ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך מארטש 18, 2020 11:35 am

א גוט מארגן אחי ורעי, טייערע ברודער, כל אחד בשמו הטוב יבורך.

איך האב שוין א לאנגערע צייט נישט געשריבן דא. אבער עס איז א שעת חירום, און איך קען מיר נישט איינהאלטן.

איך האב געטראכט א שיינע פאר מינוט אין וועלכע אשכול עס צו לייגן, און נאכן נישט קענען מחליט זיין האב איך געפענט א נייע אשכול. וחזקה על המנהלים החשובים אז זיי וועלן עס שוין אריינפאסן אין דער אשכול וואו עס געהערט.

מיר שטייען יעצט אין זייער א שווערע מצב, יעדער ווייסט דאס, יעדער האלט מיט, און גאנץ כלל ישראל איז פאראייניגט צו פראבירן עס אפצושטעלן, און צו ראטעווען וואס מען קען. און עס גלייבט זיך אז אין דער יעצטיגער מצב איז נישטא קיינער וואס לאכט אפ, און זאגט 'נע, עס איז דער פלו...' נאר יעדער ווייסט זיך צו היטן ווי ווייט מעגליך מיטן די מאקסומאלסטע זיכערהייט מאסנאמען.

אבער פון די צווייטע זייט איז דא אידן, און מען זעט עס בעיקר אויף וואטסעפפ, און אויך אין א געוויסן זון דא אויף אייוועלט, וואס מחמת גרויס פארלוירנקייט, הייבט מען אן שרייבן זאכן אין דער וועלט אריין מען באשולדיגט די רבנים, די אדמורי"ם, די וואס מאכן מנינים אויף די גאס, און וועמען נישט, עס קומט סיי צוליב פארלוירנקייט, און סיי צוליב א געפיל אז איינער מוז דאך זיין שולדיג, סתם אז דער אויבערשטער האט געשיקט דער וויירוס, און ער האט א פונקטליכע פלאן דערפאר, דאס הערט זיך עפעס נישט...

לאמיר זיין קלאר, די אדמורי"ם ורבנים האבן יעצט א געוואלדיגע אחריות, זיי דארפן באהאנדלען א קריזיס וואס עס איז יארן נישט געווען, און עס איז אויף זייערע פלייצעס צו מאכן א החלטות פון פיקוח נפש, בין דם לדם ובין נפש לנפש.

בשעת ווען א שרייבער אויף אייוועלט האט געהאלטן אז מען טאר נישט האלטן אפן די מוסדות, האט א רבי געדארפט מחליט זיין צווישן חילול השם, אין א געוויסע פארצענט פון סכנה, און ביטל תורה פאר טויזענטער קינדער.

קיין איין רבי האט נישט מחליט געווען ליגענדיג אויפן קאוטש, אדער ליינענדיג אייוועלט, די אדמורי"ם זענען געזיצן מיט דאקטורים, הצלה מעמבערס, און מיט זייער דעת תורה מחליט געווען וואס זיי האבן מחליט געווען, און טרץ וואס זיי האבן געוויסט אז עס קען זיין א חילול השם האט זיי דער אויבערשטער געגעבן סייעתא דשמיא צו מחליט זיין וואס זיי האבן מחליט געווען, סיי נעכטן, און סיי היינט, און סיי מארגן.

דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף כלל ישראל, און אין דער דור שפל אונז געגעבן אורים ותומים, דאס זענען די מנהיגי ישראל, יעדע רבי וואס דער אויבערשטער האט אים געמאכט פאר א שליח צו שטיין בראש א עדה אידן האט סייעתא דשמיא.

סתם מענטשן, וואטסעפפ רעדנער, און אייוועלט שרייבער, האבן געפילן, און דער געפיל טרייבט אמאל צו שרייען אזוי, און אמאל אזי, אבער מנהיגי ישראל האבן א גרעסערע אחריות, און א גרעסערע דעת תורה, און סייעתא דשמיא, און דער בעסטער עצה איז אז יעדער זאל פאלגן זיין רבין אדער מורה דרך, און נישט קוקן וואס א צווייטער טוט, און זיכער ישט אטאקירן מנהיגי ישראל בכלליות פארן טון אנדערש ווי זיין געפיל טרייבט אים.

אוודאי דער ערשטער זאך דארף מען פאלגן די תורה וואס זאגט "ונשמרתם מאוד לנפשתוכם", און נישט גיין אין מקוה, און אלע אנדערע זאכן, אבער מען דארף אויך אכטונג געבן ווי אזוי מען לערנט עס אפ, און דאס לאזן פאר די מנהיגי ישראל.

