"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פעיק ניוז »

פלארידע גאווערנאר ראן דעסענטיס האט געמאלדן נעכטן אז די סטעיט האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דער פעדעראלער רעגירונג, מיט א פארלאנג אז זיי זאלן ערלויבן קרוז שיפן ווידעראמאל אנצוגיין מיט זייערע רייזעס און סערוויסעס.

דעסענטיס זאגט אז די פעדעראלע רעגירונג האט נישט קיין רעכט צו האלטן א גאנצע אינדוסטריע אזוי פארשלאסן פאר מער ווי א יאר אין דער צייט וואס עס זענען שוין נישטא קיין באווייזן אז עס איז א ריזיקע.


דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מטעמים »

מיר האבען א פרישע שטערן דא - עירוב תבשילון.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

פרישע רעקארד פון +4.63M דאזעס אין איין טאג
אטעטשמענטס
Screenshot_20210410-213132_Chrome.jpg
Screenshot_20210410-213132_Chrome.jpg (261.33 KiB) געזען 1465 מאל
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובה דורך תנא-קמא »

8953-MMS-1618112060441-attachment1-1618112039149.jpg
8953-MMS-1618112060441-attachment1-1618112039149.jpg (375.08 KiB) געזען 1373 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נייעס'לעך און אפדעיטס פון זונטאג תזו"מ:

--עטליכע לענדער אין אייראפע ארבעט ארויף זייער וואקסין דרייוו נאך וואס די קאנטינענט פלאגט מיט א שווערע כוואליע.
פראנקרייך האלט שוין ביי 10 מיליאן ערשטע דאזעס און 40 מאסן וואקסינאציע צענטערן זענען געעפענט געווארן אין לאנד און דייטשלאנד האט געבראכן רעקארד מיט 700 טויזענט וואקסין פארטיילט דעם פארלאפענעם דאנערשטאג.
העלט סעקרעטאר אין דייטשלאנד יענס שפהאן זאגט אז די ציל איז אויף דריי א האלב מיליאן וואקסינען א וואך און אזוי האבן די גאנצע לאנד וואקסינירט ביזן ענדע זומער.

--הונדערטע בירגער פון איירלאנד וועלכע האלטן זיך אויף אין די פאראייניגטע שטאטן קערן זיך צוריק קיין אירלאנד נאך וואס די רעגירונג האט באשטעטיגט אז פון דאנערשטאג רייזענדע פון די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, בעלגיע, איטאליע, טערקיי און נאך דארפן זיין אונטער רעגירונג'ס האטעלן.

--פולין האט האט רעקארדירט 24,856 פרישע קעיסעס אין שבת און 749 טויטע אראפ 28,487 אין פרייטאג.
איבער 34 טויזענט קאוויד פאציענטן געפינען זיך אין שפיטאל און 3,373 אויף ווענטילעיטארס.

א ביטער געלעכטער אין א רעסטוראנט אין ווארשא, פולין...

6000.jpg
6000.jpg (48.07 KiB) געזען 1247 מאל


--ענגלאנד גייט מארגן מאנטאג אריין אין די קומענדיגע פאזע פון די ווידער-עפענונג פלאן ווי נישט וויכטיגע ביזנעסער, אינדרויסען-סעווירנדע רעסטוראנען, טוהר-גארטן'ס, בארבערס, לייברעריס און נאך וועלן זיך ווידער עפענען.
פארט ווארנען באאמטע (בריטישע פאוטשי'ס....) אז די ווידער עפענעונג קען ברענגען א פרישע כוואליע.

--בשעת ווען אין דרום אמעריקא פלאגט מען זיך מיט א שטארקע כוואליע קומען היינט פאר וואלן אין פערא און אין אקוואדאר.
מענטשן אין די 2 לענדער וואס קומען אפגעבן זייער שטימע ווערן געבעטן צו האלטן סאושעל דיסטענס און טראגן מאסקעס.

--אינדיע פלאגט זיך ווייטער מיט א שווערן כוואליע מיט רעקארד הויכע ציפערן טעגליך.
די פעדעראלע העלט מיניסטעריום האט באשטעטיגט 152,798 פרישע קעיסעס און 839 פאטאליטעטן ברענגענדיג די סך הכל צו איינע פון די העכסטע אין די וועלט.

--די בריטישע וועריענט פונעם וויירוס האט דעגרייכט טיילאנד און פלאגט דאס לאנד מיט א שטארקע כוואליע.
די כוואליע פלאגט בעיקר די הויפטשטאט בענקאק וואס געפינט זיך אונטער א נאכט קורפיו און אנדערע באגרעניצונגען, אבער א ווארטזאגער פאר די רעגירונג זאגט אז דאס קען זיך ווייטער פארשפרייטן אויב די מענטשן זענען נישט פארזיכטיג.

--איראן וועלכע פלאגט זיך ווידער מיט א פרישע כוואליע האט נעכטן רעגיסטרירט די העכסטע צאל פאטאליטעטן זינט 4 חדשים צוריק.
"258 פאטאליטעטן און 21 טויזענט קעיסעס איז א הויכע צאל וואס מ'האט שוין נישט געזעהן עטליכע חדשים און די איראנער באפעלקערונג איז פאראנטווארטליך אויף די הויכע ציפערן", זאגט איראן'ס העלט מיניסטער סאעיד נאמאקי אין א טעלעוויזירטע פרעס קאנפערענץ.
די הויפטשטאט טעראהן איז אריין אין א פרישע 10 טאטיגע לאקדאון. ביזנעסער, שולעס, טיאטערן, און פארזאמלונגען דורכאויס די קומענדיגע ראמאדאן סעזאן איז פארבאטן.

--די איזאעלי נייעס אגענטור הארץ באריכטעט אז 86 פרישע קעיסעס זענען צוגעקומען דעם זונטאג, און 263 שפיטאליטעטן ארויף פון 259.
4,921,648 ישראלים האבן שוין גענומען 2 דאזעס (52.92 פראצענט פון די פאפולאציע) פון די וואקסין און 5,310,216 די ערשטע.
א שטודיע אין לאנד צייגט אז די פייזער וואקסין פאר די דרום-אפריקאנער סטרעין איז מעגליך נישט אזוי אפעקטיוו און ברענגט ווייניגער רעזולטאטן.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך שפע רב »

עירוב תבשילין האט געשריבן:נייעס'לעך און אפדעיטס פון זונטאג תזו"מ:


שכוח עירוב פאר די באריכט.וואס טוט זיך ביי אונז אין די us נאו אפדעידטס?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

--טשעכיי וועלכע איז געוען אונטער שטייפער באגרעניצונגען אין די לעצטערע וואכן ווערט צוביסליך געעפענט, נאך וואס דאס לאנד זעהט א רעדוקציע אין די צאל קעיסעס זינט די שפיץ פארלאפענעם אקטאובער.
שיך געשעפטן, דריי-קלינינג סטארס, טוהר-גערטנער און פארשידענע פארוויילונג ערטער אין לאנד קען זיך צוריק עפענען.

--עטליכע שפיטעלער אין האללאנד זענען געצוואונגען אפצושטיפן פאציענטן וואס קומען אריין פאר הארץ סורדזשערי'ס און פארשידנס נאך וואס די בעטן ווערן אויפגעהאלטן דורך קאוויד פאציענטן, א באריכט אין לאנד געט אן.
דאס לאנד האט צו געזעהן פרישע 8,500 קעיסעס פארלאפענעם שבת.
פארט טוט די רעגירונג באטראכטן א פלאן יא צו עפענען, און גרינגער מאכן רעגולאציעס, אפגעזעהן די הויכע קאווד ראטע אין לאנד.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

שפע רב האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:נייעס'לעך און אפדעיטס פון זונטאג תזו"מ:


שכוח עירוב פאר די באריכט.וואס טוט זיך ביי אונז אין די us נאו אפדעידטס?

גערעכט. אפשר קומענדיגע באריכט וועט מען פרובירן צו דעקן די פאראייניגטע שטאטן בלי נדר, כ'וועל פרובירן.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נארמאליזעם »

דזשאנסן ענד דזשאנסן גייט שיקן מיט 85% ווייניגער וואקסינס צוליב א פארדרייטקייט און די פרדאקשען
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ניעעס'לעך און אפדעיטס מאנטאג טהרה:

--א באריכט אין די פאראייניגטע שטאטן געבט אן ווי די דראמאטיש הויכע ציפער פון 4.6 מיליאן דאזעס זענען פארטיילט געווארן לענגאויס די שטאטן פארגאנגענעם שבת, דאס איז די העכסטע צאל אין איין טאג.
פארט, לויט די סי.די.סי. זענען 75 פראצענט בירגער אין לאנד נאכנישט וואקסינירט, און קעיסעס און האספיטאליזיזאציעס אין עטליכע שטאטן גייט נאר ארויף.
סי.די.סי. דירעקטאר וואלינסקי זאגט אז מייסטענס פעלער זענען ביי אינגע און די ווידער-וויירוס פארשפרייטונג איז א דאנק די בריטישע סטרעין.
-פלארידע שיינט צו האבן די מערסטע קעיסעס פון די בריטישע סטרעין נאכפאלגענדיג מישיגען וואס באריכטעט טויזענטע קעיסעס א טאג,
-א ווארטזאגער פאר די מישיגען העלט דיפארטמענט זאגט אז עטליכע שפיטעלער דארפן אפזאגן נישט וויכטיגע פרוצעדארן.
-מיניסאוטע באאמטע באריכטן אויך א פרישע פארפלייצונג פון די בריטישע סטרעין וואס פארשפרייט זיך שנעל, און אזוי אויך אין אלינויס.
-ניו יארק און ניו דזשערסי צייגן צו זיין סטאביל ווען עס קומט צו טעגליכע קעיסעס און האספיטאליזעציעס.
אין אלגעמיין, נאציאנאל, האט די פאראייניגטע שטאטן צו געזעהן ארום 68 טויזענעט קעיסעס א טאג אין די לעצטע וואך, ארויף מיט 20 פראצענט פון די פריערדיגע חודש למס', לויט די דזשאן האפקינס דאטא.
לויט די ני יארק טיימס, זענען שוין 25 פראצענט בירגער וואקסינירט אין ני מעקסיקאו, סאוט דעקאוטע, ראוד איילענד, מעין, אלאסקא, קאנעטיקעט, און סאוט דעקאוטע.

--ענלאנד וועקט זיך אויף היינט צו א פרישע שטאפל פון לאקדאון פארגרינגערונגען ווי פארשידענע נישט וויכטיגע געשעפטן ווי קליידונג וכדו' רעסטוראנען וואס סערווירן פון אינדרויסען א.א.וו. קענען צוריק עפענען זייער געשעפטן. בילדער אין די הויפטשטאט לאנדאן צייגן ווי הונדערטער האבן פארפלייצט די אקספארד גאס היינט פארטאגס וואס איז פיל מיט געשעפטן נאך וואס עטליכע מאנאטן האבן די געשעפטן געדארפט זיין פארמאכט.
פריים מיניסטער דזשאנסאן זאגט אז מ'זאל ווייטער זיין פארזיכטיג און נישט צו ברענעגען א פרישע כוואליע.

טוהר-גערטנער און אנדערע פארוויילונג'ס ערטער אין ענגלאנד קענען זיך היינט ווידער עפענען:

_117998069_db733295-12a5-4576-9315-666e48f03221.jpg
_117998069_db733295-12a5-4576-9315-666e48f03221.jpg (109.91 KiB) געזען 990 מאל




אין עטליכע געגענטער אין ענגלאנד איז די ווידער-עפענונג געווען באגלייט מיט שווערע וועטער

5472.jpg
5472.jpg (105.33 KiB) געזען 979 מאל


--טשעכיי האט צוגעזעהן די ווייניגסטע צאל קעיסעס זינט פארלאפענעם סעפטעמבער, די זעלבע טאג וואס א 6-חדשים'דיגע סטעיט אוו עמערדזשענסי איז אויסגעלאפן און עטליכע צוימונגען זענען אראפגענומען געווארן.

--היי סקולס אין גריכלאנד עפענען זיך היינט, נאכן זיין פארשלאסן פאר 5 חדשים און די סטודענטן און לערערינס טוען זיך טעסטן 2 מאל א וואך און מוזן גיין מיט מאסקעס.

--פראנקרייך איז היינט ארויף א שטאפל מיט די וואקסין דרייוו און מענטשן העכער די 55 קענען זיך קומען וואקסינירן, דאס קומט נאך וואס דאס לאנד האט דעגרייכט 10 מיליאן דאזעס פארגאנגענעם וואך, א וואך פריער ווי די אריגינעלע פלאן.

--דענמארק'ס העלט סעקרעטאר באצייכענט די היינטיגן טאג די "וואקסין טאג" נאך וואס 100 טויזענט דאזעס ווערן פארטיילט היינט אין לאנד.

