"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

בקיצור קיינער קען נישט דא ענטפערן ווי אזוי קען זיין אז און טשיינע ווי סאיז דא צענדליגער טויזענטער קעיסעס איז היינט געווען בלויז 3 פרישע קעיסעס און זאכן גייען צוריק צום רוטין
אבער און אמעריקע ווי סאיז דא אונטער 1500 קעיסעס איז היינט געווען צענדליגער פרישע קעיסעס און די גאנצע לאנד גייט כאדאראם

עפעס שטימט נישט
לעצט פארראכטן דורך שׁעמעדיגער אום פרייטאג מארטש 13, 2020 1:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובה דורך יואל שרייבער »

אידישע הארץ האט געשריבן:
אידישע הארץ האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט בשיטה אז עס איז פארהאן 2 ווערסיעס פון די וויירוס און איטאליע האט באקומען די שווערערע ווערסיע. די אמעריקאנער ווערסיע איז נישט אזוי פאטאל, און די סימפטאמען זענען אסאך לייכטער.

האסטו נאכגעקוקט די טויט ראטע פון וואשינגטאן סטעיט? דאס איז די ערשטע ברייטע פארשפרייטונג אין די פאראייניגטע שטאטן און די פאטאליטעטן זענען אין די הויכע איינצלנע פראצענטן, אסאך העכער ווי כינע און איטאליע.

מען קען נישט ברענגען קיין שום ראיה פון אמעריקע, ווייל מען געט נישט קיין טעסט'ס פאר פשוטע מענטשן נאר פאר די וואס זענען קריטיש, אזוי דר. דוב לאנדא האט דערציילט אויף ק''מ אז ער האט געבעטן פאר 2 פן זיינע פאציענטן און.ער האט נישט געקענט באקימען און אזוי אויך אסאך דאקטוירים דערציילן כזה
די פלאץ ווי די קענסט יא ברענגען א ראיה איז סאוט קאריע

די מידיע צישפרייט אויף די זעלבע וועג די פאניק, און ברענגען ראיה'ס פון טשינע מיט זייערע שוואכע אימיון סיסטעמס, און פון די פאראייניגטע שטאטן ווי בלויז די וואס זענען קריטיש, אדער נאנט צי דעם, טוט מען טעסן, אדער פון איטאליע ביי די אלטע געגנט, זיי מעקן אינגאנצן אויס אזא פלאץ ווי סאוט קאריע ווי עס איז אפשר א 6'טל פון א פארצענט אדער ווייניגער

גראדע גייט די טויט ראטע אין סאוט קאריע שוין ארויף, עס האלט יעצט ביי איבער 0.8 פראצענט.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובה דורך יואל שרייבער »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:בקיצור קיינער קען נישט דא ענטפערן ווי אזוי קען זיין אז און טשיינע ווי סאיז דא צענדליגער טויזענטער קעיסעס איז היינט געווען בלויז 3 פרישע קעיסעס און זאכן גייען צוריק צום רוטין
אבער און אמעריקע ווי סאיז דא אונטער 1500 קעיסעס איז היינט געווען צענדליגער פרישע און די גאנצע לאנד גייט כאדאראם

עפעס שטימט נישט

טשיינע האט אויסגעזען פונקט ווי אמעריקע צוויי חדשים צוריק.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

תגובה דורך טוב לב »

ס'איז דא צויי ריזענס פארוואס די וויירוס שטארבט אין די זומער.

1)ווייל ווינטער זענען מענטשן מער אין פארמאכטע פלעצער.

2) ווייל די טבע פון היץ איז אז ס'גייט אויף ארויף צוליב דעם ווינטער ווען א מענטש אטעמט ארויס ווארעמע לופט וועט זיך עס האלטן אויבן וואס העכערט די שאנסן אז א צווייטער זאל עס אריין אטעמען אבער זומער וועט די לופט וואס א מענטש אטעמט ארויס גיין אויף אראפ.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובה דורך פער בריסטאו »

יואל שרייבער האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:בקיצור קיינער קען נישט דא ענטפערן ווי אזוי קען זיין אז און טשיינע ווי סאיז דא צענדליגער טויזענטער קעיסעס איז היינט געווען בלויז 3 פרישע קעיסעס און זאכן גייען צוריק צום רוטין
אבער און אמעריקע ווי סאיז דא אונטער 1500 קעיסעס איז היינט געווען צענדליגער פרישע און די גאנצע לאנד גייט כאדאראם

עפעס שטימט נישט

טשיינע האט אויסגעזען פונקט ווי אמעריקע צוויי חדשים צוריק.

קומט אויס אין צוויי חדשים גייט שוין נישט זיין א מאנגל אין אשר יצר פאפיר?
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

יואל שרייבער האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:בקיצור קיינער קען נישט דא ענטפערן ווי אזוי קען זיין אז און טשיינע ווי סאיז דא צענדליגער טויזענטער קעיסעס איז היינט געווען בלויז 3 פרישע קעיסעס און זאכן גייען צוריק צום רוטין
אבער און אמעריקע ווי סאיז דא אונטער 1500 קעיסעס איז היינט געווען צענדליגער פרישע און די גאנצע לאנד גייט כאדאראם

עפעס שטימט נישט

טשיינע האט אויסגעזען פונקט ווי אמעריקע צוויי חדשים צוריק.

אבער סאיז זייער אינטערעסאנט אז זיי האבן צענדליגער טויזענטער אנגעשטעקטע און זיי האלטן ווי זיי האלטן

קוקט אויס אז ווען מען טוט וואס מ'דארף קען מען עס קאנטראלירן
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אידישע הארץ האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט בשיטה אז עס איז פארהאן 2 ווערסיעס פון די וויירוס און איטאליע האט באקומען די שווערערע ווערסיע. די אמעריקאנער ווערסיע איז נישט אזוי פאטאל, און די סימפטאמען זענען אסאך לייכטער.

האסטו נאכגעקוקט די טויט ראטע פון וואשינגטאן סטעיט? דאס איז די ערשטע ברייטע פארשפרייטונג אין די פאראייניגטע שטאטן און די פאטאליטעטן זענען אין די הויכע איינצלנע פראצענטן, אסאך העכער ווי כינע און איטאליע.

מען קען נישט ברענגען קיין שום ראיה פון אמעריקע, ווייל מען געט נישט קיין טעסט'ס פאר פשוטע מענטשן נאר פאר די וואס זענען קריטיש, אזוי דר. דוב לאנדא האט דערציילט אויף ק''מ אז ער האט געבעטן פאר 2 פן זיינע פאציענטן און.ער האט נישט געקענט באקימען און אזוי אויך אסאך דאקטוירים דערציילן כזה
די פלאץ ווי די קענסט יא ברענגען א ראיה איז סאוט קאריע

איך רעד פון די אלטעס היים אין וואשינגטאן סטעיט וואו איבער א מנין זענען געשטארבן און די צאל איינוואוינער איז בלויז 120. אפילו אויב יעדער ארטיגע איינוואוינער איז אנגעשטעקט, איז די טויט ראטע אסאך אסאך העכער ווי כינע און איטאליע.

איבער סאוט קארעא דארף מען נעמען אין באטראכט אז די אנגעשטעקטע זענען נישט דווקא א רענדאם אפשפיגלונג פונעם דורכשניטליכן בירגער פונעם ארטיגן באפעלקערונג. די ברייטע פארשפרייטונג האט זיך אנגעהויבן אין א רעליגיעזע סעקטע. מעגליך אז די סעקטע איז אייניג צו די סאוט קארעא באפעלקערונג אין אלגעמיין, אבער עס איז אויך מעגליך אז די סעקטע באשטייט פון יונגערע מיטגלידער, פארהייראטע פארפעלקער מיט פינף קינדער פער פארפאלק, וואס זענען אין א בעסערע געזונט צושטאנד ווי די ארטיגע באפעלקערונג אין אלגעמיין. דאס גייט אראפשלעפן די פאטאליטעט ראטע אינעם לאנד.
איך שפעקוליר נאר. קען פונקט אזוי זיין פארקערט, אז די סעקטע באשטייט פון אלטע זעצערס און פענסיאנערן...
פוינט איז אז מען קען נישט אינגאנצן אפלערנען פון סאוט קארעא.

גלות איד האט געשריבן:
מקוה.PNG

די היץ אליינס הרגעט נישט דעם וויירוס?

יא, ווי איך פארשטיי וועט די ווירוס אפשטארבן פון זיך אליינס אין 102 גראד... לאל

אקעי, איך בין שוין צומישט, דער לאל האט מיר געמיינט אדער האט עס געמיינט שעם צעטל?

דעם צעטל. סארי.
nuwilli
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2015 10:07 am

תגובה דורך nuwilli »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:בקיצור קיינער קען נישט דא ענטפערן ווי אזוי קען זיין אז און טשיינע ווי סאיז דא צענדליגער טויזענטער קעיסעס איז היינט געווען בלויז 3 פרישע קעיסעס און זאכן גייען צוריק צום רוטין
אבער און אמעריקע ווי סאיז דא אונטער 1500 קעיסעס איז היינט געווען צענדליגער פרישע און די גאנצע לאנד גייט כאדאראם

עפעס שטימט נישט

טשיינע האט אויסגעזען פונקט ווי אמעריקע צוויי חדשים צוריק.

אבער סאיז זייער אינטערעסאנט אז זיי האבן צענדליגער טויזענטער אנגעשטעקטע און זיי האלטן ווי זיי האלטן

קוקט אויס אז ווען מען טוט וואס מ'דארף קען מען עס קאנטראלירן

you cannot do in the US what they're doing in China
they made the city into a big controlled prison
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
אידישע הארץ האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט בשיטה אז עס איז פארהאן 2 ווערסיעס פון די וויירוס און איטאליע האט באקומען די שווערערע ווערסיע. די אמעריקאנער ווערסיע איז נישט אזוי פאטאל, און די סימפטאמען זענען אסאך לייכטער.

האסטו נאכגעקוקט די טויט ראטע פון וואשינגטאן סטעיט? דאס איז די ערשטע ברייטע פארשפרייטונג אין די פאראייניגטע שטאטן און די פאטאליטעטן זענען אין די הויכע איינצלנע פראצענטן, אסאך העכער ווי כינע און איטאליע.

מען קען נישט ברענגען קיין שום ראיה פון אמעריקע, ווייל מען געט נישט קיין טעסט'ס פאר פשוטע מענטשן נאר פאר די וואס זענען קריטיש, אזוי דר. דוב לאנדא האט דערציילט אויף ק''מ אז ער האט געבעטן פאר 2 פן זיינע פאציענטן און.ער האט נישט געקענט באקימען און אזוי אויך אסאך דאקטוירים דערציילן כזה
די פלאץ ווי די קענסט יא ברענגען א ראיה איז סאוט קאריע

איך רעד פון די אלטעס היים אין וואשינגטאן סטעיט וואו איבער א מנין זענען געשטארבן און די צאל איינוואוינער איז בלויז 120. אפילו אויב יעדער ארטיגע איינוואוינער איז אנגעשטעקט, איז די טויט ראטע אסאך אסאך העכער ווי כינע און איטאליע.

איבער סאוט קארעא דארף מען נעמען אין באטראכט אז די אנגעשטעקטע זענען נישט דווקא א רענדאם אפשפיגלונג פונעם דורכשניטליכן בירגער פונעם ארטיגן באפעלקערונג. די ברייטע פארשפרייטונג האט זיך אנגעהויבן אין א רעליגיעזע סעקטע. מעגליך אז די סעקטע איז אייניג צו די סאוט קארעא באפעלקערונג אין אלגעמיין, אבער עס איז אויך מעגליך אז די סעקטע באשטייט פון יונגערע מיטגלידער, פארהייראטע פארפעלקער מיט פינף קינדער פער פארפאלק, וואס זענען אין א בעסערע געזונט צושטאנד ווי די ארטיגע באפעלקערונג אין אלגעמיין. דאס גייט אראפשלעפן די פאטאליטעט ראטע אינעם לאנד.
איך שפעקוליר נאר. קען פונקט אזוי זיין פארקערט, אז די סעקטע באשטייט פון אלטע זעצערס און פענסיאנערן...
פוינט איז אז מען קען נישט אינגאנצן אפלערנען פון סאוט קארעא.

אויך האט סאוט קארעא גאר א שטארקע העלטקעיר סיסטעם, אסאך שטערקער ווי רוב לענדער און אסאך פאראויס פון די פאראייניגטע שטאטן.
אין סאוט קארעא, צום ביישפיל, איז פארהאן עלף שפיטאל בעטן פער טויזנט בירגער, צו בלויז 2.9 בעטן/טויזנט אמעריקאנער (און דאס איז פון 2014. איך האב געזען א לעצטיגער ציפער פון, דאכט זיך, 2.3 בעטן/טויזנט אמעריקאנער). נישט אז די צאל בעטן אליינס מאכט די גאנצע חילוק, דאס אילוסטרירט נאר ווי ערנסט די ארטיגע רעגירונג נעמט די געזונהייט פון די ארטיגע באפעלקערונג. אין פארגלייך שטייט אמעריקע אין א נישט גוטע פלאץ.
אטעטשמענטס
image_search_1584076887874.jpg
image_search_1584076887874.jpg (150.15 KiB) געזען 1211 מאל
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

ווייסט איינער אויב פראדאקשען אין כינע איז שוין צירוק צו נארמאל? ווייל די גאנצע מאנגעל אין פארשידענע פראדוקטען איז נאר ווייל עס קומט פון דארטן און מען האט נישט געהעריג געארבייט די לעצטע חודש. אבער איינמאל פראדוקציע דארטן איז צירורק אפילו אויב אמעריקע ווערט שווער באטראפען און איז אינטער לאק דאון קען נאכאלטס די לעבענסוויכטיגסטע באדינונגען אנגיין אומגעשטערט.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

תגובה דורך ביללער »

יעצט האלט מען געציילטע קעיסיס דא דארט און די וועלט איז געקומען צו א שטאנדשטיל.
די ברענענדיגע שאלה איז וויאזוי ענדיגט זיך אזא זאך?
ווילאנג האלט עס אן?
מ'קען עס האבן מער ווי איין מאל?
ס'איז אין לדבר סוף, בלייבט מען איינגעשפארט איינגעשפארט און אפגעשלאסן פאר ווי לאנג עד מתי, וואס זענען די אויסזיכטן פאר א סוף.
כ'ווייס נישט צי ס'דא איינער וואס קען ענטפערן די קשיות אבער א זיניגער פארשוין קען ווערן פארביי פון אזעלכע רעיונות, ס'באמת דא איין ברירה אזוי ווי רוב עולם טוט מ'לייגט זיך אריין אין אזא דענייעל מאוד. גם זה יעבור
אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 6:38 am

תגובה דורך המסתתר »

עוד הם מדברים האט געשריבן:עמיצער קען ביטע קלארשטעלן? וויפל שרעקעדיגער דארפן די נומבער'ס ווערן אז מ'זאל אנהייבן נעמען ערנסטע שריט ביי אונז דא אין ניו יארק? אויף וואס אין די וועלט ווארט מען? אז אדווערטייזמענטס אויף די ווענט זאלן חלילה ערזעצט ווערן מיט מודעות פון לוויות? אונז זעמער אין א מצב פון פיקוח נפש ממש במלוא מובן המילה.

מקוואות ברייט אפן, מנינים שטובלעך מיט פערציג פופציג אידן צאמגעקוועטשט, מוסדות גייען אן כאילו לא היה, קינדער ווייסן נישט וואס מיינט וואשן די הענט אבער ווייסן גאר גוט וואס ס' מיינט עסן מיט די הענט און לעקן די פינגערס, זיי זענען נאך די גרעסטע טראגערס און ברענגערס, און די בנין המוסד איז מער ווייניגער ווי א שיפינג טערמינאל ווי ס' ווערט נעבעך איבערגעגעבן איינער פארן צווייטן, און דאס אלעס בזמן וואס דער מלאך המות דרייט זיך ארום די וועלט פראנק און פריי... יעצט הייב מיר נישט אן שרייען וויאזוי רעדסטו? בארואיג דיר... מ'טאר נישט אזוי רעדן. דער אייבישטער וויל מיר זאלן טוהן השתדלות. און וואס מיר טוהען איז א גאנצע פאק פון גארנישט.

איטאליע איז דערווייל די לאנד וואס האט גענומען די מערסטע אגרעסיווע שריט פון וועלכע אנדערע לאנד, זיי האבן אפגעשפארט דאס גאנצע לאנד, און הערט דאס... כמעט זיבן פון יעדע הונדערט גייען רח"ל. און דאס איז נאך פאר וואס זייער מעדיקעל סיסטעם איז אונטערגעבראכן. רבותי!!! מיר קענען נאך טוהן בפאר עס ווערט חלילה צו שפעט, אונז טארן נישט אין קיין שום פאל לאזן איין איד גיין, אפגערעדט זיבן פון יעדע הונדערט, מיר מוזן זאפארט טוהן עפעס! רבנים, עסקנים.. אויף וואס ווארט איר?? פארוואס איז נאך אלעס ברייט אפן?

טייערע ברודער, פרובירט צו דערציילן פאר אייערע דיינים, רבנים, עסקנים וואס ס' טוט זיך אין די וועלט, ווי ס'ווייזט אויס ווייסן זיי נישט גענוג... לאמיר נישט לאזן נאך איין טאג אריבער גיין...

נאך א נס אז Schizophrenie איז נישט אזוי אנשטעקיג ווי די קאראנע, ווען יא וואלטן מיר איצט אלע געווען אין א געפערליכן פראבלעם. ווייל מיר געפינען זיך דא אויפן זעלבן פעידזש ווי דו. גיי קויף איין א סקיט טישו און א סקיט וואסער און לאז אונז צורוה. וואס ווילסטו פון מענטשן וואס טוהען די מאקסימום זיך צו שיצן און קענען נישט טוהן מער ווי דעם?

אזויפיל שטותים והבלים שוין לאנג נישט געזעהן אין איין תגובה. דו מיינסט אז דו פירסט די וועלט? דער וואס האט באשאפן די קאראנע וויירוס האט אויך א פונקטליכן פלאן וויאזוי צו שיצן זיין פאלק פון די מגיפה, א איד דארף מקיים זיין די מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם אויף א נארמאלן אופן, און נישט פאניקן און אפשפארן שוהלן, דערמאנט די מעשה פון יענעם וואס ווען די שיף אן אנגעהויבן זינקען האט ער די ערשטע אריינגעזרקעט די טו"ת אין ים אריין. אויך די ישראלים די שונאי דת די ערשטע זאך אויף וואס זיי זענען ארויף 2 וואכן צוריק שוין איז אז קושן מזוזות! פארשפרייט די מחלה, זיי האבן נישט געפינען קיין שום אנדערע וועג וויאזוי דער עקלדיגער פרייער באפעלקערונג קומט אין קאנטאקט איינער מיטן אנדערן, נאר ביי די פרומע זאל מען ערשט סטאפן קושן מזוזות.

בארואיג זיך, נעם א גלעזל וואסער, דאווענען אין שוהל שאדט נישט, און קען נישט שאדן אויף קיין שום מצב. דאס יא, אז עלטערע אידן איבער די זעכציג, און מענטשן וואס האבן געזונטהייט קאמפליקאציעס, אויב זיי קענען זיך אפהאלטן פון ארויסגיין פון שטוב, און פון קומען אין בארירונג מיט מענטשן, איז תבוא עליהם ברכה, ביי זיי איז דאס דער בעיסיק פון ונשמרתם, ווייל זיי שטייען אויס גרעסערע שאנסן פון עס באקומען אויף א שווערן אופן, רח"ל היל"ת אויף קיין שום איד נישט גערעדט. אבער אריינווארפן יונגע מענטשן, בחורים און קינדער, אין פאניק און אין שרעק, מיט אזא אויבנ'ציטירטע אומאחריות'דיגע תגובה, איז א עוולה גדולה. האסט מורא, נעם א תהילים און טוה וואס די זיידעס האבן געטוהן, וואס זיצט ער אויף אייוועלט און זייעט אן שרעק ביי די מאסן. מה לך נרדם קום קרא אל אלוקיך.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
אידישע הארץ האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט בשיטה אז עס איז פארהאן 2 ווערסיעס פון די וויירוס און איטאליע האט באקומען די שווערערע ווערסיע. די אמעריקאנער ווערסיע איז נישט אזוי פאטאל, און די סימפטאמען זענען אסאך לייכטער.

האסטו נאכגעקוקט די טויט ראטע פון וואשינגטאן סטעיט? דאס איז די ערשטע ברייטע פארשפרייטונג אין די פאראייניגטע שטאטן און די פאטאליטעטן זענען אין די הויכע איינצלנע פראצענטן, אסאך העכער ווי כינע און איטאליע.

מען קען נישט ברענגען קיין שום ראיה פון אמעריקע, ווייל מען געט נישט קיין טעסט'ס פאר פשוטע מענטשן נאר פאר די וואס זענען קריטיש, אזוי דר. דוב לאנדא האט דערציילט אויף ק''מ אז ער האט געבעטן פאר 2 פן זיינע פאציענטן און.ער האט נישט געקענט באקימען און אזוי אויך אסאך דאקטוירים דערציילן כזה
די פלאץ ווי די קענסט יא ברענגען א ראיה איז סאוט קאריע

איך רעד פון די אלטעס היים אין וואשינגטאן סטעיט וואו איבער א מנין זענען געשטארבן און די צאל איינוואוינער איז בלויז 120. אפילו אויב יעדער ארטיגע איינוואוינער איז אנגעשטעקט, איז די טויט ראטע אסאך אסאך העכער ווי כינע און איטאליע.

צום ווייניגסטנס 23 מענטשן אין די נורסינג האום זענען געשטארבן פון די קאראנע-וויירוס, און ס'דא נאך 2-3 טויטפעלער דארטן וואס איז נישט באשטעטיגט אז עס קומט פון די קאראנע-וויירוס.
דאס איז א שרעקעדיגע נומבער פון כמעט 20 פראצענט!

אבער ווי כ'פארשטיי איז די נורסינג האום א LTACH - Long Term Acute Rehab Care וואס מיינט אז די ארטיגע איינוואוינער האבן ערנסטע העלט קאנדישענס, ממילא איז דאס נישט קיין ראי'צו די אלגעמיינע באפעלקערונג.

https://www.kingcounty.gov/depts/health ... covid.aspx
https://www.kiro7.com/news/local/life-c ... ATJOVVV5A/
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט אז די גאנצע מעשה פון די מאנסי וועיטער איז פעיק ניוז. ס'איז שוין דורך 12 טעג זייט דעמאלטס און ס'איז נאכנישט באקאנט קיין איין היימישע קעיס. עס דוירערט צווישן 5 און 14 טעג עס זאל ארויסקומען די סימפטאמען.

@העינדל ברייער האט דעמאלטס ארויסגעגעבן די מעשה, ער דארף אויסקלארן פאר כלל ישראל אויף די שרעקליכע פאניק וואס דאס האט אנגעזייעט.

יעך האלט אז ס'נישט מוכרח אז ס'איז פעיק נוז, נאר דער עולם האט עס שוין אין גרויסן, נאר מ'ווייסט פשוט נישט, און רובו דרובו עולם האלט שוין נאכן זיך אויסהיילן דערפון.

מאכט נישט קיין סענס, מ'האט פיבער בשעת מעשה. אין וועסטשעסטער האט עס יעדער באקומען ביז געציילטע טעג, און דא איז גענצליך שטיל. שטימט נישט בכלל.

מער מסתבר אז ס'איז פעיק ניוז.

אדער קען זיין אז מענטשן שאצן פשוט איבער ווי אנשטעקיג די ווירוס איז. די פארשפרייטונג ראטע (די R0) איז ערגעץ צווישן 2 און 3.1. דאס מיינט אז איין אנגעשטעקטער ווערט ערווארטעט דאס איבערצוגעבן צו צוויי אדער דריי מענטשן, אין דורכשניט. דאס איז העכער ווי די פלו, אבער ווייניגער ווי מענטשן רעכענען.

אויב איז ער געווען נאך פארן אנשטעקונגס שטאפל, אדער ער האט אכטונג געגעבן אויף זיין היגענע, געוואשן זיינע הענט און/אדער געטראגן גלאווס, איז בכלל נישט מוכרח אז דאס האט זיך ווייטער פארשפרייט.

דאס איז בכלל נישט גלייך אויב וואוינט מען אין איין שטוב מיט אן אנגעשטעקטער, אדער מען ארבייט שעות מיט איינעם אין אן אפיס, אדער אויב דער אנגעשטעקטער היסט און געט נישט אכטונג וואס ער טוט.

די זאך איז אז די וויירוס קען זיין אנשטעקיג בעפאר מ'זעהט עני סימפטאמס, אבער די עיקר שטעקט עס אהן ערשט נאך דעם וואס מ'ווייזט סימפטאמס.

די וויירוס איז נישט עירבאורן נאר נאכן הוסן-ניסן בלייבט עס אין די לופט נעבן די מענטש וואס האט געהוסט פאר עטליכע מינוט. דאס מיינט אז אין רוב פעלער שטעקט עס נאר אהן מענטשן וואס קומען אין דירעקטע קאנטאקט מיטן אנגעשטעקטער.

רוב מענטשן וועלן ווייזן סימפטאמען ביי 5 טעג.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די פאראייניגטע שטאטן שטייט יעצט אין א מצב וואו איטאליע איז געשטאנען צוויי וואכן צוריק. ריזיגע ציפערן אומאידענטיפיצירטע פעלער פונעם ווירוס און א ריזיגע קוואל פון דעם קרענק צו אנדערע לענדער.

איך האב געזוכט "returning USA positive" אויף טוויטער:

עטליכע מינוט צוריק; אויסטראלישע האום עפעירס מיניסטער.
Coronavirus: Peter Dutton tests positive to Covid-19 after returning to Australia from US https://t.co/MnTDdHXxi8 #COVID-19 #USA #Australia #PeterDutton

צוויי שעה צוריק; פרוי פון קעניע.
The first coronavirus case in Kenya is of a lady who returning from the USA on 5th March.
She was confirmed positive by the national influenza lab.
#CoronaVirusInKenya

זעקס שעה צוריק; גוגל ארבעטער אין באנגאלאר, אינדיע.
One Google Employee in Bangalore has tested positive for #Covdi19 with history of travel to USA. On returning, screening showed negative. But in 3 days illness increased and is now tested positive.

22 שעה צוריק; דריי באשטעטיגטע פעלער אין אייסלאנד.
103 confirmed cases of COVID-19 in Iceland of the over 1000 individuals being tested. 3 tested positive after returning from the USA. #coronavirus
#COVID19
https://t.co/PoeN7apG8z

א טאג צוריק; א דאקטאר און א טיטשער אין אויסטראליע.
EVERYONE returning/entering Australia by ANY MEANS must be told to self isolate for 2 weeks.
HEALTH WORKERS and TEACHERS are testing positive and it’s a big risk for large community spread.
A GP and a teacher from Victoria both returned from the USA.

