"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך הײמישער זײגער »

נישטא ווער זאל לאכן..

fau.JPG
fau.JPG (108.18 KiB) געזען 1571 מאל

https://www.outkick.com/fauci-texas-covid/
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מטעמים »

ווען מען טראכט אריין אז ער איז געוועהן דער אפיציעלע געזינטהייט עדווייזער פארען לאנד קען מען ממש שטוינען וויאזוי עס איז געשטארבען אזוי ווייניג מענטשען.

#חידוש
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

כ'מיין מען זאל פרובירן לאזן דעם אשכול פאר טרוקענע באריכטן.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נייעס פון היינט מיטוואך שמיני:

היינט הייבמיר אן מיט דרום אמעריקא:

--די בראזיליאנע סטרעין פונעם וויירוס פאשפרייט זיך מיט א שטארקייט אין די דרום אמעריקאנע שטאטן, פערא'ס געזונטהייט מיניסטער זאגט אז 40 פראצענט אנגעשטעקטע אין די הויפטשטאט לימע איז פון די בראזיליאנע סטרעין, און אין כמעט איבעראל אין לאנד איז די סטרעין אנגעקומען.

--די סטרעין איז אויך שטארק עפעקטיוו אין אורוגוואי און אין פאראגוואי ווי די געזונהייט מיניסטעריום באריכטעט רעקארד הויכע ציפערן פון פאטאליטעטן.

--די סטרעין האט אויך דעגרייכט באליוויע און די אוטאריטעטן האבן פאשפארט די גרעניץ פון בראזיל קיין באליוויע וואס דאס האט א שטארקע עפעקט אינעם פאשפרייטונג.

--די פרעזידענט פון ווענזועלא ניקאלעס מעדורא האט אויך צוגעצייכנט אז די לעצטע וואוקס פון קעיסעס אין לאנד איז א דאנק די בראזיליאנע סטרעין.

--געזונטהייט באאמטע אין ארגענטינע זענען שטאק באזארגט איבער די ווידער-פאשפרייטונג אין לאנד און האבן אויך באשטעטיגט אז דאס קומט א דאנק די סטרעין, פארט אבער זאגן די באאמטע אז די ארטיגע פרעזידענט אלבערטאו פערנאנדעז וואס האט געטעסט פאזיטיוו צום וויירוס איז נישט אנגעשטעקט מיטן בראזיליאנע סטרעין.

--בלויז 2 פון לענדער אין די ראיאן טשילע און אורוגוואי זענען די מערסטע פארגעשריטן ווען עס קומט צו וואקסינען בשעת ווען אין אנדערע לענדער פארט עס אסאך שטאטער.

--בראזיל האט באריכטעט אין די לעצטע 24 שעה מער ווי 4,000 פאטאליטעטן די העכסטע צאל זינט די אנהויב פונעם מגיפה ברענגענדיג די סך הכול צו כמעט 337,000 די צווייט העכסטע אין די וועלט נאך די פאראייניגטע שטאטן.
א באריכט אין לאנד צייגט אהן ווי די שפיטעלער אין לאנד זענען איבערגעפילט מיט פאציענטן נישט קענענדיג דעהייבן די לאסט פון פרישע קראנקע און אין עטליכע געגענטער ווארענען עקספערטן האלט די געזונט סיסטעם ביים גרעניץ פון קאלעפס.
פרעזידענט דזשאיאיר באלסאנאראו אנטזאגט זיך דערווייל פון אינפארסירן פרישע באגרעניצונגען זאגענדיג אז די עקאנאמיע איז וויכטיגער און האט אפי' פרובירט אפ צוהאלטן עטליכע באגרעניצונגען אינפארסירט דורך לאקאלע אוטאריטעטן.

--אונגארן טוט היינט פון דאס ניי עפענען דאס לאנד מיט געשעפטן און אנדערע סערוויסעס, כאטש די געזונט צו שטאנד אין לאנד איז נישט אזוי נידריג מיט ארום 250 פאטאליטעטן טעגליך.
אונגארן האט א רעלאטיווע הויכע וואקסינאציע ראטע (ווי שוין באריכטעט אויבן) וואס דאס ברענגט אפטימיזם ביים פרעמיער וויקטאר ארבען.

--טערקיי האט רעגיסטרירט פרישע 49,584 קעיסעס אין די לעצטע 24 שעה און 211 פאטאליטעטן, פארט אבער האלט דאס לאנד היבש הויעך מיטן וואקסין ראולאוט מיט איבער 10 מיליאן בירגער אין לאנד שוין וואקסינירט.