דאס זעלבע טאר מען נישט באשמיצן אייגענע ברודער אויף סאציאלע מידיע, די שפלים ונבזים וועלכע שיקן כסדר ארום קליפס פון אלע העצע אקעגן אונזער ציבור, און דערנאך ווען עס קומט אן צו די פרעסע, שרייעען די זעלבע חילול השם. ווען דער גורם איז דער שגץ זעלבסט.

לויטן געזעץ און לויטן שכל מעג מען דאווענען אין גאס און אין פארק גענונג צושפרייט, אזוי ווי מיין מנין היינט אין פארק, און פאליציי איז דורכגעפארן, און זיי האבן מיר געזאגט אז עס איז לעגאל, און בסדר גמור.

ווען גייט די מנינים ווערן א פראבלעם? ווען יענער חכם גייט דורכפארן, און מאכן א וואטסעפפ "רחמנא ליצלן, וואו איז די פאליציי? די חכמים פארשטייען נישט, מען שפילט אויס, מען דאווענען אין פארק, מען קען נישט דאווענען בחידות?" דאן גייט די מידיע אנקומען, און עס גייט ווערן א אישו.

איך האב דא געשריבן אסאך זאכן, וויפיל עס איז ארויסגעקומען פון פינגער ארויס, אבער דער סך הכול איז, דאס וואס דער קעפל זאגן "ברודער! האלטן דעם קאפ גראד ביטע!".

יא, איך שטיי אוועק פון יעדן מענטש, גיי נישט אין מקוה, געדאווענט אין פארק 6 פיס אפגעריקט, איך זייף מיין הענט יעדע פאר מינוט, גיי נישט צו שמחות, און אין ערגעץ נישט, אבער ביטע: דער קאפ גראד! און מאכט זיכער נישט צו נכשל ווערן מיט הארבע איסורים פון רעדן אויף מנהיגים, און מסר'ן אייגענע ברודער בלויז צוליב די נערוועזיטעט.

זייט געזונט ברודער

הק' עכט היימיש
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך מארטש 18, 2020 11:44 am

עכט היימיש האט געשריבן:א גוט מארגן אחי ורעי, טייערע ברודער, כל אחד בשמו הטוב יבורך.

;l;p-
ריכטיגע ווערטער!
נישט נאר אין פארק איז לעגאל, נאר אין ביהמ"ד איז אויך לעגאל א מנין פון 10 מענטשן וואס זיצן אפגעריקט, איי פארוואס איז עס נישט אפן?
צוליב די וואטסעפפ מענטשן (?) וואס מוזן זיין די ערשטע צו מעלדן יעדע שטות
קיינער זוכט נישט די מידיא ביי זיך
גורו לכם מיום הדין!!!!!!!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1498
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך מארטש 18, 2020 11:48 am

WOW!!!
ענדליך איינער רופט זיך אן! אזוי ריכטיג און אזוי גוט ארויסגעברענגט!
זארג נישט, דו גייסט האבן קריטיקירער "ווייל דו ביזט א רוצח מיט בלוט אויף דיין הענט... ווייל דו באגרייפסט נישט דעם מצב...." אל תירא, וואס איז גערעכט דארף געזאגט ווערן!
כה לחי! א גרויסן יישר כח.

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מארטש 18, 2020 11:51 am

שפתים ישק!
לאור המצב איז אבאוט טו עקספייער, פליז אופדעיט יאור אקאונט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23381
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 18, 2020 11:57 am

עכטע היימישע ווערטער.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מיטוואך מארטש 18, 2020 11:58 am

ברודער, גאר שטארקע ווערטער.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מיטוואך מארטש 18, 2020 12:01 pm

דברים כדרבונות.
זייער גערעכט.

א איד וואס טוט זאכן וואס ער מעג נישט, איז אפשר א שוטה, אפשר א רוצח, אבער א איד וואס האט אויף זיינע הענט חילול השם, באשמוצן כלל ישראל, פארשעמען אידישקייט, פארמאכן תלמוד תורות, שוהל'ן (געוויסע תלמוד תורה'ס האבן געארבעט מיט די שטאט און הצלה, וויאזוי עס צו צוטיילן אין גאר קליינע קלאסן, אין עטליכע בנינים און קליינע שוהל'ן עס זאל נישט זיין קיין פראבלעם, און יעצט האט מען יעדען פארמאכט, די זעלבע מיט שוהל'ן) בין איך נישט מקנה, אפילו זיי מיינען גוט, אן קיין געשריבענע היתר פון א רב פסק'נט מען נישט קיין הלכות חילול השם, און מסירה ועוד ועוד.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5887
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך מארטש 18, 2020 12:04 pm

farshlufen האט געשריבן:עכטע היימישע ווערטער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
היטשינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך מארטש 18, 2020 12:05 pm

;l;p- ;l;p-
אין מקוה צו גיין, אפי' עס איז נישט ריין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך מארטש 18, 2020 12:06 pm

;l;p- ;l;p-

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך מארטש 18, 2020 12:15 pm

ריכטיגע ווערטער! ברודער, פארלירטס נישט דער קאפ.

מסירה איז נישט געווארן א מצוה, און פאלגן דיין רבי אדער רב איז נישט געווארן א עבירה. וואספארע איד דו ביזט מעסט זיך וויאזוי דו פירסט זיך אויף אין די שווערסטע מצבים.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
אפגעבריעטער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אפגעבריעטער » מיטוואך מארטש 18, 2020 1:13 pm

ענדליך ענדליך! איינער רופט זיך אן!
;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך האב מיר טאקע אפגעבריעט, אבער איך האב מיר געלערנט מיין לעקציע!

willibugy
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

תגובהדורך willibugy » מיטוואך מארטש 18, 2020 1:15 pm

איר זענט אפשר גרעכט, אבער מחמת 2 טעמים איז דאס נישט אויסגעהאלטן 1 ווייל די קענסט נישט אפשטעלן די יידישע מכם ובכמניקס, די ענין פון מנין לערנט מעט ארויס פון ונקדשתי בתוך בני ישראל, און דא קומט ארויס פארקערט, 2)
סקומען אסאך מאהל עלטערע יידן וואס זענען גרייט מקיים צו זיין ונקדשתי בפועל ממש....... איז מחמת גדר לענ"ד איז כדאי דאס אפצושטעלן
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1498
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך מארטש 18, 2020 1:18 pm

willibugy האט געשריבן:איר זענט אפשר גרעכט, אבער מחמת 2 טעמים איז דאס נישט אויסגעהאלטן 1 ווייל די קענסט נישט אפשטעלן די יידישע מכם ובכמניקס, די ענין פון מנין לערנט מעט ארויס פון ונקדשתי בתוך בני ישראל, און דא קומט ארויס פארקערט, 2)
סקומען אסאך מאהל עלטערע יידן וואס זענען גרייט מקיים צו זיין ונקדשתי בפועל ממש....... איז מחמת גדר לענ"ד איז כדאי דאס אפצושטעלן

וואס פונקטליך האסטו גענטפערט/אפגעפרעגט?

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4883
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מארטש 18, 2020 1:27 pm

שכח @עכט היימיש פאר אויפריכטיגע דיבורים.

פון די אנדערע זייט אבער איז דא א גרויסע חלל אין לידערשיפ. איך האלט אויסדריקלעך אז רבנים ואדמורי"ם זענען נישט די וואס מ'דארף באשולדיגן, אבער עפעס סדר מוז זיין. זאל עס זיין די גבאי, ראש הקהל, התאחדות אדער שומרים. איינער מוז זיין וואס זיין ווארט ווערט אינפארסט. טאמער איז ארויסגעקומען נעכטן צעטליך אז די שולן וועלן זיין פארשפארט, וואלט נישט געמעגט זיין מנינים היינט צופרי. פארוואס איז געווען קליפס ווי די פאליס טרייבט ארויס מתפללים פון שול? פארוואס איז נישט ארויסגעקומען א צעטל - אינאיינעם מיט די מודעה וועגן פארמאכן די שולן - וואס מ'זאל יא טון? איך בין א פשוט'ע איד וואס ווייסט אז מ'דארף דאווענען מיט מנין אבער אז די שול איז פארמאכט ווייס איך נישט טאמער איך זאל דאווענען ביחידות אינדערהיים, ברענגען מנין אינדערהיין, דאווענען מיט א מנין אויף 10 פארטשעס, גיין אין פארק. איך און טויזענטער מענטשן ווייסן נישט וואס די ריכטיגע וועג איז.

נאכאמאל, נישט אז די רבי אדער רב מוז שטיין ביים טיר פון שול און פארטרייבן מענטזן, אבער ס'דארף זיין א בחינה פון די עקזעקוטיוו ברענטש וואס איז מוציא מן הכח אל הפועל.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מארטש 18, 2020 1:35 pm

@עכט

;l;p- ;l;p- ;l;p-
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

willibugy
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

תגובהדורך willibugy » מיטוואך מארטש 18, 2020 1:36 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
willibugy האט געשריבן:איר זענט אפשר גרעכט, אבער מחמת 2 טעמים איז דאס נישט אויסגעהאלטן 1 ווייל די קענסט נישט אפשטעלן די יידישע מכם ובכמניקס, די ענין פון מנין לערנט מעט ארויס פון ונקדשתי בתוך בני ישראל, און דא קומט ארויס פארקערט, 2)
סקומען אסאך מאהל עלטערע יידן וואס זענען גרייט מקיים צו זיין ונקדשתי בפועל ממש....... איז מחמת גדר לענ"ד איז כדאי דאס אפצושטעלן

וואס פונקטליך האסטו גענטפערט/אפגעפרעגט?

א סך הכל אז לפי המצב איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן מנינים, נאר אפשר בחדרי חדרים ממש
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

willibugy
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

תגובהדורך willibugy » מיטוואך מארטש 18, 2020 1:37 pm

willibugy האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
willibugy האט געשריבן:איר זענט אפשר גרעכט, אבער מחמת 2 טעמים איז דאס נישט אויסגעהאלטן 1 ווייל די קענסט נישט אפשטעלן די יידישע מכם ובכמניקס, די ענין פון מנין לערנט מעט ארויס פון ונקדשתי בתוך בני ישראל, און דא קומט ארויס פארקערט, 2)
סקומען אסאך מאהל עלטערע יידן וואס זענען גרייט מקיים צו זיין ונקדשתי בפועל ממש....... איז מחמת גדר לענ"ד איז כדאי דאס אפצושטעלן

וואס פונקטליך האסטו גענטפערט/אפגעפרעגט?

א סך הכל אז לפי המצב איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן מנינים, נאר אפשר בחדרי חדרים ממש

איך האב נישט געמיינט אפצופרעגן
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מארטש 18, 2020 1:38 pm

@עכט היימיש, זייער קלאר און ריכטיג!
----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------- אייוועלט תש"פ שרייבעריי פארמעסט -----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------דער דעדליין איז אט אט דא!!

אוועטאר
אלטער
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » מיטוואך מארטש 18, 2020 1:50 pm

זייער זייער שיין און קלאר ארויס געברענגט ווי אזוי מיר דארפן זיך פירן און אינזער בליק אויף די רבנים און אדמורי"ם שליט"א
איך בין טאקע אלטער, אבער אז איך בין גערעגט, וואס איין פאלט-דיר?

אויב מיינסטו איך שריי אויף דיר, דאן לייען איבער מיין תגובה... אחוץ אויב דיין תגובה איז געווען כנגד דעת תורתנו הק' אדער דעת רבינו הק' מסאטמאר זי"ע

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » מיטוואך מארטש 18, 2020 1:52 pm

דריידל, עס איז דא פאליציי פאר א סיבה.

לאמיר קוקן דעם אמת אין פנים אריין. יא, די 'סאשעל מידיע' אנגעפיקעוועטע חברה (אזוי איז דער נוסח געגאנגען ביז נעכטן) זענען געווען גערעכט מיטן פאניקן און די אלע וואס האבן זיי נישט אויסגעהארכט נאר זיך אויסגעלאכט, האבן געמאכט א ביטערן טעות. לאמיר האפן אז דער טעות פון פארלירן אפאר קריטישע טעג איז נישט געווען צו קאנסעקווענשאל (ווייל דער אמת איז אז מיר אלע זענען געווען אנטשלאפן ביים רעדל, מען האט זיך געדארפט דערמאנען כאטש 2 וואכן צוריק און נישט לעצטן דאנערשטאג - פרייטאג). לאמיר נישט זיין ככלב שב על קיאו, ווייטער טענה'ן אז עכט איז עס גארנישט נאר די סאשעל מידיא פאוסטערס איבער די אומפאראנטווארטליכע אויפפירונג האבן געמאכט א חילול ה' און געצווינגען צו פארשפארן שולן אומנויטיג.

פארשטייט זיך אז רוב נקודות וואס זענען אויפגעברענגט געווארן זענען ווייטער ריכטיג. לאמיר אבער נישט פרובירן צו נוצן אמת'ע נקודות כדי צו שוגער קאוטן וואס איז פארגעגאנגען.

חסד ורחמים
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 11:14 am

תגובהדורך חסד ורחמים » מיטוואך מארטש 18, 2020 2:04 pm

אה... א "היימישע" שפראך...

שכוח עכט!
מי להשם אלי! שליסט אייך אן מיט כלל ישראל פאר כלל ישראל!
זיי מנדב
https://www.charidy.com/openschools/52484
שרייב אינטער
https://www.openschoolsny.com/

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מיטוואך מארטש 18, 2020 4:36 pm

ברודער לעבן גוט געזאגט!!!!

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ברודער; האלטן דעם קאפ גראד

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך מארטש 18, 2020 6:32 pm

דו שרייבסט דאך אזוי גוט! איך שרייב טאקע נישט אין די ענין ווייל מיין חינוך איז קיינמאל נישט געוועהן צו זאגען מיין מיינונג איבער מיינע רבנים נאר ליבערשט זיך צוהערן צו זיי.

עס איז צייט צו האלטען די קאפ גראד.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מיטוואך מארטש 18, 2020 10:53 pm

שכח עכט פאר די אויפריכטיגע וורטער
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט