"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
מיטוואך תזו"מ נאכמיטאג:
--קיעוו די הויפטשטאט פון אוקראיינע וועט פארבלייבן אונטער שטרענגער צוימונגען ביז קומעדיגען אפריל 30 לויט ווי די ארטיגע מעיאר געט איבער.
פובליק טראנפארטאציע אין שטאט, שולעס, קינדערגארטן'ס , טיאטערן און אנדערע פארוויילונג'ס ערטער האבן זיך געשלאסן מיט עטליכע וואכן צוריק און אצינד מיט די 1,500 קעיסעס און ארום 40 פאטאליטעטן רעגיסטרירט אין שטאט טעגליך וועט דאס בלייבן אין קראפט.
--גריכלאנד באטראכט א פלאן אריינצולאזן טוריסטן פון עטליכע לענדער נאך וואס די טוריזם אינדוסטריע איז שטארק באטראפן געווארן פון די פאנדעמיע.
רייזענדע פון די אייראפעאישע פאראיין, די פאראייניגטע שטאטן, בריטאניע, סערביע, מדינת ישראל, און די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן וואס זענען גענצליך וואקסינירט וועלן אריינגעלאזט ווערן אין לאנד פון דעם קומענדיגע'ן חודש למס' אן דארפן זיין אין קוואראנטין.
--ארמעניע וועלכע האט באשטעטיגט די רוסישע ספוטניק-ווי וואקסין פארלאפענעם פאברואר למס' נישט באזירט אויף איר אייגענע שטודיעס האט דעגרייכט א דיעל מיט רוסלאנד אויף 1 מיליאן וואקסינען, און וועט אריינגיין אין ברייטן באנוץ.
--שווייץ איז ערווארטעט צו פארגרינגערן איר לאקדאון באגרעניצונגען דעם קומענדיגן אפריל 19, אפגעזעהן די סטאבילע צושטאנד אין לאנד, און א קליינע וואוקס אין עטליכע געגענטער.
א סטעיטמענט פון די רעגירונג לויטעט אז טיאטערן, קאנצערט וועניוס, אוניווערסיטעטן און עדיוקאציע וועלן צוריק אנהייבן זייער פראגראמען מיט שטרענגער סאושעל דיסטענס און מאסק רעגולאציעס.
--ליטא וועט איינשטעלן א ספעציעלע קאראנע אימיונאציע סערטיפעקעט פאר די וועלכע האבן זיך וואקסינירט אדער ערהוילט פון די וויירוס פון קומענדיגען מאי למס'.
די פריים מיניסטער זאגט אז די ספעציעלע דיגיטאלע סערטיפעקעט וועט ערלויבען די מענטשהייט צוריק צו גיין צום נארמאלען לעבנס-שטייגער און אין די זעלבע צייט געבן די שטופ פאר דאס איבריגע פונעם פאלק זיך צו גיין וואקסינירן.
--פארטוגאל האט פארלענגערט זייער סטעיט אוו עמערדזשענסי פאר נאך עטליכע וואכן ערלויבענדיג די רעגירונג צו אינפארסירן נאכט קורפיו'ס און אנדערע באגרעניצונגען אין ליכט פון די אויפשטייג פון קעיסעס אין לאנד.
א פארנומענע גאס אין פארטוגאל ווערט פארטאגריפירט אונטער די איצטיגע לאקדאון אין לאנד
--קאנאדע האט געמאלדן אז אויף דערווייל וועלן זיי נישט סוספענדירן דאס באנוץ פון די אקספארד-ע.ז. וואקסין.
ווי מיר האבן באריכטעט אויבן האט קאנאדע רעקארדירט 1 פאל ווי א מאן האט געליטן פון בלוט-קלאטס נאכן נעמען די וואקסין, פארט זאגט די פעדעראלע געזונטהייט מיניסטעריום אז דאס וועט ווייטער ווערן באנוצט.
--אמעריקען עירליינס האט אין א סטעיטמענט געמאלדן אז זיי ערווארטן צו פליען מער ווי 90 פראצענט פון איר דאמעסטיק פלי קעפעסעטי דעם קומענדיגען זוממער און 80 פראצענט אונטערנאציאנאלע רייזעס נאך וואס די עירליין זעהט א שטארקע וואוקס אין באשטעלונגען.
אונטערנאציאנאלע און דאמעסטיק פלי רייזעס צוגלייך האט שטארק אפעקטירט די טרעוול אינדוסטריע פארלאפענעם יאר, אבער היי יאר מיט די פילע וואקסין פראגראמען ערלויבן זיך מענטשן צו פליען מער.

טענקס עירוב תבשילין!
----
אין די צייט וואס די מצב אין אמעריקע איז סטאביל, מוטשעט זיך מישיגין מיט אן ערענסטע אויפשטייג.
נעכטן האט די שטאט אפצייכנט א רעקארד פון 10,277 פרישע קעיסעס.

- אטעטשמענטס
-
- Ey88nrgVUAA1O8J.png (59.91 KiB) געזען 1593 מאל
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
די וואקסין רעקארדס האבן פארגעזעצט אויך דינסטאג ווען עס איז געווארן באריכטעט פרישע 2.59 מיליאן וואקסינען פארטיילט (דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס די דינסטאג באריכט איז אריינגעקומען העכער צוויי מיליאן).
די זיבן טאג דורכשניט שטייט ביי: 3,384,387!
די זיבן טאג דורכשניט שטייט ביי: 3,384,387!
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
גאנץ אונטרעסאנט אז אמעריקא מיט אזויפיל וואקסינען גייט נאך נישט אויף אראפ.
שוין פאר לאנגע חדשים די זעלבע ציפערן מער ווייניגער.
קוקט אויס אז די מצב אין קאנאדא האט זיך סטאביליזירט נאך לאנגע וואכן פון טעגליכע העכערונגען.

- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 20743
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
מחשבהטובה האט געשריבן:גאנץ אונטרעסאנט אז אמעריקא מיט אזויפיל וואקסינען גייט נאך נישט אויף אראפ.
שוין פאר לאנגע חדשים די זעלבע ציפערן מער ווייניגער.
קוקט אויס אז די מצב אין קאנאדא האט זיך סטאביליזירט נאך לאנגע וואכן פון טעגליכע העכערונגען.
קאנאדא גייט יעצט דורך א שווערע דריטע כוואליע נעכטן אליינס איז צוגעקומען איבער 10.000 קעיסעס
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
עס קוקט אויס אז ביז 3-4 טעג וועט אמעריקא אנקומען צו 200 מיליאן וואקסינען. מ'האלט שוין היינט ביי כמעט 193.
מיט 15 טעג פריער צו ביידן'ס 100 טעג אין אפיס, אין מיט 100 מיליאן וואקסינען מער פון זיין ארגניעלע פראמיס ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס.
טראמפ'ס קרעדיט,נישט אזוי?

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 354
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
שפע רב האט געשריבן:עס קוקט אויס אז ביז 3-4 טעג וועט אמעריקא אנקומען צו 200 מיליאן וואקסינען. מ'האלט שוין היינט ביי כמעט 193.
מיט 15 טעג פריער צו ביידן'ס 100 טעג אין אפיס, אין מיט 100 מיליאן וואקסינען מער פון זיין ארגניעלע פראמיס ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס.
טראמפ'ס קרעדיט,נישט אזוי?
דוכט זיך איר האט א טעות די נומבערס פאר ערשטע דאזע האלט ביי בערך 122m צווייטע דאזע 75m
גוגל vaccine tracker usa
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
אמעריקע האלט ביי פונקטליך 194,791,836
(סאורס סי-די-סי)
(סאורס סי-די-סי)
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 354
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
בין נישט קיין גרויסע מבין, קוקט אויס ווי סדא צוויי נומבערס(קוק ארטיקעל)
ר׳ י״ב, אפשר זענט איר מסביר די נושא?
https://fortune.com/2021/04/14/covid-va ... cines/amp/
ר׳ י״ב, אפשר זענט איר מסביר די נושא?
https://fortune.com/2021/04/14/covid-va ... cines/amp/
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6449
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
אוטראיטעטן אין דענמארק היינט געמאלדן א גענצליכע אפשטעלן צום באנוץ פון די אקספארד ע.ז. וואקסין.
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 20743
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
די בלוט קלאטס פון דזשאנסן ענד דזשאנסן איז די זעלבע ווי אסטראזאנקע לויט די CDC
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
אן א נאמען האט געשריבן:בין נישט קיין גרויסע מבין, קוקט אויס ווי סדא צוויי נומבערס(קוק ארטיקעל)
ר׳ י״ב, אפשר זענט איר מסביר די נושא?
https://fortune.com/2021/04/14/covid-va ... cines/amp/
וואו איז דא אנדערע ציפערן?
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
יש ברירה האט געשריבן:אן א נאמען האט געשריבן:בין נישט קיין גרויסע מבין, קוקט אויס ווי סדא צוויי נומבערס(קוק ארטיקעל)
ר׳ י״ב, אפשר זענט איר מסביר די נושא?
https://fortune.com/2021/04/14/covid-va ... cines/amp/
וואו איז דא אנדערע ציפערן?
אולי אפ״ל 195 מיליאן וואקסינס נישט וואקסינערטע,
122 מיליאן באקומען 1 שטעך און נאך עטליכע אין זיבעציג מיליאן ביידע שטעכעס, צוזאמען איז 195.
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
שכח ערוב תבשילין פאר דיינע הערליכע באריכטן, א געשמאק צו ליינען!
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
הר גריזים האט געשריבן:יש ברירה האט געשריבן:אן א נאמען האט געשריבן:בין נישט קיין גרויסע מבין, קוקט אויס ווי סדא צוויי נומבערס(קוק ארטיקעל)
ר׳ י״ב, אפשר זענט איר מסביר די נושא?
https://fortune.com/2021/04/14/covid-va ... cines/amp/
וואו איז דא אנדערע ציפערן?
אולי אפ״ל 195 מיליאן וואקסינס נישט וואקסינערטע,
122 מיליאן באקומען 1 שטעך און נאך עטליכע אין זיבעציג מיליאן ביידע שטעכעס, צוזאמען איז 195.
יא, וואקסינען. די 122 רעכנט אריין אלע ערשטע. פון צווישן די 122 האבן זיבעציג באקומען א צווייטע.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 354
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
הר גריזים האט געשריבן:יש ברירה האט געשריבן:אן א נאמען האט געשריבן:בין נישט קיין גרויסע מבין, קוקט אויס ווי סדא צוויי נומבערס(קוק ארטיקעל)
ר׳ י״ב, אפשר זענט איר מסביר די נושא?
https://fortune.com/2021/04/14/covid-va ... cines/amp/
וואו איז דא אנדערע ציפערן?
אולי אפ״ל 195 מיליאן וואקסינס נישט וואקסינערטע,
122 מיליאן באקומען 1 שטעך און נאך עטליכע אין זיבעציג מיליאן ביידע שטעכעס, צוזאמען איז 195.
כמיין אז סנישט ״נאך״ 75m, נאר פון די 122m האבן שוין 75m באקומען 2
זיי שרייבן אזוי
As of April 14, 123.9 million Americans have received at least one dose of a COVID vaccine
נאכדעם שרייבן זיי
In total, the country has administered 194.8 million vaccines
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
אן א נאמען האט געשריבן:הר גריזים האט געשריבן:יש ברירה האט געשריבן:אן א נאמען האט געשריבן:בין נישט קיין גרויסע מבין, קוקט אויס ווי סדא צוויי נומבערס(קוק ארטיקעל)
ר׳ י״ב, אפשר זענט איר מסביר די נושא?
https://fortune.com/2021/04/14/covid-va ... cines/amp/
וואו איז דא אנדערע ציפערן?