--א געריכט אין דייטשלאנד האט אפגעווארפן די פארשלאג פון א פרישע נאכט קורפיו אין די געגענט פון האנאוווער אין צפון דייטשלאנד, זאגענדיג אז א קורפיו איז די לעצטע אפציע אין פריערדיגע רעגולאציעס דארפן קודם ווערן אינפארסירט.

--2 פאליציאנטן אין איטאליע'ס הויפטשטאט רוים זענען שווער פארוואונדערט געווארן אין א מאסן פראטעסט פון רעסטוראנטן און בארס אייגענטומער אין לאנד וואס האבן דעמאנסטרירט איבער דאס אפשפארן פון די געשעפטן.

--די מאדערנע וואקסין איז היינט אריין דאס ערשטע מאל אין באנוץ אין די יונייטעד קינגדאם. די וואקסין איז געגעבן געווארן אין וועילס.
ענגלאנד האט באשטעלט 17 מיליאן דאזעס פון מאדערנע.
מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מחשבהטובה »

אזוי גוט האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:קען מען ערווארטן א וואקסין דרייוו אין די הימישע געגנטער?, דערווייל איז שטיל,

אז מען רעדט פון וואקסין און די היימישע געגענטער איז זייער אינטערסאנט אז רבנים קומען נישט קלאר ארויס אז מען דארף עס נעמען אדער אז נישט דער עולם איז גאנץ צימישט

אין מונטריאל (ווי די נושא פון קורונה איזנאך זייער אקטיוו, מיט קורפיו און טעגליכע נייע גזירות און פולען קראפט) איז פארגעקומען אן אומאפציעלע וואקסין דרייוו, ווי הונטערטער, אדער גאר טויזענטע, יודען האבן אויסגענוצט א געלעגענהייט זיך צו וואקסינירן דורך א פיילאט פראיעקט, באריכטן זאגן אז וואקסינאציע סענטערס זענען געווען אנגעפוהלט מיט היימישע יודען.
רבנים איבער די וועלט האבן שוין געזאגט זייער דעה, און יודען יראים ושלמים נעמען די מתנה פון הימל מיט ביידע הענט.
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך אזוי גוט »

מחשבהטובה האט געשריבן:

יא יא און מאנטריאל איז געווען א ריזיגע וואקסין דרייוו פאר היימישע אידן אזוי ווייט אז מען האט ציגעשטעלט היימישע ארענדש דזשאס פארן עולם
אבער למשל קהילות פאפא-באבוב-באבוב 45-ביידע סאטמאר-וויזניץ,האב מען נאכנישט געזעהן א בריוו אדער א דרשה ווי זיי זאגן זייער דעת תורה.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
--אינדיע ארבעט ארויף זייער וואקסין דרייו נאך וואס דאס לאנד פלאגט זיך מיט א גאר שטארקע כוואליע פון קאראנע קעיסעס, מיט איבער 100 טויזענט א טאג.
יעדע אין לאנד איבער די 45 איז געלאדנט צו נעמען די וואקסין, און אזוי פיל ווי איבער 80 מיליאן בירגער אין לאנד מייסטנס פראנט-ליין ארבעטער האבן שוין באקריגן זייער ערשטע דאזע. 
זינט די אנהויב פון די מגיפה האט אינדיע באשטעטיגט מער ווי 12 מיליאן קעיסעס, און 165 טויזענט פאטאליטעטן דאס איז די דריט העכסטע אין די וועלט נאך די פאראייניגטע שטאטן און בראזיל.
אטעטשמענטס
EyYRWdWWQA8SSC3.png
EyYRWdWWQA8SSC3.png (235.63 KiB) געזען 1295 מאל
אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך כ'וויל »

ס'איז הערליך שיין צו זעהן ווי אין גאנץ אירופה שלאגט מען זיך מיט די בריטישע סטרעין ווען און בריטניה זעלבסט קריכט מען שוין ארויס א גרויס חלק א דאנק די אירופעישע וואקסין
פתחיה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פתחיה »

מחשבהטובה האט געשריבן:
אזוי גוט האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:קען מען ערווארטן א וואקסין דרייוו אין די הימישע געגנטער?, דערווייל איז שטיל,

אז מען רעדט פון וואקסין און די היימישע געגענטער איז זייער אינטערסאנט אז רבנים קומען נישט קלאר ארויס אז מען דארף עס נעמען אדער אז נישט דער עולם איז גאנץ צימישט

