תקנות גדולות אנקעטע
אחראי: אחראי
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
קודם כל, פארן מגיב זיין דא וויל איך ארויסברענגען מיין קול מחאה (ס'אסור לויט די צווייטע אמענדמענט?...) אקעגן די וואס האבן פארשעמט פערזענדליך ג"פ .
ריכטיג אז ער איז אפשר אביסל ארויס פון די כלים און געשריבן זאכן וואס וואלטן געמעגט געהאלטן ווערן אין פעדער.
אבער.. אז יענער האט זיך אראפגעלאזט צו א נידריגע שטאפל, דארפסטו אויך מיט פאלן ?
אז יענער האט זיך ארויסגעברענגט אויף אן אופן וואס ברענגט אראפ די ניוואו פון אייוועלט, ווילסטו עס אראפ ברענגען נאך נידריגער?
אז יענער האט געטוען א אומרעכט, גייסטו טון א גרעסערע עולה ?
די אלע אטאקעס דא גייען מיט גארנישט העלפן כב' געלעגער'ס מערכה. ער ליינט אויך דורך דעם (און אלע אנדערע..) אשכול, און ער באמערקט אויך די אלע פאסיגע און אומפאסיגע, געזאגטע און אומגעזאגטע תגובות. ער ברויך נישט קיינעם'ס הילף ב"ה.
טראכט אריין; ווען א פרעמדער קומט אריין אין אן אשכול; -לאו דוקא דיזע- און זעהט אזא תגובה. בלי ספק אז ס'ברענגט אראפ די כבוד פון אייוועלט.
וואס פאסירט אבער ווען ער גלייך דערויף באגעגנט ער זיך מיט א טוץ שארפע קעגן געשרייען און צווישן רופן פול מיט פערזענדליכע אטאקעס אנטקעגן דעם יעניגן וואס האט ארויס געברענגט זיין מיינונג מיט אביסעלע איבערמוטיגקייט.
קיין שום ספק אז דאס קלאפט אראפ די שטאנד פון אונזער וועלטל צענדליגע מאל מער!!
פאר א פרעמדן מאכט דאס א אויסקוק ווי כאילו דא איז עפעס א קינדערגארטן ווי מ'שלאגט זיך ארום טאג און נאכט איבער קליינע און גרויסע שטותים!!
צו וואס פעלט דאס אויס? טייערע ברודערלעך; א פערזענדליכע בקשה פון הארצן טיפן: רעדט שיין און פאזעטיוו איינער צום צווייטן! אז איר האט א הערה וואס דארף באמת א תיקון, שיקט דאס אין אישי איידעלערהייט, אדער העכסטנס ברבים אויף אן איידעלן פאזעטיוון אופן.
ווידער אין אויסנאמס פעלער ווי דאס אלעס איז נישט שייך, ווייסט דאך יעדער פונעם באריכט קנעפל.
אבער קיינמאל, קיינמאל, זיך נישט באניצן ברבים מיט שארפע ווערטער אנטקעגן איינער פון אונזערע חבירים דא.
ס'ברענגט נישט קיין שום תועלת פאר קיינעם; נאר ארבעט פאר די מנהלים.

ויהס כלב...
און איך קען נאכאלס נישט באגרייפן די 'ווייטאג' וואס מאנכע האבן איבער די "ניווא" פון אייוועלט...
יא יא, כ'האב אויך כמה פעמים געשריבן דעם 'אמאל ווס. היינט' חילוק. אבער 'ווייטאגן?!'... גהינום נישט!
ווייטאגן ווייטאגט מען אויף חורבן הבית שתבנה במהרה.

עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
צום קעפל.
לשיטתי העניה, דאס אז מ'ווערט נערווירט פון דעם אדער יענעם שרייבער'ס תגובות, איז פארבינדן מיט אסאך קלענערע און גרעסערע פאקטארן וואס אלע צוזאמען באשטייערן צו די אומ'חן פון זיינע תגובות.
*ספעלינג
*גרעמער
*קלארקייט זיך ארויסצוברענגען
*שרייבט "געשמאק"
*הומאר
*און אודאי די תוכן (וואס דאס אליין נעמט אריין אין זיך עטליכע נקודות)
איז לאז מיר עס צולייגן איינס ביי איינס.
ווען דער נישט גוטער ספעלער שרייבט ווען מתבונן'ס תוכן למשל,-און א גוטער גראמאטיק- וואלט איינער געהאט א פראבלעם?
