"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 8:18 am

פעיק נוז האט געשריבן:נאך שאלה, איך האב עס שוין געפרעגט איינמאל: האבן פרעזידענטן אין די פארגאנגנהייט, געהאנדלט שארפער אדער מילדער ווי טראמפ אין אזאנע סיטואציע'ס?

סאיז אירעלעווענט... סאיז נאכקיינמאל אזאנס נישט געווען.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 8:29 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:איך ווייס נישט אבער דאס באגרעניצקייט האט נישט קיין נארמאלע תירוץ און קיין איינער האט נישט קיין תירוץ

ווער פרעגט די קשיות??

ניו יארק טענה'ט אז מ'דארף אויך באשטעטיגן די פריוואטע לעבס נישט נאר שטאטישע, אין פאל ס'וועט קומען א שרעקליכע אויסברוך און מ'וועט דארפן נאך לאקאציעס... למעשה האט מען עס באשטעטיגט!! און כהיום איז דא איבער גענוג לאקאציעס דערפאר. קיינער רעדט זיך נישט אפ אויף לאנגע ליינס ביי דאקטוירים.

די פאקט אז קיין איינס פון אונזערע העלט סענטערס קען נישט טעסטן און ווייסט ניטאמאל וויאזוי צו גיידן זייערע פאציענטן, דארף צו הייבן ברעמען...
די פאקט אז קיינער וועט דיך נישט טעסטן פאר קאראנע אחוץ אויב דו ביסט געקומען אין קאנטאקט מיט א "האספיטאלאזירטע" קאראנע פאציענט, דארף צו הייבן ברעמען...

לכאורה גייט דא פאר א שטיקל רוסלאנד..
בעיסיקלי, הער דיך צו צו פאקס נוז און הער אויף גיין צום דאקטער...!!

מיך זעט אויס אז די סיבה פארוואס ס'ווערט נישט געטעסט אין די מאסן, איז בלויז ווייל זיי ווילן צוריקהאלטן די אמתדיגע נאמבערס...
כפארשטיי באמת נישט, איינער וואס איז געווען אין אן עירפארט די לעצטע פאר וואכן און קומט ארויס מיט א פלו וכדומה ווערט נישט געטעסט?! אויף וועלכע פלאנעט לעב מיר דא?

נארגוטס
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

תגובהדורך נארגוטס » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 8:50 am

לייטער האט געשריבן:
נארגוטס האט געשריבן:וואס איז די אויפטו?
גאנץ יוראפ וועט פארן קיין ענגלאנד און פון דארט קיין אמעריקע

מן הסתם וועט מען קיקן פון ווי ער קימט, אלעס שטייט אויפן פאספארט,

זייער אסאך יוראפ לענדער געבן נישט קיין זיגעל מען קען דורך גיין א מאשין

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Toilet paper קריזיס...

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 9:00 am

די בהמה'ס אין די מידיע זענען נישט נאך נישט צופרידן צו זען ווי דאס לאנד פארט כאדאראם מיט א קארדוכעס וויירוס אין רעזולטאט פון אפאר פעלדערמאז אין שלענג אין די ווייטע טשיינע.

טוט מען אונדרייען א סאמאטוכע פון יאר הונדערט אז אט אט וועלן מיליון מענטשן זיין אונגעשטעקט דערמיט, אין מע וועט זיין איינגעשפארט פאר 14 טעג, אין רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען צלוב דעם, אט האט איר א ליסטע פון קליינעקייטן וואס אפעקטן אין גייען אפעקטן זייער שטארק די קאנסומער'ס צלוב די מידיע זאווארוכע.

1- טוילעט פעיפער, די פרייז איז ארויף צו נומער וואס מאכט נישט קיין סענ'ס, וואלאמארט האט שוין נישט, אויף אמאזן קאסט שוין א פעקל פאר 250, אין א געוועסע סייד האב איך פריער געזען א פעקל טוילעט פעיפער פאר נישטיגע 999.. (סע איז ביליגער צו קויפן א נייע גאטשע'ס שוין אן דע טאריפ וואס טראמפ האט געלייגט)!