אין מונטריאל (ווי די נושא פון קורונה איזנאך זייער אקטיוו, מיט קורפיו און טעגליכע נייע גזירות און פולען קראפט) איז פארגעקומען אן אומאפציעלע וואקסין דרייוו, ווי הונטערטער, אדער גאר טויזענטע, יודען האבן אויסגענוצט א געלעגענהייט זיך צו וואקסינירן דורך א פיילאט פראיעקט, באריכטן זאגן אז וואקסינאציע סענטערס זענען געווען אנגעפוהלט מיט היימישע יודען.
רבנים איבער די וועלט האבן שוין געזאגט זייער דעה, און יודען יראים ושלמים נעמען די מתנה פון הימל מיט ביידע הענט.

ODA האט היינט אן עד איבער א דרייוו זונטאג אין וויליאמסבורג מיט די זשאנסאן וואקסין. די ליין איז זשעמד זעט אויס דער עולם רופט אין גרויסן. נאכן פרובירן עטליכע מאל ב"ה באקומען אן אפוינטמענט פאר מיר און מיינע בחורים. דארף מען אפילו מסביר זיין אז מען קען באקומען א מתנה פון הימל, א באשיצונג פון די שעדליכע מחלה זאל מען עס נישט חאפן מיט ביידע הענט?
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך אזוי גוט »

פתחיה האט געשריבן:

די ביסט גערעכט איך וויל אי"ה אויך נעמען די רגע עס איז שייך.
אבער ווען איך רעדט צי מיינע קרובים אלע זענען ביזי מיט שטותים, למשל אז עס ברענגט קאפ וויי מיט אנדערע גאר "שעדליכע סייט אפעקט'ס"... ממש די האר שטעלט זיך אויף פון קאפ איז אויב די רבנים אין אמעריקא וועלן ארויס קומען אזוי אין ארץ ישראל וועט אפשר דער עולם מער זיין דערביי.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נישטאמת »

פתחיה האט געשריבן:
ODA האט היינט אן עד איבער א דרייוו זונטאג אין וויליאמסבורג מיט די זשאנסאן וואקסין. די ליין איז זשעמד זעט אויס דער עולם רופט אין גרויסן. נאכן פרובירן עטליכע מאל ב"ה באקומען אן אפוינטמענט פאר מיר און מיינע בחורים. דארף מען אפילו מסביר זיין אז מען קען באקומען א מתנה פון הימל, א באשיצונג פון די שעדליכע מחלה זאל מען עס נישט חאפן מיט ביידע הענט?

קענסט ברענגן די עד? פליז
פתחיה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פתחיה »

נישטאמת האט געשריבן:
פתחיה האט געשריבן:
ODA האט היינט אן עד איבער א דרייוו זונטאג אין וויליאמסבורג מיט די זשאנסאן וואקסין. די ליין איז זשעמד זעט אויס דער עולם רופט אין גרויסן. נאכן פרובירן עטליכע מאל ב"ה באקומען אן אפוינטמענט פאר מיר און מיינע בחורים. דארף מען אפילו מסביר זיין אז מען קען באקומען א מתנה פון הימל, א באשיצונג פון די שעדליכע מחלה זאל מען עס נישט חאפן מיט ביידע הענט?

קענסט ברענגן די עד? פליז

קוק ביטע דא אין דבר יום פון היינט:
http://www.dvaryoim.com/images/Dvar_Yoim_4_7_21.pdf
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נאך עטליכע קרישקעלעך פון היינט מיטוואך שמיני נאכמיטאג:

--די פראנצויזישע געזונטהייט מיניסטעריום האט היינט באריכטעט אז די נומער פון קאראנע קראנקע אין אינטענסיוו קעיר לענגאויס פראנקרייך איז געשטיגן מיט נאך 103 ברענגענדיג די סך הכל צו 5,279.

--בראזיל האט באריכטעט איבער די ערשטע פאציענט אין לאנד אנגעשטעקט צו ווערן מיטן דרום אפריקאנע וואריענט, א פרישע געפאר אין לאנד וואס פלאגט זיך שוין אזוי אויך מיט א שטארקע כוואליע.

--אינדיע האט היינט רעקארדירט א פרישע 115,736 קעיסעס, הייבענדיג דרוק אויף די רעגירונג צו וואקסינירן וואס מער.
עטליכע שטאטן אין לאנד אריינגערעכנט די שווערסט באטראפענע מאהאראשטרא און אדישא רעדן זיך אפ איבער א שארטעדש פון וואקסינען.

--די פאראייניגטע שטאטן האט דערליווערט 3 מיליאן וואקסין דאזעס טעגליך אין די לעצטע וואך צייט, ארויף פון 8 פראצענט א וואך פריער, לויט א באריכט פון די סי.די.סי.
פארט זאגט די אגענטור איז רעקארדירט געווארן 63,000 קעיסעס אין די פאראייניגטע שטאטן די לעצטע וואך ארויף מיט 2.3 פראצענט פון א וואך פריער.

--די בריטישע פרעמיער באריס דזשאנסאן זאגט אז עס נישט דא קיין שום פלאן אפצוהאלטן די ווידער עפענונג פונעם לאנד קומענדיגע וואך, כאטש וואס די געזונטהייט רעגולאטור אין לאנד רעקאמענדירט נישט די אקספארד-עסטרא זענעקע וואקסין פאר מענטשן אונטער די 30, אלס רעזולטאט פון א פרישע זארג איבער בלוט-קלאטס וואס זייעט ווידער אן א שטורעם אין לאנד און איבער אייראפע.

--באוואריע א סטעיט אין מערב דייטשלאנד איז געווארן די ערשטע געגענט אין אייראפע צו שליסן אן אפמאך מיט רוסלאנד באשטעלנדיג 2.5 מיליאן דאזעס פונעם ספוטניק ווי וואקסין.
סטעיט פרעמיער מארקוס סאדער זאגט אז אויב די אייראפעאישע מעדיצין אגענטור געט די גרינע ליכט פאר די וואקסין, וועט מען דאס אנהויבן טיילן אין יולי פאר די איינוואוינער.

--
איראן זעהט צו אין די לעצטערע וואכן א שטארקע וואוקס אין די צאל קעיסעס, מיט 20,954 באריכטעט היינט מיטוואך לויט די ארטיגע פרעסע, ארויף פון 17,430 א טאג פריער, זייענדיג די שווערסט באטראפענע לאנד אינעם מיטל מזרח.
בלויז 200 טויזענט וואקסינען זענען דערליווערט געווארן קיין איראן לויט די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע וואס פארמאגט א פאפולאציע פון 84 מיליאן בירגער.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך בעסער אזוי »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דעם פארלאפענעם זונטאג אחרון של פסח, איז להבדל אא״ה געווען די גויאישע חגא גערופן ״איסטער״. א פארשמייליגטע טאג ביי די קריסטן.

דער טאג איז אלעמאל אויף א זונטאג, פאריאר איז דאס אויסגעפאלן דעם צווייטן טאג חוה״מ פסח. און באמת קען די טאג אריינגיין אין די ביכער פונעם קאראנע תקופה אלטס דער ערשטע גינסטיגער טאג פאר אמעריקאנע בירגער אין אלגעמיין (פאר ווער עס האט געוואלט), און פאר אידישע קינדער בפרט, דער סאמע אנהייב ארויסצוקריכן פונעם קריזיס, וואס איז מער געווען די שווערע צוימונגען, גשמיות׳דיגע און נפשות׳דיגע יסורים וואס מענטשן זענען אדורך.

ווער עס געדענקט האט דער דעמאלטס׳דיגער פרעזידעט טראמפ נאך בלויז א וואך צוויי אריין אינעם נאציאנאלע לאקדאון פראקלאמירט אז ביי ״איסטער״ וועט דער קריזיס שוין זיין פאריבער. אבער ווי יעדער געדענקט איז דאס ווייט נישט געווען די נושא.. די כאאס איז נאך פעסט געווען אויפן וועג ארויף, און קאמאו האט נאך געשריגן אז ביז 2 3 וואכן וועט ער האבן 30 טויזענט פאציענטן אויף ווענטאלעיטער׳ס.. רח״ל.

טראמפ האט טאקע צוריקגעצויגן פון זיין פראקלאמאציע, אויסגעצויגן די נאציאנעאלע טרעוול פארבאט און אויסגעברייטערט די טעסט און ווענטאלעיטאר פראדוקציע. אבער זיין דאטום האט ביי איהם יא געהאט עפעס א באדייט, ווען פון נאך פסח האט ער שוין אנגעהויבן צוריק שלעפן פון די צווייטע זייט מטבע. ער האט דאס טראספאמירט אין א רעכטע ווס לינקע צוגאנג, און צוביסליך אנגעהויבן אויפקלערן מענטשן אז ניצן די קאפ איז וויכטיגער ווי צו הערן טעלאוויזשן.

