"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:25 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט אז די גאנצע מעשה פון די מאנסי וועיטער איז פעיק ניוז. ס'איז שוין דורך 12 טעג זייט דעמאלטס און ס'איז נאכנישט באקאנט קיין איין היימישע קעיס. עס דוירערט צווישן 5 און 14 טעג עס זאל ארויסקומען די סימפטאמען.

@העינדל ברייער האט דעמאלטס ארויסגעגעבן די מעשה, ער דארף אויסקלארן פאר כלל ישראל אויף די שרעקליכע פאניק וואס דאס האט אנגעזייעט.

יעך האלט אז ס'נישט מוכרח אז ס'איז פעיק נוז, נאר דער עולם האט עס שוין אין גרויסן, נאר מ'ווייסט פשוט נישט, און רובו דרובו עולם האלט שוין נאכן זיך אויסהיילן דערפון.

מאכט נישט קיין סענס, מ'האט פיבער בשעת מעשה. אין וועסטשעסטער האט עס יעדער באקומען ביז געציילטע טעג, און דא איז גענצליך שטיל. שטימט נישט בכלל.

מער מסתבר אז ס'איז פעיק ניוז.

לאוו דווקא, זיי זאגן אז מ'מוז נישט האבן קיין פיבער. מ'קען פלעין פילן אביסל שוואך און היסן.
אין וועסטשעסטער איז כמעט די גאנצע ביהמ"ד געווען פאזיטיוו, און מיט דעם אלעם איז קיינעם נישט בייגעפאלן אז זיי האבן עס, ווייל ביי אסאך מענטשן איז נאר דא מילדע סימפטאמען
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8963
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:28 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט אז די גאנצע מעשה פון די מאנסי וועיטער איז פעיק ניוז. ס'איז שוין דורך 12 טעג זייט דעמאלטס און ס'איז נאכנישט באקאנט קיין איין היימישע קעיס. עס דוירערט צווישן 5 און 14 טעג עס זאל ארויסקומען די סימפטאמען.

@העינדל ברייער האט דעמאלטס ארויסגעגעבן די מעשה, ער דארף אויסקלארן פאר כלל ישראל אויף די שרעקליכע פאניק וואס דאס האט אנגעזייעט.

יעך האלט אז ס'נישט מוכרח אז ס'איז פעיק נוז, נאר דער עולם האט עס שוין אין גרויסן, נאר מ'ווייסט פשוט נישט, און רובו דרובו עולם האלט שוין נאכן זיך אויסהיילן דערפון.

מאכט נישט קיין סענס, מ'האט פיבער בשעת מעשה. אין וועסטשעסטער האט עס יעדער באקומען ביז געציילטע טעג, און דא איז גענצליך שטיל. שטימט נישט בכלל.

מער מסתבר אז ס'איז פעיק ניוז.


אדער קען זיין אז מענטשן שאצן פשוט איבער ווי אנשטעקיג די ווירוס איז. די פארשפרייטונג ראטע (די R0) איז ערגעץ צווישן 2 און 3.1. דאס מיינט אז איין אנגעשטעקטער ווערט ערווארטעט דאס איבערצוגעבן צו צוויי אדער דריי מענטשן, אין דורכשניט. דאס איז העכער ווי די פלו, אבער ווייניגער ווי מענטשן רעכענען.

אויב איז ער געווען נאך פארן אנשטעקונגס שטאפל, אדער ער האט אכטונג געגעבן אויף זיין היגענע, געוואשן זיינע הענט און/אדער געטראגן גלאווס, איז בכלל נישט מוכרח אז דאס האט זיך ווייטער פארשפרייט.

דאס איז בכלל נישט גלייך אויב וואוינט מען אין איין שטוב מיט אן אנגעשטעקטער, אדער מען ארבייט שעות מיט איינעם אין אן אפיס, אדער אויב דער אנגעשטעקטער היסט און געט נישט אכטונג וואס ער טוט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:29 am

איך זע דעם פאניק דא.. איך פארשטיי אבער נישט איין זאך ווער עס קען פארשטיין געבן זאל ביטע ענטפערן

אויב איז עס טאקע אזוי געפערליך ווי אזוי קען זיין אז אין טשיינע וואס האט געהאט ארום 80 טויזענט קאנפירמד קעיסעס גייט די נאמבער דראסטיש אראפ??.. אויף אזוי ווייט אז היינט האבן זיי נאר געהאט 3 פרישע קעיסעס!

יעצט קום מיך נישט זאגן אז סאיז ליגענט און זיי באהאלטן ווייל קען זיין אז זיי שפילן זיך טאקע ארום אביסל מיט די נאמבערס אבער דעיס איז זיכער אז די מצב יעצט דארט איז אסאך בעסער ווי צוויי וואכן צירוק! פרעג עניוואן וואס טוט ביזנעס מיט טשיינע, מהייבן אן צוריק צו ארבעטן זאכן הויבן אן צו קימען.. צוביסלעך גייט אלעס צירוק צו נארמאל...

