תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג ינואר 12, 2016 2:54 pm
נאך וואס צייטליך האט אפיציעל געמאלדן זיין
רעזיגנאציע פון די מנהל אמט, בין איך פארבעטן געווארן פון די הנהלה צו אנפירן די זוכעריי פאר א פרישע קאנדידאט וואס זאל איבערנעמען זיין פאזיציע, ווערט עס האט א אינטערעסע זאל זיך ביטע מעלדן אין אישי, די הנהלה וועט אדורכגיין די אלע מעגליכע קאנדידאטן און וועט ארויסשטעלן דער וואס איז די מערסטע פאסיג.
קוואליפיקאציעס:ברויך זיין אריבער דעם שר האלף
האבן ווייניגער ווי צען פראצענט געמעקטע תגובות
ברויך עס נעמען ווי א פול טיים דזשאב (ארבעטסלאזע אינגעלייט זענען ווילקאמען)
ברויך קענען פארנעמען קריטיק
ברויך האבן שווערע מוסקלען (צו אריבערפירן אדער ארויסטראגן אשכולות)
קענען האלטן א סוד
די יעצטיגע הנהלה דארף וויסן ווער איז זענט, אין אנדערע ווערטער גילוי במקצת.
און נאך, וואס וועט ווערן אויסגעשמועסט מיט די נאמינירטע קאנדידאט זעלבסט.
ביטע שיקן נאר אויב איר זענט באמת מסכיםא דאנק
לעצט פאראכטן דורך
פלטיאל אום דינסטאג ינואר 12, 2016 3:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!