איין טאג האט ער דעקלערט אז געבעהט הייזער זענען עסענטשול, עקסערסייז צענטערן, קינדער לערנען, קאמפעני׳ס זאלן יא אנהויבן ארבעטן דורך איינשטעלן סעיפטי פראטיקאלן, וכו׳ וכו׳.. אראפגעריסן אלע לינקע אומזינסטיגע אנשרעקער [לדוגמא ווען ער האט חוזק געמאכט פון קאומאו (א דעמאלטס׳דיגער הייסע שטערן ביי די דעמעקרעטס אויפן ענין פון לידערשיפ בעת קריזיס] אז ער האט ניטאמאל געברויכט ניצן די שיף וואס די פעדעראלע גאווערמענט האט איהם געשיקט), וואס דאס האט געגעבן אסאך רעכט און מקום פאר אידן צוביסליך זיך צוריקצוקערן צו די בתי מדרשים למחצי ולשליש.. און ביז שבועות איז שוין געהעריג געווען מנינים, מ׳האט נאר מורא געהאט פון די נאו יארקער פירערשאפט, וועלכע זענען שטייצעך געווען אויפן עקסטרעים צווייטע זייט פונעם פרעזידעט.

אויף שבועות האט זיך שוין אנגעהויבן די הקפות לע״נ דער גע׳הרג׳טער פלויעד.. וואס האט אינטערגעצינדן די מלחמה צווישן יא/נישט לאקדאון אלטס א 20 אלארם פייער, און דערזייט דאווענען מיר ברוב עם ב״ה, פראווענען שמחות און ימים טובים כרגיל.

די השפעה פון דעם קוקו פרעזידענט גייט נאך ביז צום היינטיגן טאג ווען גאנץ אמעריקא איז שוין מער ווייניגער רעלאטיוו 100% צוריק געעפענט, בעת וואס אין די גאנצע וועלט, ספעציעל אין די לינקע אייראפע און קאנאדע, זיצן נאך מענטשן אין לעכל, אדער ציטערן זיי פונעם אייגענעם שאטן, אדער זענען זיי איינגעשפארט און פאלגן אויס די לאקדאון אנווייזונגען פון זייערע הויעכגעשעצטע פאלאטישנס. וואס ווי באקאנט האט דאס מיטגעשלעפט אחב״י וועלכע האבן במשך די גאנצע צייט אדורכגעגאנגן ביטערע עגמ״נ ברוחניות ובגשמיות.

א פרייליכן איסטער. טענק יו מיסטער טראמפ.

אין אנדערע נייעס.. איז שוין אצינד 5 וואכן פון ווען די סטעיט טעקסעס האט גענצליך אראפגענומען די מאסק מאנדאט. אלעס איז צוריק 100% ווי בעפאר דעם קריזיס, רעסטעראנטן זענען פיל, ספארטס און פארברענג צענטערן ווירבלען מיט מענטשן.. און צו דר. פוטשי׳ס ערשטוינונג איז זייער קאוויד פאזאטיוו ראטע אראפ צום נידריגסטן פונקט אין 7 חדשים, און אויפן אנפראגע האט דער וועלט׳ס בארימטע פאליטישע שוטה אויסגעדריקט צומישעניש..

https://1drv.ms/v/s!AltxUozgI9-jgU_jIs7g0dvW3g6R

טשאדעלע טשאדעלע...! ;l;p- ;l;p- קען נישט זיין בעסער ארויסגעברענגט!
(--ווערטערלאז--)
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך חדשות »

עירוב תבשילין האט געשריבן:נייעס פון היינט מיטוואך שמיני:

היינט הייבמיר אן מיט דרום אמעריקא:

אין דרום אמעריקא הייבט זיך יעצט אן דער ווינטער בשעת ביינאונז הייבט זיך אן דער זומער..
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

אפשר זאל מישיגען באקומען פריאריטעט פאר וואקסינען, ס'איז באלד ערגער ווי ביים פיעק.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210407-210358_Chrome.jpg
Screenshot_20210407-210358_Chrome.jpg (347.55 KiB) געזען 974 מאל
Screenshot_20210407-205924_Chrome.jpg
Screenshot_20210407-205924_Chrome.jpg (299.43 KiB) געזען 982 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

בוטאן: האלט מיין ביר...

