"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובה דורך טאנץ 2 »

יעצט באקומען א מעסעדש פון סאטמאר לי גארדענס אז זיי מאכן צו ביז א האלבע שעה!
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

תגובה דורך חלב ישראל »

פינחס האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:
א גוטן יונה האט געשריבן:לענ"ד מאכן א מנין אינדערהיים פון 10 אידן איז קיין סכנה, קיין יוהרא, און מ'קען דאווענען מיט מנין...

אלץ דיין אדער אלץ דאקטער

נישט די בית המדרש איז די פראבלעם. זיין צו נאנט צו אנדרע דאס איז ערגער על פי פשטות אונדערהיים

זיין נאנט צו אן ענגע צאל מענטשן איז נישט קיין פראבלעם.

https://www.washingtonpost.com/graphics ... h-tHLVNsvk
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די סיטי האט צוגעזען כמעט דריי הונדערט פרישע קעיסעס היינט אליין!
פון 644 באשטעטיגטע פעלער צו 923 יעצט פארנאכטס.

שוין דא צען פאטאליטעטן אין אונזער שטאט.
Working
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובה דורך Working »

סאטמאר מהרי"י מעלדט יעצט אז אלע בתי מדרשים זענען פארמאכט פון מארגן!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

כאגעהאלטן אינמיטן צאמשטעלן א מנין ביי די רב פון מין לאקאל שול אינדערהיים, (ע"פ בקשתו),
נאך 15 מינוט רופט ער מיך אן , כ'זאל צוריק קאלן יעדן, זאגן מ'זאל דאווענן אליינס אינדערהיים!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

Working האט געשריבן:סאטמאר מהרי"י מעלדט יעצט אז אלע בתי מדרשים זענען פארמאכט פון מארגן!

וואו מעלדט מען?, הענגט מודעות ערגעץ??
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

תגובה דורך שרייב »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כאגעהאלטן אינמיטן צאמשטעלן א מנין ביי די רב פון מין לאקאל שול אינדערהיים, (ע"פ בקשתו),
נאך 15 מינוט רופט ער מיך אן , כ'זאל צוריק קאלן יעדן, זאגן מ'זאל דאווענן אליינס אינדערהיים!

די ביסט נאך סקעפטיש?
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

O&R האקט אפ מארגען 8:00 די לעקטער פון ק"י ביה"מ

צוליב ריפער
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7884
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

@KollelNiyes: VERY IMPORTANT!
Make sure you have coffee AND milk at home for a coffee tomorrow morning..

m.twitter.com/KollelNiyes
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובה דורך פ' לך לך »

איך וויל מיר ערלויבן צו פרעגן א קשיא:
אהן אריינגיין צו די רעקעמענדאציעס און די פרישע געזעצן זענען אויסגעהאלטן צו נישט, לאמיר קודם זעהן א צווייטע זאך.
די וויירוס בוזשעוועט שוין דריי חדשים, אמעריקע האט געוואוסט אז דאס גייט אנקומען אויך אהער, און יעדער האט פארשטאנען לכאורה, אז די רעגירונג איז גרייט פאר דעם אויסברוך און טוט כל מה שביכלתם מקדים צו זיין דעם צרה.
דערווייל שטעלט זיך ארויס, אז לא דובים ולא יער, אין די צייט וואס זיי וואלטן געדארפט אנסטאקן אלע מעדיקל סענטער'ס מיט מיליאנען טעסט-קיטס, אין די צייט וואס מען וואלט געדארפט מאניפעקצירין נאך טויזענטער רעספירעיטאר'ס, אויפשטעלן ריזיגע שפיטעלער, האבן זיי "גארנישט" געטוהן!! זערא! זילטש!! זיי זענען געווען פארנומען מיט אימפיטשמענט און אנדערע שטותים, זיך געשלאגן מיט ביליגע פאליטיק שפילן, און געלאזט די וויירוס לויפן. דאס איז דאך א הימל געשריי, אן עולה שאין כדוגמתה!!
און אפילו ווען די וויירוס איז שוין יא דא געווען, האט דאס אויך געדויערט היבש לאנג ביז די טעסט-קיטס זענען ארומגעשיקט געווארן, דאס איז נארמאל?. די חברה שטייען היינט פארלוירן, זיי האבן נישט קיין שום סטראטעגיע, קיין שום פלאן! און אפילו אין די יעצטיגע מצב, ווען עס ברענט שוין פון אלע זייטן, טוהן זיי זיך רואיג ערלויבן צו שפילן פאליטיק כאילו לא הי'.
על כל פנים, קומט דאך אויס אז מיר האבן דא צוטוהן מיט וואנזיניגע ביליגע חברה, נידעריגע און שמוציגע פאליטיקאנטן, וואס ווייסן נישט בחייכון וביומיכן ווי צו אנהייבן און ווי צו ענדיגן. די חברה האבן קיין רחמנות אויף אונז, זיי מיינען נישט אונזער טובה, זיי קערן בכלל נישט פארן המון עם, אלעס איז נאר פאליטיק און נאכאמאל פאליטיק, און מיר זענען בלויז זייערע כפרה הינדלעך.
וויל איך אייך פרעגן: איז נאך דא א שאלה פארוואס זיי האבן פארלוירן אונזער טראסט? איז נאך דא א הוה אמינא אנצונעמען זייערע רעגוליאציעס מיט צוגעמאכטע אויגן? ווייסן זיי דען וואס זיי רעדן בכלל??
--
ולעצם הענין. אודאי דארף מען זיך אכטונג געבן, אבער די עיקר סכנה איז דאך פאר אלטע און קראנקע, און מען זעהט נישט די רעגירונג זאל זיך צופיל קימערן אויף זיי. ובמילא מצידינו, ביי אונז כלל ישראל, דארף די עיקר געשריי זיין צו באשיצן די עלטערע. אינגע מענטשן זענען נישט אין קיין סכנה, און לאז זיי ווייטער דאווענען מיט מנין, נוצן די מקוואות, לערנען אין ת"ת, און פארלייג ריזיגע כוחות צו באשיצן די וואס מען דארף טאקע באשיצן.
לעצט פארראכטן דורך פ' לך לך אום דינסטאג מארטש 17, 2020 11:05 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובה דורך איפה פייביש »

קראלי
אטעטשמענטס
IMG-20200317-WA0136.jpg
IMG-20200317-WA0136.jpg (268.17 KiB) געזען 1170 מאל
אוועטאר
אמבעסאדער
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

לזיכוי הרבים!

תגובה דורך אמבעסאדער »

אויפמערקזאם מאכן די אהבת קדומים...
אטעטשמענטס
קראנע סטיקער.pdf
(95.08 KiB) געווארן דאונלאודעד 153 מאל
לעצט פארראכטן דורך אמבעסאדער אום דינסטאג מארטש 17, 2020 11:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

תגובה דורך ספרים שטוב »

קען איינער ביטע ארויפלייגן די תפלות וואס מ'ברויך זאגן "במקום" ברכו "ובמקום" קדיש א.א.וו. פאר ווען ס'וועט אויספעהלן צו דאווענען אינדעערהיים ביחידית???
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובה דורך אידיאט »

למעשה איז דא א פסק פון א דיין אדער רב וואס זאגט קלאר אז אפילו יונגע מענטשן זאלן דאווענען אינדערהיים?
א גוטן יונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:17 pm

תגובה דורך א גוטן יונה »

חברה הצלה דקרית יואל זאגט אז געזונטע מענטשען אונטער די 60 מעגן זיך צוזאמנעמען ביז 10 מענטשען, מ'קען הערן זייער מעסעדזש אויף די נומבער 6466531946
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

”The rabbi of one of the largest Orthodox synagogues in Miami-Dade County, Shul of Bal Harbour, has tested presumptive positive for COVID-19."
https://t.co/KACULY2M2P
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובה דורך פער בריסטאו »

וואס זאגט ווידער וועגן צוויי טויטע אין מאנסי? ער רעדט פון אידן?
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובה דורך פעטער שמואל »

פער בריסטאו האט געשריבן:וואס זאגט ווידער וועגן צוויי טויטע אין מאנסי? ער רעדט פון אידן?

ניין ב''ה.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובה דורך פעטער שמואל »

אין מאנסי זענען אלע גרעסערע בתי מדרשים גענצליך פארמאכט. וויזניץ, סאטמאר 1, סאטמאר 13, סקווירא.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובה דורך פעשען »

שמע ישראל האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:עפעס א החלטה פון סאטמאר מהרי"י נאך די קאנפרענס קאל?

גאנץ סאטמער (מהרי״י) איז אפגעשלאסן אחוץ די קליינע קינדער פון נירסורי. מ׳קען עס הערן אויפן טראנספארטציע האט ליין 7185060404

אלעס פארמאכט אפילו די קליינע.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

תגובה דורך בר דעת »

רבותי, מיר זענען ליידער גוט אויף צרות מיטן דארפן פארשליסן די בתי חינוך און בתי מדרשים צוליב די פארשפרייטונג פון די וויירוס.