א טאג צוריק; דריי קאנאדישע בירגער פון דריי באזונדערע סטעיטס (קיינע פון זיי נישט באקאנט צו זיין א האטספאט!)
Three Canadians have tested positive after returning from the US (Colorado, Las Vegas, Hawaii). I don't believe any of these are currently considered hotspots in the USA.

פינף טאג צוריק; א פאמיליע פון פיר סלאוואקן וואס וואוינען אין עסטרייך.
Four member slovak family living in Austria Coronavirus positive after returning from USA:
https://t.co/q0IxHoRrTn

דער געהילף צו בראליאנער פרעזידענט וואס איז אנגעשטעקט מיטן ווירוס איז געווען אין וואשינגטאן די. סי. לעצטע וואך. מסתבר אז עס קומט פון דא.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

קענטאקי, מערילענד, אהייאו, מישיגען, ניו מעקסיקא און ארעגאן פארשליסן אלע זייערע שולעס צוליב דעם ווירוס.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

DR. FAUCI on @Morning_Joe: “I would think within a week we’re going to see a real acceleration of testing.”
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

תגובה דורך עם הארץ »

איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט אז די גאנצע מעשה פון די מאנסי וועיטער איז פעיק ניוז. ס'איז שוין דורך 12 טעג זייט דעמאלטס און ס'איז נאכנישט באקאנט קיין איין היימישע קעיס. עס דוירערט צווישן 5 און 14 טעג עס זאל ארויסקומען די סימפטאמען.

@העינדל ברייער האט דעמאלטס ארויסגעגעבן די מעשה, ער דארף אויסקלארן פאר כלל ישראל אויף די שרעקליכע פאניק וואס דאס האט אנגעזייעט.

I spoke to the caterer. The entire story was overblown by panic.
Here is the facts:
This worker in monsey was "exposed" "a week earlier" to some one that tested positive to the coronavirus. The worker went in quarantine after the 3 monsey gatherings he served, he passed already the 14 days "without any symptoms ". So the entire story was a panic driven hoax.
חכם פון די מה נשתנה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 4:36 pm

תגובה דורך חכם פון די מה נשתנה »

אין עסטערייך איז היינט ארויסגעקומען א LAW אז אנגעהויבן פון דינסטיג 7PM וועט יעדער איינער אין גאנץ עסטערייך מיזן בלייבן איינגעשפארט אינדערהיים ביז 7AM א יעדן טאג!!!!!!!!!!
(חוץ פון עמערדשענסי)
מען ווייסט נאכנישט ווי לאנג די LAW וועט זיך אנהאלטן

אויך וועלן אלע געשעפטן חוץ פון Super markets ,pharmacies, אין די באנק מיזן זיין פארשפארט א גאנצן טאג!!!
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2654
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובה דורך פעטער שמואל »

קול הציבור - מאנסי
אטעטשמענטס
Screenshot_2020-03-13-08-15-40.png
Screenshot_2020-03-13-08-15-40.png (452.44 KiB) געזען 698 מאל
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובה דורך ממש אזוי »

למעשה האבן זיך די נומער פון וויפיל קעיסעס מיט קאראנע אין איטאליע פארקלענערט? וואס איז בנוגע ארץ ישראל, זינטן דאס נעמען ערנסטער האט מען געזען ווייניגער קעיסעס?

ווער קען ברענגו סטאטיסטיקס?
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובה דורך פרייזן »

unnamed (35).jpg
unnamed (35).jpg (335.38 KiB) געזען 597 מאל
unnamed (36).jpg
unnamed (36).jpg (132.77 KiB) געזען 597 מאל
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובה דורך פרייזן »

Capture.PNG
Capture.PNG (157.25 KiB) געזען 588 מאל
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובה דורך ממש אזוי »

פרייזן האט געשריבן:
unnamed (35).jpg
unnamed (36).jpg

ליגט שוין אין אשכול פון קאראנע בחצרות הקודש

viewtopic.php?f=6&t=41726
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”