די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

א קינדערישע נארישקייט א יעדע צוויטע ניק גייט ווערען באליידיגט אויב מען האט יא געלייקט אדער נישט געלייקט אין סטיט זיך א קינדערישע פייט יא אין ניין ניין אין יא
איך בין געווען ביי א סייט ווי מען לייקט אין איינער האט געשריבען א פארזעצינג אין ער האט נישט געשריבען ווייטער נאר אויב ער האט באקימען א געוויסע מספר לייקס!!! איך וואלט אים צוריק געשיקט אין כיתה א׳
בקיצור מען דארף נעמען די לייק אין שיקען ווי די שווארצע פעפיר וואקסען
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

עס גייט סיי ווי אזוי. רוב מענטשן גייען נישט דא ווייטער גיין מיט פארזעצונגען אויב ער זעהט נישט א געוויסע צאל ש'כח'ס פון מענטשן וואס ווייזן אז זיי זענען אינטערעסירט אין זיין שרייבעריי. קיינער האלט נישט ביים שרייבן צו דער וואנט.

אז ס'איז נישטא קיין לייקס, איז עס תגובות. און מיט לייקס איז עס לייקס. ואדרבה, דאס וועט טאקע מאכן מענטשן מער שרייבן ווייל מער מענטשן וועלן טרעפן א גרינגערע וועג צו אויסדרוקן אינטערעסע.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

מחשב האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:גא"מ להתנגדות של פעיק וצל (ווער בין איך צו זאגן.. שוין..)
אייוועלט איז אלעמאל געווען א פלאץ וואו יעדער האט געקענט אויסדרוקן מיינונגען - אין פאליטיק צי אין אלגעמיינע נושאים - אפילו ווען עס איז נישט איינשטימיג מיט'ן רוב (שטייטצעך נישט קעגן די תורה)
מיט די לייק סיסטעם וועט די גאנצע זאך פארוואנדלט ווערן אין א שפיל, ווער עס האט דעם עולם אויף זיין זייט.
חוץ אויב מען פירט עס איין נאר אין פארברענגען און ערשטע תגובות אין קרעטשמע

איך כאפ נישט. יעצט איז אויך קלאר צעטיילט, ווען ס'איז דא א דין ודברים וועלן אלעמאל מיט איין זייט זיין א רוב, פון RT 'ס... וכדומה. מיט גרינע הענטעלעך. איך זעה נישט וואס דאס א לייק מאכט דאס ערגער.

ווען מ'טענה'ט זיך איבער א נושא דארף יעדער פארלייגן זיין צד מיט נארמאלע זאכליכע טענות. בנוגע די וואס קומען צוהילף מיט גרינע מענטשעלעך, קען זיין ס'איז טאקע נישט ריכטיג.
אבער עס איז אינו דומה צו לייקס, וואו מער ווייניגער די זאך וועט לויפן אויף פארטיי ליניעס. פארשטייט זיך די אנטי טראמפ ניקס וועלן די מערסטע אפעקטירט ווערן (איך בין פרא טראמפ)
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דער פאקט איז אז ס'זענען היינט צוטאגס דא א געוואלד מיט אזעלכע גרינע הענטלעך, גענוגלט, RT, דו קומסט אריין קלאר ווי אייביג, וכו' וכו'...

יעצט דו קלערסט אז ווען ס'וועט זיין א לייק וועט זיין מער לייקס פון די סארט לייקס, ווי די תגובות'לעך? ס'קען זיין אבער ס'מוז נישט דוקא זיין. פארגעס נישט, יעדע לייק זעט מען ווער עס האט געלייקט, ס'איז כמעט ווי א גרינע הענטעלע תגובה.

אבער אפשר האסטו יא א פונקט, ווייל ס'איז זיכער אז סוכ"ס גייען די פרא טראמפערס באקומען מער לייקס. פארפאלן.

אפשר זאל מען אויסשליסן די "אידישע און וועלטליכע נייעס" פון די לייקס, וכן ל"אקטועלע".
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מיינע צוויי ניקעלס (כאניש קיין פעניס יעצט)

זייער אסאך מענטשן (אקעי נישט ממש מענטשן. ניקס) טראכטן נישט אזוי טיעף אריין אין זייער לייק רעישיא. עט ליעסט ווילאנג מ'מאכט נישט קיין מצב דערפון

ווען איינער שרייבט אן ארטיקל אדער אפילו אן אינטערעסאנטע תגובה וויל ער באקומען פידבעק. ווען ס'איז אן ערנסטע שמועס און איינער רעדט צו דער זאך אבער מיט א ספייס קעמעניש פארדרייען די שמועס און אפילו ווען ס'איז אין פארברענגען איז אויך אסאך מאל שווער צו קוואוטן יענעם ווען די אשכול האלט שוין 3 בלעטער ווייטער און פלעין זאגן א קאמפלימענט

בנוגע סיי וועלכע מין טענה'ריי. איך פערזענליך וואלט געלייקט איינעם וואס האלט אנדערש ווי מיר אויב האלט איך אז ער רעדט צו די זאך אבער איך קען אים נישט קאמפלימענטירן ווייל דאן דארפעך שוין שרייבן אריינגיין אין דעטאלן און נישט אייביג איז מען אין די מוד. פון די צווייטע זייט קעמען וויסן אז מער לייקס מיינט נישט אז יענער איז גערעכט. ס'איז נישט קיין וואוטס וואס גייט עפעס אויסמאכן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

הענדימען האט געשריבן:מיינע צוויי ניקעלס (כאניש קיין פעניס יעצט)

לייק
אז יענער קען קענסטו אויך

אזא אשכול מיט אינפארמעישאן
viewtopic.php?p=2349351#p2349351
האט 7 שכוח'ס און געזען געווארען באלד 400 מאל
ווען עס איז דא א לייק קנעפעל וואלט עס געהאלטען ביי 250 לייקס,
וואס וואלט געגעבען מוט פארען שרייבער ווייטער צו גיין
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

די תגובה איז איינע פון די פעלער פאר וועלכע א לייק אפציע איז וויכטיג. ער האט זיך מטריח געווען ארויסצוברענגען זיינע דברים של טעם, און ווילאנג קיינער דיסעגריט נישט מיט אים האט ער נישט קיין אנונג אז איינער האט עס אפי' געליינט. ווידער ווען ס'קומט שוין יא א קעגן-רעאקציע, שפירט ער זיך אטאקירט ווייל ער איז אליין...

יעצט זאל איך ציטירן זיין תגובה און שרייבן "שפתים ישק"?... און וואס טוט זיך אויב דער שמועס האלט שוין דריי בלעטער ווייטער?

מחשב האט אריינגעלייגט צייט און מח, הארץ און נשמה, צו שרייבן אן ארטיקל, ס'איז ארויסגעקומען א מייסטערווערק! צענדליגער האבן געליינט און הנאה געהאט, אבער נישט יעדער האט געהאט וויאזוי אויסדרוקן א דאנק פאר'ן שרייבער. א טיפיקל אויסגעקראכענע ש'כח איז אים נישט באקוועם צו שרייבן, קיין יוניק אויסדרוק פאלט אים נישט ביי, מאכט ער צו דעם טעב, און גייט צום נעקסטן אשכול.

מחשב דרוקט F5 איינמאל און נאכאמאל, די צאל צפיות שטייגן, (ער כאפט נישט אז ס'רוקט זיך ארויף נאר ווייל ער ריפרעשט דעם פעידזש... דזשאסט טשעפענינג :wink: ) אבער די צאל קאמענטירער זענען זייער ווייניג. ער דרוקט אויס זיין אנטוישונג אין א תגובה. אז דער אשכול קומט ארויף, קומען צו נאך אפאר ליינער, פון וועלכע א קליינע פראצענט נעמען די מי צו רעאגירן. מחשב בארואיגט זיך אביסל, אבער ער וועט שוין טראכטן צוויי מאל איידער'ן שרייבן נאך אזוינס.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

וואס? דו ביזט געשטאנען נעבן מיר בשעת מעשה?...

אגב, לויט ווי ס'איז מיר אויסגעקומען, קומט נישט צו קיין ציפיות ווען מ'ריפרעשט א פעידזש, נאר ווען מ'גייט פריש אריין. אדרבה פארריכט מיר אויב כ'האב א טעות.
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

איך האף אז אויב וויכי גייט דא זיין היינט ביינאכט גייט ער אריינקומען מיט א אפדעיט
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:מיינע צוויי ניקעלס (כאניש קיין פעניס יעצט)

זייער אסאך מענטשן (אקעי נישט ממש מענטשן. ניקס) טראכטן נישט אזוי טיעף אריין אין זייער לייק רעישיא. עט ליעסט ווילאנג מ'מאכט נישט קיין מצב דערפון

ווען איינער שרייבט אן ארטיקל אדער אפילו אן אינטערעסאנטע תגובה וויל ער באקומען פידבעק. ווען ס'איז אן ערנסטע שמועס און איינער רעדט צו דער זאך אבער מיט א ספייס קעמעניש פארדרייען די שמועס און אפילו ווען ס'איז אין פארברענגען איז אויך אסאך מאל שווער צו קוואוטן יענעם ווען די אשכול האלט שוין 3 בלעטער ווייטער און פלעין זאגן א קאמפלימענט

בנוגע סיי וועלכע מין טענה'ריי. איך פערזענליך וואלט געלייקט איינעם וואס האלט אנדערש ווי מיר אויב האלט איך אז ער רעדט צו די זאך אבער איך קען אים נישט קאמפלימענטירן ווייל דאן דארפעך שוין שרייבן אריינגיין אין דעטאלן און נישט אייביג איז מען אין די מוד. פון די צווייטע זייט קעמען וויסן אז מער לייקס מיינט נישט אז יענער איז גערעכט. ס'איז נישט קיין וואוטס וואס גייט עפעס אויסמאכן

די תגובה איז איינע פון די פעלער פאר וועלכע א לייק אפציע איז וויכטיג. ער האט זיך מטריח געווען ארויסצוברענגען זיינע דברים של טעם, און ווילאנג קיינער דיסעגריט נישט מיט אים האט ער נישט קיין אנונג אז איינער האט עס אפי' געליינט. ווידער ווען ס'קומט שוין יא א קעגן-רעאקציע, שפירט ער זיך אטאקירט ווייל ער איז אליין...

יעצט זאל איך ציטירן זיין תגובה און שרייבן "שפתים ישק"?... און וואס טוט זיך אויב דער שמועס האלט שוין דריי בלעטער ווייטער?

פון וואו ווייסטו וואס מיר דרוקט? דו קענסט מיך שוין בעסער ווי איך אליינס

איי גאטע טעל יו. איך האב הערשט געכאפט ווי ווייט די פוינט גייט

וויפיל מאל האבעך אריינגעלייגט קאפ און מח אפצושרייבן א לאנגע תגובה אן אפילו איין רעספאנס. איך האב געטראכט אז דער עולם דא אפרישיעט נישט קיין קוואליטעט נאר דעמאגאגיע. איך בין געווען שאקד ווען אפאר אינגעלייט האבן מיר געזאגט פערזענליך אז זיי האבן באמת הנאה פון מיינע שרייבאכצער. כאטש איך שרייב נישט די תגובה פאר די שקויעך ווילעך כאטש וויסען אז איינער האט דערפון הנאה למעשה.
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

הענדימען האט געשריבן:פון וואו ווייסטו וואס מיר דרוקט? דו קענסט מיך שוין בעסער ווי איך אליינס

איי גאטע טעל יו. איך האב הערשט געכאפט ווי ווייט די פוינט גייט

וויפיל מאל האבעך אריינגעלייגט קאפ און מח אפצושרייבן א לאנגע תגובה אן אפילו איין רעספאנס. איך האב געטראכט אז דער עולם דא אפרישיעט נישט קיין קוואליטעט נאר דעמאגאגיע. איך בין געווען שאקד ווען אפאר אינגעלייט האבן מיר געזאגט פערזענליך אז זיי האבן באמת הנאה פון מיינע שרייבאכצער. כאטש איך שרייב נישט די תגובה פאר די שקויעך ווילעך כאטש וויסען אז איינער האט דערפון הנאה למעשה.

א הונדערט פראצענט!

איך טרעף מיר אסאך מאל אין אזא דילעמא, איך וויל זייער זאגן פאר איינעם אז איך האב הנאה געהאט פון זיין תגובה, אבער איך האב נישט קיין וועג וויאזוי. די שמועס איז שוין לאנג געפארן וויייטער, וכדו', צומאל אז ס'איז מער אן ערנסטע תגובה וועל איך שיקן אן אישי.

וכן להיפך, במשך די קאראנא האב איך אפט מאל געברענגט ווערטפולע (עכ"פ אין מיינע אויגן) אינפארמאציע. שיין אפגעשריבן אויף אידיש, צו געשטעלט א לינק, און שוין. נאכן פילן אפט מאל ווי איך רעד צום דופן עקומה, נעם איך זיך נישט די מיה דערצו נאכאמאל אזוי שנעל...
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

הענדימען האט געשריבן:מיינע צוויי ניקעלס (כאניש קיין פעניס יעצט)

זייער אסאך מענטשן (אקעי נישט ממש מענטשן. ניקס) טראכטן נישט אזוי טיעף אריין אין זייער לייק רעישיא. עט ליעסט ווילאנג מ'מאכט נישט קיין מצב דערפון

ווען איינער שרייבט אן ארטיקל אדער אפילו אן אינטערעסאנטע תגובה וויל ער באקומען פידבעק. ווען ס'איז אן ערנסטע שמועס און איינער רעדט צו דער זאך אבער מיט א ספייס קעמעניש פארדרייען די שמועס און אפילו ווען ס'איז אין פארברענגען איז אויך אסאך מאל שווער צו קוואוטן יענעם ווען די אשכול האלט שוין 3 בלעטער ווייטער און פלעין זאגן א קאמפלימענט

בנוגע סיי וועלכע מין טענה'ריי. איך פערזענליך וואלט געלייקט איינעם וואס האלט אנדערש ווי מיר אויב האלט איך אז ער רעדט צו די זאך אבער איך קען אים נישט קאמפלימענטירן ווייל דאן דארפעך שוין שרייבן אריינגיין אין דעטאלן און נישט אייביג איז מען אין די מוד. פון די צווייטע זייט קעמען וויסן אז מער לייקס מיינט נישט אז יענער איז גערעכט. ס'איז נישט קיין וואוטס וואס גייט עפעס אויסמאכן

;l;p-
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

מחשב האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:פון וואו ווייסטו וואס מיר דרוקט? דו קענסט מיך שוין בעסער ווי איך אליינס

איי גאטע טעל יו. איך האב הערשט געכאפט ווי ווייט די פוינט גייט

וויפיל מאל האבעך אריינגעלייגט קאפ און מח אפצושרייבן א לאנגע תגובה אן אפילו איין רעספאנס. איך האב געטראכט אז דער עולם דא אפרישיעט נישט קיין קוואליטעט נאר דעמאגאגיע. איך בין געווען שאקד ווען אפאר אינגעלייט האבן מיר געזאגט פערזענליך אז זיי האבן באמת הנאה פון מיינע שרייבאכצער. כאטש איך שרייב נישט די תגובה פאר די שקויעך ווילעך כאטש וויסען אז איינער האט דערפון הנאה למעשה.

א הונדערט פראצענט!

איך טרעף מיר אסאך מאל אין אזא דילעמא, איך וויל זייער זאגן פאר איינעם אז איך האב הנאה געהאט פון זיין תגובה, אבער איך האב נישט קיין וועג וויאזוי. די שמועס איז שוין לאנג געפארן וויייטער, וכדו', צומאל אז ס'איז מער אן ערנסטע תגובה וועל איך שיקן אן אישי.

וכן להיפך, במשך די קאראנא האב איך אפט מאל געברענגט ווערטפולע (עכ"פ אין מיינע אויגן) אינפארמאציע. שיין אפגעשריבן אויף אידיש, צו געשטעלט א לינק, און שוין. נאכן פילן אפט מאל ווי איך רעד צום דופן עקומה, נעם איך זיך נישט די מיה דערצו נאכאמאל אזוי שנעל...

;l;p-
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

כ'פארשטיי נישט די טענה'ריי דא. ס'שוין מערערע מאל געווען אנקעטעס איבער דעם, אויב רוב עולם וויל יא איז יא
שלום פ.
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:21 pm

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום פ. »

די לייקס איז א שטארקע זאך, ס'געט א אבנארמאלע פאש צו שרייבן ווייטער. סאוי יאפ כ'וואוט פארן לייק

מאידך גיסא, אן די אפשין פון געבען א לייק, מיסטעך עפעס שרייבן דער האט דאך געשריבן אזוי גוט, העסטע לאזן א קאממענט מיט א באמערקונג נאך אויך, אזוי ווערט א גאנצע מעשה, און שטייט זיך מען קימט ארויס קלאר מיט ענין.

אבער אויב איז די אפשין פון לייק, העט דער עולם ליינען, שענקען דעם לייק, און דאס געשיכטע בלייבט אימפארענדיגט.

כאפסט אדער יא?
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

לגבי די פראבלעם אז ס'וועט פירן צו פלייץ פון לייקס סתם אין די וועלט אריין, קען מען מאכן אזא 'ראַנג העכערונג' סיסטעם, אזויווי ביי די מספר התגובות. ס'זאל זיין געבויעט אויף די ratio פון די לייקס וואס מ'האט געגעבן אנטקעגן די לייקס וואס מ'האט באקומען, אלס נענטער די 'באקומענע לייקס' זענען צו די 'געגעבענע לייקס' וועט די ראַנג זיין העכער.

דאס וועט אבער אפעקטירן די ניקס וואס שרייבן נישט צופיל, אבער ליינען אסאך.

מ'קען עס דרייען נאך ווייטער, אז ס'זאל אויך זיין געבויעט אויף די מספר התגובות, אלס מער תגובות > אלס נענטער דארף די לייק ratio זיין אנצוקומען צו א העכערע ראנג. אזוי וועלן די וואס שרייבן אסאך אומ'תוכנ'דיגע תגובות זיך צוריק האלטן פון לייקן אבי געזונט, אדער וועט עס זיי געבן אן אינסענטיוו צו שרייבן מער תוכנ'פולע תגובות און דורכדעם באקומען מער לייקס, און אזוי ארום נענטער ברענגן די לייק ratio.

און דאס וועט אויך העלפן פאר די ניקס וואס שרייבן נישט צופיל, אבער ליינען אסאך, אז זיי וועלן נישט דארפן באקומען אזויפיל לייקס צן באקומען א 'לייק ראנג העכערונג'. (וואס דאס קען אבער זיין א דאונסיי"ד, אז מ'וועט זיך צוריקהאלטן פון שרייבן תגובות)

--
אויב דו גלייכסט די תגובה, געדענק צוריקצוקומען לְכְּשֶ... געבן א לייק...
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרוביר אויך האט געשריבן:אזא אשכול מיט אינפארמעישאן
viewtopic.php?p=2349351#p2349351
האט 7 שכוח'ס און געזען געווארען באלד 400 מאל
ווען עס איז דא א לייק קנעפעל וואלט עס געהאלטען ביי 250 לייקס,
וואס וואלט געגעבען מוט פארען שרייבער ווייטער צו גיין

פון די אנדערע זייט, וועט עס נאר האבן נאר 4 שכח'ס אדער קאמפלימענטן, ווייל... מען קען דאך מאכן א לייק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מחשב האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:גא"מ להתנגדות של פעיק וצל (ווער בין איך צו זאגן.. שוין..)
אייוועלט איז אלעמאל געווען א פלאץ וואו יעדער האט געקענט אויסדרוקן מיינונגען - אין פאליטיק צי אין אלגעמיינע נושאים - אפילו ווען עס איז נישט איינשטימיג מיט'ן רוב (שטייטצעך נישט קעגן די תורה)
מיט די לייק סיסטעם וועט די גאנצע זאך פארוואנדלט ווערן אין א שפיל, ווער עס האט דעם עולם אויף זיין זייט.
חוץ אויב מען פירט עס איין נאר אין פארברענגען און ערשטע תגובות אין קרעטשמע

איך כאפ נישט. יעצט איז אויך קלאר צעטיילט, ווען ס'איז דא א דין ודברים וועלן אלעמאל מיט איין זייט זיין א רוב, פון RT 'ס... וכדומה. מיט גרינע הענטעלעך. איך זעה נישט וואס דאס א לייק מאכט דאס ערגער.

די לייק קנעפל איז נישט קיין נייע זאך אנדערע פארומס האבן עס שוין יארן
קען מען דאך בעטן די הויכע באהאמטע זאלן מאכן ריסורטש און זעהן ווי אזוי סארבעט אין אנדערע פלעצער.

קען זיין אין אנהייב וועט דער עולם נישט כאפן וואס די לייק איז, אבער מיט די צייט וועט מען כאפן דעם געדאנק פון די לייק,
נישט יעדע תגובה גייט באקומען לייקס, סוועט ווערן לכאורה מער פאר לענגערע באשרייבונגען און ארטיקלען, אזוי אויך פאר איינס און א גוטס, אבער נישט יעדע ווערטל וועט באקומען, און די סמיייליס און גרינע וועלן נישט ריפלעיסן די לייק.

איך מיין אז א לייק קען שטופן אסאך צו שרייבן און ארויס ברענעגן זייער טאלאנטן, סוועט אטאמאטיש האלטן די פלאץ אויף א העכערע לעוול (יא אויך אין פאברענגען..).
די טענות קעגן דעם כאפ איך נישט וואו איז די לאך, וואו קען די לייק שאדן מאכן?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:א קינדערישע נארישקייט א יעדע צוויטע ניק גייט ווערען באליידיגט אויב מען האט יא געלייקט אדער נישט געלייקט אין סטיט זיך א קינדערישע פייט יא אין ניין ניין אין יא
איך בין געווען ביי א סייט ווי מען לייקט אין איינער האט געשריבען א פארזעצינג אין ער האט נישט געשריבען ווייטער נאר אויב ער האט באקימען א געוויסע מספר לייקס!!! איך וואלט אים צוריק געשיקט אין כיתה א׳
בקיצור מען דארף נעמען די לייק אין שיקען ווי די שווארצע פעפיר וואקסען

לכאורה אזא ניק וועט פליען פון דא נאך פאר וואס ווען ווייל די מין עדעטוט איז אין מהות ]פונעם מענטש און אויב ביהעיווט ער אזוי ביים פארזעצונג איז ער נישט בעסער ביים סתם שמועסן או ער וועט לכאורה שנעל ארויס פאלן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

הענדימען האט געשריבן:בנוגע סיי וועלכע מין טענה'ריי. איך פערזענליך וואלט געלייקט איינעם וואס האלט אנדערש ווי מיר אויב האלט איך אז ער רעדט צו די זאך אבער איך קען אים נישט קאמפלימענטירן ווייל דאן דארפעך שוין שרייבן אריינגיין אין דעטאלן און נישט אייביג איז מען אין די מוד. פון די צווייטע זייט קעמען וויסן אז מער לייקס מיינט נישט אז יענער איז גערעכט. ס'איז נישט קיין וואוטס וואס גייט עפעס אויסמאכן

לייק!

דו רעדסט צום זאך און איך איך האלט ווי דיר...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

די גרעסטע מעלה פון א לייק קנעפעל איז פאר ארטיקעל שרייבער, איך הער אבער אויך די חסרון אז עס וועט אויסגענוצט ווערען פאר נארישקייטען און שפילערייען, פאליטישע תגובות וועלען זיך אנזאמעלען אסאך לייקס, און די צוויי זייטען וועלען זיך אנהייבען רייסען ביי די קעפ צו האבן מער לייקס, דערנאך ווען איינער לייגט אריין שווערע האראוואניע אין אן ארטיקעל, וועט ער נישט באקומען א צענטעל די לייקס, אפילו מער מענטשען וועלען הנאה האבן, און ער וועט פארלירען די חשק צו שרייבן נאך ארטיקלען.

לענ״ד איז דא צוויי לעזענוגען, 1. אז בלויז די תגובה שרייבער זאל זען די לייקס, דאס וועט פארמינערען די שפילערייען, ווייל מען וועט נישט קענען זען די צאל לייקס, און אין די זעלבע צייט וועט עס געבן מוט פאר ארטיקעל שרייבער אנצוגיין ווייטער. 2. אז בלויז לאנגע תגובות (למשל טויזענט קאראעקטערס אדער מער) זאלן קענען באקומען לייקס, א תגובה וואס מען האט אריינגעלייגט גענוג כח אז עס זאל דארפען האבן א לייק סיסטעם. עס מוז אבער זיין גענוג לאנג אז ס׳זאל נישט זיין ניקס וואס זאלן סתם אויפבלאזען זייערע תגובות אבי צו קענען באקומען לייקס.
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

זעענדיג דא די צדדים לכאן ולכאן, ס'איז טאקע דא זאכליכע סברות יא צו מאכן דעם לייק קנעפל אין נישט צו מאכן. ס'וואלט געוועהן זייער פראקטיש אויב א שרייבער וועט האבן די אפציע פארן דריקן "שיק" אויף א טרטיקל, אויב ער וויל צצילייגן דעם לייק קנעפל. הייסט, אויב שרייבט ער א ארטיקל וואס הייבט אהן א שמיעס, דארף ער נישט קיין לייקס, נאר ער דארף דיין ריפליי. און אויב שרייבט ער א סברה אין א טאנעריי אדער א באשראמאנג, העט ער קענען ציליייגן דעם קנעפל און טאקע זעען וויפוהל מענטשן האבן הנאה געהאט.
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: די לייק קנעפל איז אויפ'ן וועג... אבער ווען???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

לגבי די טענה איבער פאליטישע תגובות. געווענליך לויפט עס א גאנצע שמועס, און איך זע נישט עס זאל אזויפיל אויסקומען מ'זאל קענען לייקן איין ספעציפישע תגובה.

אויב ברענגט יא איינער א גוטע ליין, אפהאנדלונג, נייעס וכדומה, איז אזויווי ביים פארמעסט האט מען גערעיט לויט תוכן און שריפט, די זעלבע וואלט איך געזאגט אז א באזעסענע מענטש (דער אונטער'ן ניק) וועט אזוי לייקן, בעיסד אויף די תוכן התגובה.

די ביידן/טראמפ שטיצער דאהי לאכן טאקע נישט פון א זשאוק קעגן אים?... וועלן זיי דאך פונקט אזוי קענען לייקן א זאפטיגע תגובה.

----
האבנדיג געשריבן עטליכע לענגערע ארטיקלען. א לייק קנעפל וואלט מיר זיכער געשטופט מער (אויסער אויב מ'ברויך עס טאקע נישט... - וואס טאקע דאס צו טראכטן וואלט א לייק קנעפל פארמיטן...)
לעצט פארראכטן דורך זאג א גוטס אום דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:52 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”