- געבאטעלטע וואסער, ווייס נישט פארוואס, אבער עולם גולם לויפט קויפן אין די מאסן, אלעס טשעין סטאר'ס זענען דא גאנצטע שירות מיט קאסטומער אונגעפילטע קעריטשע'ס מיט באקסעס וואסער, וועגן עפעס האט איינער געזאגט אז אויב טראמפ וואלט יא ערלויבט צו מאכן דע טעסט אין לאקאלע העלט סענטער'ס וואלט נישט געווען קיין מאנגעל פון גארנישט.

- קארן פלעק'ס, זיי זאגן אז די פרייז וועט ארויף גיין צו 150 א באקס צלוב א מאנגל, אלעס וועגן יענג האט אינדארסירט ביידען.

- קליניג לעידי, מיינ'ס האט געלאזט א וואויסמעל שוין סעווען טערי אז חאם סארטי איי נאט ספיק עינגלעש באט מיי גרענד סאנס טשילדזשען חעוו טו סטעי כאסא, קעראנע ווירעס! נאט קאמינג.. כפרות, אין חאמדורעס איז נאכנישט דא קיין איין באשטעטיגטע פאל..

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 9:12 am

פעיק נוז האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב גערעדט צו אידן וואס האבן זיך געטעסט (זיי זענען געקומען פון ארץ ישראל), איך האב נישט געפרעגט וואו. אבער לכאורה אין וו"ב ב"פ.

פרעג דיין דאקטאר (נישט אורזשענט קעיר) און לאמיך וויסן.

ווייטער קייעסטו שטרוי , טאמער ווייסטו נישט בעסער שווייג ,טאמער איז זיך קענען גיין טעסטען א קאמפליצירטע זאך און קיינער ווייסט נישט ווי מען קען זיך טעסטען איז צרות בערעגסאז און 311 זאגט קלאר אז די קענסט דיך נישט גיין טעסטען וועגן עס וועט זיין אנלויפעניש איז ערגער ווי א דריטע וועלט לאנד

לאמיר זאגן אז עס איז דא א מאנגל אין פלעצער וואו מען קען זיך טעסטן, וואס טראכטסטו איז די סיבה דערצו?

באמת ? די באשעפער וויל נישט
דאס איז העכערע זאכן ,א אנדערע תירוץ האט עס נישט וואס די שכל קען פארשטיין

אקעי, אפשר האב איך זיך נישט גוט מסביר געווען, לאמיר טרייען נאך איינמאל: ווער טראכטסטו איז שולדיג אין דעם? און וואס ברויך ווען יענער טון כדי דאס זאל נישט זיין?

Government for not preparing and acting more aggressively

What can be done now to stop the spread is NOT Tax holidays but
medicare coverage for anyone without health insurance
who gets the disease and requires immediate medical treatment to stop the spread of the disease

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 9:14 am

ווער האט געפרעגט וועגן טעסטן?

https://www.cdc.gov/coronavirus/2019-nc ... ories.html
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 9:15 am

:grin: :grin:
דו האסט מיך געמאכט לאכן....

איך ווייס נישט צו און בארא פארק איז טאקע נישט דא קיין וואסער
אבער איך בין אריין און מיין גראסערי היינט צופרי און סגעווען וואסער טישאס אלעס געהעריג... און ניין איך האב נישט געקויפט קיין איינס פון די פראדוקטן, איך לייד נישט פון קיין ענקזייעטי ב"ה

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 9:39 am

ליידיג גייער האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:יעדע דאקטאר שוין א שיינע פאר יאר קען טשעקן פאר סטרעפ אויפן פלאץ , אסאך מאל שיקן זיי עס אוועק אויך

אבער מען איז פארפארן פון די נושא דא , די נושא איז אז מען זאל בכלל זיך קענען טעסטען איבעראל , אין די פארגעשריטענע 2020 אמעריקע איז נישדא געהעריג ווי זיך צו גיין טעסטען , נאר אין עמערזשענסי רום איז זייער צוריקגעשטאנען

וואס זאל מען אדער טוהן אז עס איז נישט אזא פשוטע טעסט ווי די פלו אדער סטרעפט וואס מ'שמירט אריין און שוין, עס איז א פראצעדור וויאזוי מ'טעסט דאס עס נעמט אפאר שעה און איז נישט געאייגנט פאר קלענערע לעבס צו מאכן.