יעצט אויב האבן זיי געהאט 80 טויזענט קעיסעס און היינט איז נאר געווען 3 פרישע,און אלעס הויבט אן דארט ראנען נארמאל איז עס בכלל נישט אזא בער ווי ממאכט עס... אזוי קוק איך עס אן..עם איי מיסינג סאמטינג?

איך פרעג נאר..איך וויל באמת פארשטיין..
לעצט פאראכטן דורך שׁעמעדיגער אום פרייטאג מארטש 13, 2020 12:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8963
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:33 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איך האב א שטיקל היסט,
זאלעך נישט גיין באזוכן מיין טאטן??

לויט די אינסטאנצן איז די עיקר סימפטאם א טרוקענע הוס. אומקאנטראלירבאר אין א שווערערע פאל/שפעטער אריין אינעם קרענק.
אויב איז דיין נאז אנגעלייגט, דו ביסט שליימיג אדער די סניזט אפט איז דאס ווארשיינליך נישט קאוויד-19.

מאך זיכער פון אנדערע קוועלער אז דאס איז טאקע אזוי ווי איך זאג פאר דו גייסט באזוכן דיין טאטע.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:35 am

מוסדות ויואל משה ד'סאטמאר קרית יואל
צוגעלייגטע
IMG-20200313-WA0002.jpg
IMG-20200313-WA0002.jpg (173.42 KiB) געזעהן 616 מאל

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11791
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:36 am

כסניז און כ'בין אביסל שליימיג,
די היסט איז נישט אומקאנטראלירבאר אין קיין שום םאל,

סוי כ'קען לכאורה זיין רוהיג,

כ'האף נאר מ'וועט מיך נישט ארויסווארפן פון מקווה אז מ'וועט מיך הערן היסן...
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:38 am

טשיינע איז שוין דורך די פיעק יעדער וואס האט עס געדארפט באקומען האט עס שוין באקומען.
מיליאנען מענטשן דארט וואס האבען עס באקומען האבען ניטאמאל געוויסט אז זיי האבען עס געהאט.


שטעלט זיך די שאלה איז טאקע די וויירוס אזוי שעדליך ווי מען מאכט עס???

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11791
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:39 am

נאר פאר עלטערע, שוואכע אימיונד מענטשן
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8963
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:40 am

איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט בשיטה אז עס איז פארהאן 2 ווערסיעס פון די וויירוס און איטאליע האט באקומען די שווערערע ווערסיע. די אמעריקאנער ווערסיע איז נישט אזוי פאטאל, און די סימפטאמען זענען אסאך לייכטער.

האסטו נאכגעקוקט די טויט ראטע פון וואשינגטאן סטעיט? דאס איז די ערשטע ברייטע פארשפרייטונג אין די פאראייניגטע שטאטן און די פאטאליטעטן זענען אין די הויכע איינצלנע פראצענטן, אסאך העכער ווי כינע און איטאליע.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום פרייטאג מארטש 13, 2020 12:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8963
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:43 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כסניז און כ'בין אביסל שליימיג,
די היסט איז נישט אומקאנטראלירבאר אין קיין שום םאל,

סוי כ'קען לכאורה זיין רוהיג,

כ'האף נאר מ'וועט מיך נישט ארויסווארפן פון מקווה אז מ'וועט מיך הערן היסן...

מאך זיכער פון א פארלעסליכע קוואל אז מיין אינפארמאציע איז טאקע קראנט פאר דו גייסט באזוכן דיין טאטע אדער דו גייסט אנשטעקן דיין מנין מארגן אינדערפרי... און געדענק אז די פלו קען אויך זיין טויטליך.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:44 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט בשיטה אז עס איז פארהאן 2 ווערסיעס פון די וויירוס און איטאליע האט באקומען די שווערערע ווערסיע. די אמעריקאנער ווערסיע איז נישט אזוי פאטאל, און די סימפטאמען זענען אסאך לייכטער.

האסטו נאכגעקוקט די טויט ראטע פון וואשינגטאן סטעיט? דאס איז די ערשטע ברייטע פארשפרייטונג אין די פאראייניגטע שטאטן און די פאטאליטעטן זענען אין די הויכע איינצלנע ציפערן, אסאך העכער ווי כינע און איטאליע.

די רעדטסט פון די מענטשן וואס זענען געשטארבען אין די האום??

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11791
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:46 am

יעצט האסטע מיך בארוהיגט...
אויב ס'אזוי טויטליך ווי די פלו, קען איך רוהיג גיין צו מיין טאטן..

