שיק תגובה - סייט קראכט: עצה טובה

טעכנישע סייט הילף און אפדעיטס

אחראי: אחראי

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

שיק תגובה - סייט קראכט: עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

קען זיין דאס איז שוין ערווענט ערגעצוואו, אבער עס איז זייער נוצבאר.

אויב שרייבסטו א תגובה און נאך דרוקן שלח באווייזט זיך דער גענעראל (general error) דאן איז דיין ארבעט נישט פארלוירן. מאך נישט צו דעם ווינדאו אדער טעב, און דרוק נישט backspace
טו ווי פאלגאנד:
עפן א צווייטע טעב, פרוביר זעהן ווען די סייט קומט צוריק צום באוואוסטזיין, און דערנאך דרוק "reload" דער בראוזער וועט דיך פרעגן אויב דו ביסט זיכער, זאלטו קאנפירמען.
דאס וועט פאוסטן די תגובה וואס ווארט אויף זיין תיקון
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

א גוטע עצה! אבער לאמיר האפן מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו אזעלכע עצות, ווייל ס'גייט מיר שוין אויף די נערווען...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איינער ווייסט אפשר פון נאך א כשרע סייט? איך האב גארנישט קיין טענות צו קיינעם. קיינער איז גארנישט שילדיג פאר מיר.

אבער עס איז ממש נישטא קיין תגובות די לעצטע וואך צייט, עס איז זייער שטיל דא.

שוין.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך שרייב פון א טעבלעט.

ווען עס קומט ארויף די ערראר דריק איך בעק און נאכדעם "שרייב תגובה". און דארט ליגט עס.

פארשטייט זיך פאר איך דיק עס נאכאמאל מאך איך זיכער עס צו סעיוון.
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בתוךשארישראל »

און ביזדערווייל פארגעסט נישט צו זאגן יעדעס מאל "ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי..."
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנישע ווינקל”