פארוואס אין דרום קארעא קען מען יא טעסטן יעדעם

אונז זענען נישט אזוי פארגעשריטן?

אדרבה זיי מרחיב וואס איז א קאראונע טעסט מער קאמפליצירט ווי א פלו?

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 9:44 am

א מענטש וואס האט נישט קיין סימטאמען. און ער איז נישט געקומען און קאנטאקט מיט איינעם וואס האט די וויירוס, פארוואס אין די וועלט זאל זיך יענער טעסטן פאר די וויירוס??

ס'איז דא איין תוריץ אויף דעם , דער מענטש ליידט פון ענקזייעטי , נו ס'איז אסאך ביליגער צו געבן פאר די מענטש נערוון פילן ווי צו לאזען יענעם זיך טעסטן יעדע פינף מוניט. די גאווערמענט וועט פשוט אויסלויפן פון געלט אויב מ'לאזט יעדען זיך טעסטן אן קיין ריזען.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 9:46 am

כ'פארשטיי נישט די פראגע, אויב סאיז נישט פארהאן אויפן מאמענט קיין סופליי צו טעסטן יעדן איינציגן בירגער, דאן אויב מ'וועט ערלויבן מענטשן אן קיין שום סיבה זיך צו טעסטן, וועט מען דאך אוועקנעמען די קריטישע סופליי און ריסארסעס פון די וואס דארפן זיך יא טעסטן, א"כ וואס איז די טענה בכלל.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 9:49 am

כ'פארשטיי אז דא איז דא פיל פרטים ופרטי פרטים וואס דארפן שטימען הונדערט פראצענט אז מ'זאל זיך קענען פארלאזן און בויען אויף די טעסטן בכלל, סתם כאפ לאפ איז נישט קיין אויסוועג אויב מ'וועט לכבוד דעם האבן גרויסע שאנסן אויף פאלשע רעזאלטס.

די דריטע וועלט לענדער האבן מיט דעם קיין פראבלעם, זייערע נומערן זענען סיי ווי געבאקן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 9:54 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:איך ווייס נישט אבער דאס באגרעניצקייט האט נישט קיין נארמאלע תירוץ און קיין איינער האט נישט קיין תירוץ

ווער פרעגט די קשיות??

ניו יארק טענה'ט אז מ'דארף אויך באשטעטיגן די פריוואטע לעבס נישט נאר שטאטישע, אין פאל ס'וועט קומען א שרעקליכע אויסברוך און מ'וועט דארפן נאך לאקאציעס... למעשה האט מען עס באשטעטיגט!! און כהיום איז דא איבער גענוג לאקאציעס דערפאר. קיינער רעדט זיך נישט אפ אויף לאנגע ליינס ביי דאקטוירים.

די פאקט אז קיין איינס פון אונזערע העלט סענטערס קען נישט טעסטן און ווייסט ניטאמאל וויאזוי צו גיידן זייערע פאציענטן, דארף צו הייבן ברעמען...
די פאקט אז קיינער וועט דיך נישט טעסטן פאר קאראנע אחוץ אויב דו ביסט געקומען אין קאנטאקט מיט א "האספיטאלאזירטע" קאראנע פאציענט, דארף צו הייבן ברעמען...

לכאורה גייט דא פאר א שטיקל רוסלאנד..
בעיסיקלי, הער דיך צו צו פאקס נוז און הער אויף גיין צום דאקטער...!!

מיך זעט אויס אז די סיבה פארוואס ס'ווערט נישט געטעסט אין די מאסן, איז בלויז ווייל זיי ווילן צוריקהאלטן די אמתדיגע נאמבערס...
כפארשטיי באמת נישט, איינער וואס איז געווען אין אן עירפארט די לעצטע פאר וואכן און קומט ארויס מיט א פלו וכדומה ווערט נישט געטעסט?! אויף וועלכע פלאנעט לעב מיר דא?

הוילע שקר. כ'גיי נישט נאכאמאל ענטפערן אויף יעדע תגובה, יעדע דאקטאר קען באקומען טעסטס יעצט.

אן קיין סימפטאמען, פארוואס זאל מען טעסטן יעדן משוגענער 4 מאל א טאג?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 9:56 am

אלע אינפארמאציע איז אוועילעבל אויף די סי די סי סייט, פארוואס משקר זיין במילתא דעבידי לגלויי?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 9:57 am

פעיק נוז האט געשריבן:נאך שאלה, איך האב עס שוין געפרעגט איינמאל: האבן פרעזידענטן אין די פארגאנגנהייט, געהאנדלט שארפער אדער מילדער ווי טראמפ אין אזאנע סיטואציע'ס?

אייער שאלה איז ממש נישט נוגע, אז מען קען אראפ רייסן טראמפ, איז גוט..
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 9:58 am

געוויסע דא האלטן אז טראמפ און פענס דארפן אליין רופן אלע מיליאן דאקטוירים און נורסעס צו גיידן...

די ווייסע הויז האט ארויסגעגעבן פונקטליכע אינפארמאציע און יעדע סטעיט האט עקסטער ארויסגעגעבן. דער דאקטאר דארף נאר נעמען אפאר מינוט צו לייינען וואס ער האט צו טון! אויב דער דאקטאר טוט דאס נישט אליין דארף ער אויפגעבן זיין לייסענס אנשטאט געבן אינטערוויוס אויף קולמע.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 10:00 am

מצב כללי האט געשריבן:פארוואס אין דרום קארעא קען מען יא טעסטן יעדעם

אונז זענען נישט אזוי פארגעשריטן?

אדרבה זיי מרחיב וואס איז א קאראונע טעסט מער קאמפליצירט ווי א פלו?

ווער זאגט אז דארט טעסט מען טאקע? אפשר נעמט מען די פיבער און מ'דרייט סתם א קאפ?

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 10:04 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:יעדע העלט צענטער אדער לעב וואס געט נישט קיין טעסט איז עס איינס פון 2 סיבות.

1. ער האט נישט פארלאנגט די טעסטס פון די סי די סי אדער סיטי. מען באקומט די קיטס אויפ'ן פארלאנג פונעם צענטער.

2 די סיטי אדער סי די סי האט נישט באשטעטיגט דעם פראוויידער אלס גענוג פארלעסליך צו קענען דורכפירן אזא טעסט.

הרב איסר הטלקי איך גיי דיר נאך איינמאל פרעגן, זיי מוחל איינער אין וויליאמסבורג וויל זיך גיין טעסטען , ווי קען מען עס טין? הער אויף צו קייען שטרוי און נאך באמבלען די מידיע,
האסט א קלארע תירוץ און א פאקט ווי אין וויליאמסבורג מען קען זיך טעסטען ? יא אדער נישט ?

לייג אלע פאליטיקס אין א זייט ביטע , ענטפער קלאר צו די זאך ,נישט קיין השערות

איך האב גערעדט צו אידן וואס האבן זיך געטעסט (זיי זענען געקומען פון ארץ ישראל), איך האב נישט געפרעגט וואו. אבער לכאורה אין וו"ב ב"פ.

פרעג דיין דאקטאר (נישט אורזשענט קעיר) און לאמיך וויסן.

ווייטער קייעסטו שטרוי , טאמער ווייסטו נישט בעסער שווייג ,טאמער איז זיך קענען גיין טעסטען א קאמפליצירטע זאך און קיינער ווייסט נישט ווי מען קען זיך טעסטען איז צרות בערעגסאז און 311 זאגט קלאר אז די קענסט דיך נישט גיין טעסטען וועגן עס וועט זיין אנלויפעניש איז ערגער ווי א דריטע וועלט לאנד


דו ווייסט אז אין אנדערע לענדער איז עס בעסער? (חוץ איטאליע און סאוט קאריע?)

איטאליע האט א וואך צוריק געהאלטן ביי 29000 טעסטס , אין א לאנד מיט 60 מיליאן מענטשן און 7000 אנגעשטעקטע, איך בין זיכער אז ווען יעדער קען זיך טעסטן וואלט עס געהאלטן ביי סאך מער.

און אויך איז די סי די סי מודה אז אמעריקע איז א וואך צוויי צוריקגעבליבן צוליב א גליטש ביים פראדוצירן די ערשטע סי די סי טעסטס.
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 10:05 am

*געווען אונטערשטעליג 2 וואכן צוריק

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 10:07 am


מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7639
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 10:11 am

דאקטוירעם ווילען אליינס קענען מאכען די טעסט ווי איידער עס אריינצושיקען צו די לאקאלע באהערדע, יעדע דאקטער ווייסט וויאזוי אנצוקומען צו זיין לאקאלע באהערדע און באקומען די טעסט און ווי עס צוריק צו שיקען.

די דאקטוירים טענהן ״און מיט רעכט״ פארוואס דארף מיין פאציענט ווערן קווארענטינט פאר אזא לאנגע צייט, שיק מיר אין הויז טעסטינג און איך קען גלייך העלפען מיינע פאציענטען - דא קומט אריין די אבאמא פאליסי אז טעסטינג פאר טויטליכע וויירוסעס מיז ווערן געראנט דירעקט פון די סי די סי - דאס הייסט אז פריוואטע קאמפעניס האבען נישט געקענט מאכען די טעסטס, יעצט ווען טראמפ האט עס איבער געגעבען פאר די פריוואטע קאמפעניס האבען זיי ביז א וואך צוויי אנגעפאנגען צו פרודעצירען מיליאנען טעסטס וואס דאס גייט קענען גייט דירעקט צו די דאקטוירים.

די פראבלעם איז נאר אז זיי קענען דערווייל נאר פרודיצירען בערך צוויי מיליאן טעסטס א וואך - און מי יודע צו זיי שיקען עס נישט צו קיין אנדערע לענדער ווי זיי מאכען מער געלט און יעצט ליגט עס אין די הענט פון פריוואטע פירמעס וואס קענען אדער זיין זייער געלונגען און עס אויסטיילען שנעל צו אלע דאקטוירים אין לאנד אדער קענען זיי דעס אויסציהען אזוי לאנג ביז עס ווערט א סך ערגער.

די מארקעטס גייען זיך נישט בארואיגען ביז וואשינגטאן גייט דורעך פירען א טריליאן דאלערדיגע פעקעדזש און די עירליין אינדאסטריע באקומט זייער טשעק, אפילו לו יהא דא וועט זיין אזוי שלעכט ווי טשיינע קען מען האפען אויף א שטארקע ריקאווערי אויף די אנפאנג פון יוני די יאר, ווען די מארקעט פאלט אינטער 20K איז עס לכאורה די נידריגסטע וואס עס וועט אנקומען דאס איז בעיסד לעניית דעתי.

דאן העט מען שוין זעהן גרויסע אינוועסטערס מיט קעש זיך נעמען קויפען סטאק - ווייל די אלע קאמפעני זענען געשאצט ביי מער ווי 20K אין א ריזענעבל מארקעט.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
היטשינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

תגובהדורך היטשינער » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 10:19 am

אין א"י ווערט יעצט געמאלדן אז מען וועט מסתמא שוין פון היינט אפשפארן אלע לערן-אנשטאלטן וואס דאס נעמט אריין ת"ת, ישיבות, וכו'.
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 10:21 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:איך ווייס נישט אבער דאס באגרעניצקייט האט נישט קיין נארמאלע תירוץ און קיין איינער האט נישט קיין תירוץ

ווער פרעגט די קשיות??

ניו יארק טענה'ט אז מ'דארף אויך באשטעטיגן די פריוואטע לעבס נישט נאר שטאטישע, אין פאל ס'וועט קומען א שרעקליכע אויסברוך און מ'וועט דארפן נאך לאקאציעס... למעשה האט מען עס באשטעטיגט!! און כהיום איז דא איבער גענוג לאקאציעס דערפאר. קיינער רעדט זיך נישט אפ אויף לאנגע ליינס ביי דאקטוירים.

די פאקט אז קיין איינס פון אונזערע העלט סענטערס קען נישט טעסטן און ווייסט ניטאמאל וויאזוי צו גיידן זייערע פאציענטן, דארף צו הייבן ברעמען...
די פאקט אז קיינער וועט דיך נישט טעסטן פאר קאראנע אחוץ אויב דו ביסט געקומען אין קאנטאקט מיט א "האספיטאלאזירטע" קאראנע פאציענט, דארף צו הייבן ברעמען...

לכאורה גייט דא פאר א שטיקל רוסלאנד..
בעיסיקלי, הער דיך צו צו פאקס נוז און הער אויף גיין צום דאקטער...!!

מיך זעט אויס אז די סיבה פארוואס ס'ווערט נישט געטעסט אין די מאסן, איז בלויז ווייל זיי ווילן צוריקהאלטן די אמתדיגע נאמבערס...
כפארשטיי באמת נישט, איינער וואס איז געווען אין אן עירפארט די לעצטע פאר וואכן און קומט ארויס מיט א פלו וכדומה ווערט נישט געטעסט?! אויף וועלכע פלאנעט לעב מיר דא?

הוילע שקר. כ'גיי נישט נאכאמאל ענטפערן אויף יעדע תגובה, יעדע דאקטאר קען באקומען טעסטס יעצט.

אן קיין סימפטאמען, פארוואס זאל מען טעסטן יעדן משוגענער 4 מאל א טאג?

עקסעקטלי. מיין ווייב האט זיך נישט גוט געפילט, בעטנדיג די דאקטער זאל איר טעסטן פאר די פלו האט ער געזאגט ״there is no reason to test you for the flu if you don’t show any symptoms of it”

נארמאל וועט א דאקטער נישט טעסטן אויף עני קאנדישין אויב איז נישטא א סיבה דערצו נאר דער פאציענט האט אן ענקזייעטי אטאקע...
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 10:22 am

ארץ ישראל פארט אויף רעדער.

וויזניץ בני ברק פארמאכט שוין די גרויסע בית המדרש. נישטא קיין טישן מער.

אמשינוב פירט נאך די פורים ביינאכט טיש, ממילא מעג ער נאך האבן מער פון 100 מענטשן...

גרויסע ישיבות ווערן היינט פארשפארט. מ'קען נישט צוריקקומען זומער זמן פון אויסלאנד.

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 10:23 am

א חתונה זאל ליידיגט אויס פון אלע געסט יעדע 20 מינוט, אז נאך מענטשן זאל קענען אריינקומען...
צוגעלייגטע
IMG_20200312_101414.jpg
IMG_20200312_101414.jpg (32.77 KiB) געזעהן 277 מאל

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 10:24 am

איסר, פון וואנעט נעמסטו אז איין קיט רעדט מען פון עפעס וואס איז גוט פאר הונדערטער מענטשן?

ווייל איך זעה אז ביי די בריפינג היינט אין סענאט האט עס אויסגעקוקט אפילו לויט דאקטער פאוטשי, בערך ווי רעסטאראנט טענה'ט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט