"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 13, 2020 3:55 pm

נקדימון האט געשריבן:בראזיליען פרעזידענט טעסטעד נעגאטיוו.

קען עס איינער קאנפירמען?


דאס איז וואס די בראזיל רעגירונג זאגט, אז א פרעלימענערי טעסט איז טאקע געווען פאזיטיוו, אבער א פיינעל איז געווען נעגאטיוו.

קען זיין אז זיי זענען נישט קיין ליגענער.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » פרייטאג מארטש 13, 2020 3:56 pm

פעיק נוז האט געשריבן:טראמפ מאכט מי שברך'ס פאר'ן עולם דארט...

וויפיל פלאנט ער צו שנדר'ן פאר אזויפיל ואת'ס?..

מייק פענס שנודערט א טאץ מיט קאמפלימענטען פארן פרעזידענט
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » פרייטאג מארטש 13, 2020 3:56 pm

משוגע א גוטע פרעס קענםרענס יעצט, גוט מסודר און אויסגעשטעלט, קלארע אינפארמאציע און אפדעיטס, מיט די באטייליגונג פון די CEO’ס פון גרויסע אמעריקאנע קאמפעניס און פארזיצער פון פעדעראלע אגענטורן ווי יעדער האט גערעדט גאר קורץ און זייער פאזעטיוו, טראמפ פירט עס אן און איז א לידער! אבער א לידער!

די סטאק מארקעט שיסט ארויף ארויף!! ארויף!! ארויף!!!!!
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג מארטש 13, 2020 3:56 pm

מ'גייט וועיוון די סטודענטן לאון אינטרעסט פאר ווילאנג די קריזיס גייט אדורך.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

זיס ווי האניג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:28 am

תגובהדורך זיס ווי האניג » פרייטאג מארטש 13, 2020 3:59 pm

ארויף געשאסן 1700!!!

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:00 pm

אלע מוסדות אין אראנדזש קאונטי פארמאכט פאר צוויי וואכן. אזוי שרייבט ניהאוז. קאונטי עקזעקוטיוו

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:00 pm

היינט רעדט א יעדער איבער די פראגרעס וואס מ'האט געמאכט און מ'גייט נאך מאכן אין די הינזיכט פון טעסטינג אוועילעבילעטי, בעיקר די פארטנערשיפ צווישן די פעדעראלע סי-די-סי און עף-די-עי מיט פריוואטע פירמעס ווי קוועסט דייאגנאסטיג און לעב קארפ און נאך.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:02 pm

זיס ווי האניג האט געשריבן:ארויף געשאסן 1700!!!

די סטאק מארקעט איז ארויף מיט 1,981.48 דאס איז 9.35%
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:02 pm

IMG-20200313-WA0127.jpg
IMG-20200313-WA0127.jpg (194.63 KiB) געזעהן 598 מאל

אוועטאר
אויף געבלאזן
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:58 pm

תגובהדורך אויף געבלאזן » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:11 pm

אויף געבלאזן האט געשריבן:איינער ווייסט וואס קומט פאר און מאנטריאל??????
און אויך טאהש עס איז דא סקול טדער חדר ביי אינז יודן
????
ביטע אויב איינער קען אריין קומען קלאר
שכח פאר אלעם ביז אהער דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:20 pm

שבת פארטי האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:וואס איז דער אויף טוה? אפשר זאל מען אויך אפשפארן ניו יארק סיטי, און אויך ברוקלין, און אויך יעדען זיפ קאוד באזינדער, און יעדער גאס, און יעדער הויז, און יעדער שטאק, און יעדער צימער...

איך מיין יעדער זאל זיך אריין לייגן אין בעט פאר דער נעקסטע יאר און פערטיג.

#משוגע קאסט נישט קיין געלט

אין איטאליע האט מען מיטגעטיילט דיין ציניזם מתחילה און די גאנצע העלט קעיר סיסטעם האט קאלעפסד.
די סיבה אפצושפארן א שטאט איז צו פארשטייטערן די פארשפרייטונג, אז שפיטעלער זאלן זיך קענען צויבסלעכווייז אפגעבן מיט די קראנקע, ווי איידער ווען מאסן ווערן אפעקטירט אויף איינמאל און די גאנצע העלט קעיר סיסטעם גייט אונטער.

איטאליע איז נישט אמעריקע

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:22 pm

עוד הם מדברים האט געשריבן:
המסתתר האט געשריבן:
עוד הם מדברים האט געשריבן:עמיצער קען ביטע קלארשטעלן? וויפל שרעקעדיגער דארפן די נומבער'ס ווערן אז מ'זאל אנהייבן נעמען ערנסטע שריט ביי אונז דא אין ניו יארק? אויף וואס אין די וועלט ווארט מען? אז אדווערטייזמענטס אויף די ווענט זאלן חלילה ערזעצט ווערן מיט מודעות פון לוויות? אונז זעמער אין א מצב פון פיקוח נפש ממש במלוא מובן המילה.

מקוואות ברייט אפן, מנינים שטובלעך מיט פערציג פופציג אידן צאמגעקוועטשט, מוסדות גייען אן כאילו לא היה, קינדער ווייסן נישט וואס מיינט וואשן די הענט אבער ווייסן גאר גוט וואס ס' מיינט עסן מיט די הענט און לעקן די פינגערס, זיי זענען נאך די גרעסטע טראגערס און ברענגערס, און די בנין המוסד איז מער ווייניגער ווי א שיפינג טערמינאל ווי ס' ווערט נעבעך איבערגעגעבן איינער פארן צווייטן, און דאס אלעס בזמן וואס דער מלאך המות דרייט זיך ארום די וועלט פראנק און פריי... יעצט הייב מיר נישט אן שרייען וויאזוי רעדסטו? בארואיג דיר... מ'טאר נישט אזוי רעדן. דער אייבישטער וויל מיר זאלן טוהן השתדלות. און וואס מיר טוהען איז א גאנצע פאק פון גארנישט.

איטאליע איז דערווייל די לאנד וואס האט גענומען די מערסטע אגרעסיווע שריט פון וועלכע אנדערע לאנד, זיי האבן אפגעשפארט דאס גאנצע לאנד, און הערט דאס... כמעט זיבן פון יעדע הונדערט גייען רח"ל. און דאס איז נאך פאר וואס זייער מעדיקעל סיסטעם איז אונטערגעבראכן. רבותי!!! מיר קענען נאך טוהן בפאר עס ווערט חלילה צו שפעט, אונז טארן נישט אין קיין שום פאל לאזן איין איד גיין, אפגערעדט זיבן פון יעדע הונדערט, מיר מוזן זאפארט טוהן עפעס! רבנים, עסקנים.. אויף וואס ווארט איר?? פארוואס איז נאך אלעס ברייט אפן?

טייערע ברודער, פרובירט צו דערציילן פאר אייערע דיינים, רבנים, עסקנים וואס ס' טוט זיך אין די וועלט, ווי ס'ווייזט אויס ווייסן זיי נישט גענוג... לאמיר נישט לאזן נאך איין טאג אריבער גיין...


נאך א נס אז Schizophrenie איז נישט אזוי אנשטעקיג ווי די קאראנע, ווען יא וואלטן מיר איצט אלע געווען אין א געפערליכן פראבלעם. ווייל מיר געפינען זיך דא אויפן זעלבן פעידזש ווי דו. גיי קויף איין א סקיט טישו און א סקיט וואסער און לאז אונז צורוה. וואס ווילסטו פון מענטשן וואס טוהען די מאקסימום זיך צו שיצן און קענען נישט טוהן מער ווי דעם?

