"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

איראן האט היינט נאך אמאל געמאלדן -זייער באליבטער ציפער- 131 פאטאליטעטן, און 4697 קעיסעס.

א שעה נאכדעם האבן זיי עס גענידערט צו 121 פאטאליטעטן און 1997 קעיסעס
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

נקדימון האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:ענגלאנד באריכט איבער פרישע 786 טויטפאלן אין די פארלאפענע 24 שעה, ברענגענדיג די ס"ה טויט-צאל אין לאנד צו 6,159


אין די היינטיגע אפדעיט באריכט 'ענגלאנד' איבער פרישע 828 טויטפאלן (פון שפיטאל פאציענטן). אין גאנץ בריטאניע איז עס געשטיגן מיט 931.

ס"ה טויט-צאל פאר די יו. קעי אריבער זיבן טויזנט.

* 936

טענקס, פארראכטן.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

גוטע נייעס!

די מאדעל האט פריש גענידערט די טויט-צאל, צוריקגעריקט די פיעק צו אפריל 11, און עס גענידערט פון די איבער 3 טויזנט שאצונג.
אטעטשמענטס
Screenshot_20200408-101634_Chrome.jpg
Screenshot_20200408-101634_Chrome.jpg (237.91 KiB) געזען 3674 מאל
Screenshot_20200408-101653_Chrome.jpg
Screenshot_20200408-101653_Chrome.jpg (244.41 KiB) געזען 3674 מאל
Screenshot_20200408-101715_Chrome.jpg
Screenshot_20200408-101715_Chrome.jpg (236.82 KiB) געזען 3674 מאל
יקר מציאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יקר מציאות »

יש ברירה האט געשריבן:גוטע נייעס!

די מאדעל האט פריש גענידערט די טויט-צאל, צוריקגעריקט די פיעק צו אפריל 11, און עס גענידערט פון די איבער 3 טויזנט שאצונג.

וועלכע וועבסייט איז דעי מאדעל?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

אמעריקא נעכטן, לויט די טיימס

Screenshot_20200408-113302.png
Screenshot_20200408-113302.png (430.67 KiB) געזען 3537 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:איטאליע זעהט פאזיטיווע נייעס די לעצטע שטיק צייט און איז מעגליך אויפן וועג אראפ. זיי האבן גראדע געזעהן א שפרינג אין פאטאליטעטן פון נעכטן 535 צו 636. אבער אווער אלל האבן זיי געזעהן א שטארקע רעדוקציע אין נייע קעיסעס און אין טויט פעלער.

נייע קעיסעס האבן געדראפט מיט 10%.
פאטאליטעטן נעכטן איז געווען די נידריגסטע אין 17 טעג!
כמעט 25 טויזענט פאציענטן ריקאווערד

נאך א טאג און נאך גוטע נייעס פון איטאליע

די צאל פון:
נייע קעיסעס אראפ - בלויז 3k, נידריגסטע זינט מארטש 13
נייע פאטאליטעטן אראפ - 604 פון 636 נעכטן
נייע האספעטילעזציעס אראפ
נייע ICU פאציענטן אראפ

די צאל באפרייטע
ארויף

איטאליע שטייט היינט ביי 17,120 פאטאליטעטן און 135k אנגעשטעקטע

היינט מיטוואך איז די צאל פאטאליטעטן ווייטער אראפ צו 542 פון 604 נעכטן

פרישע קעיסעס איז ארויף צו 3800 פון 3,000 נעכטן
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

פראנקרייך טויטפאלן אין שפיטעלער

נעכטן: 597
הײנט: 541

ס"ה טויט-צאל: 10,869
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום מיטוואך אפריל 08, 2020 4:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

פראנקרייך האט נישט היינט די צאל טויטפאלן אינדרויסן פון שפיטאל צוליב טעכנישע סיבות.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

ווארט זאגער פון אטורני דזשענעראל באר:

Screenshot_20200412-002133.png
Screenshot_20200412-002133.png (748.64 KiB) געזען 2804 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

דזשאן האפקינס אוניוועריסטעט טרעקינג

אמעריקע האט יעצט די העכסטע (כאטש אפיצילע) טויט-צאל אין די װעלט.
אטעטשמענטס
Screenshot_20200412-010923_Chrome.jpg
Screenshot_20200412-010923_Chrome.jpg (379.72 KiB) געזען 2612 מאל
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך קאץ און מויז »

ס'איז ממש נישט צו גלייבן אמעריקע האט שוין ליידער 20,000 טויטע אבער די וועלט שרייבט נאך אז טשיינע האט נאר 3300, איז דען דאס מעגליך!,

פארוואס צווינגט מען זיי נישט ארויסצוגעבן די עכטע נומבערס?
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22695
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

יש ברירה האט געשריבן:דזשאן האפקינס אוניוועריסטעט טרעקינג

אמעריקע האט יעצט די העכסטע (כאטש אפיצילע) טויט-צאל אין די װעלט.


וויכטיג צו געדענקען אז פערצענטואל איז איטאליע נאך אלץ פיל העכער.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

שפאניע באריכט היינט איבער פרישע 619 טויטפאלן, דאס איז העכער ווי די 510 וועלכע זיי האבן נעכטן באריכטעט.

טויט-צאל אין לאנד שטייגט צו 16,972.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

ברעיקינג: באריס דזשאנסאן איז באפרייט געווארן פון שפיטאל. דזשאנסאן גייט אהיים אבער וועט נאכנישט גלייך צוריק גיין צו זיינע פונקציעס צו פירן דעם לאנד.

אין א מעסעדזש האט ער זיך שטארק באדאנקט פאר די שפיטאל באאמטע פארן ראטעווען זיין לעבן פון טויט.

ווי אנגעמערקט, אין ענגלאנד איז עס א קארגע 49% איבערצולעבן נאכן גיין אין ICU
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

פאר ווער עס וויל גלייבן שוועדן... די צאל פאטאליטעטן איז געפאלן אין 5 טעג פון 114 א טאג צו 12 א טאג

Apr 7 - 114 deaths
Apr 8 - 96 deaths
Apr 9 - 106 deaths
Apr 10 - 77 deaths
Apr 11 - 17 deaths
Apr 12 - 12 deaths
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:די uss טעאדאר רוזעוועלט עיר קרעפט קעריער, האט יעצט איבער 100 מאטראזן וואס זענען געטעסט פאזיטיוו. עטליכע טעג צוריק איז עס געשטאנען ביי 38.

דער קאפיטאן בעט הילף פון די נעיווי צו קענען אייסאלעיטען די גאנצער קראו אויפן שיף. "אנדערש קען עס זיין ביטער" זאגט דער קאפיטאן.

עס געפינט זיך ארום 4 טויזענט מאטראזן אויפן שיף.
gallery_medium.jpg



ברעיקינג: אין א מעלדונג היינט פון די סעקרעטאר פון דער נעיווי טאמאס מאדלי, מעלדט ער אז דער קאפיטאן פונעם נעיווי שיף - וואס האט ליארעמט אנהייב וואך פאר הילף - איז "פריי געלאזט" געווארן פון זיין אמט.

דער אפיציעלער סיבה איז א לעק פון "קאנפידענץ און טראסט".


דער קאפיטאן ברעט קראזיער
200402-brett-crozier-cs-409p_553c11da5dfb4271c995ba0119b40042.fit-320w.jpg


די צאל אנגעשטעקטע אויפן שיף איז ארויף מיט נאך 103, צו 550 אנגעשטעקטע
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

צום ערשטן מאל אין היסטאריע זענען אלע 50 שטאטן אין אמעריקא אונטער א פעדעראלע דיזעסטער דעקלערעישאן אויף איין מאל.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

תימן האט נעכטן געזעהן דער ערשטער פאזיטיווע פאל פון קאראונע.