אויב א שוואכער אין גראמאטיק שרייבט א שמאטע ארטיקל מיט גוטע ספעלינג אויך. וואלטן מיר אים נישט צוכאפט?
און אזוי ווייטער... וואס קומט ארויס פון דעם, אז ליידן דאס מערסטע וועט אזא איינער וואס איז נישט צו גוט אין גראמאטיק;(וואס אין דעם קאטאגאריע קען מען אריינלייגן זייער פיל שרייבער), ער האט נישט מה פתאום'ס שפראך; איז נישט געבענטשט געווארן מיט צווייפעלס הומאר; און איז נישט א ספעציעלער ידען אדער עמקן.
ווידער דער געלונגער שרייבער וואס איז געבענטשט געווארן מיט די אלע מעלות שמנו חכמים העט נישט האבן קיין שום פראבלעם אפילו זיין ספעלינג איז נאר 80%.
נו, צו איז יושר אז א שרייבער זאל ליידן ווייל ער פארמאגט נישט די כשרונות וואס 60 70 % האבן נישט?

- געשמאקער
- שר האלף
- תגובות: 1576
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
- לאקאציע: נישט צום געפונען
נודה האקט.....
משנה זאגט זייער ריכטיג viewtopic.php?p=1271624#p1271624
זעה בכלל ביי די אשכולות פון די גרינדערס פון אייוועלט, ווי מ'האט אסאך געשריבן דעמאלטס מיט אייגן געמאכטע ווערטער,
די מטרה דא אויף אייוועלט איז נישט אז ס'זאל זיין אזוי פארפעשענעל ווי א צייטונג אדער א ביכל, ס'איז געמאכט אז מ'זאל זיך אויסליפטערן
אודאי רעד איך נישט פון מאכען איבערגעטריבענע ספעלונג טעותים, און ס'איז זייער וויכטיג איבערצוקוקען אן אשכול פאר מ'דרוקט די שלח באטן, אבער אויף דקדוק די/דו וכדו' פיל איך נישט אז מ'דארף זיך אזוי שטעלן,

מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....
קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2779
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט
משנה מקום האט געשריבן:און איך זאג דיר פונקט פארקערט אז אייוועלט איז נישט קיין צייטונג און עס איז געמאכט פאר ווער עס וויל שרייבען און עס דארף נישט זיין פראפעשינעל די עולם קומט זיך דא אביסעל אויסגעבען אביסעל ליינען נייעס העלפען איינער די אנדערע און דאס איז עס
און איך זאג עס מיט די פילסטע אחריות אז טאמער וועט מען פייניגען די וואס קענען נישט שרייבען
וועלען זיי נישט שרייבען אפילו ווען זייער תגובה קען העלפען א צווייטער אדער איז אינטערעסאנט וכו' ער איז נישט דיין משוגענער נאר צו שרייבען ווען דו ווילסט
ער שרייבט דא ווייל ער אינזשויט זיך אויב ווילסטו ער זאל נאר שרייבען ווען דו דארפסט זיין העלפ אדער נאר ווען ער האט גאר א אינטערעסאנטע זאך וועט ער זאגען גוד ביי ער דארף נישט דיין טובות אז דו זאלסט אים אויסנוצען
אז די אלע וועלען אנטלויפען פון דא וועט עס אסאך מער שאטען פאר די סייט
און אויב הייסטו אן צו ליינען א תגובה און עס שטעכט דיר די אויגען סקיפ עס קיינער הייסט דיר עס נישט ליינען
התינח ווען סאיז א קורצע תגובה וכדומה אבער עפענען א אשכול מיט א לענגערע באשרייבונג און עס איז דורך און אדורך מיט טעותים יעדע צווייטע ווארט איז לכאורה אנדערש ודוק.
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:מ'דארף אבער אויך געדענקן אז
1 אייוועלט איז דעמאלט געווען מער א בחינה פון א קרעטשמע ווי אפאר גוטע חברים זענען זיך צוזאם געקומען,
2 היימישע געשמאקע ווערטער "קענען" האבן א חן. ס'נישט די זעלבע ווי סתם גראבע טעותים
זייער גוט ארויסגעברענגט
לעצט פארראכטן דורך נודה לך אום זונטאג יולי 31, 2016 10:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
איך האב נישט א דורכגעלעהזט די גאנצע אשכול דא, מילא וועל איך נישט נעמען קיין צד,
אבער איין זאך יא, א ריזיגען דאנק @געלעגער פארן אזוי אינזין האבן, און זיך אזוי אפגעבן געהעריג מיט די וועלטעל אויף יעדע טריט און שריט, יעדע אישי איבער א פראבלעם ווערט גענטפערט ווי א מענטש, און פרובירט אויפקומען מיט פרישע געדאנקען, און טוט וואס מעגליך, צו הייבן די ניווא פונעם וועלטל עס צו פאבעסערן און פארשענערן, אז יעדער זאל זיין צופרידן.
און א באזונדערע דאנק פארן נישט גלייך ארויסקומען מיטן גזירה, ווי איר קענט ווען טון, (נאכן זיך דורכרעדן מיט אנדערע מנהלים), נאר אהער געקומען דא פשוט, הערן די מיינוגען פונעם ציבור.
אשריך געלעגער פארן זיך אזוי אוועקגעבן פאר אנדערע אידן, און אשריך אייוועלט פארן האבן דא געלעגער.

- תגובות: 1069
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
וויל זיין גוט האט געשריבן:פלעסטיק גלעזער האט געשריבן:גיוואוט פאר יא, באט אוך האלט נישט עס איז ישור.
ווער אוז גפ?
דו מאכסט ליצנות פון דיר אליינס, קוק ווי אזוי דו ספעלסט, און דו האלטסט אז מען דארף אוועקפאקן די פארגרייזטע אשכולות
אין די 13 ווערטער וואס דו האסט געשריבן, זענען פארהאן 4 גרייזן
איר כאפט טאקע נישט קיינע וויצן?
-
- שר האלף
- תגובות: 1069
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
מיין מיינונג
געווענליך א נייער שרייבער וואס האט נישט קיין עקספערטיז אין שרייבן, זאל מתחלה נאר שרייבן תגובות, און דעמאלט זאל ער מקפיד זיין איבער צו ליינען 2 מאל איידער ארויסשיקן.
אויב האט ער אסאך ספעלינג גרייזן, זאל איינע פון די אחראים אים מעורר זיין.
נאך א שטיקל צייט וואס ער זעהט אז זיין ספעלינג איז פיין, דעמאלט קען ער אנפאנגען צושרייבן אשכולות
איך האב יא געהאט די חוצפה אנצופאנגען מיין שרייבן אויף אייוועלט מיט אן אשכול, זייענדיג אן ערפארענער שרייבער, כאטש נישט דער בעסטער.
דאס קען מען טוהן ביי א יעדן נייעם ניק, אז אויב 'יכול'ט ער', מעג ער באלד אנהייבן מיט אשכולות.

אם לא עכשיו אימתי
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2401
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
מעגליך מיין לעצטע תגובה דא אויפען וועלטעל..
נאכען זיך גאר שטארק איבער טראכטען, און נאך פול פול ישוב הדעת, און זיך איבער קלערען. און ווי אויך נאכען זיך דאס, אדערך שמיסען פרייוואט, מיט גאר א חשובען ניק, וואס איך קען זיך מיט דא.
וויל איך דא ברבים געבען גרעכט, פאר אינזער חשובער אחראי @גלעגער. און אין די זעלבע צייט וויל אויך דא אויך איבער בעהטען ברבים, די אלע ניקים, און חברי הנהלה, וואס כ׳האב זיי וויי געטיען, מיט דעם וואס כ׳האב געשריבען דא די לעצטע יאר און א האלב, מיט אן קיין שלמות׳דיגע ספעלינג.. און כ׳האב זיי מי דעם וויי געטיען, מיטען טשעפענען די ניווא פון זייערע וועלטעל (לייען: זייער היים). איך פארשטיי אייך זייער זייער גיט. איך וויל אז איר זאלט וויסען, אז כ׳האב אליינס נישט געוויסט ווי ווייט נישט פערפעקט, מיין ספעללינג איז.. שכח @נשמה, און פאר די אנדערע, פארען מיר דאס געבען צי אנערקענען, דא אין דעם אשכול.
ממילא: וויל איך דא עמטליך מודיע זיין פארן עולם, אז פון דעם מיניט, ביז ווייטערדיגע פלענער, איז מיין ניק, און שרייבען קאריע, דא אויפן וועלטעל, עמטליך suspended. און גייט שוין יעצט אריין אין קראפט! ווער ס׳האט פאר מיר סיי וואספארע עצות, ווי אזוי צי גייען פון דא ווייטער. וויל איך פערזענדליך בעהטען ער זאל קימען אין אישי. שכח פון פארויס.