אזויפיל שטותים והבלים שוין לאנג נישט געזעהן אין איין תגובה. דו מיינסט אז דו פירסט די וועלט? דער וואס האט באשאפן די קאראנע וויירוס האט אויך א פונקטליכן פלאן וויאזוי צו שיצן זיין פאלק פון די מגיפה, א איד דארף מקיים זיין די מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם אויף א נארמאלן אופן, און נישט פאניקן און אפשפארן שוהלן, דערמאנט די מעשה פון יענעם וואס ווען די שיף אן אנגעהויבן זינקען האט ער די ערשטע אריינגעזרקעט די טו"ת אין ים אריין. אויך די ישראלים די שונאי דת די ערשטע זאך אויף וואס זיי זענען ארויף 2 וואכן צוריק שוין איז אז קושן מזוזות! פארשפרייט די מחלה, זיי האבן נישט געפינען קיין שום אנדערע וועג וויאזוי דער עקלדיגער פרייער באפעלקערונג קומט אין קאנטאקט איינער מיטן אנדערן, נאר ביי די פרומע זאל מען ערשט סטאפן קושן מזוזות.

בארואיג זיך, נעם א גלעזל וואסער, דאווענען אין שוהל שאדט נישט, און קען נישט שאדן אויף קיין שום מצב. דאס יא, אז עלטערע אידן איבער די זעכציג, און מענטשן וואס האבן געזונטהייט קאמפליקאציעס, אויב זיי קענען זיך אפהאלטן פון ארויסגיין פון שטוב, און פון קומען אין בארירונג מיט מענטשן, איז תבוא עליהם ברכה, ביי זיי איז דאס דער בעיסיק פון ונשמרתם, ווייל זיי שטייען אויס גרעסערע שאנסן פון עס באקומען אויף א שווערן אופן, רח"ל היל"ת אויף קיין שום איד נישט גערעדט. אבער אריינווארפן יונגע מענטשן, בחורים און קינדער, אין פאניק און אין שרעק, מיט אזא אויבנ'ציטירטע אומאחריות'דיגע תגובה, איז א עוולה גדולה. האסט מורא, נעם א תהילים און טוה וואס די זיידעס האבן געטוהן, וואס זיצט ער אויף אייוועלט און זייעט אן שרעק ביי די מאסן. מה לך נרדם קום קרא אל אלוקיך.


צוקער זיס מיט דיין רעקאמענדאציע אז איך זאל זיך איינהאנדלען א סקיט טישוס. וויסן זאלסטו, אז מיט דיין תגובה האלטסטו אפ מענטשן פון טוהן וואס איז ריכטיג... מיט דיין נער'ישע נאנסענס האסטו טראפנס פון בלוט אויף דיין הענט.

אנטשולדיגט, איר שרייבט אז איר האט נאך אזויפיל שטותים און הבלים נישט געזען אין איין תגובה, איז פליז ענטפער מיר אויב מיין תגובה איז נישט אין פלאץ מיט די פאלגענדע שאקירנדע נומבער פון היינט! פון דא, פון אונזער שכינות: ניו יארק האט +550 באשטעטיגטע קעיסעס, +50 זענען שפיטאליזירט און 18 זענען אינעם איי-סי-יו, איר ווייסט אז די נומבער פון אנגעשטעקטע הייבן זיך מיט ריזיגע נומבערס יעדן איינציגן טאג. ביז א וואך קען מען אויסלויפן פון בעטן, און די מעדיקל סיסטעם אינטערברעכן? וואו גייען אונזער עלטערן, זיידע, באבע זיך ווענדן? איר ווייסט אז איטאליע האלט ביי א מצב וואו זיי מאכן החלטות וועם איז וויכטיג צו לאזן לעבן און וועם נישט רח"ל, מיר קענען און מיר דארפן דאס אפשטעלן בעוד מועד... חלילה די מצב קען זיין גאר ביטער, קום נישט דעמאלס צו לויפן מעקן דיינע אומ'אחריות'דיגע תגובות.

דער העלטה מייסטער פון די יו-קעי האט געזאגט אין א שמועס אז מענטשן זאלן זיך גרייטן צו פארלירן לאווד-וואנס... עס איז שוין נישט קיין שאלה פון אויב נאר א שאלה פון ווען? וויפיל? היל"ת.

די פאקט אז די רבנים טוהען נישט קיין דראסטישע שריט איז שרעקעדיג! איך בין באמת מסופק אויב זיי באקומען ריכטיגע אינפארמאציע, אוודאי האפן מיר אויף ניסים, אבער איז דאס וואס מיר ווארטן אויף? א חוץ לדרך הטבע'דיגע וואנט וואס האלט אפ דאס שטארבן ביי אידישע קינדער? מיינע ווערטער זענען נישט דא צו דערשרעקן נאר איך זאג עס צום האפן אז אידן דא וועלן פרובירן אנדרייען אין די אינערליכע רבנישע און קהלישע צו ארויס קומען מיט מאסיווע שריט צו אפהאלטן נפטרים אין אונזערע רייען. אדרבה, איך בין גרייט צו אננעמען די בושה אויב שטעלט זיך ארויס אז מיינע ווערטער זענען געווען איבערגעטריבן.. אבער ליידער איז שוין דא גענוג אינפארמאציע צו זאגן אז דאס איז גאר ווייט פון איבערגעטריבן.

איך וואונטש גאנץ כלל ישראל אז קיינער זאל פון דעם נישט אנגעשטעקט ווערן, און ס'זאל נעלם ווערן אסאך שנעלער ווי ס'פארשפרייט זיך. אמן.

יאפ. א חוץ לדרך הטבע׳דיגע וואנט געבויעט דורך אונזער פאטער אין הימל איז דא ארום אונז אידישע קינדער אונז צו היטן, אזויווי אייביג. א באשלוס צו פארמאכן חדרים, ישובות, מקוה׳ס (וד״ל) און ווער ווייסט וואס נאך, ווערט נישט געמאכט דא אויף אייוועלט דורך א אנאנימע ניק.

השתדלות דארף יעדער טוהן די נארמאלע זאכן און פאלגן דעם דאקטער ווען עס פעלט אויס און אדרבה פרעג עני דאקטער וואס צו טוהן, קיינער האט נאכנישט געהייסן זיך איינצושפארן אינדערהיים. הער אויף אנזייען כאאס!!

די העלט מיניסטער פון די יו קעי האט אליינס געזאגט אז מ׳גייט...! ווער האט אים געפרעגט?
לעצט פאראכטן דורך שמואל אלצווייסער אום פרייטאג מארטש 13, 2020 4:25 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:22 pm

סטעיט אף אמערזשענסי
אין צייט פון א סטעיט אף אמערזשענסי האט די גאווערמענט זייער אסאך מאכט און פאוער, די קאונטי סטעיט אדער פעדעראלע גאווערמענט קען מאכן טעמפרערי געזעצן וואס זיי זעהן פאר וויכטיג אן לעגסלעיטאר רשות, אלע פרידעם רעכטן פון די בירגער קענען ווערן געלייגט אין א זייט

זאג איך ריכטיג?

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:24 pm

אמ״ג

אלע חדרים אין שול עס אין קרית יואל ווערן פארמאכט?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:31 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:די לעסט איי טשעקעד האט ער די ערשטע מינוט פארמאכט די בארדער פון טשיינע

לידערשיפ מיינט נישט נעמען ווילדע שריט נישט לכאן און נישט לכאן ס'איז דא אחריות יעדע שריט וואס מ'נעמט דארף מען אין באטראכט נעמען די שאדן וואס קען ברענגען פאניק איז איבערהויפט נישט קיין גוטע זאך

די פעסט האט באוויזן, די פעסט מיין איך שוויין פלו פאר א ביישפיל, און פאר יור אינפארמעישן די געשריי מענטשן שטארבן ! איז דעמאלט אויך געווען אקטועל ,
די וואשינגטאן פירערשאפט איז נישט געווען צום געפונען די ערשטע פאר חדשים און יא ווען מענטשן זענען שוין עקטשולי געשטארבן
די איינציגסטע נפק"מ איז געווען די ווארט וואס דו ווילסט אזוי שטארק נישט הערן און דאס איז "די מידיע" פון וועם דו ווילסט זיך אזוי שטארק אפלאזן און פאר א גוטע ריזען ווילסטו זיך אפשאקלען

גיוו מי א ברעיק מיסטער פון וואס זיך אפצולאזן און וואס אין באטראכט צו נעמען

די מצב איז א שווערע קיינער פארלייקנט נישט די פאניק איז היבש איבערגעטריבן פריקאושען סטעפס ווערן גענומען אחריותדיג און טראמפ פראבירט אביסל אראפצונידערן די פאניק

איך האב געשריבן אז דער פרעזידענט האט גארנישט געטוהן??! איך האב זיך ספעציעל באצויגן צו זיין אומבאלומפערטע לעעק אוו לידערשיפ, לפענ"ד. אבאמא און מידיא איז גענצליך אירעליווענט דא.
בד"וו, איך בין נישט קיין פרא-מידיא, אנטי-טראמפיסט. די טראמפיסטישע 'שוט די מעסענדזשער' מעטאדן איז נישט אין פלאץ דא.

טראמפ האט געטון וואס ער האט געדארפט, פון די ערשטע מינוט, אין די זעלבע צייט וואס ער האט געבלעימט די מידיא און דעמאקראטן פאר'ן אנזייען כאאס.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

ברעיקינג: ארענדזש קאונטי פארמאכט אלע שולעס

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:31 pm

ארענדזש קאונטי עקזעקעטיוו סטיוו ניוהאוז האט געמאלדן אז אלע פובליק און פרייוועט שולעס וועלן זיין פארמאכט פאר 2 וואכן

דאס נעמט אריין אלע חדרים און סקולס אין קרית יואל און ארום.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:32 pm

טראמפ זאגט אז ער גייט נעמען א טעסט!
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:32 pm

Orange, Ulster and Dutchess counties all plan to close schools for two weeks in response to the coronavirus outbreak, Orange County Executive Steve Neuhaus tells the Times Herald-Record. Gov Andrew Cuomo just announced NY will lift 180-day minimum for public school year.


State Sen James Skoufis proposes NY move its Dem presidential primary from April 28 to June 23 to coincide with its state and congressional primaries as COVID-19 precaution. Bill is forthcoming. Says move would "minimize unnecessary group contact."
לעצט פאראכטן דורך פאטאקי08 אום פרייטאג מארטש 13, 2020 4:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:33 pm

וואס פעלט אויס אזויפיל עקסטערע אשכולות?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:33 pm

די ענקזייעטי דאפעלט זיך פון מינוט צו מינוט

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:34 pm

חחחחחח

שוין לאאאאאנג נישט אזוי געלאכט....

גרויסע טאטעס ציטערן אין די הויזן ווי קליינע קאקעראוטשעס.

פארמאכט רעכטס און לינקס, מ'קען מיינען די וועלט קומט צו איר ענדע.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:36 pm

.
צוגעלייגטע
Untitled.png
Untitled.png (315.01 KiB) געזעהן 700 מאל

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:37 pm

פעיק נוז האט געשריבן:וואס פעלט אויס אזויפיל עקסטערע אשכולות?


פאר איינער וואס וואוינט אין ארענדזש קאונטי איז עס ברעיקינג ניוז און פארדינט אן עקסטערע אשכול

דו האסט א מושג וואס עס מיינט פארשפארן אלעס פאר צוויי וואכן?

מען וועט דארפן עפענען מענטעל צענטערן פאר די עלטערן..

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:38 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:חחחחחח

שוין לאאאאאנג נישט אזוי געלאכט....

גרויסע טאטעס ציטערן אין די הויזן ווי קליינע קאקעראוטשעס.

פארמאכט רעכטס און לינקס, מ'קען מיינען די וועלט קומט צו איר ענדע.

Untitled.png
Untitled.png (315.01 KiB) געזעהן 737 מאל
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

מאנסי יוד
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 02, 2019 3:58 pm

תגובהדורך מאנסי יוד » פרייטאג מארטש 13, 2020 4:39 pm

דארף עך פארן צו א קאנפרענץ. איז דא א חשש אז מען פארט קיין פלארידא אז מען זאל נישט קענין צוריקומן?


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אורות און 12 געסט