בלאט 133 פון 240

געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2017 3:11 pm
דורך פארנעפלט
זיי מיר געזונט און שטארק די רעדסט נישט ווי קיין גרינער יאלא..

געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2017 3:11 pm
דורך האסט נייעס
נישט אלעס איז קריטיק.
ער פרעגט סתם

געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2017 3:12 pm
דורך יאסעלע
שלום עליכם הרב געזונט און שטארק, איך ווייס נישט ווער דו ביסט, אבער איך בין נישט דא צו קריטיקירן בכלל, אויב פארשטייסטו פון מיין אומשולדיגע תגובה אז איך קריטיקיר דיר, דאן גיי שוין צום אשכול פאר וועלכע דו האסט זיך איינגעשריבן, און לאז מיר מנוחה... אויב נישט, און אפילו אויב יא... שלום עליכם, קום פארברענגען דא מיט אונזער געשמאקע וועלטל. און נישט פארגעסן, לייען אדורך דעם אשכול.

---

דער ציבור האקט דא מיט א פרישקייט.

געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2017 3:33 pm
דורך איסר האטלקי
גאלדענע פעדער האט געשריבן:שלום וברכה אלע נייע געסט מאכט אייך היימיש

געדענקט: טראכט נישט (נאר) וואס אידישע וועלט קען אייך צי געבן, נאר טראכט וואס קען איך צי געבן פאר אידישע וועלט!

נישט יעדער איז ביכולת צוצוגעבן פארן וועלטל, דעריבער אויב קלערט איר אז איר זענט נישט געמאכט דערפאר דאן נעמט וויפיל עס גייט און פרובירט ניטאמאל צוצוגעבן...

געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2017 3:36 pm
דורך געזונט און שטארק
איסר האטלקי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:שלום וברכה אלע נייע געסט מאכט אייך היימיש

געדענקט: טראכט נישט (נאר) וואס אידישע וועלט קען אייך צי געבן, נאר טראכט וואס קען איך צי געבן פאר אידישע וועלט!

נישט יעדער איז ביכולת צוצוגעבן פארן וועלטל, דעריבער אויב קלערט איר אז איר זענט נישט געמאכט דערפאר דאן נעמט וויפיל עס גייט און פרובירט ניטאמאל צוצוגעבן...

דו רעדטסט צו מיר?

איך האף גראדע יא צוצוגעבן דא, איך ווארט נאר זיך צו מאכן אביסל מער היימיש דא.

געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2017 3:38 pm
דורך איסר האטלקי
נישט גערעדט פערזענליך צו קיינעם, אויב האט איר אבער א ספק אז עס קען אייך נוגע זיין, דאן.... נוצט דאס געזונטערהייט.

נ.ב. טאקע נישט געמיינט קיינעם, בלויז דער געדאנק פון גאלדענע האב איך געוואלט אביסל אויסבעסערן, אז עס איז אויסשליסלעך נישט נוגע פאר יעדער וואס האט אינטערנעט עקסעס און פארשטייט אביסל אידיש.

געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2017 7:08 pm
דורך גאלדענע פעדער
ריכטיג און גאר גוט געזאגט איסר!

אבער מצד האחר, טאר מען אויך קיינמאל נישט צופיל מורא האבען. און מען קען זיך אייביג צולערנען און בעסער ווערען.

געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2017 6:55 pm
דורך בן זומא
אמר ר' אלעזר בן עזרי' הרי אני כבן שבעים שנה ןלא זכיתי שתאמר יציאת מצרים בלילות.

עד שדרשה בן זומא...

זעהט זיך אויס אז ווען די יונגע ניק'ס זאגן עפעס ווערט עס נישט אזוי שיין אויפגענומען

אבער ווען בן זומא זאגט עס איז שוין עפעס אנדערש.....

אלזא שלום עליכם !!

געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2017 6:59 pm
דורך נא_שכל
שלום עליכם, נו נעם זיך דרשנ'ן!

געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2017 8:17 pm
דורך עין טובה
שלום עליכם בן זומא! מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן דא, און מיר פון אייך. מאכט אייך היימיש, קוקט אייך אום און הייבט אן שרייבן.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 8:01 pm
דורך הכנעה
שלום עליכם

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 8:04 pm
דורך איסר האטלקי
הכנעה האט געשריבן:שלום עליכם

עליכם שלום, א שמינית שבשמינית מעג מען האבן, נישט אלעס גייט בהכנעה...

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 8:16 pm
דורך הכנעה
היינט האט מען עפעס מורא צו האבן הכנעה מיין איך...