וויל איך דא ברבים געבען גרעכט, פאר אינזער חשובער אחראי @גלעגער. און אין די זעלבע צייט וויל אויך דא אויך איבער בעהטען ברבים, די אלע ניקים, און חברי הנהלה, וואס כ׳האב זיי וויי געטיען, מיט דעם וואס כ׳האב געשריבען דא די לעצטע יאר און א האלב, מיט אן קיין שלמות׳דיגע ספעלינג.. און כ׳האב זיי מי דעם וויי געטיען, מיטען טשעפענען די ניווא פון זייערע וועלטעל (לייען: זייער היים). איך פארשטיי אייך זייער זייער גיט. איך וויל אז איר זאלט וויסען, אז כ׳האב אליינס נישט געוויסט ווי ווייט נישט פערפעקט, מיין ספעללינג איז.. שכח @נשמה, און פאר די אנדערע, פארען מיר דאס געבען צי אנערקענען, דא אין דעם אשכול.
ממילא: וויל איך דא עמטליך מודיע זיין פארן עולם, אז פון דעם מיניט, ביז ווייטערדיגע פלענער, איז מיין ניק, און שרייבען קאריע, דא אויפן וועלטעל, עמטליך suspended. און גייט שוין יעצט אריין אין קראפט! ווער ס׳האט פאר מיר סיי וואספארע עצות, ווי אזוי צי גייען פון דא ווייטער. וויל איך פערזענדליך בעהטען ער זאל קימען אין אישי. שכח פון פארויס.
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
- אידיש גערעדט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 444
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2779
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט
פארברענגען איז מער היימיש געשמועסט צווישן חברי האייוועלט אם כן ווען איינער עפענט א "נייע אשכול" אבער ער איז נישט באהאווענט אין שרייבן אידיש ספעלינג וועט ער שפירן רואיג צו שרייבן וויאזוי ער וויל ביז מיט די צייט וועט ער זיך דערלערנען.
(ועוד ווען א גאסט קומט אריין און זוכט אקטיווע אשכולות קומט נישט ארויף די אשכולות פון פארברענגען סאיז א בחינה פון פנימי...)
אזוי מיין איך. בין איך גערעכט?
(ועוד ווען א גאסט קומט אריין און זוכט אקטיווע אשכולות קומט נישט ארויף די אשכולות פון פארברענגען סאיז א בחינה פון פנימי...)
אזוי מיין איך. בין איך גערעכט?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
גאלדענע פעדער האט געשריבן:נאכען זיך גאר שטארק איבער טראכטען, און נאך פול פול ישוב הדעת, און זיך איבער קלערען. און ווי אויך נאכען זיך דאס, אדערך שמיסען פרייוואט, מיט גאר א חשובען ניק, וואס איך קען זיך מיט דא.
וויל איך דא ברבים געבען גרעכט, פאר אינזער חשובער אחראי @גלעגער. און אין די זעלבע צייט וויל אויך דא אויך איבער בעהטען ברבים, די אלע ניקים, און חברי הנהלה, וואס כ׳האב זיי וויי געטיען, מיט דעם וואס כ׳האב געשריבען דא די לעצטע יאר און א האלב, מיט אן קיין שלמות׳דיגע ספעלינג.. און כ׳האב זיי מי דעם וויי געטיען, מיטען טשעפענען די ניווא פון זייערע וועלטעל (לייען: זייער היים). איך פארשטיי אייך זייער זייער גיט. איך וויל אז איר זאלט וויסען, אז כ׳האב אליינס נישט געוויסט ווי ווייט נישט פערפעקט, מיין ספעללינג איז.. שכח @נשמה, און פאר די אנדערע, פארען מיר דאס געבען צי אנערקענען, דא אין דעם אשכול.
ממילא: וויל איך דא עמטליך מודיע זיין פארן עולם, אז פון דעם מיניט, ביז ווייטערדיגע פלענער, איז מיין ניק, און שרייבען קאריע, דא אויפן וועלטעל, עמטליך suspended. און גייט שוין יעצט אריין אין קראפט! ווער ס׳האט פאר מיר סיי וואספארע עצות, ווי אזוי צי גייען פון דא ווייטער. וויל איך פערזענדליך בעהטען ער זאל קימען אין אישי. שכח פון פארויס.
דאס איז א ריכטיגע פאטש פאר יהדות החרדית
ליינענדיג זיינע תגובות זעהט מען קלאר אז ער האט טאקע געהאט א @גאלדענע פעדער