--אינדיע האט איבערגענומען בראזיל ווערנדיג די צווייט-מערסטע באטראפענעם לאנד אין די וועלט נאך די פאראייניגטע שטאטן מיט 168,192 פרישע קעיסעס ברענגענדיג די סך הכול צו 13.53 מיליאן העכער ווי בראזיל'ס 13.45 מיליאן.
בלידער אין די צפון שטאט הארידוואר צייגן ווי נאנט צו א מיליאן אינדיאנער האבן זיך פארזאמלט צום אזוי געריפענעם הייליגן שמייליגן טייך "גאנגעס" שטייענדיג אינמיטן די נאציאנאלע חודש-פארצויגענעם חגא פון "קומבא-מעלא".

--אוטאריטעטן אין באנגלעדעש באטראכטן א פלאן איינצוצוימען אונטערנאציאנאלע און דאמעסטיק טרעוול נאך וואס דאס לאנד פלאגט זיך מיט א פרישע כוואליע.
לויט באריכטן וועט דאס אריינגיין אין אפעקט דעם קומענדיגען מיטוואך פאר אומווייניגסטנס 8 טעג.

--יאפאן ארבעט ארויף זייער וואקסין דרייוו אין לאנד און מענטשן העכער די 64 אין לאנד קענען קומען זיך וואקסינירן. דאס קומט נאך וואס די רעגירונג איז באזארגט אויף א פרישע כוואליע וואס שיינט צו זיין אויפן וועג.

--די פריים מיניסטער אין ניו זילאנד זאגט אז מענטשן וואס ארבעטן אין לופטפעלדער גייען זיין וואקסינירט ביזן קומענדיגע ענדע אפריל נאך וואס אן ארבעטער האט געטעסט פאזיטיוו פאר די וויירוס.

--באאמטע אין די דרום-אפריקאנער לאנד באטסוואנא פארשן אן אינצידענט ווי צוויי מענטשן זענען געשטארבן נאך וואס זיי האבן זיך וואקסינירט מיטן אקספארד-ע.ז. וואקסין,
דאס ארעמע לאנד וועלכע האט שוין וואקסינירט 31 טויזענט פון אירע בירגער פארמאגט דערווייל נאר די וואקסין זייענדיג די ביליגסטע מיט בלויז 3 דאלאר א דאזע.
אטעטשמענטס
3500.jpg
3500.jpg (62.14 KiB) געזען 977 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

טוט זיך איבער א שטודיע ארויס פון מדינות ישראל אז די פייזער וואקסין איז נישט אזוי עפעקטיוו קעגן די סאוט אפריקע וועריאנט.

די וועג וויאזוי עס ווערט אראפגעלייגט אין די מידיא שיינט צו זיין שרעקלעך אויפגעבלאזן.

די רעדע איז פון א שטודיע וועלכע האט אויפגעזוכט עטליכע הונדערט מענטשן וואס זענען געווארן אנגעשטעקט מיט קאוויד שוין נאכן ערהאלטן כאטש איין דאזע. די גאנצע שטודיע באשטייט פון א נישטיגע פיר הונדערט מענטשן (פון צווישן מיליאנען) און די שטודיע האט געוויזן אז די צאל מענטשן מיט די סאוט אפריקע סטרעין איז געווען בלויז 1% צווישן די גאנצע שטודיע, אבער 5.4% צווישן די מענטשן וואס האבן באקומען ביידע וואקסינען.

יעצט די קאנטעקסט, די רעדע איז פון אכט קעיסעס... און אויך נאר ביז פערצן טאג נאך די צווייטע דאזע... נאך פערצן טאג האבן זיי נישט געפינען אפילו איין פאל פון די סאוט אפריקע סטרעין און אפילו בעפאר רעדט מען פון א פיצי פראצענט, הגם די העדליין קען שרייען אז עס איז אכט מאל העכער ווי די צאל אנגעשטעקטע אין אלגעמיין. דאס איז שוין צווישן די מיעוט וועלכע זענען געווארן אנגעשטעקט נאכן ערהאלטן די וואקסינען.

עקסטער, די שטודיע זאגט נישט אויב די מענטשן זענען געווארן קראנק פון די אינפעקציעס, נאר אז זיי האבן געטעסט פאזיטיוו.

די איינציגסטע זאך ארויסצונעמען איז אפשר אז אויב די ביסט פון די נישטיגע צאל מענטשן צו באקומען קאוויד אין די ערשטע צוויי וואכן נאכן ערהאלטן די צווייטע וואקסין איז עס אכט מאל מער לייקלי צו זיין די סאוט אפריקע סטרעין אין פארגלייך צו ווען מען באקומט נישט קיין וואקסין. בקיצור, עס איז א גרויסע הויפן בעלאוני.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פעיק ניוז »

די דעמאקראטישע מישיגען גאווערנאר וויטמער האט זיך באקלאגט אז דאס ווייסע הויז וויל נישט צושטעלן פרישע דאזעס קאראנא וואקסינען פאר איר סטעיט.


דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך metsboy »

שכוח פאר אלע אפדעיטס ;l;p-
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

--טערקיי'ס טעגליכע קאראנע וויירוס ראטע האט דעגרייכט 50 טויזענט און די ארטיגע פרעזידענט טייַיפּ ערדאָגאַן באטראכט א פלאן איינצושטעלן א פרישע לאקדאון בעפאר דעם יערליכען טוריזם סעזאן.

--בהוטאן איז געווארן איינע פון די העכסטע לענדער אין די וועלט מיט אירע וואקסין-דרייוו פראגראם, ווי 93 פראצענט פון אירע בירגער זענען שוין גענצליך וואקסינירט צום וויירוס.
דאס קליין לענד'ל מיט אירע 800 טויזענט בירגער וואס געפינט זיך צווישן כינע און אינדיע האט אנגעהויבן אירע וואקסין פראגראם פארלאפענעם מערץ 27 און האט אין אלגעמיין באריכטעט בלויז 910 פעלער פונעם וויירוס.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

נאכפאלגנדיג די רעקארד פון שבת (4.63M וואקסינען)
איז זונטאג באריכטעט געווארן א פרישע רעקארד פון 3.58M (דאס האט פארענדיגט די למספרם וואך מיט 21,993,385 וואקסינען אין טאטעל).

היינט איז ווידער באריכטעט געווארן א רעקארד פון 2.64M

אויפן מאמענט זענען פארהאן 41 שטאטן וועלכע פארטיילן שוין וואקסינען פאר אלע איינוואוינער העכער זעכצן יאר אלט. אנגעהויבן פון קומדעניגע וואך מאנטאג וועט דאס ארויפגיין צו אלע שטאטן.

מען קען ערווארטן נאך העכערע ציפערן...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך ענדע צדיק! »

סתם נייגעריג, איז דא פארלאנגען פון מענטשן פאר איין וואקסין קאמפאני איבער די אנדערע?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך שפע רב »

ענדע צדיק! האט געשריבן:סתם נייגעריג, איז דא פארלאנגען פון מענטשן פאר איין וואקסין קאמפאני איבער די אנדערע?


דא קענסטו זעהן וויפיל ס'איז געגאנגען ביזדערווייל פון יעדע וואקסין, פייזער קומט אריין די שטערקסטע 96.6 מיליאן, אין J&J א נישטיגע 6.4
https://ourworldindata.org/grapher/covi ... nufacturer
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק פאר יש ברירה, הכל הבל און דער נייער גאסט עירוב תבשילין
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נייעס'לעך און אפדעיטס דינסטאג תזו"מ:

--צוזאמען מיט די לאקדאון פארגרינגערונג אין ענגלאנד ווערט באריכטעט די גינסטיגע נייעס אז פון היינט וועט די מאדערנע וואקסין אריינגיין אין פילע באנוץ לענגאויס ענגלאנד.
די וואקסין איז שוין באשטעטיגט געווארן מיט א וואך צוריק און איז שוין געגעבן געווארן אין די וועילס ראיאן, אזוי אויך אין סקאטלאנד איצט איז ענגלאנד געקומען אין די רייע, און וועט אנהייבן דאס באנוץ אין איבער 20 וואקסין צענטערן.

--באאמטע אין דרום לאנדאן רופן די איינוואוינער זיך צו קומען טעסטן נאך וואס 44 פעלער פון די דרום-אפריקאנער וועריענט פון די וויירוס איז אויפגעכאפט געווארן אין די געגענט, ברענגענדיג זארג אויף א פרישע קריזיס.

--דר. ענטאני פאוטשי האט נעכטן אין זיין אינטעוויו אויף די בריטישע בי.בי.סי. נייעס אגענטור געזאגט אז ווי עס שיינט וועט אמעריקא נישט דארפן נוצן די אקספארד-ע.ז. וואקסין.
"עס איז סעיף, אפעקטיוו און א גוטע וואקסין, נאר די פאראייניגטע שטאטן האט גענוג פארבינדונגען מיט אירע אייגענע פרודיצירער און קען אליין צושטעלן גענוג וואקסינען פארן פאלק אז אונז דאפמיר נישט צו קומען דערצי" זאגט פאוטשי.

--די עסטרייכישע העלט מיניסטער רודאלף אנשאובער האט אין א סטעיטמענט געמאלדן אז גייט אפטרעטן פון אמט נאכפאלגענדיג די קאראנא קריזיס וועלכע האט פערזענליך אפעקטירט זיין געזונט צושטאנד.
די קאנסערווארטיווע מיניסטער אנשאובער איז געווארן העלט מיניסטער אונטער קאצלער סאבאסטיען קורץ פאראיאר הארט בעפאר די פאנדעמיע, און אצינד רעזיגנירט ער פון אמט נישט קענעדיג דערהייבן די דרוק.

די עסטרייכישע העלט מיניסטער רודאלף אנשאובער

4764.jpg
4764.jpg (33.94 KiB) געזען 557 מאל


--דייטשלאנד'ס פעדעראלע רעגירונג איז ערווארטעט איינצוגיין אויף א קאנטראווערסיאלע טויש אין די ביז איצטיגן באהאנדלען דעם וויירוס קריזיס, געבענדיג די רעכט פאר די הויפטשטאט בערלין איינצופירן שטרענגערער רעגולאציעס ווי שולע פארשליסונגען און נאכט-קורפיו'ס.
די טויש ווערט באטיטלט אין די מידיע קאנטראווערסיאל נאך וואס ביז איצט איז די קאראנע באגרעניצונגען געווען געוואנדן סטעיט ביי סטעיט (דייטשלאנד איז איינגעטיילט אין 16-סטעיטס בערך אזוי ווי די פאראייניגטע שטאטן) און קאנצלער מארקעל האט נישט געהאט קיין גרויסע ווארט ווען עס איז געקומען צו קאראנע רעגולאציעס.

--די האלאנדישע רעגירונג איז ערווארטעט אפשצושטיפן די פארגרינגערונג פון די נאכט-קורפיו אין לאנד אין ליכט פון הויכע קאראנע ציפערן.
די נאכט קורפיו האט געזאלט אפלויפן דעם מיטוואך, אבער דערווייל איז עס נאך צו פרי, האט די אפיס פונעם פרעמיער מארק רוטע געמאלדן אין א סטעיטמענט.

--טויזענטער שטיצער פון דער פאקיסטאן איסלאמיסט פארטיי זענען ארויסגעקומען אויף די גאסן פון די שטאט קאראטשי נאפאלגענדיג די ארעסט פון זייער פירער, בלאקירענדיג וויכטיגע שאסייען און צוגעברענגט אז א ריזן סופליי פון קאראנע אקסידזשען מאשינען האבן פארשפעטיגט צו אנקומען צו די שפיטעלער.

--אינדיע האט באשטעטיגט דאס באנוץ פונעם רוסישען ספוטניק ווי וואקסין, דאס קומט אין די זעלבע צייט נאך וואס אינדיע האט איבערגענומען בראזיל מיט די העכסטע צאל קאראנע קעיסעס טעגליך, נאך אמעריקא.
א ווארטזאגער פאר די ספוטניק ווי פירמע זאגט אז איבער 60 מדינות האבן שוין באשטעטיגט די וואקסין און איצט איז אינדיע געווארן א טייל פון זיי.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א פרישע באריכט אין די ניו יארק טיימס ווערט יעצט פארעפענטליכט אז פעדעראלע געזונטהייט אגענטורן אין די פאראייניגטע שטאטן גייען צייטווייליג אפשטעלן דאס באנוץ פונעם סינגל-דאזע דזשאנסאן ענד דזשאנסאן וואקסין אויס זארג אז די וואקסין ברענגט בלוט-קלאטס.
6 בלוט-קלאטס פעלער ביי פרויען צווישן די 18 און 48 זענען באריכטעט געווארן איינער איז געשטארבן און א צווייטע אין נאבראסקא איז אריין אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד.
נאנט צו 7 מיליאן אמעריקאנער האבן גענומען די סינגל-דאזע וואקסין.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך moishy56 »

בראזיל האט יעצט מער יונגע קאראנא פאציענטן ווי עלטערע פאציענטן אין ICU יוניטס‎

ב' תזו"מ

לויט די לעצטיגע ציפערן זענען דא יעצט מער מענטשן אונטער פערציג יאר אלט וואס ליידן פון קאראנא אין די איי-סי-יו אפטיילונגען אין בראזיל שפיטעלער, אין פארגלייך צו די צאל עלטערער מענטשן.
די רעגירונג זאגט אז עס זענען דא 11 טויזנט קריטישע קאראנא פאציענטן וואס זענען אונטער פערציג יאר אלט, וואס באטרעפט ארום 52 פראצענט פון אלע קריטישע קאראנא פאציענטן.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

עירוב תבשילין האט געשריבן:א פרישע באריכט אין די ניו יארק טיימס ווערט יעצט פארעפענטליכט אז פעדעראלע געזונטהייט אגענטורן אין די פאראייניגטע שטאטן גייען צייטווייליג אפשטעלן דאס באנוץ פונעם סינגל-דאזע דזשאנסאן ענד דזשאנסאן וואקסין אויס זארג אז די וואקסין ברענגט בלוט-קלאטס.
6 בלוט-קלאטס פעלער ביי פרויען צווישן די 18 און 48 זענען באריכטעט געווארן איינער איז געשטארבן און א צווייטע אין נאבראסקא איז אריין אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד.
נאנט צו 7 מיליאן אמעריקאנער האבן גענומען די סינגל-דאזע וואקסין.

ניו יארק סטעיט העלט קאמישענער זאגט אז די סטעיט וועט אויספאלגן די עף-די-עי רעקאמענדאציע. מענטשן מיט אפוינטמענטס פאר דזשאנסאן וואקסינען װעלן אנשטאט באקומען וואקסינען פון פייזער.
אטעטשמענטס
Ey2wTWFXMAEOFGe.png
Ey2wTWFXMAEOFGe.png (131.07 KiB) געזען 497 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נאך:

--פראנקרייך וועט סוספענדירן עיר טרעוול פון און אריין בראזיל, לויט ווי מ'הערט פונעם ארטיגן פרעמיער מיניסטער דזשיען קאסטעקס.
עקספערטן אין לאנד צייכענען צו אז 6 פראצענט פון די קעיסעס און לאנד איז א דאנק די בראזיליאנער סטרעין וואס פארשפרייט זיך מיט א שטארקייט.

--סלאוואקיע וועט אין די קומענדיגע טעג טיילווייז פארגרינגערן אירע באגרעניצונגען נאך וואס מ'זעהט א קליינע רעדוקציע אין די צאל קעיסעס.
די צענטראל אייראפעאישע לאנד וועלכע קריכט צוביסלעכווייז ארויס פון איר שווער באטראפענעם כוואליע וועט ערלויבן געשעפטן, קירכעס, לייברעריס און נאך זיך צו ווידער עפענען.

--שוועדישע באאמטע וועלן אנאליזירן די דזשאנסאן ענד דזשאנסאן וואקסין נאך וואס אמעריקא האט צייטווייליג סוספענדירט דאס באנוץ דערפון.
די לאנד איז ערווארטעט צו באקומען די ערשטע דאזעס פון די וואקסין דעם ענדע וואך,
די אקספארד ע.ז. וואקסין איז אפגעשטעלט געווארן אין לאנד פארלאפענעם מערץ למס' און פארלאפענעם וואך צוריק אריין אין באנוץ פאר מענטשן העכר די 65, אין אלגעמיין האט דאס לאנד שוין וואקסינירט העכער 2.1 מיליאן מענטשן ניצענדיג די פייזער און מאדערנע וואקסין.

--איראן וואס פלאגט זיך אצינד מיט אירע פערדע כוואליע האט נעכטן דינסטאג רעגיסטרירט פרישע 24,760 קעיסעס.
אוטאריטעטן צייכענען צו אז די מיליאנען בירגער אין לאנד וואס האבן געפייערט איראן'ס נייע יאר מיט פארזאמלונגען און פארטי'ס פארלאפענעם חודש האט צוגעברענגט די פרישע כוואליע.

--מעקסיקאו ארבעט אויף איר אייגן געמאכטן וואקסין און האפט עס צו באשטעטיגן דעם ענדע יאר למס'.
א שטודיע פון די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע צייגט אז 190,000 פאטאליטעטן וואלט מען געקענט פארמיידן אויב די גאווערמענט וואלט בעסער באהאנדעלט די פאנדעמיע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פעיק ניוז »

פעיק ניוז האט געשריבן:די דעמאקראטישע מישיגען גאווערנאר וויטמער האט זיך באקלאגט אז דאס ווייסע הויז וויל נישט צושטעלן פרישע דאזעס קאראנא וואקסינען פאר איר סטעיט.


דעילי איד


סי-די-סי דירעקטאר ראשעל וואלענסקי האט נעכטן געזאגט אז מישיגען זאל אריינגיין אונטער א לאקדאון, צוליב וואס זיי ספּראווען זיך מיט א שטארקן אויפשטייג פון פרישע קעיסעס.

די סטעיט זאגט אז די פרישע טעגליכע ציפערן זענען געשפּרונגען זיבן מאל אזוי הויך ווי עס האט געהאלטן מיט א מאנאט צוריק, און צוליב דעם האט גאווערנאר וויטמער פארלאנגט פון די פעדעראלע רעגירונג פרישע ליפערונגען פון וואקסין דאזעס.

וואלענסקי זאגט אז דער ענטפער צו אן אויפשטייג אין קעיסעס איז נישט וואקסינען.


דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

טעגליכע בולעטין פון מיטוואך תזו"מ:

--דאס צייטווייליג אפשטופן דאס באנוץ פונעם דזשאנסאן ענד דזשאנסאן וואקסין ברענגט קאפ וויי פאר די אייראפעאישע פאראיין נאך וואס עטליכע אייראפעאישע לענדער האבן זיך פארלאזט דערויף און האט געזאלט אריינגיין אין ברייטן באנוץ.
שפאניע האט ערווארטעט 5.5 מיליאן דאזעס פון די וואקסין, אזוי אויך בעלגיע וואס האט געזאגט אז זיי וועלן ווארטן אויף די גרינע ליכט פון די אייראפעאישע מעדיצין רעגולאטור אז מ'קען עס ווייטער נוצן.

--דייטשלאנד גייט איין אויף א פלאן צו מישן וואקסינען, און די מענטשן אונטער די 60 וועלכע האבן באקומען די אקספארד ע.ז. וואקסין ביים ערשטען דאזע וועלן באקומען פייזער אדער מאדערנע פאר די צווייטע, נאך וואס דאס לאנד געט נישט די וואקסין פאר מענטשן אונטער די זעכציג.
דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע האט רעקאמאנדירט אז מ'זאל נישט מישן די וואקסינען.

--דענמארק האט געמאלדן אז אנגעהויבן פון דעם קומענדיגען מאי למס' וועלן זיי אנהויבן אריינלאזן טוריסטן אין לאנד וואס זענען גענצליך וואקסינירט צום וויירוס.

--די רומענישע געזונטהייט מיניסטער איז אפגעזאגט געווארן פון אמט דורך'ן פריים מיניסטער צוליב זיין פארנאכלעסיגקייט ביים פארהאנדלען די וויירוס.
פרעמיער פלארין טצעסו האט געמאלדן אז מיניסטער וולאד וואויסילעסקאו וועט אפטרעטן פון אמט און א צווייטע וועט געשטעלט ווערן אין זיין פלאץ.

--סטאטיסטיקער אין ענגלאנד ווייזן אן ווי 1פון 2 מענטשן אין לאנד האבן שוין אנטי-באדיס צום וויירוס פראצענטואל איז דאס 45.9 פראצענט סיי צוליב ענגלאנד'ס סוקסעספולע וואקסין דרייוו און סיי צוליב די עטליכע כוואליעס וואס האט באטראפן דאס לאנד.

--די קרעמלין האט געמאלדן אז די רוסישע פרעזידענט ווילאדאמיר פוטין האט גענומען די 2'טע דאזע פון די וואקסין, נישט מעלדענדיג וועלכע וואקסין.
מיט עטליכע וואכן צוריק האט ער גענומען די ערשטע דאזע און זיך נישט געלאזט פאטאגריפירן און יעצט איז געקומען די באשטעטיגונג פון די קרעמלין אויף די צווייטע. (זעה דא https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f ... 0#p2683235)

--קאנאדע האט באשטעטיגט די ערשטע קעיס פון בלוט-קלאט ביי א מאן וואס האט גענומען די אקספארד ע.ז. וואקסין, די אומאידענדיפיצירטע מאן געפינט זיך אינדעהיים אין א גוטע צושטאנד.

--אינדיע האט רעקארדירט א גאר דראמאטיש הויכע ציפער פון קאראנע קעיסעס אין בלויז איין טאג.
נעכטן דינסטאג זענען געווען 184,000 קעיסעס א שארפע העכערונג פון 168,900 א טאג פריער.
די הויעכע נומערן איז א דאנק די נאציאנאלע חגא אין לאנד געריפן "קומבא מעלא" ווי הונדערטע טויזענטע פארזאמלען זיך טעגליך ביים שמייליגן גאנגעס טייך און איז אוממעגליך צו קאנטראלירן.
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”