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 11:29 am
דורך שיף פלאטע
איך פאר מיך כלמעוד האלטן מיט מיין קליינעם שיפל אינעם ים ווען פלוצלונג נעמען זיך בלאזען שטורמישע ווינטען. מיטאמאל זע איך פונדערווייטנס א ריזיגע פלאטע מיט שיפן, אין עס פלאטערט א פאן. אידישע וועלט פארומס. מיט מיינע לעצטע כוחות שווים איך צו אין א בענדל ווערט גלייך אויסגעשטערקט צו מיר און פארעם פון א אימעל וואס זאגט מיר אן דיין אקאנוט איז אקטיוו והנמשל מובן מאליו. יעצט זייטשע אזוי גוט און נעמטס ווארעם אויף דעם אוד מוצל ממים שכח

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:04 pm
דורך עין טובה
שלום עליכם! יהא בואך לברכה!

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:20 pm
דורך שיף פלאטע
הנותן בעין יפה הוא נותן .שכח פארן זיך מרחם זיין

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 3:19 pm
דורך טריסקער
שלום עליכם פלאטע'לע! מיט אזא שיינעם פתיחה וועט די מכאן ואילך שוין זיין ערב מאוד.

הצלחה רבה אויפן נייעם דעק!

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 3:53 pm
דורך שטעלפארטרעטר
שלום עליכם! אויב דיין מעשה איז אמת דארפסטו ברענגען א קרבן תודה...

געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:01 pm
דורך יאיר גאלד
איז נאך דא פלאץ פאר מיר דא?

געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:02 pm
דורך יאיר גאלד
אפס, איך האב געמיינט אז יעדער שרייבט דא זייערע עכטע נעמען... א מיאוסער פלאפ!

געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:55 pm
דורך איסר האטלקי
יאיר גאלד האט געשריבן:אפס, איך האב געמיינט אז יעדער שרייבט דא זייערע עכטע נעמען... א מיאוסער פלאפ!

איך האב געמאכט די זעלבע מיסטעיק ביים זיך איינשרייבן. ס'איז גארנישט, קיינער ווייסט סיי ווי נישט ווער איך בין.....

שפיר זיך היימיש דא. פלאץ איז דא פאר יעדן גוטן פעדער מיט אביסעלע שכל צו די זייט.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 12:16 am
דורך ראפאט קראמפלי
איסר האטלקי האט געשריבן:
יאיר גאלד האט געשריבן:אפס, איך האב געמיינט אז יעדער שרייבט דא זייערע עכטע נעמען... א מיאוסער פלאפ!

איך האב געמאכט די זעלבע מיסטעיק ביים זיך איינשרייבן. ס'איז גארנישט, קיינער ווייסט סיי ווי נישט ווער איך בין.....

שפיר זיך היימיש דא. פלאץ איז דא פאר יעדן גוטן פעדער מיט אביסעלע שכל צו די זייט.

סעים היר, איך האב אויך נישט געוויסט אז מען ניצט נישט דעם אייגענעם נאמען,
מזל האב איך געהאט אז איך האב בטעות געשריבן ראפאט מיט א "פ" אנשטאט א "ק" אזוי כאפט קיינער נישט ווער איך בין!

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 8:10 am
דורך שטעלפארטרעטר
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:

דער אויבשטער פארלאזט נישט קיינעם...

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 8:13 am
דורך שטעלפארטרעטר
יאיר גאלד האט געשריבן:אפס, איך האב געמיינט אז יעדער שרייבט דא זייערע עכטע נעמען... א מיאוסער פלאפ!

שלום עליכם יאיר, לאמיר דיר פרעגן אויב איז דאס דיין עכטע נאמען, וועלעכע גאלד ביסטו?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 10:39 pm
דורך יאיר גאלד
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
יאיר גאלד האט געשריבן:אפס, איך האב געמיינט אז יעדער שרייבט דא זייערע עכטע נעמען... א מיאוסער פלאפ!

איך האב געמאכט די זעלבע מיסטעיק ביים זיך איינשרייבן. ס'איז גארנישט, קיינער ווייסט סיי ווי נישט ווער איך בין.....

שפיר זיך היימיש דא. פלאץ איז דא פאר יעדן גוטן פעדער מיט אביסעלע שכל צו די זייט.

סעים היר, איך האב אויך נישט געוויסט אז מען ניצט נישט דעם אייגענעם נאמען,
מזל האב איך געהאט אז איך האב בטעות געשריבן ראפאט מיט א "פ" אנשטאט א "ק" אזוי כאפט קיינער נישט ווער איך בין!

גרויסן ישר כח ר' איסר פאר די ווארימע אויפנאמע, איך געדענק פון ערגעץ דיין ניק, קען מיך נישט דערמאנען פון וואו....
ראפאט, מיינסט ודאי א ק אנשטאט א פ ביי קראמפלי, ניין?