(די אינפארמאציע פאר בוטאן איז ביז אפריל זעקס, צוויי טאג אונטערשטעליג. נעכטן זענעו זיי שוין געשטאנען העכער 85%)
אטעטשמענטס
Screenshot_20210408-012217_Chrome.jpg
Screenshot_20210408-012217_Chrome.jpg (375.12 KiB) געזען 920 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

קאראנע נייעס'לעך און אפדעיטס פון איבער די וועלט דאנערשטאג שמיני:

דאס באנוץ פונעם אקספאד עסטרע זענעקא וואקסין האט ווידעראמאל אנגעזייעט א שטורעם אין אייראפע צוליב באריכטן איבער בלוט-קלאטס (קרישי דם) וואו פאלגענד:

--ענגלאנד וועט אנהייבן געבן פאר אירע בירגער אונטער די עלטער פון 30 אן אלטערנאטיווע וואקסין, אלס רעזולטאט פון די לעצטיגע שטורעם.
די בריטישע געזונטהייט סעקרעטאר מעט הענקאק שטעלט פאר מיט א זיכערקייט אז פארן א לאנגע רייזע מיט א פליגער איז די זלעבע ריזיקע ווי בלוט-קלאטס ביים נעמען די אקספאד ע.ז. וואקסין, און "די ערשטע וואקסין וואס מ'וועט מיר אנטראגן וועל איך נעמען".
סטאטיסטיקער אין ענגלאנד באריכטן מיט צופרידענהייט אז די טויט ראטע אין לאנד א דאנק קאוויד איז דראסטיש געפאלן מיט 92 פראצענט זינט די פארלאפענעם כוואליע מיט 2 מאנאטן צוריק.

די בריטישע העלט סעקרעטאר מעט הענקאק

PRI186899944.jpg
PRI186899944.jpg (12.14 KiB) געזען 839 מאל

--די אייראפעאישע מעדעצין אגענטור זאגט אז די זארג פון בלוט קלאטס איז בלויז א זעלטענע ערשיינונג און ס'איז נישט דא וואס זיך צו זארגן, אבער ווי עס שיינט טוט יעדע לאנד פאר זיך נעמען אייגענע שריט,
פראנקרייך און בעלגיע געבן די וואקסין פאר די יארגאנג פון בלויז 55 און העכער בשעת ווען דייטשלאנד איטאליע און שפאניע געבן דאס בלויז פאר 60 און העכער.

--דייטשלאנד קאנצעלער אנגעלע מארקעל שלאגט פאר א פלאן צו שטרענגער מאכן די רעגולאציעס לענגאויס דאס גאנצע לאנד נישט בלויז סטעיט ביי סטעיט זאגענדיג אז די סטעיט פרעמיעארן טוען נישט גענוג גוט אינפארסירן די באגרעניצונגען.

אין אנדערע נייעס איז די מעיאר פון שטאט האללע אין מערב דייטשלאנד געקומען אונטער דרוק צו רעזיגנירן נאך וואס ער האט זיך געלאזט וואקסינירן פריער ווי זיין רייע.
מעיאר בערנד ווייגאנד אנטזאגט זיך דערווייל פון רעזיגנירן זאגענדיג אז די וואקסין האט געהאלטן פארן אפלויפן און ער האט נישט געוואלט מ'זאל עס אוועקווארפן. אבער פראסיקיוטער האבן עס אפגעווארפן.

מעיאר בערענד ווייגאנד

56652890_401.jpg
56652890_401.jpg (22.78 KiB) געזען 839 מאל

--עטליכע לענדער ווערן צוגעלייגט צו איירלאנד'ס רויטע ליסטע ווי רייזענדע וועלן זיך דארפן אויפהאלטן אויף 2 וואכן אין רעגירונג האטעלן, דאס רעכנט אריין די פאראייניגטע שטאטן, שפאניע, פראנקרייך, און איטאליע.

--מער ווי 10 מיליאן בירגער אין פראנקרייך האבן שוין גענעמען די ערטשע דאזע פונעם וואקסין, זאגט היינט די פרעמיער מיניסטער דזשיען קאסטעקס, צולייגענדיג אז די נומער האט דעגרייכט א וואך פריער ווי אריגינעל געפלאנט.