מען דארף יעצט נישט זיין קיין גרויסע חכם צו זיין א שטיקל רואה את הנולד. וואס גייט געשעהן אין די נעקסטע פאר טעג איז אז אלע היימישע געשעפטן גייען ווערן איבערגעפילט מן הקצה אל הקצה און עס וועט ווערן א סכנהדיגע מצב, וואס דאס וועט אויך ברענגען אז די באאמטע וועלן אפשליסן אלע געשעפטן.

לכאורה וואלט געווען די בעסטע עצה אז אלע געשעפטן זאלן שוין יעצט ארויסשטעלן א פאליסי אז מען קען נאר קומען איינקויפען ביי אפוינטמענט, און זיי וועלן נאר נעמען א געוויסע צאל קאסטומערס פער שעה, געוואנדען לויט די גרויסקייט פונעם געשעפט.

החכם עיניו בראשו, לאמיר נישט גורם זיין אז אזאלכע וויכטיגע געשעפטן ווי גראסערי, פלייש, פיש, קליידונג, הארדוועיר, אדג זאלן זיך דארפן שפארן אין די ערב יו"ט טעג.
עס פעלט נישט אויס מער ווי איין קליפ זאל ארומפארן פון א איבערגעפילטע געשעפט און די סיטי וועט אלעס גענצליך פארשפארן, און דעמאלטס וועט מען שוין נישט קענען מאכן קיין שום פאליסי אויף צו נאר אריינלאזן וויניג מענטשן אויפאמאל.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

כ'האב אויך געקלערט פון דעם, האבעך היינט שוין איינגעקויפט פלייש, מצות, פארן יו"ט
אין בוטשער האט מען געזאגט אפן ומפורש, אז ס'יז א מעגליכקייט אז מען גייט פארקלאפן פאר צוויי חדשים, ה"י
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
nuwilli
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2015 10:07 am

תגובה דורך nuwilli »

בר דעת האט געשריבן:רבותי, מיר זענען ליידער גוט אויף צרות מיטן דארפן פארשליסן די בתי חינוך און בתי מדרשים צוליב די פארשפרייטונג פון די וויירוס.

מען דארף יעצט נישט זיין קיין גרויסע חכם צו זיין א שטיקל רואה את הנולד. וואס גייט געשעהן אין די נעקסטע פאר טעג איז אז אלע היימישע געשעפטן גייען ווערן איבערגעפילט מן הקצה אל הקצה און עס וועט ווערן א סכנהדיגע מצב, וואס דאס וועט אויך ברענגען אז די באאמטע וועלן אפשליסן אלע געשעפטן.

לכאורה וואלט געווען די בעסטע עצה אז אלע געשעפטן זאלן שוין יעצט ארויסשטעלן א פאליסי אז מען קען נאר קומען איינקויפען ביי אפוינטמענט, און זיי וועלן נאר נעמען א געוויסע צאל קאסטומערס פער שעה, געוואנדען לויט די גרויסקייט פונעם געשעפט.

החכם עיניו בראשו, לאמיר נישט גורם זיין אז אזאלכע וויכטיגע געשעפטן ווי גראסערי, פלייש, פיש, קליידונג, הארדוועיר, אדג זאלן זיך דארפן שפארן אין די ערב יו"ט טעג.
עס פעלט נישט אויס מער ווי איין קליפ זאל ארומפארן פון א איבערגעפילטע געשעפט און די סיטי וועט אלעס גענצליך פארשפארן, און דעמאלטס וועט מען שוין נישט קענען מאכן קיין שום פאליסי אויף צו נאר אריינלאזן וויניג מענטשן אויפאמאל.


גא"מ
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובה דורך מחשב »

מיין שאלה איז אויב עס איז נאך דא וואס צו טוען. איך גלויב אז א זייער גרויסע פארצענט איז שוין אנגעשטעקט. זייער אסאך מענטשן וועם איך פרעג זאגן אז זיי קלערן אז זיי האבן עס.

איז נאך דא עפעס אנדערש צו טוען חוץ זיכער מאכן מיט אלע מיטלען אז עלטערע מענטשן אדער די מיט קאנדישענס בלייבן איזאלירט?
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובה דורך גליטשעדיג »

סגולה למגיפה מהרה"ק בעל ישמח משה זי"ע
סגולה למגיפה מישמח משה זיע.pdf
(85.75 KiB) געווארן דאונלאודעד 175 מאל
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”