עס איז שווער צו טראכטן אז תימן מיט זייערע צושמעטערטע און צושאסענע שפיטעלער וועט קענען באהאנדלען אזא פענדעמיק, טאמער עס פארשפרייט זיך
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

יו קעי-ענגלאנד האט געהאט 737 טויטפעלער אין די לעצטע 24 שעה. בעסער ווי די נעכטיגע 917.

יו קעי-ענגלאנד האט דערגרייכט אריבער 10 טויזענט פאטאליטעטן.
10,612
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

צענדליגער לענדער באריכטן אפט בעסערע נומבערס זונטאג און מאנטאג. דאס איז געווענליך צוליב שוואכע ריפארטינג איבער די וויקענד, ווי נישט יעדער שפיטאל/לאקאלער טאון באריכטעט געהעריג.

מען מוז קוקן אויף א 4-5 טעג ספען צו זעהן אין וועלכער דירעקציע זאכן פארן

דאס איז די טויט צאל אין ענגלאנד יעדן זונטאג/מאנטאג - בלוי. דינסטאג - רויט

Screenshot_20200412-120330.png
Screenshot_20200412-120330.png (388.6 KiB) געזען 1369 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

איטאליע האט געהאט 4k נייע קעיסעס און 431 טויטפעלער

דאס איז די נידריגסטע צאל פאטאליטעטן זינט מארטש 19

לאמבארדיע האט געהאט 110 פאטאליטעטן. בלויז א וואך-צוויי צוריק האבן זיי געהאט ארום 400-500 טויטפעלער יעדען טאג
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך אביסל טיפער »

קאץ און מויז האט געשריבן:ס'איז ממש נישט צו גלייבן אמעריקע האט שוין ליידער 20,000 טויטע אבער די וועלט שרייבט נאך אז טשיינע האט נאר 3300, איז דען דאס מעגליך!,

פארוואס צווינגט מען זיי נישט ארויסצוגעבן די עכטע נומבערס?

וויאזוי צווינגט מען זיי?
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
שפארזאמער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 10:44 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך שפארזאמער »

בקהילה מעגעזין פון א"י האט געהאט א באשרייבונג אויף א הגדה פון א סופר פון די שווארצע מגיפה
גאר שיין
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מצלמה »

נקדימון האט געשריבן:פאר ווער עס וויל גלייבן שוועדן... די צאל פאטאליטעטן איז געפאלן אין 5 טעג פון 114 א טאג צו 12 א טאג

Apr 7 - 114 deaths
Apr 8 - 96 deaths
Apr 9 - 106 deaths
Apr 10 - 77 deaths
Apr 11 - 17 deaths
Apr 12 - 12 deaths


שוועדן איז א חידוש נפלא
זיי פייפן זיך אן, און מאכן נישט קיין שום ערנסטע רעסטריקשאנס אויף די בירגער.

די דאקטוירים / פראפעסארן : סייענטיסטן / פראפעשאנעלס אלע ווארענען, אבער די רעגירונג פייפט זיך אן און לאזט זיך נישט.

און מער פון האלב פאלק שטיצט די גאווערמענט, אז זיי באהאנדלען גוט דעם קריזיס (?)

עולם הפוך ראיתי !!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

דער טערקישער אינערן מיניסטער האט היינט אריינגעגעבן זיין רעזיגנאציע.

דאס קומט נאך וואס ערדאואן האט דערקלערט אן 48 שעה קערפיאו און חלקים פון טערקיי, און כאאטיש איינגעמאלדן דעם פאלק קארגע צוויי שעה בעפאר, טרייבענדיג א פערטל מיליאן בירגער צו אפליידיגן אלע געשעפטן.

ערדאואן האט רעדזשעקטעד זיין רעזיגנאציע
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”