די פראנצויזישע פריים מיניסטער דזשיען קאסטעקס ווערט געזעהן ארויס קומענדיג פון עליסזי פרעזידענטליכע פאלאץ נאך א קאבינעט זיצונג היינט מיטוואך

5638.jpg
5638.jpg (29.64 KiB) געזען 839 מאל

--די פרעמיער מיניסטער פון נארוועגיע זאגט אז די לאנד וועט פון קומענדיגע וואך אריינגיין אין א 4 שטאפל סיסטעם ארויס צו קריכן פונעם ביז איצטיגע לאקדאון וואס וועט זיין צוטיילט אין עטליכע וואכן.
נארוועגיע האט באוויזן זיך צו האלטן צו א רעלאטיוו נידריגע ציפער פון נישט מער ווי 100 טויזענט אנגעשטעקטע.

--א באריכט געט אן ווי א פרוי אין דאס אפריקאנער לענד'ל קעניא איז געשטארבן נאכן נעמען די אקספארד ע.ז. וואקסין אבער די קעניא'ע מעדעצין אוטאריטעט אנטזאגט זיך פון עס באשטעטיגן.
די אגענטור זאגט אז די טויט איז געקומען אלס רעזולטאט פון דעם וואס די פרוי איז געווען אין אנדערע אומשטענדן און עס איז נישט דא קיין שום באווייז אז עס איז אומגעקומען צוליב די וואקסין.
אין אלגעמיין האט קעניא שוין וואקסינירט מער ווי 200 טויזענט פון אירע בירגער מיט די ערטשע דאזע.

--טוניזיע האט באשטעטיגט דאס באנוץ פונעם דזשאנסאן ענד דזשאנסאן וואקסין פארן לאנד. דאס צפון אפריקאנער לאנד איז ערווארטעט צו באקריגן 1.5 מיליאן דאזעס אונטער אן אפריקאנער יוניאן פלאן.
געזונטהייט מיניסטער פאוזי מעהדי זאגט אז די פלאן איז צו ערהאלטן נאך וואקסינען אין די קומענדיגע מאנאטן און ביזן ענדע זומער סעזאן וואקסינירן אירע 5 מיליאן בירגער.
דערווייל איז טוניזיע אונטער שטייפער רעגולאציעס און אונטער א נאכט קורפיו וואס וועט ווייטער אנהאלטן ביזן ענדע חודש.

--א ווארטזאגער פאר די געזונטהייט מיניסטעריום אין טיילאנד זאגט אז די פרישע אויפשטייג אינעם הויפטשטאט בענגקאק קען נעמען אזוי פיל ווי 2 מאנאטן.
דערווייל פלאגט זיך די פראווינץ מיט א הויכע צאל קאראנע פאציענטן אין די שפיטעלער און א שטרענגע נאכט קורפיו איז אינפארסירט.

--די גאווערנער פון יאפאן'ס הויפטשטאט טאקיאו זאגט אז זי וועט אריינגעבן א ביטע צום צענטראלע גאווערמענט אין לאנד צו איינשטעלן פרישע צוימונגען אין לאנד צוליב א וואוקס אין קעיסעס.
דאס קומט עטליכע מאנאטן איידער יאפאן גרייט זיך צום בעפארשטייענדען אלימפיקס וואס וועט פארקומען קומענדיגע יולי למס'.

--ניו זילאנד האט סוספענדירט טרעוול פון אינדיע אריין אין לאנד פאר די קומענדיגע 2 וואכן אריינגערעכנט אירע אייגענע בירגער, נאך די דראמאטישע אויפשטייג פון קעיסעס אינעם דרום אזיאנער לאנד.
דאס קומט נאך וואס ניו זילאנד האט רעקארדירט 23 פאזיטיוו קעיסעס פאריגע דאנערשטאג ביים גרעניץ און 17 פון זיי זענען געווען רייזענדע פון אינדיע.

--די בראזיל'ע פרעזידענט דזשאיאיר באלסאנאראו אנטזאגט זיך ווייטער פון אינפארסירן א נאציאנאלע לאקדאון אין לאנד טראץ וואס דאס לאנד מאכט העדליינס מיט אירע דראמאטיש הויכע ציפערן, און א טאג נאך וואס בראזיל האט באשטעטיגט די ערשטע אנגעשטעקטע מיטן דרום אפריקאנע סטרעין אין לאנד.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נאך:

--אוסטראליע און אזוי אויך די פיליפינס זענען די לעצטע אין א רייע לענדער וואס האבן סוספענדירט דאס באנוץ פונעם אקספארד-ע.ז. וואקסין פאר אינגערע מענטשן.

--מוזיקאנטן און שפילער זענען ארויס געקומען היינט אויף די געסער אין די געגענט פון נאנטעס אין מערב פראנקרייך אלס טייל פון א פראטעסט צו צוריק עפענען די טיאטערן אין אנדערע קולטור ערטער אין לאנד וואס זענען שוין פארשפארט פאר איבער א יאר.

--די פרעזידענט פון מעקסיקאו זאגט היינט פאר רעפארטער אז ער איז ערווארטעט צו נעמען די אקספארד-ע.ז. וואקסין,
די 67 יעריגע לאפעז אבראדאר זאגט אז "די ריזיקע איז מינימאל אנטקעגן די בענעפיטן" דעריבער וועט ער זיך נישט צוריק האלטן פון עס נעמען.

--סייבער סעקיוריטי עקספערטן ווארענען איבער פאלשע וואקסין פאספארטן וואס ווערן פארקויפט אויפן שווארצע געוועב פאר "פינאטס".
אייסלאנד אזוי אויך מדינת ישראל עפענען צוביסליך זייער לענדער פאר וואקסינירטע וואס קענען אויפווייזן זייער וואקסין אויף א פאספארט, דעריבער זאל מען זיין געווארנט פון די פאלשע פאספארטן.

--
איינוואוינער אין די אלעמען באקאנטע שטאט וואוהאן אין כינע ווי די וויירוס האט זיך אפיציעל אנגעהויבן צייכענען היינט אפ א יאר פון ווען די לאקדאון אין שטאט האט זיך געענדיגט.
די לאקדאון אין שטאט וואס האט אפעקטירט 11 מיליאן איינוואוינער איז אריין אין עפעקט יאנואר 23 2020 למס' און איז פאראיאר אזא צייט ארפאגענומען געווארן.

--עטליכע לענדער אין דרום אזיע נאך אידיע פלאגן זיך אויך מיט א שטארקע כוואליע פון קעיסעס, אריינגערעכנט פאקיסטאן וואס פלאגט זיך אצינד מיט א דריטע כוואליע און האט שטרעגער געמאכט די צוימונגען .

די מארקעט פלאץ אין די שטאט ראוואלפינדי אין פאקיסטאן איז געשלאסן אונטער די אנוועזנהייט פון א פאליציאנט:

_117856076_rawalpindi_afp_gettyimages-1232082760.jpg
_117856076_rawalpindi_afp_gettyimages-1232082760.jpg (62.13 KiB) געזען 776 מאל

--באנגלאדעש וואס זעהט אויך א וואוקס אין קעיסעס האט איינגעשטעלט א 7 טאג'יגע נאציאנאלע לאקדאון.

--נעפאל באטראכט אויך צו איינשטעלן פרישע באגרעניצונגען נאך וואס דאס לאנד זעהט א וואוקס אין קעיסעס זינט פארלאפענעם מערץ למס'.

--אפגאניסטאן צייגט אויך צו האבן א פרישע כוואליע, פארט זענען אבער רעפארטער סקעפטיש איבער די אפיציעלע ציפערן ארויסגעשטעלט.

--סרי לאנקא זעהט א רעדוקציע אין די צאל קעיסעס און שולעס אין לאנד עפענען זיך צוריק נאכן זיין פארשלאסן זינט פאברואר למס'.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

אין אן אינטערסאנטע אנטוויקלונג איז ענגלאנד געווארן די וועלט פירער ווען עס קומט צו טעסטינג, נאכדעם וואס זיי זענען געווען גאנץ אינטערשטעליג לגבי אנדערע מערב לענדער.
דעס קומט טיילוועג מן הסתם צוליב דעם וואס יעדער וואס קומט אריין אין לאנד מוז זיך צוויי מאל טעסטן, און דעס ווערט שטרענג אינפארסירט.
unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (200.15 KiB) געזען 668 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

עירוב תבשילין האט געשריבן:

ייש"כ פארן האלטן אינפארמירט!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:

ייש"כ פארן האלטן אינפארמירט!

איזה חכם המחכים את רבו..
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:

ייש"כ פארן האלטן אינפארמירט!

א דאנק פאר די אלע דאנקערס
קומענדיגע באריכט, זונטאג אי"ה.
א גוט שבת!!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך בעסער אזוי »

א דאנק @עירוב תבשילין!
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך שפע רב »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:

ייש"כ פארן האלטן אינפארמירט!

גא"מ. הערליכע באריכטן, עירוב, טענקס.
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”