כ'האב פריער פארשטאנען אז פאר מענטשן העכער 60 איז דאס גאר טויטליך רח"ל
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

תגובהדורך פייווישעל » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:46 am

איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט אז די גאנצע מעשה פון די מאנסי וועיטער איז פעיק ניוז. ס'איז שוין דורך 12 טעג זייט דעמאלטס און ס'איז נאכנישט באקאנט קיין איין היימישע קעיס. עס דוירערט צווישן 5 און 14 טעג עס זאל ארויסקומען די סימפטאמען.

@העינדל ברייער האט דעמאלטס ארויסגעגעבן די מעשה, ער דארף אויסקלארן פאר כלל ישראל אויף די שרעקליכע פאניק וואס דאס האט אנגעזייעט.


די פאקט איז, אז די וועיטער האט מען בכלל נישט געטעסט צו ער האט עס
איפה פייוויש?

דא בין איך

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:47 am

מקוה.PNG
מקוה.PNG (44.82 KiB) געזעהן 529 מאל

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:47 am

טוב לב האט געשריבן:טשיינע איז שוין דורך די פיעק יעדער וואס האט עס געדארפט באקומען האט עס שוין באקומען.
מיליאנען מענטשן דארט וואס האבען עס באקומען האבען ניטאמאל געוויסט אז זיי האבען עס געהאט.


שטעלט זיך די שאלה איז טאקע די וויירוס אזוי שעדליך ווי מען מאכט עס???

עקזעקטלי דעיס איז מיין שאלה וואס איז געשען אין טשיינע?
וואס הייסט סאיז געווען די פיעק?
ווי אזוי האט אנגעהויבן אראפגיין דראסטיש די אנגעשטעקטע דארטן?

מאך אביסל ריסערדש ביזנעס און די טעגליכע לעבן ווערט דארט וואס א טאג בעסער און בעסער נאך א וואך צוויי און סקוקט אויס זיי זענען פארביי מיטן וויירוס

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8963
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:51 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט אז די גאנצע מעשה פון די מאנסי וועיטער איז פעיק ניוז. ס'איז שוין דורך 12 טעג זייט דעמאלטס און ס'איז נאכנישט באקאנט קיין איין היימישע קעיס. עס דוירערט צווישן 5 און 14 טעג עס זאל ארויסקומען די סימפטאמען.

@העינדל ברייער האט דעמאלטס ארויסגעגעבן די מעשה, ער דארף אויסקלארן פאר כלל ישראל אויף די שרעקליכע פאניק וואס דאס האט אנגעזייעט.

יעך האלט אז ס'נישט מוכרח אז ס'איז פעיק נוז, נאר דער עולם האט עס שוין אין גרויסן, נאר מ'ווייסט פשוט נישט, און רובו דרובו עולם האלט שוין נאכן זיך אויסהיילן דערפון.

עס איז דא א געוויסע פראצענט, ספעציעל גאר יונגע, וואס האבן נישט קיין שום סימפטאמען, אבער רוב מענטשן וואס כאפן דעם ווירוס וועלן יא האבן סימפטאמען. אכציג פראצענט אנגעשטעקטע האבן טאקע מילדע סימפטאמען און א געוויסע פראצענט האבן האבן בכלל נישט קיין סימפטאמען, אבער אויב איז דאס ברייט פארשפרייט פאר מער ווי געציילטע טעג וועלן רוב מענטשן יא האבן קלארע (מילדע) סימפטאמען.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:51 am

גלות איד האט געשריבן:
מקוה.PNG

די היץ אליינס הרגעט נישט דעם וויירוס?
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8963
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:54 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:
מקוה.PNG

די היץ אליינס הרגעט נישט דעם וויירוס?


יא, ווי איך פארשטיי וועט די ווירוס אפשטארבן פון זיך אליינס אין 102 גראד... לאל
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום פרייטאג מארטש 13, 2020 12:55 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:55 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:
מקוה.PNG

די היץ אליינס הרגעט נישט דעם וויירוס?

היץ הרג'ט נישט קיין וויירוס, די זון קען אפשר העלפן, נישט היץ.

די מקוה צעטל איז א פשוטע אדווערטייזמענט, גארנישט מער.

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » פרייטאג מארטש 13, 2020 12:57 am

מענטשן וואס האבן 102 פיבער קענען נאך אלס האבן די וויירוס אין זיך.

(גראדע א מענטש באקומט פיבער טאקע פאר די ריזען אים צו העלפן הרגנען די וויירוס)

אידישע הארץ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 10:58 pm

תגובהדורך אידישע הארץ » פרייטאג מארטש 13, 2020 1:02 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט בשיטה אז עס איז פארהאן 2 ווערסיעס פון די וויירוס און איטאליע האט באקומען די שווערערע ווערסיע. די אמעריקאנער ווערסיע איז נישט אזוי פאטאל, און די סימפטאמען זענען אסאך לייכטער.

האסטו נאכגעקוקט די טויט ראטע פון וואשינגטאן סטעיט? דאס איז די ערשטע ברייטע פארשפרייטונג אין די פאראייניגטע שטאטן און די פאטאליטעטן זענען אין די הויכע איינצלנע פראצענטן, אסאך העכער ווי כינע און איטאליע.

מען קען נישט ברענגען קיין שום ראיה פון אמעריקע, ווייל מען געט נישט קיין טעסט'ס פאר פשוטע מענטשן נאר פאר די וואס זענען קריטיש, אזוי דר. דוב לאנדא האט דערציילט אויף ק''מ אז ער האט געבעטן פאר 2 פן זיינע פאציענטן און.ער האט נישט געקענט באקימען און אזוי אויך אסאך דאקטוירים דערציילן כזה
די פלאץ ווי די קענסט יא ברענגען א ראיה איז סאוט קאריע

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8963
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג מארטש 13, 2020 1:04 am

זיכער הרג'ט היץ ווירוסן. דאס געשעט ווען דער מענטש האט פיבער. אבער נאכמער אזוי ווען די ווירוס, וואס איז קוים א לעבעדיגע באשעפעניש, איז נישט אין אן ענווייראמענט (די מענטשליכע גוף) וואו ער קען וואקסן.

___
האקט.
די ווירוס וואקסט און פארמערט זיך אין די צעלן פון די האלז און לונגען און די גוף האלט מלחמה מיטן העכערן די היץ אינעם גוף. אויב איז די ווירוס נישט אינעם גוף, דאס מיינט אז עס איז אוממעגליך פארן ווירוס צו וואקסן און זיך פארמערן, איז עס אסאך מער vulnerable.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג מארטש 13, 2020 1:05 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:
מקוה.PNG

די היץ אליינס הרגעט נישט דעם וויירוס?


יא, ווי איך פארשטיי וועט די ווירוס אפשטארבן פון זיך אליינס אין 102 גראד... לאל


אקעי, איך בין שוין צומישט, דער לאל האט מיר געמיינט אדער האט עס געמיינט שעם צעטל?
לעצט פאראכטן דורך יואל שרייבער אום פרייטאג מארטש 13, 2020 1:09 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » פרייטאג מארטש 13, 2020 1:07 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:
מקוה.PNG

די היץ אליינס הרגעט נישט דעם וויירוס?

היץ הרג'ט נישט קיין וויירוס, די זון קען אפשר העלפן, נישט היץ.

די מקוה צעטל איז א פשוטע אדווערטייזמענט, גארנישט מער.

איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט.
אויפ'ן צעטל שטייט אז די פשוט'ע קלארין פון די מקוה הארגעט נישט די ווירוס. איז דאך וויכטיג צו נעמען עפעס א בעסערע קלארין, נישט אזוי?

אידישע הארץ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 10:58 pm

תגובהדורך אידישע הארץ » פרייטאג מארטש 13, 2020 1:08 am

אידישע הארץ האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האלט בשיטה אז עס איז פארהאן 2 ווערסיעס פון די וויירוס און איטאליע האט באקומען די שווערערע ווערסיע. די אמעריקאנער ווערסיע איז נישט אזוי פאטאל, און די סימפטאמען זענען אסאך לייכטער.

האסטו נאכגעקוקט די טויט ראטע פון וואשינגטאן סטעיט? דאס איז די ערשטע ברייטע פארשפרייטונג אין די פאראייניגטע שטאטן און די פאטאליטעטן זענען אין די הויכע איינצלנע פראצענטן, אסאך העכער ווי כינע און איטאליע.

מען קען נישט ברענגען קיין שום ראיה פון אמעריקע, ווייל מען געט נישט קיין טעסט'ס פאר פשוטע מענטשן נאר פאר די וואס זענען קריטיש, אזוי דר. דוב לאנדא האט דערציילט אויף ק''מ אז ער האט געבעטן פאר 2 פן זיינע פאציענטן און.ער האט נישט געקענט באקימען און אזוי אויך אסאך דאקטוירים דערציילן כזה
די פלאץ ווי די קענסט יא ברענגען א ראיה איז סאוט קאריע

די מידיע צישפרייט אויף די זעלבע וועג די פאניק, און ברענגען ראיה'ס פון טשינע מיט זייערע שוואכע אימיון סיסטעמס, און פון די פאראייניגטע שטאטן ווי בלויז די וואס זענען קריטיש, אדער נאנט צי דעם, טוט מען טעסן, אדער פון איטאליע ביי די אלטע געגנט, זיי מעקן אינגאנצן אויס אזא פלאץ ווי סאוט קאריע ווי עס איז אפשר א 6'טל פון א פארצענט אדער ווייניגער


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט