעס אז סאיז דא א געוואלד מיט רבנים וואס האלטן אנדערש.

און ווען סקומט צו א שאלה וואס צוויי אידן האלטן אזוי און צוויי אידן האלטן אנדערש, טוה דו וואס דיין רב האט געהייסן און איך וועל טוהן וואס מיין רב הייסט! און אויב דו האסט נישט קיין רב וועם דו פאלגסט אייביג, דעמאלטס קום מיך נישט זאגן וואס רבנים האלטן.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
זייער פיין געשריבן
איך ווייס וואס מיין דיין האלט, נישט ווייל כ'האב אים געפרעגט, נאר ווייל איך זעה וואס ער טוט, און דאס איז מיר פונקט גענוג, מעשה רב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

סיז מסודר האט געשריבן:דער איז א עכט היימישער איד! ממש צום באוואונדערן ווי אין אזא מצב פארלירט ער זיך נישט און האלט דעם קאפ אזוי גראד!
---

איך וויל אויסשמועסן וואס דריקט מיך שוין לאנג, דאס ווארט "אלע רבנים"... סאיז געווארן א אויסדרוק וואס דער עולם האט אנגעהויבן נוצן, יעדער פאר זייער אגענדע, אפגעזעהן וואס מהאלט.

סאיז דא ב"ה טויזענטער דיינים און הונדערטער רבנים, און צענדליגער מיינונגען אויף יעדע זאך. סאיז מורא'דיג לעכערליך צו שרייען "אלע רבנים".

סאיז ממש א ליצנות ווי מברענגט אהער פסקים פון גדולים פון אנדערע קרייזן (אדער אפילו אונזערע קרייזן) און מפאכעט דערמיט כאילו סאיז מחייב יעדעם איינעם ווייל יענער האט געזאגט אז סאיז שפיכת דמים. איך האב אים קיינמאל נישט געפרעגט קיין שאלות און אוודאי נישט קיין דיני נפשות שאלות, און דעם וועם איך האב אייביג געפאלגט פאלג איך יעצט אויך. איך מאך חלילה נישט אוועק קיינעמס מיינונג, ער האט עס געזאגט פאר די אידן וואס פרעגן אים אייביג.

די אויסדרוק נעמט זיך לכאורה פון מענטשן וואס האבן נישט קיין גוטער איד צו וועם זיי געהערן, און זיי האבן מאיזה סיבה אנגענומען א געוויסע פסק, וואס ווי פארשטענדליך זענען דא א געוואלד מיט רבנים וואס האלטן אזוי, גייט מען און מען שרייט "אלע רבנים". בארואיג דיך! איך האב פאר דיך נייעס אז סאיז דא א געוואלד מיט רבנים וואס האלטן אנדערש.

און ווען סקומט צו א שאלה וואס צוויי אידן האלטן אזוי און צוויי אידן האלטן אנדערש, טוה דו וואס דיין רב האט געהייסן און איך וועל טוהן וואס מיין רב הייסט! און אויב דו האסט נישט קיין רב וועם דו פאלגסט אייביג, דעמאלטס קום מיך נישט זאגן וואס רבנים האלטן.

איך בין מסכים מיט כמעט אלעס וואס איהר האט געזאגט.

אפאר פונקטן...
דאס ווארט "אלע רבנים"... סאיז געווארן א אויסדרוק וואס דער עולם האט אנגעהויבן נוצן, יעדער פאר זייער אגענדע, אפגעזעהן וואס מהאלט

הצלת נפשות איז נישט קיין אגענדא. איך מאך חלילה נישט אוועק קיין רבנים. מען קען צירוק קוקן אלע מיינע תגובות, ווי איך האב אייביג געשריבן גאר רעספעקטפול פון רבנים. אבער נישט איעדער רב, פון איעדער קליינע בית המדרש, פארשטייט וויאזוי די וויירוס ארבייט.
אגב... איך וויל אייך דערמאנן די הלכה, אז ביי עיניני פיקוח נפש אין הולכים אחר הרוב (פון די ווערטער פון הרב בראנסדארפער - ער איז גענוג פרום פאר אייך???).

און דאס איז אמאהל זיכער, סתם ארומגיין, לויפן אין גראסערי אפאר מאהל א וואך, טאר מען זיכער נישט.

וועגען מנין, פראביהר איך נישט צו שרייבן. איך גיי נישט אראפברענגן וואס באבוב טוט, וואס פאפא טוט. וואס די לאנדאן בית דין האט קלאהר געפאסקענט, וואס די Chicago בית דין האט זייער קלאהר געפאסקענט (אנדערע קרייזן...), וואס הרב זישבאו פון מאנטריעל האלט. וואס אומצאליגע רבנים האלטן. און ווער רעדט נאך וואס הצלה זאגט? וואס אונזער דאקטוירים זאגן? עס איז דאך א ניי וועלט, אז ביי א שאלה פון פיקוח נפש, האט א דאקטאר נישט וואס אריינצורעדן, און אז אידישקייט ארבייט מיט געפיהל. די שלחן ערוך איז עכט נאר געמאכט פאר גרים און בעלי תשובה וואס האבן נישט קיין מסורה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”