אולי אפ״ל 195 מיליאן וואקסינס נישט וואקסינערטע,
122 מיליאן באקומען 1 שטעך און נאך עטליכע אין זיבעציג מיליאן ביידע שטעכעס, צוזאמען איז 195.
כמיין אז סנישט ״נאך״ 75m, נאר פון די 122m האבן שוין 75m באקומען 2
זיי שרייבן אזוי
As of April 14, 123.9 million Americans have received at least one dose of a COVID vaccine
נאכדעם שרייבן זיי
In total, the country has administered 194.8 million vaccines
דעס האב איך געמיינט
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
טעגליכע בולעטין דאנערשטאג תזו"מ:
--אינדיע האט ווידעראמאל רעקארדירט א רעקארד הויכע צאל קעיסעס און 200,000 קעיסעס זענען באשטעטיגט געווארן אין די לעצטע 24 שעה.
אנאליסטן ווייזן אן אז די "צונאמי" כוואליע וואס פלאגט די לאנד איז א דאנק פרישע וועריענטן וואס ווערן אויפגעכאפט און די פארנאכלעסיגקייט פון די איינוואוינער וואס פייערן די נאציאנאלע חגא.
--אוטאריטעטן אין האנג קאנג האבן באשטעטיגט אז איינוואוינער אין לאנד אין עלטער פון 16 ביז 29 קענען זיך קומען וואקסינירן וועלענדיג דעגרייכן די ציל פון וואקסינירן דאס גאנצע ראיאן.
האנג קאנג פארמאגט א רעלאטיוו נידריגע וואקסין ראטע זינט די ערשטע דאזעס זענען פארטיילט געווארן אין פארברואר מיט בלויז 8 פראצענט פון איר 7.5 מיליאן רעזידענטן וואקסינירט.
--דאס לאנד קאמבאודיע אין דרום-מזרח אזיע געפינט זיך אין גאר א שווערן צושטאנד נאך וואס די וויירוס אין לאנד פארשפרייט זיך מיט א שנעלקייט.
די ארטיגע פרעמיער האן סען זאגט אז מ'האלט שוין ממש ביים עק פון קענען אנגיין דעריבער האט ער איינגעשטעלט גאר שטרענגער באגרעניצונגען ווי 2 וואכן טאר מען נישט ארויסגיין פונדערהיים און בלויז 1 מענטש פער הויז מעג גיין קויפן עסן, און אלעס אנדערש אין לאנד איז אפגעשפארט.
--טערקיי האט רעקארדירט 62,797 פרישע קעיסעס און 279 פאטאליטעטן אין די לעצטע 24 שעה דאס איז די העכטסע צאל זינט די אנהייב פון די פאנדעמיע אין לאנד.
--עטליכע געגענטער אין לאנדאן ווערן געטעסט פאר די וויירוס נאך וואס די באאמטע האבן אויפגעכאפט 44 קעיסעס און 30 מעגליכע פון די דרום-אפריקאנער וועריענט.
רעזידענטן אין די געגענטער פון סאוטווארק און בארנעט (בארנעט איז די באראו פון די היימישע גאלדערס גרין געגענט) וואנסווארד און לאמבעט פון די 11 און העכער ווערן געבעטן זיך צוקומען טעסטן.

--פראנקרייך'ס טויט ראטע איז לויט עקספערטן ערווארטעט צו דעגרייכן די 100 טויזענט.
דאס לאנד מיט אירע 67 מיליאן איינוואוינער וועט דערמיט ווערן די 8'טע לאנד אין די וועלט צו דעגרייכן די סימבאלישע נומער און די דריטע אין אייראפע נאך איטאליען און גרויס-בריטאניע.
--סקאטלאנד'ס פירסט מיניסטער (גאווערנער) האט גענומען די ערשטע דאזע פון אקספארד ע.ז. וואקסין.
זי האט דערביי אויסגעלויבט די העראאישע ארבעט פון די בריטישע העלט ארבעטער און צוגעלייגט אז יעדער אין לאנד וואס איז עלידזשיבל און קען נעמען די וואקסין זאל עס שוין גיין נעמען.
--ווענזועלא האט באקריגן 50 מיליאן דאזעס פון די רוסישע ספוטניק-ווי וואקסין.
פריער אין יאר האט דאס לאנד באקומען 250 טיזענט פון די אויבענדערמאנטן וואקסין און 500 טויזענט פון כינעזער סינאופארם וואס איז שוין פארטיילט געווארן פאר פראנטליין ארבעטער און אנדערע וויכטיגע באאמטע אצינד זאגט די העלט מיניסטער וועט מען דאס געבן פאר פארשידענע הויך פריאריטעט גרופעס ווי פייערפייטערס און נאך.

פרישע רעקארד באריכט פאר דאנערשטאג: פרישע 3.53 מיליאן וואקסינען.
טאטאלן פאר אמעריקע
טאטאלן פאר אמעריקע
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
אריבער 200M
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20210416-154034_Chrome.jpg (77.08 KiB) געזען 961 מאל
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3289
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
נארמאליזעם האט געשריבן:די בלוט קלאטס פון דזשאנסן ענד דזשאנסן איז די זעלבע ווי אסטראזאנקע לויט די CDC
Blood clots as prevalent with Pfizer and Moderna vaccine as with AstraZeneca's: study
https://www.marketwatch.com/story/blood ... 2021-04-15
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
וואקסינען האבן זיך אביסל סטאבליזירט די לעצטע עטליכע טעג.
די היינטיגע באריכט איז אריינגעקומען ביי 3.53 מיליאן. א משהו אונטער פארגאנגענע וואך (3.58 מיליאן).
דזשאנסאן ענד דזשאנסאן אפעקט? עניוועיס, פאעטשי זאגט אז די וואקסינען וועלן ווארשיינליך צוריק אריינגיין אין באנוץ קומענדיגע פרייטאג.
מארגן וועלן נאך זעקס שטאטן עפענען די וואקסינען פאר אלע איינוואוינער העכער 16.
---
CDC
די היינטיגע באריכט איז אריינגעקומען ביי 3.53 מיליאן. א משהו אונטער פארגאנגענע וואך (3.58 מיליאן).
דזשאנסאן ענד דזשאנסאן אפעקט? עניוועיס, פאעטשי זאגט אז די וואקסינען וועלן ווארשיינליך צוריק אריינגיין אין באנוץ קומענדיגע פרייטאג.
מארגן וועלן נאך זעקס שטאטן עפענען די וואקסינען פאר אלע איינוואוינער העכער 16.
---
CDC
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!
טעגליכע בולעטין מאנטאג אח"ק:
--א באריכט אין די פאראייניגטע שטאטן צייגט ווי האלב פון די ערוואקסענע האבן שוין באקריגן לכה"פ די ערשטע דאזע פון די וואקסין און כמעט א דריטל פון די ערוואקסענע אין לאנד האבן שוין ביידע דאזע'ס.
דר. ענטאני פאוטשעי זאגט אז ער שאצט אז אין די קומענדיגע טעג וועט מען צוריק אנהייבן דאס באנוץ פון די דזש. ענד דזש. וואקסין נאך וואס מ'האט צייטווייליג סוספענדירט דאס באנוץ דערפון.
--אינדיע האט ווידעראמאל צו געזעהן א דראמאטיש הויכע נומער פון קאראנע קעיסעס, און היינט מאנטאג באריכטעט 273,810 ברענגענדיג די סך הכל צו איבער 15 מיליאן, פאטאליטעטן זענען געווען איבער 1,600 דאס זענען רעקארד הויכע ציפערן וואס שטרענגט איבער די שפיטעלער און ברענגט א קאטאסטראפע אין לאנד.
א שטרענגער 6 טאגיגע לאקדאון איז אינפארסירט געווארן אין די הויפטשטאט ניו דעלהי.
אין די זעלבע צייט האט די בריטישע פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן וועלכע האט געזאלט אפרייזן קיין אינדיע די וואך אפגעזאגט זיין רייזע אויס זארג פון די פרישע ווערסיע, אזוי אויך ווערט באטראכט א פלאן ארויפצולייגן אינדיע אויף ענגלאנד רויטע ליסטע.
א מאן אין אינדיע'ס הויפטשטאט ניו דעלהי קלאגט אויף זיין פאמיליע מיטגליד אומגעקומען פון די וויירוס:
--טערקיי האט לויט די ארטיגע געזונטהייט מיניסטעריום צוגעזעהן כמעט 56 טויזענט קעיסעס און איין טאג און 318 פאטאליטעטן.
--די פרעמיער פון קאנאדע דזשאסטען טרודאו זאגט אז ער וועט שיקן ספעציעלע פעדעראלע געזונטהייט ארבעטער קיין טאראנטא און אנטאריו ארויסהעלפן מיט די איצטיגע דריטע כוואליע וואס פלאגט די ראיאן.
--ענגלאנד האט צוגעזעהן נעכטן די נידריגסטע צאל פאטאליטעטן זינט פארלאפענעם סעפטעמבער מיט בלויז 10 און 1800 פרישע קעיסעס.
--שווייץ האט אנגעהויבן היינט אירע לאקדאון פארגרינגערונג פלאן ווי בארס און רעסטוראנען, עדיוקאציע צענטערן און נאך וועלן זיך עפענען אפגעזעהן די העכערונג פון קעיסעס אין עטליכע געגענטער.
--פארטוגאל איז אויך אריין היינט אין די ערשטע פאזע פון אירע 4-שטאפעלדיגע לאקדאון פארגרינגערונג פלאן ווי שאפינג צענטערן, שולעס און נאך וועלן ווידעראמאל עפענען.
--גריכלאנד האט אראפגענומען עטלכע לענדער פון אירע קוואראנטין ליסטע ביים אריינקומען און רייזענדע פון ענגלאנד, פאראייניגטע שטאטן, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, מדינת ישראל און די אייראפעאישע פאראיין וועלן דארפן ווייזן אז זיי האבן זיך וואקסינירט אדער צושטעלן א נעגעטיוו טעסט ביים אריינקומען.
--א הויפט דאקטאר אין שוועדן'ס הויפטשטאט סטאקהאלם זאגט היינט אז הונדערטער וואקסין דאזעס ווערן טעגליך אוועקגעווארפן צוליב דעם וואס מענטשן זאגן זיך אפ די לעצטע מינוט פון זיך קומען וואקסינירן צוליב זארג וואס מענטשן האבן איבער בלוט-קלאטס.
--א ווארטזאגער פאר בריטיש עירוועיס אין ענגלאנד זאגט אז לויט ווי ער שאצט וועלן בלויז א קליינע צאל לענדער ארויפגעלייגט ווערן אויף ענגלאנד'ס גרינע ליסטע וואס רייזענדע וועלן נישט דארפן זיין אין קוואראנטין.
גיבראלטור, מדינת ישראל, מאלטא, און אייסלאנד וועלכע האבן א הויכע וואקסין ראטע וועלן לויט זיין שאצונג זיין אויפן גרינע ליסטע, אויף דעם קומענדיגע זוממער.
--סלאוואקיע רעכנט זיך אויך פון די לענדער וועלכע האבן געעפענעט א טייל פון זייער עקאנאמיעס ווי שאפינג-צענטערן, געבעהט הייזער, לייברעריס, טוהר גערטנער, מעגן זיך ווידעראמאל עפענען, און א נעגעטיוו טעסט ווערט פארלאנגט ווען עס קומט צו אינדאאר געשעפטן.
--דייטשלאנד האט נעכטן אפגעהאלטן א נאציאנאלע מעמאריעל סערוויס אין ליכט פון די נאנט צו 80 טויזענט אומגעקומענע פון די וויירוס.
קאנצלער מארקעל און די ארטיגע פרעזידענט האבן ערשיינט צו א צערעמאניע אין קירכע און אפגעהאלטן רעדעס אין עהרע פון די באטראפענע.
--עסטרייך וועט לויט די ארטיגע קאנצלער סאבאסטיען קורץ זיך נישט באנוצן מיט די רוסישע ספוטניק-ווי וואקסין, ביז די אייראפעאישע מעדעצין רעגולאטור געט די גרינע ליכט, כאטש די נעגאוציאציעס וואס די לאנד האט אפגעהאלטן מיט רוסלאנד איבער א מיליאן דאזעס.
איר שכינות'דיגע אונגארן איז דערווייל די איינציגסטע לאנד אין אייראפע וועלכע האט פארטיילט די וואקסין פאר אירע בירגער.
--באאמטע אין די עזה אומגעגענט זענען באזארגט צוליב א שטארקע וואוקס אין די צאל קעיסעס. זונטאג האט די געזונטהייט מיניסטעריום באריכטעט 23 פאטאליטעטן ברענגענדיג די סך הכל צו 767. בלויז 80 טויזענט וואקסין דאזעס זענען פארטיילט געווארן פון אירע איבער 2 מיליאן איינוואוינער.
--די אוטדאאר מאסק מאנדאט אין מדינת ישראל איז נעכטן זונטיג אראפגענומען געווארן נאך וואס די קעיסעס אין לאנד האלט אין איין פאלן, און 54 פראצענט פון די באפאלקערונג זענען אינגאנצען וואקסינירט צום וויירוס.
--ניו זילאנד און אוסטראליע האבן היינט געעפענט טרעוול פון און אריין די 2 לענדער פאר די ערשטע מאל זינט די לעצטע יאר צייט, בילדער אויפגעכאפט אין אוקלאנד לופטפעלד אין ניו זילאנד צייגן ווי פאמיליעס און באקאנטע האבן זיך ווידעראמאל פאראייניגט נאכן זיך נישט זעהן פאר איבער א יאר.
--קאמבאודיע וועלכע איז אריין אונטער א גאר שטרענגער לאקדאון פאריגע וואך האט באשטעטיגט א נייע געזעץ אז פארלעצער קענען אויסשטיין שווערע שטראפן ווי 5000 דאלער אדער 20 יאר טורמע.
די געזעץ ווערט לויט עטליכע מענטשן רעכט גרופעס אין אזיע פארדאמט זאגענדיג אז דאס לאנד איז אויפן וועג פון א טאטאלע דיקטאטורשאפט.
--האנג קאנג וועט סוספענדירן טרעוול פון און אריין די לענדער פון אינדיע די פיליפינען און פאקיסטאן פאר אומווייניגסטנס 2 וואכן נאך וואס די אינדיען ווערסיע פון די וויירוס ברענגט זארג ביי די באאמטע און לויט עטליכע שטודיעס טוט די וואקסין נישט זיין אזוי אפעקטיוו פאר די ווערסיע.

ווען די וואקסינען וואס מען פארטיילט זענען 'מעיד אין טשיינע'....
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20210419-093743_Chrome.jpg (266.86 KiB) געזען 1724 מאל
-
- Screenshot_20210419-093911_Chrome.jpg (239.48 KiB) געזען 1724 מאל